ביידע הייזער פון קאנגרעס פארמעסט 2020

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

איך קלער אז סענאטאר מייקל בענעטס - א דעמאקראט פון קאלאראדא - קרענק קען מעגליך האבן א ווירקונג אויף די ארטיגע פארמעסט פון קארי גארדנער אין פאל בענעט וועט אפטרעטן אדער כאס וועשאאלעם... וועט פארקומען צוויי פארמעסטן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לויט ווי ער זאגט האט מען עס געכאפט גענוג פרי, ער פלאנט נאך גאר צו לויפן פאר פרעזידענט!

אבער א אפענע פארמעסט אין קאלעראדא איז א בלויע אין א פרעזידענטליכע יאר.

גארדנער משא"כ איז א אינקאמבענט.
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

פאר פרעזידענט לויפט ער יעצט איך רעד פון א יאר ארום, אסאך זאכן קענען זיך טוישן ביז דעמאלט אין זיין קרענק. בכל אופן זאל קיין שום איד נישט וויסן וואס ער ווייסט
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

סענעטאר מעקאנעל האלט אז די קאמפיין ברויך זיין געצילט צו כאפן די סאבורבס דורך לויפן קעגן סאציאליזם.

מעקאנעל'ס מהלך
מעקאנעל'ס מהלך
IMG_20190412_115037.jpg (115.67 KiB) געזען 5065 מאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט אין אריזאנא מארק קעלי קומט אונטער קריטיק פארן העלפן שעקלי פראקלאמירן און מארקעטן זייערע סופלאמענטן פאר וואג פארלוסט
די קאמפיין איז שוין ארויסגעקומען פארטיידיגן קעלי זאגנדיג אז ער פלעגט נוצן די פראדוקט זייענדיג אין ספעיס און אז די פירמע האט א לאנגיעריגע פארבינדונג מיט נאסא
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

ברעיקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

סטעיסי עברעמס וועט נישט לויפן פאר סענאט אין זשארזשיע!!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א סעריע לעצטיגע אנטוויקלונגען צייגן אז די דעמאקראטן גייען האבן היבשע שוועריגקייטן אין זייער פארזוך צו פארכאפן סענאט קאנטראל אין יאר 020'. כדי די דעמאקראטן זאלן קענען אנהייבן טראכטן פון געוואונען, דארפן זיי האבן גאר שטארקע קאנדידאטן, ווייל עס איז א פרעזידענטליכע וואל יאר וואס דער רעפובליקאנער פרעזידענט טראמפ וועט לויפן פאר ווידערעוויילונג.

למעשה אבער פלאגן זיי זיך צו טרעפן שטארקע קאנדידאטן. צוויי פיגורן וועלכע ווערן באטראכט אלס שטערנס אין דער פארטיי האבן אין די לעצטע טעג געמאלדן אז זיי וועלן נישט לויפן פאר'ן סענאט, 'סטעיסי עיברעמס' פון דזשארדזשיע און 'וואקין קאסטרא' פון טעקסאס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דאס ווייזט גראדע עפעס טיפער פון דעם... ביידע קאנדידאטן וואלטן זיכער געלאפן ווען זיי האלטן אז זיי גייען געווינען, נאר ביידע ווייסן דעם אמת, פאולס אהער פאולס אהין, טעקסעס אין דזשארדזשע זענען דערווייל נישט קיין סווינג סטעיטס! זיי פיהלן אז זיי האבן בעסערע טשאנסן אין די פיוטשער אן די לוזינג רעקארד אויף זייער נאמען... זיי זעהען וויזוי בעטא קוקט אויס... ער האט אנגעצויגן היסטאריש גוט, פארט אבער איזער א לוזער, און ער האט פארלוירן זיין גלאנץ... זיי קענען דאס נישט עפארדן!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

איך געב מער טשענסעס טראמפ זאל עס מאכן, ווי דעמאקראטן זאלן מאכן די סענאט אין 2020, 51 איז די ווייטסטע וואס איך האלט ס'קען גיין און אויך נישט צו ווייט, מ'געווינט קאלאראדא, נאכדעם אדער מעין אדער אלבאמא
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

ברעיקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

סענ. Michael Enzi רעפאבליקאן פון וויאמינג, העט נישט לויפן פאר ריעלעקשאן אין 2020.

די סענאטאר איז די טשעיר פון די סענאט בודזשעט קאמיטע, און סערווט פון 1997 די לענגסטע סערווירנדע וויאמינג סענאטאר, ער זאגט ער וויל פאקוסן די נעקסטע איין און א האלב יאר, אויף פיקסן די נעשאנעל דעבט, און וויל נישט ווערן געבאדערט דורך א עלעקשאן, ער איז די דריטע רעפאבליקאן סענאטאר דאס צו טוען.

אין די קעיס מאכט עס נישט אויס, וויאמינג גייט עני וועיס רויט.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

ברעיקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

מישיגען סטעיט געזעצגעבער 'זשים לאוער', האט היינט געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר די רעפאבליקאנער פריימערי אינ'ם מישיגען 3טע דיסטריקט, אנטקעגן אמטירנדע אנטי טראמפ רעפאבליקאן רעפרעזענטעטיוו 'זשאסטין אמאש', 'לאוער' רופט זיך א "פראו טראמפ, פראו לייף, פראו זשאבס, פראו פאמיליע וועליוס רעפאבליקאן".
ער האט ארגינעל געפלאנט צו אנאנסירן זיין קאנדידאטור ארום יולי 4th, אבער נאכן אמאש'ס נעכטיגע סטעיטמענטס האט ער באשלאסן עס יעצט צו מעלדען.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער געוועזענער סענאט קאנדידאט פון אלאבאמא רואי מאר וועלכער איז דורכגעפאלן מיט זיין פארמעסט פאר סענאט פארגאנגענע יאר, האט דערקלערט אז ער וויל לויפן נאכאמאל אין די קומענדיגע סענאט וואלן אין אלאבאמא.

מאר האט פארלוירן נאכדעם וואס עס זענען אפירגעקומען סקאנדאלן פון זיין פארגאנגנהייט, אבער צווישן רעפובליקאנער וויילער איז ער נאך אלס פאפולער און קען געווינען די פריימעריס.

טראמפ האט געשריבן אין א טוויט אז זיין קאנדידאטור וועט זיין א קלאפ פאר די רעפובליקאנער פארטיי, אבער מאר האט דאס אפגעווארפן און געשריבן אז דער פרעזידענט האט נישט וואס צו איינטיילן פאר די איינוואוינער אין אלאבאמא וועמען צו ערוועלן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איינע פון די קאנגרעס זיצן וועלכע די רעפובליקאנער קענען ערנסט זיך רעכענען צוריקצוכאפן אין 2020 למספרם איז די ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין דרום קאראליינע
די דיסטריקט איז פאר לאנגע יארן געווארן פארטראטן דורך רעפובליקאנער מארק סענפארד וועלכע איז אין 2018 למספרם געוואןר באזיגט אין א פריימערי דורך א טראמפ שטיצער קעטי ארינגטאן
די פארטיי קריגעריי און די אין אלגעמיין שטארקע יאר פאר דעמאקראטן האט זיי געגעבן א שאנס צו פארכאפן די זיץ און דעמאקראט קאנינגהעם האט קאפיטאלריט דערויף און געמאכט היסטאריע מיטן געוואונען א זיץ אין טיפן דרום פון לאנד
קאנינגהעם האט עס געוואונען מיט א האר באקומענדיג 50.7% פון די שטימען אין א דיסטריקט וועלכע טראמפ האט געוואונען מיט 13%
ער האט פארלוירן אין 4 פון די 5 קאונטיס אינעם דיסטריקט אבער ער האט ערגענצט זיין פארלוסט מיטן אנציען 17000 שטימען אין טשארלסטאן קאונטי
אצינד האבן די רעפובליקאנער רעקרוטירט א פרוי מיטן נאמען נענסי מעיס צו לויפן פאר דעם זיץ
מעיס איז אין 2014 למספרם געלאפן אין א פריימערי אקעגן סענאטאר לינדזי גרעהעם און איז אין 2016 למספרם געווען א פעלד דירעקטארין פאר די טראמפ קאמפיין
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דזשעניפער וועקסטאן (ד) וועלכע פארטרעט ווירדזשיניע 10 האט אויפגעטריבן א הלאבע מעלאנע אין די צווייטע למספרם קווארטאל
זי איז פון די ערשטע טערמיניגע קאנגרעס מעמבערס וועמענס זיץ ווערט פאררעכנט אלץ איינע פון די ניי אויפגעפיקטע זיצן וועלכע איז נישט אין קיין ערנסטע ריזיקע צוריקצוגליטשן צו די רעפובליקאנער נאכן באזיגן קאמסטאק מיט 12% אין 2018 למספרם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין פרישע קאפווייטאג פאר רעפובליקאנער אין פענסילוועניע האט דער דעמאקראטישער סטעיט אודיטאר עגענע דעפאסקוועלע באשלאסן צו לויפן צום קאנגרעס אקעגן רעפובליקאנער קאנגרעסמאן סקאט פערי
ער וועט מעלדן זיין קאמפיין אנהויב יולי למספרם
דעפאסקוועלע איז א קאנדידאט וועלכע דעמאקראטן האבן בלויז געקענט טרוימען צו רעקרוטירן זינט ער פארמאגט נאמען אנערקענונג און א סטעיטווייד פראפיל און קען שטעלן אן ערנסטע קאנקורענץ אין די העריסבורג באזירטע צענטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וועלכע איז געווארן פיל מער בלוי נאך די 2018 למספרם איבערשרייבן די דיסטריקט

פאסקוועלע האט היינט אפיציעל געמאלדן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ניקי פאסטער (ד) וועלכע איז א עיר פארס וועטעראן האט היינט געמאלדן א פארמעסט אקעגן רעפובליקאנער קאנגרעסמאן סטיוו טשעבאט פון אהייא
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איינע פון די סווינג זיצן וועלכע דעמאקראטן האבן פארכאפט אין די פארלאפענע מידטוירמס איז מישיגן'ס עלפטע קאנגרעסיאנאלע זיץ

די ערשט טערמיניגע קאנגרעספרוי העילי סטיווענס מעלדט אז זי האט אינעם פארלאפענעם למספרם קווארטאל אויפגעטריבן איבער 725 טויזט דאלער און זיצט שוין מיט איבער א מיליאן דאלער אין די באנק

העילי פארמאגט נאך ניטאמאל קיין ערנסטע רעפובליקאנער קעגנער דערווייל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין אלאסקא האט אן ארטאפידיק סוירזשען על גראס געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר סענאט אלץ אינדעפענדענט און וועט לויפן אקעגן דעם אמטירנדער רעפובליקאנער דאן סאליוואן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אריבער צום אינציגסטן קאנגרעס זיץ אין אלאסקא האט קאנגרעסמאן דאן יאנג געמאלדן אז ער וועט לויפן צו סערווירן א פינף און צוואנציגסטן טערמין אין קאנגרעס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טעריסע גרינפעלד וועלכע לויפט אלץ דעמאקראט אקעגן אייאווע סענאטארשע דזשאני ערנסט האט אויפגעטריבן 625 טויזנט דאלער אין די איין מאנאט זי האט געמאלדן איר קאמפיין
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די רעפובליקאנע וואל מאשין איז אין ערנסטע צומישעניש און צושאקלט מיט די אפטריט פון קריס קאקס פון די נאציאנאלע רייפל אסאסיאציע
די אסאסיאציע פלעגט זיין אינסטרומענטאל אין די געט אוט די וואוט אפעראציעס און זיי פלעגן אלץ האנדלען מיט קאקס וועלכע איז געווען פעסט ביים רודער פון די קערפערשאפט
אצינד מיט די צושאקלטע פירערשאפט און מיט די קילערע באציאונגען מיט די טשעימבער אף קאמערץ וועלכע פלעגט שטיצן רעפובליקאנע אינטערעסן צוליב זייער ביזנעס שטעלונג און גלייכט נישט די איצטיגע טאריף צוגאנג און צוגאב צו די הילף פון די קאטש נעטווארק וועלכע איז פארשוואונדן טרעפן זיך די פארטיי פירער אנטבלויזט פון די דריי מאכטפולסטע מאשינען אויף וועלכע די פארטיי איז אזוי לעבנסוויכטיג אנגעוויזן אריינגייענדיג צו די 2020 למספרם וואלן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין צופרידנשטעלנדע נייעס אר רעפובליקאנער האט פענסילוועניע קאנגרעסמאן ברייען פיצפאטריק וועלכע פלעגט פארטרעטן די אכטע קאנגקעסיאנאלע דיסטריקט און איז אין 2018 למספקם געווארן ערוועלט צו די ערשטע קאנגרעס דיסטריקט (נאכן איבערשרייבן די פאליטישע מאפע) אויפגעטריבן נאנט צו א האלבע מיליאן דאלער אינעם צווייטן למספרם קווארטאל וועלכע ער וועט קענען גוט נוצן אין א פארמעסט וועלכע וועט לויט אלע אנדייטונגען זיין א היבש קאנקורירנדע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דעמאקראט מעקס ראוס האט ביי די פארלאפענע מידטוירמס פארכאפט א רעפובליקענע געהאלטענע זיץ אין ניו יארק וועלכע טראמפ האט געוואנען 2 יאר פריער מיט 6%
אינעם ערשטן קווארטאל למספרם האט ראוס אויפגעטריבן 600 טויזנט דאלער צו בלויז 300 טויזנט פאר זיין קעגנער מעליטאקיס
אצינד האט די ראוס קאמפיין געמאלדן אז פארן צווייטן קווארטאל למספרם האבן זיי אויפגעטריבן 800 טויזנט דאלער און פארמאגן א גאנצע מעלאנע אין די באנק
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

הכל הבל האט געשריבן:נאך וואס שומער ארבעט צו רעקרוטירן עימי מעקגרעט וועלכע האט שמאל פארלוירן א קאנגרעסיאנאלע קענטאקי פארמעסט אין די פארלאפענע מידטוירמס צו לויפן אקעגן מיטש מעקאנעל אין 2020 למספרם איז די מעקאנעל וועלט אויף גאר הויכע אלערט

מעקאנלעס מענטשן האבן שוין נאכגעפאלגט מעקגרעט לאנג בעפאר שומער איז אויפגעקומען מיט זיין פלאן און פאלגען איר שוין נאך מיט ווידעא רעקארדירונגען זינט 2017 למספרם! און גריבלען שוין פאר שמוץ פאר עטליכע מאנאטן

מעקאנעל האט שארף אראפגעריסן שומער און שוין איינגעשפאנט קעווין גאלדען צו דינען אלץ זיין קאמפיין מענעדזשער

א גרופע מעקאנעל לאיאליסטן האבן זיך שוין געטראפן אין וואשינגטאן צו פלאנירן א פרא מעקאנעל סופערפעק

מעט דזשאונס ,-א דעמאקראט- וועלכע איז א ביזנעסמאן און דער אייגנטומער פון א קענטאקי ספארט ראדיו פראגראם און פארמעסט זיך אויך פאר דעם זיץ איז שטארק אנטוישט אז שומער האט גענומען זייטן און אויסגעקליבן מעקגרעט איבער אים

מעקגרעט האט היינט געמאלדן אז זי גייט טאקע לויפן אנטקעגן מעקאנעל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין צפון קאראליינע האט קאל קאנינגהעם (ד) וועלכע לויפט וויל לויפן אקעגן סענאטאר טאם טיליס (ר) געמאלדן אז אין די צוויי וואכן זינט ער האט געמאלדן זיין קאמפיין האט ער אויפגעטריבן 520 טויזנט דאלער און צוגאב צו 200 טויזנט דאלער וועלכע ער האט אויסגעבארגט פאר זיין קאמפיין
א צווייטע פאטענציאלע דעמאקראט עריק מאנספיעלד האט געמאלדן אז ער וועט למעשה נישט לויפן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”