מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך ווייס נישט וועלכע טייפ וועט זיך מער טרעפן מיט אינערליכע קאנפליקטן, אבער ביי א ENFP קוקט מיך אויס, אז א ENFP וועט האבן גאר שטארקע אינערליכע קאנפליקטן.

לאמיר זעהן: לאמיר נעמען א INFP, די ערשטע פונקציע איז Fi. יעצט, Fi ווייסט וואס ער האט ליב, ער דארף נאר ארויפברענגען וואס ער האט ליב. דאס וואס א INFP ישוב'ט זיך ביים אויסוועלן וועלכע סארט דיזיין בענקלעך ער זאל ענדערש קויפן, דאס קומט - ווארשיינליך - פון Ne.

וואס איך וויל דא שרייבן איז, סיי בנוגע אינערליכע קאנפליקטן, און סיי בנוגע די אינערליכע קאנפליקטן וואס א ENFP גייט דורך. אבער די זעלבע איז ביי אן אנדערע טייפ.

איך וויל מ'זאל געדענקען אז זיי זאגן אז א ENFP אדער א ESFP, אדער א ISTP, קען האבן ADD. איינער האט מיך אמאל נאכגעזאגט - איך מיין - פון ר' מרדכי וויינבערגער נ"י, אז ער האט פארגעשטעלט ADD, וויאזוי א יונגערמאן שטייט אינמיטן, און פינף מענטשן רעדן צו אים אויף איינמאל, יעדער געבנדיג אנדערע דירעקציעס. דער מענטש ווערט צעריסן.

איך מיין אז איך ווייס וואס א ENFP פילט, איך בין דאך א ENFP, און ס'קען זיין אז די זעלבע איז ביי א ESFP, אדער ISTP, די מיינד ווערט געצויגן פון פארשידענע ריכטונגען. יעדער דרוקט, והבעל בית דוחק. א חלק פון מיר וויל דאס וואס איך טו, אבער איך שפיר ווי א אנדערע חלק פון מיר וויל איך זאל יעצט טון עפעס אנדערש. דער מענטש ווערט צעריסן. און דאס קען אריינשלעפן צו תאווה.

מ'זאגט ביי תחנון: ואנחנו לא נדע מה נעשה כי עליך עינינו זכור רחמיך ה' וחסדיך כי מעולם המה.

א ENFP זיצט אין ביהמ"ד און פרובירט צו לערנען, און אפילו ווען ער זאגט נאר די ווערטער אן זיך הרג'נען צו פארשטיין די מיינונג דערפון. דילט ער אבער מיט א יצר, (הרע?) די יצר זאגט אים, וואס עפעס דארפסטו טון אזוי און אזוי? ווער זאגט דיך? עקספלאריר יענץ. וואס עפעס דעס? דער מענטש שפירט: איך וויל דעס, אבער א חלק פון מיר וויל יענץ. דער מענטש ווערט צעריסן. וויאזוי לעזט מען דאס?

דאס קומט פון וואס? דאס קומט פון Ne אלץ הויפט פונקציע. די ווארט ביי א ENFP איז Possibilities. ס'דא א אומזיכערקייט וואס באגלייט בשעת מ'לערנט. די ווערטער זענען: ס'דא יענץ אויך. ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי א גראז אויפן פעלד, האט ער נישט צופיל קאנפליקטן. א ENFP וואס פירט זיך אויף און ער געט נאך זיינע אינערליכקייטן לויטן רוח וואס בלאזט, קוקט אויס ווי א מענטש אן דירעקציע. און ער קומט נישט אן צופיל. ער קומט כמעט נישט אן. פארוואס? ווייל ער טוט, אבער ער טוט גארנישט.

נעם א ENFP, א בחור'ל, מיט א גרויסן Ne יצר, שיק אים אין ביהמ"ד לערנען. וויאזוי זעהט אויס זיין לערנען? ער שמועסט וואס די רוח שטופט אים, ער מאכט זיך א קאווע, טענה'ט שטותים, הייבט אן יעדע רגע נאכאמאל: נו, זאגט די הייליגע משנה... ביז ס'קומט אריין די נעקסטע רוח וואס שלעפט אים. סוף טאג: וויפיל איז ער אנגעקומען? חוץ עגמת נפש פון טענה'ריי מיט חברים?

וויאזוי קוקט אויס א סאדא באטל אויפן גאס, ס'קומט אן ערגעץ? ס'פליהט אהער און אהין. ס'קען זיך נישט קעגן שטעלן קעגן די ווינט. ס'קען נישט. און צומאל ווען ווינטן בלאזן פון מער ווי איין זייט, דרייט זיך עס ארום און ארום און ארום, ביז ס'הערט אויף.

די דרך אמת לערנט אונז: א מענטש קען אויך נישט. א מענטש ווייסט נישט. א מענטש האט נישט די כח זיך צו שטארקן. א מענטש קען זיך אבער איבערגעבן אין האנט פון באשעפער. דום לה' והתחולל לו, געב איבער דיין געפרוירנקייט צום אייבערשטן, אל תתחר, און דו וועסט נישט ווערן אנגערייצט פון תאווה.

נישט פשט אז א מענטש דארף דורכפאלן, ווייל ער קען דאך נישט. פשט איז, שלאג דיך נישט דערקעגן מיט דיין 'איגו'. ווייל דו קענסט נישט. געב עס איבער צום אייבערשטן וואס ער קען יא.

וואס איך טראכט יעצט, בשעת איך שרייב די שורות: א מענטש זאל זיך אראפזעצן מיט זיך אליין און דורכטראכטן: וואסערע מסכת זאל איך ענדערש לערנען? אזאנס טוט נישט לעזן די צוגאנג צו אינערליכע קאנפליקטן. איך רעד נישט נאר צו דאס איז די לעזונג צו אינערליכע קאנפליקטן וואס א Ne האט.

דער רבש"ע האט באשאפן אינערליכער קאנפליקטן. דער רבש"ע האט געזאגט: איך גיי דיך מאכן א קאנפליקט, דו גייסט ווערן צעריסן, אבער דו זאלסט נישט אונטערגעבן, נאר דו גייסט דיך איבערגעבן אין מיין האנט. גול על ה' דרכיך ובטח עליו והוא יעשה. איך ווייס טאקע נישט פונקטליך וואס איך האב צו טון אז דאס דייקא דארף איך טון יעצט. ווען איך טו איז עס נישט ווייל איך האב שוין דורכגעטראכט הונדערט מאל אז דאס דארף איך טון. איך רעד צו א ENFP. וכדומה. איך ווייס טאקע נישט זיכער. איך בין טאקע נישט זיכער. איך בין טאקע נישט זיכער אז דאס איז וואס איך דארף טון יעצט. ס'איז טאקע דא אין מיר א קול וואס זאגט "טו אנדערש". און איך ווייס נישט. אפשר יענץ, אפשר יענץ, אפשר יענץ, אפשר יענץ, אפשר יענץ, איך בין געפרוירן, און איך געב מיך אויף צום באשעפער. דער באשעפער ווייסט און ער זאל מיך פירן.

יעצט טראכט איך: אז דער באשעפער האט עס אזוי באשאפן, כדי א מענטש זאל דארפן צוקומען צו אים ווי מער. און ביי א ENFP יעדע רגע ממש.

סאו, נאכאמאל: וואס איז די פראדוצירער פון אינערליכע קאנפליקטן ביי א ENFP? די הויפט פונקציע, די Ne. די רצון אריינצוכאפן ווי מער איידיעס. וואס א ENFP קען טון און איך מיין אז דאס טוען זיי טאקע, איז: אז א ENFP וועט טרעפן אזאך וואס זאל אים בהכרח אריינשלעפן צו עס. אבער דאס איז נישט די אידיאליסטישע וועג. ווייל אויב א ENFP געוואוינט זיך צו אז ווער ס'האט מיך געכאפט ער באקומט מיך, וואס גייט ער טון ווען ער שטייט פאר א נסיון? עפעס האט אים געגעבן א כאפ, יעצט גייט ער אנהייבן וואס?

אינערליכע קאנפליקטן איז די ענערגיע וואס דו דארפסט שפירן כדי צו ווערן נאנט צום אייבערשטן. ווען דו קומסט אריין אין ביהמ"ד און דו ווילסט דיך אויפרייסן? און קיינער זעהט נישט אז דו האלסט דיך איין? און פון איין זייט ווילסטו זיין אזוי ווי דו ווילסט, און פון די אנדערע זייט ציהט דער יצר אז ס'גייט א רויעך פון די היץ פון די צוויי כוחות, דאן איז די צייט צו כאפן אז דו האסט אינערליכער קאנפליקטן. און פון דארט, פון די צעריסנקייט וואס דו שפירסט צווישן די צוויי זייטן, פון דארט איז די וועג זיך איבערצוגעבן אין די האנט פון באשעפער.

געדענק: דו האסט א וועג זיך צו שלאגן דערמיט מיט דיין איגו. דו האסט א וועג צו ווערן טייט, אויפגערעגט, אנגעבלאזן, זיך נישט לאזן, האבן אזא סדר היום וואס יעדע תנועה איז קאנטראלירט, יעדע תנועה שטייט ערגעץ. דאס איז איגו. נאכדעם איז דא די ענין פונעם דרך אמת. די ענין פון "איך קען זיך נישט האלטן קעגן די אינערליכע ענערגיע וואס זאגט אנדערש ווי די זאך וואס איך וויל יעצט ענדערש. צום ביישפיהל: איך קען מיך נישט האלטן קעגן די רצון וואס האלט אז איך דארף ענדערש ארומקוקן פון מעכיל צו תנחום און פון תנחום צו חזקאל.

א קאנפליקט אין די פסיכיק פון א מענטש, איז נישט די זאך וואס ברענגט נערווען פראבלעמען, אדער טייטנעס, אדער אנגעשטרענגטקייט, ס'איז די איגו וואס ברענגט עס. ס'איז ווען א מענטש מאכט זיך שטייף און ער ווערט אזוי הארט, און ער ווערט אזא "ערליכער יוד", דאס איז וואס מאכט די "או סי די". ס'איז ווען א מענטש וויל זיך האלטן אין א "באקס" כדי זיך צו האלטן קעגן די ענערגיע פון די אנדערע זייט, דאס איז וואס ברענגט אים צו נערווען חלילה.

מ'קען זעהן די עכטע ערליכע יודן זענען געווען אזוי פרייליך, זיי זענען געווען בטל צום אייבערשטן.

די וועג צו ווערן נאנט צום באשעפער איז דייקא דורך די דאזיגע אינערליכע קאנפליקטן. מיט דעם קען מען זאגן פשט אין גמ', אז איין אמורא האט געזאגט, לאמיר דורך גיין די פלאץ פון זנות, און בייגן דעם יצר, כדי צו מקבל זיין שכר. קען מען זאגן פשט, אז ווען א מענטש האט א אינערליכער קאנפליקט איז עס א ברכה, ס'איז א וועג צו ווערן נאנט צום אייבערשטן. די קיבול שכר פון וואס ער רעדט איז ווערן נאנט צום אייבערשטן. וויאזוי ווערט מען נאנט, דורך דעם וואס א מענטש וואס עס הייבט זיך אן ביי אים דער אינערליכער קאנפליקט פון תאווה מוז אויפגעבן אויף זיך, ער מוז זיך מבטל זיין צום רצון השי"ת. ווייל נאר דער אייבערשטער קען העלפן. ער מוז איינזעהן אז ער קען טאקע נישט.

די עבודה איז נישט פאר יעדעם, מ'קען חלילה עס נישט ביישטיין. אבער אינערליכע קאנפליקטן איז א ברכה. אינערליכע קאנפליקטן איז א ברכה. אויב ס'איז שוין דא. אוודאי א מענטש דארף בעטן אל תביאנו לא לידי נסיון, אבער איך רעד פון געווענליכע אינערליכע קאנפליקטן, איז עס א ברכה. ווייל דייקא דורך דעם קען זיך א מענטש הייבן צום אייבערשטן. נס להתנוסס.

אבער די וועג איז נישט דורך די איגו. אויב מ'שלאגט זיך קעגן די אינערליכע קאנפליקטן מיט די איגו, מ'שטעלט זיך דערקעגן דורך דעם וואס מ'מאכט זיך ווי א באקס, קען מען ווערן אומגעזונט, און בכלל דאס איז נישט די וועג. די וועג איז: איך האב עפעס אין מיר וואס זאגט מיר אנדערש; וואס וויל אנדערש ווי איך טו יעצט, און איך ווייס טאקע נישט אז דאס איז ענדערש צו טון. יענץ קען איך נישט טון, אדער וויל איך נישט טון, איך געב מיך אויף צום אייבערשטן. דער אייבערשטער זאל מיך פירן.

א ENFP וועט האבן גאר שטארקע אינערליכע קאנפליקטן, ווייל מ'קען דאך טאקע אין די יעצטיגע רגע טון (טראכטן) אזויפיל זאכן. מ'קען זיין אין אזויפיל מינע מצבים, מ'קען דינען דעם אייבערשטן אויף אזויפיל אופנים, וואס זאל איך ענדערש? איך ווייס טאקע נישט. יעצט טו איך דאס און דאס, אבער נישט ווייל אלעס אין מיר ווייסט אז איך טו גוט. איך בין נישט גא-ט ב"ה. איך ווייס טאקע נישט. איך טו, און בשעת'ן טון האף איך אז ער וועט מיך פירן צום גוטן.

די NE פון א ENFP זאגט: דו קענסט עקספלארירן אזויפיל מינע איידיעס. וואס עפעס האב איך מיך אפגעשטעלט דוקא ביי די נקודה וואס איך טו יעצט? ס'דא אזויפיל נקודות... און יענע נקודה? די צוגאנג לויטן דרך אמת איז, איך ווייס טאקע נישט. איך געב מיך איבער אין די האנט פון באשעפער, און איך טו דאס. דאס מאכט אז א מענטש זאל ווערן זייער נאנט צום באשעפער. דהיינו, בשעת ס'קומט אריין די מחשבה, אפשר איז דאס וואס איך טו יעצט א צייט פארברענגעריי, אדער נישט אזוי וויכטיג ווי יענס און יענס, אדער ס'איז צו פלעין, ס'דא בעסער, אזא מוטשענדע מחשבה, ס'דא בעסערס. איך ווייס טאקע נישט, איך בין געפרוירן, איך ווייס טאקע נישט, איך געב מיך אויף צום אייבערשטן.

דאס איז סך בעסער ווי לעזן דעם קאנפליקט. נאכאמאל: דאס איז סך בעסער ווי צוקומען צו א סעלושן. לאמיר זאגן אז איך האב צוויי מסכת צו לערנען, אדער פסחים, אדער שבת, און איך וויל ביידע די זעלבע זאך. און נישט וואוסנדיג וואס צו טון נעם איך ענדערש מסכת שבת, און איך ווייס טאקע נישט וואס איז ענדערש. איז דאס בעסער לצד ווערן נענטער צו השי"ת, ענדערש ווי וויסן וואס פונקטליך ס'לוינט מיר.

דאס נישט וויסן, דאס לעבן אפילו ווען מ'איז אין א קאנפליקט, דאס מאכט אז מ'זאל מוזן אויפהייבן די אויגן צום באשעפער, וואס ער קען יא. גול על ה' דרכיך ובטח עליו והוא יעשה. און ער לערנט דעם מענטש וואס ער זאל טאקע טון.

התקרבות לה' געשעהט דייקא דורך א קאנפליקט. דייקא דאן, דייקא דורך דעם, מוז א מענטש אנערקענען אין זיין: ואנחנו לא נדע מה נעשה. דייקא דאן הייבט מען אויף די אויגן צום הימעל.

איז דען א עצה צו לעזן יעדן קאנפליקט? קען גאר זיין אז עס לוינט נישט צו לעזן. אפילו אויב מ'קען עס לעזן. קען גאר זיין אז דוקא ווען איין זייט ציהט מיר אהין, און איך שטיי אבער דא, דייקא דאס איז מכניע מיין הארץ לאבי שבשמים.

ווען א מענטש וויל רעדן עפעס א שטות, קיינער גייט נישט וויסן אז איך האב מיך איינגעהאלטן, קיינער. דאס מיינט א אינערליכער קאנפליקט. און דייקא פון דעם קען זיך א מענטש הייבן.

ביי די Fi פונקציע איז דאס נישט אזוי ווייט שייך. ווייל א מענטש ווייסט וואס ער האט ליב. ער דארף נאר צוטרעפן. אבער ביי די Ne פונקציע, ס'איז דאך דא אזויפיל וועגן, און ס'איז טאקע דא, נו, וויאזוי קען איך וויסן וואס צו טון? דער מענטש איז אין א קאנפליקט. מ'קען עס לעזן טאקע דורך דעם וואס מ'זאגט: איך ווייס טאקע נישט. זאל מיך דער אייבערשטער פירן.

ביי די Fi פונקציע קענסטו זאגן: איך ווייס. אבער ביי די Ne פונקציע איז דאך נישט מעגליך צו זיין גא-ט ב"ה. וויפיל צייט האט א מענטש צו טראכטן און קלויבן די ריכטיגע זאך?

די עיקר וואס איך שרייב איז: ווען א מענטש טרעפט זיך אין א אינערליכע קאנפליקט איז עס א גוטע זאך צו ווערן נאנט צום באשעפער.

א אינערליכער קאנפליקט מיינט איך טו אדער טראכט אויף איין וועג, בעת אן אנדערע חלק פון מיר וויל עפעס אנדערש, און איך ווער געפרוירן.

די ענערגיע וואס שאפט זיך צווישן די צוויי כוחות איז וואס מ'דארף איבערגעבן צום באשעפער. אז דער באשעפער זאל העלפן. און נישט זיך האלטן דערקעגן דורכ'ן אויפבויען א איגו.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה.

ס'דא פון זיי וואס האבן פארשטאנען כמעט די זעלבע זאך ווי די דרך אמת, ווי למשל די צוועלעף סטעפס, און יונג, וכו', אבער דאך איז ר' שרגא נ"י מסביר, אז זיי כאפן נישט, צו זיי ווילן נישט כאפן, אז הקב"ה העלפט און לערנט מיט א מענטש יעדן טאג. זיי וועלן פרובירן צו קוקן אויף די ראלע וואס די Unconscious שפילט אין האלטן א מענטש אז ער זאל נישט דורכפאלן. אדער פארוואס און וויאזוי ביטול דארף צו העלפן. מיר יודן גלייבן אבער, אז די אונטערנבאוואוסטזיין ווערט נשפע פון אויבן. וואס מיינט ותקננו בעצה טובה מלפניך? נאר, ס'מוז זיין, אז דער מענטש בעהט, אז עפעס פון אויבן זאל קאנטראלירן זיין Unconscious. טראכט, וועסטו זעהן.

ער בעהט אתה חונן לאדם דעת ומלמד לאנוש בינה, און ער בעהט חננו מאתך חכמה בינה ודעת, יעצט: וואס גייט געשעהן אויב דער אייבערשטער גייט אים געבן דעת? וויאזוי גייט יעצט דער מענטש באקומען דעת? פון וואו? דעם מענטש'נס מיינד לויפט מיט א סיסטעם, יעצט: ווער גייט ארויסרוקן עפעס פון די סיסטעם, און מאכן אז דער מענטש זאל זיך שאפן דעת? ווער מאכט אז דער מענטש זאל וועלן שאפן די דעת? נאר: מיר זענען אינעם הייליגן באשעפער'ס הענט.

וואס מיינט השיבנו אבינו לתורתיך? לאמיר זאגן אז די תפיהל פון השיבנו געלונגט. וויאזוי איז עס געשעהן? דער מענטש האט באקומען א הרהור תשובה. א התרצות צו תשובה. יעצט: ווער איז געווען די ערשטע שטופ צו תשובה? נאר דער אייבערשטער פירט א מענטש. מיר זענען אינעם אייבערשטענס הענט.

וואס מיינט, מענטשן שרייבן, יודן שרייבן, בסיעתא דשמיא. וויאזוי געשעהט עס? נאר די Unconscious איז צוגעבינדן צום באשעפער. די הייליגע ווערטער פונעם דרך אמת רירט זיך נישט פון פלאץ. נאר זיי די אלגעמיינע פארשער, זיי מאכן זיך שווערער מיט דעם אז זיי ווילן נישט אננעמען די פשוט'ע זאך, אז הקב"ה דרייווט די מיינד פון א מענטש. און די פשוט'ע זאך, אז אין אני והוא יכולין לדור במקום אחד. און אז דערפאר העלפט די ביטול ביי די צוועלעף סטעפס, נאר ווייל דער מענטש שטופט אוועק זיין אייגענע 'איגו'.

אפילו די Physiology פון א מענטש איז אויך צוגעבינדן צום באשעפער. וואס מיינט רפאינו ה' ונרפא? וויאזוי דארף עס געשען? נאר יעדע צעל איז צוגעבינדן צום באשעפער.

אזויפיל זאכן וואלטן זיי בעסער פארשטאנען, ווען זיי וואלטן נאר זיך געלאזט גלייבן. נאר והבדילנו מן התועים. די זאך איז זייער פשוט. ווען א מענטש געט אויף אז איך קען, דאן איז דער מענטש מבטל זיין אייגענע צוגאנג צו קדושה וטהרה, און דער אייבערשטער העלפט אים.

אך לאלקים דומי נפשי כי ממנו תקותי, אך הוא צורי וישועתי משגבי לא אמוט. פארוואס גליטש איך נישט? ווייל מיין האפענונג צו זיין אפגעהיטן איז צום אייבערשטן.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נשמה, אבער פארוואס מאטיווירט ער אנדערע? ער האט עפעס אזא הנאה ווען אנדערע רוקן זיך פאראויס, ער שטופט יענעם, גיי! גיי! טו! וועלכע פונקציע איז דאס?
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:נשמה, אבער פארוואס מאטיווירט ער אנדערע? ער האט עפעס אזא הנאה ווען אנדערע רוקן זיך פאראויס, ער שטופט יענעם, גיי! גיי! טו! וועלכע פונקציע איז דאס?

נישט יעדע טייפ וואס מאטיווירט איז א דרייערי'ישע איגו. די דרייערישע איגו איז זיך צו שפירן מיט אלע כוחות, און זיך האלטן אין דעם שפיר, אלץ איך בין דאס וואס די ארומיגע וועליוען. דאס איז דער שפיץ פון דרייערישע איגו. ער האט גענומען פאר א סימבאל: מאטיווירער. אבער ס'מיינט נישט אזוי ווייט יענעם צו מאטיווירן, ווי זיך אליין צו מאטיווירן. ער רופט אים מאטיווירער, ווייל מיט דעם אז ער ווייזט פון זיך א Persona אז ער איז דער וואס ארומיגע וועליוען, מיט דעם טוט ער מאטיווירן טאקע די דאזיגע ארומיגע. זיין עצם ערשיינונג איז מאטיווירונג.

קודם כל, יעדע מענטש האט אין זיך - מחמת דעם בורא - די ענין פון 'חסד', להטיב לזולתו. אדער די ענין פון זעהן ווי מיינע כוחות ווערן אנטוויקלט בעולם.

מ'קען זאגן: אז מיט דעם אז יענער איז מצליח, דאס מיינט אז ער איז מצליח צו מאכן יענער זאל מצליח זיין. צום ביישפיהל: ווער איז זיין טיטשער? אה, ער? wow.

די פונקציע פון דעם קען אויך זיין Fe. דאס זעהן יענעמ'ס געפילן; דאס זעהן יענעם, מאכט אז איך זאל ענדערש שפירן יענעם, און אז איך שפיר יענעם, וויל איך אז יענער וואס איך פיל יענעם אלץ מיין 'איך' זאל מצליח זיין. אזוי ווי יעדער וויל אז זיין פארטיי זאל געווינען. מ'שפירט זיך אלץ די פארטיי.

אדער קען עס קומען פון די Te פלאס Ni פונקציע. איך פארשטיי וויאזוי דו דארפסט טון כדי צו מצליח זיין. און איך וויל זעהן מיינע כוחות אפגעדרוקט אין די וועלט. מיט דעם ווער איך אליין גרעסער. די Te מאכט אז ער זאל צווינגען יענעם צו זיין וויאזוי ער פארשטייט אז יענער דארף זיין.

אדער פון די Ni: זעהסט אז איך פארשטיי וויאזוי יענער זאל מצליח זיין?

איך מיין אז א ESTP איז אזא מין מענטש. גיי! גיי! טו! זיי האבן ליב צו זעהן יענער איז מצליח. דאס קען קומען פון די Inferior פונקציע, (Ni). איך פארשטיי יא וויאזוי דיך צו העלפן. יעצט, אויב ס'געלונגט אז א ESTP קומט אויס א דרייערישע איגו, קען עס קומען פון די Inferior Ni. איך ווייס יא וויאזוי דיך צו העלפן. מ'ווערט סטאק מיט די Ni. ווייל מ'וויל זיך נישט שפירן שוואך דערמיט. אזוי ווי א ENFP וואס וויל זיך יא שפירן. און דאס קומט פון די Inferior Si

זעהט אויס אז די צאמשטעל פון אלע פיר פונקציעס ביי א ESTP שטעלט צאם אז מ'זאל וועלן יענעם מאטיווירן. דאס מוז אבער נישט קומען פון די דרייערישע איגו.

די זאך וואס איך מיין אז ס'גייט דיך באפרידיגן איז: דאס האט נישט איין באשטומטע פונקציע. פארשידענע צאשטעלונגען פון פונקציעס, קענען ווירקן אז דער מענטש זאל וועלן מאטיווירן יענעם. ס'קען קומען פון Fe פלאס Ni, פון Ni פלאס Te, און פון Inferior Ni.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

מ׳קען קראכן פון די טיפקייט פון די נושא, און פון די קלארקייט פונעם שמועס.

וועכע פונקציע איז דאס?
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

Ti/Ne
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מ׳קען קראכן פון די טיפקייט פון די נושא, און פון די קלארקייט פונעם שמועס.

וועכע פונקציע איז דאס?

אויב דו רעסט פון די פונקציע פון קראכן, דאן איז עס לכאורה S וואס ווערט נערוועז פון צו טיפע זאכן. אויב רעדסטו פון די טיפקייט און קלארקייט איז עס ווי טעאריע האט געזאגט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

צומאל קען א Superior Feeling Type אויסזעהן פאר אונז ווי א Thinking Type; די שאלה איז פארוואס?

לאמיר נעמען א ביישפיהל א ISFP, קען ערשיינען 'לאגיש'. מיר וועלן זעהן אויף אים ווי ער נוצט 'לאגיק'.

לאמיר אביסל באטראכטן די Ne פונקציע. די Ne פונקציע איז די וואס מאכט אז א מענטש זאל נישט זיין Focused.

יעצט צוריק צום ISFP, איז די שאלה: פארוואס זאל א ISFP ערשיינען Focused און צום ציהל; נישט ווערנדיג דיסטרעקטעד? קודם ער האט נישט קיין Ne אין זיינע פונקציעס. די Ne איז וואס - לויט וויאזוי איך וויל יעצט זאגן- זאגט פארן מענטש: זיי צעשפליטערט. עקספלאריר דורך יעדע זאך וואס וויל אריינקומען אין דיין קאפ. גיי עס דורך. טראכט עס דורך. צו וועלן נאכגיין די בייפאל פון טעאריע; פון א נייע איידיע, איז וואס נעמט אוועק דעם קאפ פון א מענטש פון די טעסק וואס איז פאר אים. א רייץ צאמצושטעלן קלארער פארשידענע הונטערליגנדיגע בילדער פון פארשידענע ריכטונגען.

אפילו ווען מ'זעהט אויף אים אז ער נוצט 'לאגיק', מוז נאכנישט זיין אז די ערשטע הויפט און עיקר פונקציע ביי אים איז T. ס'קען זיין אז די ערשטע פונקציע זאל זיין F. ביי א ISFP, אפילו מ'זעהט אז ער נוצט 'לאגיק'; ער איז קלוגער און מער דורכגעטראכט ווי מיר. מיט דעם אלעם קען נאך אלץ זיין אז דער ערשטער זאל זיין Fi. וועליוס.

Fi איז א דשאדשינג פונקציע. דער מענטש מאכט אפ און באשלוסט לויט זיינע וועליוס. ער פירט זיך אויף לויט זיין Fi. ס'איז נישט די Fi וואס צעפירט א INFP, אדער ENFP, נאר ס'איז די Ne וואס צעשפליטערט. (כך נראה לי השתא = אזוי וויל איך יעצט עקספלארירן) און Fi פאר זיך קען גאר צוהאלטן א מענטש צום ציהל. ווייל דאס מאכט אז דער מענטש זאל זיך האלטן צו זיינע וועליוס. ער דשאדשד וואס ער זאל טון מיט די Fi. ער דשאדשד אז ער וויל זיך האלטן צו זיינע וועליוס. דל ממנו Ne.

און דורך דעם, איז דער ISFP, צוגעבינדן צו זיין ציהל. זיין Fi ציהל.

זיי זענען זייער ארטיסטיש. איך האב שוין געוואלט זאגן אז יאסעלע ראזנבלאט איז געווען א ISFP. די מערסטע ארטיסטיש זענען ISFP. זיי זענען אבער נישט די צעפלויגענע ארטיסטן וואס די ארטיסטן האבן זיך אזא נאמען געברענגט אויף זיך.

ווייל די ארטיסטן וואס זענען צעפלויגן, די האבן די Ne. די Ne איז וואס צעפליהט די קאפ.

די צווייטע פונקציע ביי א ISFP איז Se. יעצט, Se ליגט מיר אין קאפ קען יא מאכן אז א מענטש זאל זיין מער צופלויגן; צעשפרייט; דא און דארט די זעלבע מינוט; זוכנדיג נייע און נייע עקספיריענס פאר די פינף חושים. אבער די 'קאפ' איז נישט צעפלויגן; ס'פליהט נישט אוועק.

יעצט, אויב איז דא Se מיט Ti, למשל ביי ESTP קען שוין דער מענטש יא זיין מער צופלויגן; מער אנגעווארפן; מער דאס און דאס אויפאיינמאל. פארוואס? וואס מאכט אים דא צופלויגן? זעהט אויס אז ווען די Se איז א הויפט פונקציע, דאן איז דא מער שאנסן אז מ'זאל זיין צופלויגן. אבער נאך אלץ נישט אז די קאפ איז צעפלויגן; אז ס'פליהט אוועק; אז ס'איז אין די וואלקענעס; אז ס'ערגעץ דארט.

ס'דא צוויי מינע צופלויגנקייט. איינס איז די 'קאפ' פליהט ערגעץ אין די אבסטראקט "הימל", און עקספלארירט נייע און נאך נייע איידיעס, מעגליכקייטן, וכו', די מין צעפלויגנקייט איז אין קאפ. דאס קומט פון Ne. נאכדעם איז דא, די זיבענערישע צעפלויגנקייט. Scattered. ווי אויך Multi Tasking. נישט מסודר. נישט ליניע'דיג. דאס קומט פון Se. דער מענטש איז דאהי; צוגעבינדן צו דא; צו די concrete וועלט; ער איז צופלויגן, אבער דא; ער איז צופלויגן אבער אין די גבולים; אזוי ווי א קינדער שפיל-שטוב; ס'איז צעפלויגן אבער אין די גבולים. א Ne פארט אינגאנצן אוועק.

א ISFP איז אויך גאנץ צעפלויגן. שטעל אים צו צו א ISFJ און דו גייסט באמערקן הימל און ערד. ביים ISFP זענען אלע זיינע ארטיסטישע טולס צעפלויגן. און בכלל איז ער גאנץ Scattered. (אבער דאך נישט ווי א ESTP) און דער ISFJ איז אזוי צאמגענומען אז נאר. אבער דאך איז די צעפלויגנקייט פון א ISFP, נישט די זעלבע ווי די צופלויגנקייט פון א ENFP. די צעפלויגנקייט פון א ENFP איז בלי גבול; אינדרויסן פון די גבולים; גארנישט מיט די עצם אויפגאבעס.

געב א קוק א ארבעט'ס ווען פון א ISFP, זיין ווען איז אנגעלייגט, אבער מער מיט זאכן וואס באלאנגען צום ארבעט. א ENFP "ארבעט'ס ווען", איז אנגעלייגט און צעפלויגן מיט זאכן וואס האבן נישט צו טון מיט די ארבעט.

פארוואס אבער קענען מיר זעהן ביים ISFP א 'לאגישקייט'. פון וואו קומט דאס? דאס קומט פון די דריטע און פערטע פונקציע. די Ni צוזאמען מיט די Te. דאס איז וואס מ'זעהט אויף זיי. אבער דאס מיינט נישט צוזאגן אז זיי נוצן עס די ערשטע און דער עיקר. אפילו מ'זעהט עס. מ'זעהט עס, ווייל ווען מיר קוקן אויף א מענטש, זעען מיר אפילו די דריטע און פערטע פונקציע אויך.

דאס וואס מ'זאגט אז א ENFP גייט נאך זיינע געפילן, האט נישט צו טון מיט די Fi; מיט זיין צווייטע פונקציע. נישט דאס מיינט מען צוזאגן אז ער גייט נאך זיינע געפילן. נאך גיין זיינע געפילן מיינט: אז ער גייט נאך און ער לאזט זיך טראגן פון זיין Ne; זיין ערשטע פונקציע. דאס מיינט ער גייט נאך געפילן. ער לאזט זיך פון זיין Ne פלאס זיין Fi. ער גייט נאך זיין Ne צו עקספלארירן יעדע זאך וואס אים פאלט ביי.

איך טראכט צו א ENTP וועט אויך נאכגיין זיינע געפילן, מיט דעם אז ער גייט נאך זיין Ne. די Ne איז א זאך וואס פאדערט אז מ'זאל עס נאכגיין. א בחור'ל זיצט און הערט א שיעור, א ENTP בחור'ל. ער האט א גוטן קאפ. ער האט דאך א Ti קאפ; זיין צווייטע פונקציע, זייער א גוטע פאטענציאל. נאר וויבאלד ער איז אזוי צוגעוואוינט נאכצוגיין און עקספלארירן זיינע איידיעס וואס זיין Ne זאגט אים, דערפאר קען אים זיין שווער אויסצוהערן.

קומט אויס, אז ISFP וועט ענדערש קענען קאנצענטרירן ביי א שיעור ווי א ENFP. פארוואס? ווייל א ISFP האט נישט קיין יצר פון Ne. ער איז מער צוגעבינדן. וואס זאל אים אוועקשלעפן?

און איך טראכט אז א Ti איז אויך אן אוועקשלעפער. אבער עכ"פ א ISFP קען זיך אויך פיין קאנצענטרירן. גאר שטארק.

די סיבה פארוואס א ENFP קען זיך שווער קאנצענטרירן, איז נישט אזוי ווייט ווייל ער האט נישט קיין Ti אין זיינע פונקציעס, נאר ווייל זיין Ne קומט אים קלאפן "נאך געלט" יעדע האלבע מינוט.

די Se פון א ISFP בינד אים צו צום Concrete וועלט. ס'מורא'דיג געשמאק - פאר מיך - צו זיין נעבן א ISFP. זיי לאזן דיך זיין וויאזוי דו ווילסט. חוץ ווען זייער פערטער פונקציע קומט אריין אין פיקטשער. און ס'קומט אריין. זיי זענען זייער ארטיסטיש. אבער די עיקר פונקציע וואס מ'באמערקט כמעט נישט איז Fi. זיי געבן נישט פון זיך די פערסאנע פון Fi. זיי קענען אויסקוקן ווי א Thinking Type. איך האלט אז יאסעלע ראזנבלאטט איז געווען א ISFP. אויף די בילדער קוקט ער אויס ווי א Thinking Type.

ISFP האבן ליב די מענטשהייט, פארשטייט זיך ווער ס'טשעפעט נישט. זיי האבן זיך אויך זייערע 'שיטות' וואס מ'קען שווער טוישן, און נאר מיט פעסטע הסבר. פארוואס? ווייל זייער פונקציע וויאזוי זיי פארשטייען די וועלט איז דאך די דריטע (Ni) און די פערטע (Te), במילא, זיי האבן נישט אזוי שנעל צוטריט צו די פיילס.

אבער אנדערש ווי איך האב געמיינט זענען זיי באמת זייער קלוג. און פארשטייען א געוואלד. אויף אזא אופן אז דאס מאכט מיך קלערן אז א ENFP קען גאר זיין א בחינה פון תפסת מרובה לא תפסת. די Heavy Load וואס ליגט אויפן קאפ פון א ENFP אדער אפשר אויך פון ENTP לאזט אים נישט, זיך רירן לייכט. און ער קומט נישט אן.

איך זאג נישט, אוודאי איז חכמה א גוטע זאך, אבער מ'דארף דערצו אויך האבן "רעדער", אויב ס'איז אנגעפיהלט מיט חכמה און ס'וועגט אראפ אויף די "רעדער" וואס דארפן טון למעשה, און ס'קען נישט "פארן", איז עס חכמתו מרובה ממעשיו. דער מענטש קומט נישט אן צו גארנישט אין פולן זין פון ווארט.

די דריטע פונקציע ביים ISFP, די Ni, מיט די Te איז פונקט גענוג אים צוגעבן גאר שטארקע חכמה און טיפקייט אין אלע געביטן אויף באמת א טיפן פארנעם, און אפילו טיפער ווי ביי א ENFP. פארוואס? ווייל אזוי ווי ווען דו פילסט אן א טעפל וואסער, און די שטראם איז גאר שטארק, פילט זיך עס נישט אן בכלל. די וואסער שפריצט צוריק ארויס, אבער ווען דו גיסט א דינע איידעלע שטראם פון וואסער, וועט זיך פיין אנפילן.

די זעלבע זאך דא: א ISFP, אפילו זיין Ni איז די דריטע, איז עס אבער בעסער אין א געוויסן זין ווי דער וואס האט עס ביי די ערשטע צוויי. ווייל ס'האט "רעדער". וואס האט די וועלט פון א מענטש וואס איז נישט מער ווי א ענציקלאפעדיע. גארנישט ווערט נישט אויף למעשה. ווייל דער מענטש איז נאך סטאק מיט זיינע טעאריעס.

אוודאי איז חכמה און בינה, און דעת א גוטע זאך. אבער ס'פאדערט מעשים דערצו. די גוף. די כלי מעשה. די אויספירן. אזוי ווי למשל א ENFP וואס לערנט זיך וויאזוי צו זיין א גוטע טאטע, אבער ער איז קיינמאל נישט אנגעקומען צו זיין טעכניש א גוטע טאטע. ווייל בשעת'ן טאטע'ווען איז ער פארנומען מיט נייע טעאריעס. קומט אויס אז די רייץ צו טעאריע, קען גאר פארמינערן די אויספירן אויף למעשה פון טעאריע. קומט אויס אז ISFP קומט אן מער מיט טעאריע; ער נוצט מער טעאריע. און דער ENFP נוצט עס גאר ווייניגער, אדער אינגאנצן נישט.

זאכן דארפן זיין באלאנסירט.

והשם הטוב יעזור.
שירעם
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 21, 2019 12:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירעם »

איך ווייס נישט אויב שוין געוועהן דא
עס איז דא וועבסייט 16personalities.com וואו מען נעמט א טעסט און מען קען זעהן וועלכע personality מ׳איז, דערנאך קען מען זעהן גאנצע באשרייבונגען איבער דיין פערסאנעליטי, זיי זענען עס מסביר אין די לענג און אין די ברייט, וויאזוי די פערסאנעליטי איז חינוך, פריינטשאפט, ביי די ארבעט, אא״וו
Fear is a liar... it activates the enemy
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שירעם האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב שוין געוועהן דא
עס איז דא וועבסייט 16personalities.com וואו מען נעמט א טעסט און מען קען זעהן וועלכע personality מ׳איז, דערנאך קען מען זעהן גאנצע באשרייבונגען איבער דיין פערסאנעליטי, זיי זענען עס מסביר אין די לענג און אין די ברייט, וויאזוי די פערסאנעליטי איז חינוך, פריינטשאפט, ביי די ארבעט, אא״וו

והשם הטוב יעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידינו, וגם לא רינון הבריות חס ושלום אמן ואמן.
שירעם
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 21, 2019 12:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירעם »

נשמה האט געשריבן:
שירעם האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב שוין געוועהן דא
עס איז דא וועבסייט 16personalities.com וואו מען נעמט א טעסט און מען קען זעהן וועלכע personality מ׳איז, דערנאך קען מען זעהן גאנצע באשרייבונגען איבער דיין פערסאנעליטי, זיי זענען עס מסביר אין די לענג און אין די ברייט, וויאזוי די פערסאנעליטי איז חינוך, פריינטשאפט, ביי די ארבעט, אא״וו

והשם הטוב יעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידינו, וגם לא רינון הבריות חס ושלום אמן ואמן.

כ׳האב נישט קיין אנונג וואס די מיינסט... איים סארי
Fear is a liar... it activates the enemy
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

א רבי גוטן שירעם, יהא בואכם לברכה!

-------- -------

עס קוקט אויס ווי נשמה איז נישט צופרידן פון 16 פערסאנעליטיס דאט קאם וואס מען האט שוין דא מערערע מאל נאכגעברענגט, ער זעט לכאורה א אידישקייט פראבלעם דערין, און דאס איז די הסבר פון זיין תגובה.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

כ'בין אביסל א גרינער אין די נושא, אבער אויב מיין צוויי סענסט איז ווערד... איז ליינענדיג מיט נייגער אין דורשט די 8-9 בלעטער איז נשמה טאפ... מיט א זעלטענע קלארקייט אראפגעלייגט הערליך און געשמאק... זיינע נשמה'דיגע נערווען גיבט צו הויפענעס חן...
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:כ'בין אביסל א גרינער אין די נושא, אבער אויב מיין צוויי סענסט איז ווערד... איז ליינענדיג מיט נייגער אין דורשט די 8-9 בלעטער איז נשמה טאפ... מיט א זעלטענע קלארקייט אראפגעלייגט הערליך און געשמאק... זיינע נשמה'דיגע נערווען גיבט צו הויפענעס חן...

נו וודאי!

אגב עס לוינט נישט צו פארפאסן די אנדערע אשכול ווי מען רעדט פונעם אניאגרם, זע דארט פון בלאט 99 און ווייטער א סאך יסודות פון די בריגס סיסטעם.

viewtopic.php?f=25&t=17336
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:כ'בין אביסל א גרינער אין די נושא, אבער אויב מיין צוויי סענסט איז ווערד... איז ליינענדיג מיט נייגער אין דורשט די 8-9 בלעטער איז נשמה טאפ... מיט א זעלטענע קלארקייט אראפגעלייגט הערליך און געשמאק... זיינע נשמה'דיגע נערווען גיבט צו הויפענעס חן...

נו וודאי!

אגב עס לוינט נישט צו פארפאסן די אנדערע אשכול ווי מען רעדט פונעם אניאגרם, זע דארט פון בלאט 99 און ווייטער א סאך יסודות פון די בריגס סיסטעם.

viewtopic.php?f=25&t=17336

א דאנק 'דערבארעמדיגער' פארן צוצייכענן, און צוגלייך א דאנק פאר דיינע שריפטן...
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:א רבי גוטן שירעם, יהא בואכם לברכה!

-------- -------

עס קוקט אויס ווי נשמה איז נישט צופרידן פון 16 פערסאנעליטיס דאט קאם וואס מען האט שוין דא מערערע מאל נאכגעברענגט, ער זעט לכאורה א אידישקייט פראבלעם דערין, און דאס איז די הסבר פון זיין תגובה.

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.
איך האב אלץ מורא אז איך זאל נישט פארשלעפן אין גוי'אישקייט. דערפאר האב איך געשריבן: שלא יצא שום מכשול מתחת ידינו וגם שלא יהא עלינו רינון הבריות חס ושלום. ס'דא אלגעמיינע וועב זייטלעך וואס רעדן פון די טייפס, און זיי שמועסן עס אויס, אבער איך האב געזעהן אז זייער שפראך צווישן זיך איז זייער נישט יודישליך. דערפאר האב איך אלץ מורא.

אז איך שרייב שוין יא, וועל איך שרייבן אביסל פון א ESTP.

איך וויל נישט אזוי ווייט שרייבן פון א ESTP, ווי ארויסברענגען נקודות וואס איך האב מיך אויסגעלערנט.

א) אויב איך פיל אז יענער פארשטייט מיך נישט: (איך בין א ENFP) קוק: אפשר איז יענער אן אנדער טייפ.

ב) ווען איך ווייס ווען אז ער נוצט Ti אלץ זיין צווייטע פונקציע, וואלט איך סיי מער געשמועסט מיט אים מיט'ן ציהל ארויסצוהאבן חכמה, און סיי אים מער פארשטאנען.

ג) איך וואלט נישט פרובירט צו פאררעכטן מיינע אויפפירונגען לויט זיינע הצלחות. ווייל ער קען, ער האט Se מיט Ti, און איך Ne מיט Fi.

ד) איך האב אפילו נישט געוואוסט אז איך לערן אפ זיינע אויפפירונגען נישט ריכטיג.

דאס הייסט, ווען א ENFP זעהט ווי טראץ דעם וואס יענער איז צעפארן, און ער טוט אסאך זאכן אויף איינמאל, טראץ דעם קומט יענער אן, כאפט ער נישט, אז דאס זענען צוויי פארשידנארטיגע מענטשן. ער טוט בכלל נישט דאס וואס איך טו.

ווען ער Multi Task, איז ער צוגעבינדן צו אלעם אויף איינמאל. ווען איך פרוביר עס נאכצומאכן, בין איך נישט צוגעבינדן צו גארנישט.

ה) די זעלבע סביבה וואס מיר ביידע טיילן איינער מיט'ן צווייטן, שפירט ער אינגאנצן אנדערש, עס האט ביי אים אן אנדערע אפעקט.

דאס הייסט, ער איז נישט איבערגענומען אין זיין געפיל דערפון. ער לעבט מיט לאגיק. און נאר לאגיק, און נאכאמאל לאגיק. א ENFP קען נישט כאפן וואס דאס הייסט יענער לעבט אין לאגיק. אזוי ווי א ESTP קען אויך נישט כאפן וואס דאס הייסט יענער לעבט אין געפיל. ער קען עס פרובירן זיך צו פארשטעלן פאר איין צוויי סקונדעס, אבער אזוי ווי איך, אפילו איך שטעל מיך פאר וואס דאס הייסט לעבן אין לאגיק, קען איך מיך אבער נישט האלטן דערין מער ווי א סקונדע, קען ער אויך נישט. ער קען דיך זאגן: איך פארשטיי אז דו פילסט, אבער ער פארשטייט דען? ווען איך זאג: איך פארשטיי אז דו לעבסט אין לאגיק, פארשטיי איך דען עד היכן הדברים מגיעים?

די חילוק צווישן א ESTP און א ENFP איז דאך נישט ווי דער חילוק צווישן נאכט און טאג, צווישן פענסטער און טיר, צווישן הייס און קאלט, צווישן א ספר און להבדיל א בוך, נאר ס'איז א חילוק צווישן מזלות און קאווע. ס'איז בכלל נישט די זעלבע זאך. ביידע עקספיריענסן זייער אינערליכער און דרויסנדיגער וועלט אינגאנצן אנדערש. אבער אינגאנצן אנדערש.

דער ESTP נוצט בכלל נישט קיין Fi. און דער ENFP נוצט בכלל נישט קיין Ti. דער ESTP נוצט בכלל נישט קיין Ne. און דער ENFP נוצט בכלל נישט קיין Se. לאמיר קוקן מיט א "דראון", ביידע פארשטייען זיך נישט.

די עצות וואס דער ESTP געט זיך אין זיין לעבן, איז בכלל נישט דומה צו די עצות וואס דער ENFP דארף זיך געבן אין זיין לעבן.

אבער די רגע איך ווייס אז ער נוצט Ti, ווייס איך אז די אלע זאכן וואס ער האט מיר געזאגט, און איך האב עס אוועקגעמאכט אלץ "הבלים", איז נישט קיין "הבלים". ווענט זיך וואס. זאכן וואס קומען פון Inferior Ni. דאס קען שוין זיין אומריכטיג. אבער פון די Ti. דאס וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו הערן.

ווען א Fi רעדט מיט א ESTP, שפירט ער ווי די גאנצע וועלט פון פערזענליכע Preferences, ווערט אוועקגעבלאזן. אויס. ער שפירט זיך ווי א קינדערישע נוי סוכה. א ENFP פילט זיך געשמאק צו שטיין נעבן א ESTP, ווייל דער ESTP איז פאן. ער איז מלא חיות מצד זיין SE. און מצד ער ווערט נישט אראפגעשלעפט פון זיין Fi.

Fi איז א זאך וואס שלעפט אראפ. פארוואס? ווייל פארוועם גייט מער נישט, פאר א Ti, אדער פאר א Fi? ווען גייט נישט פאר א Ti? ווען ער זעהט אז ער קען נישט אפעלירן זיין לאגיק אויף למעשה. וויפיל געשעהט עס? יעצט, ווען גייט נישט פאר א Fi? ווען ער שפירט אז ס'גייט אים פארקערט ווי זיינע וועליוס? וויפיל געשעהט עס? סך מער.

אזוי קוקט מיר אויס לפום ריהטא. ס'מוז נישט זיין. אבער ס'שטומט אויבערפלעכליך.

די קאפ פון א ENFP ווערט זייער שנעל אוועקגעשלעפט. די קאפ פון א ESTP ווערט נישט אוועקגעשלעפט. אפילו דו זעהסט אז ער איז צופלויגן, איז ער נישט אוועקגעשלעפט. ער איז אין טאפ. ער האט אלעס אין זיינע הענט אויף איינמאל. דער ENFP האט גארנישט אין זיינע הענט. גארנישט.

א ENFP שפירט ווי ער ווערט צושניטן נעבן א ESTP. א ESTP איז זייער א וואוילער מענטש. מצד זיין דריטע פונקציע; זיין Fe, וועט ער מער טון פאר א צווייטן ווי פאר זיינע אייגענע געפילן. אבער דאך, ער קען נישט באווייזן צו וואלידעטן די געפילן פון א Fi. ער קען נישט. אפילו ער וויל. פונקט אזוי ווי א ENFP קען זיך נישט פארמעסטן מיט די לאגישקייט ארום די Concrete וועלט, מיט א ESTP. א ESTP פאקט אים איין. דער ENFP איז קעגן א ESTP ווי א זייפן בלאז. וועט אבער דער ENFP האבן מער געפילן.

דערפאר האלט איך אז א Fi דארף אויך נעמען וואלידעשאן פון א אנדערע Fi. אז מ'דרייט זיך נעבן איינעם וואס פארשטייט דיך נישט, גייסטו נישט ווערן פארשטאנען. נישט קיין חילוק וויפיל דו גייסט דיך מסביר זיין.

א ESTP האט זייער ליב צו געבן עצות, ראט, אנווייזונגען, מאטיוועשאן, און די סיבה איז, ווייל קודם ער האט גוט ארויס די "ביזנעס וועלט". און נאכדעם, מצד זיין Inferior Ni מיינט ער אז ער פארשטייט. אלץ אן עצה איז ער גוט, אבער דאס אנצונעמען אויף למעשה, איך וואלט מיך גערעכנט מיט מיין "הארץ".

ביי א ESTP עקזיסטירט נישט אזא זאך ווי "איך רעכן מיך מיט מיינע געפילן..." עס איז ביי זיי אפגעפרעגט. מיט וואס רעכנסטו דיך? זאג עס נאכמאל? מיט וואס? מיט געפילן? וואס איז דאס? וואו קומט עס דא אריין? וואס איז דאס געפילן? וואס איז דאס נוגע בכלל? וואס מאכט עס אויס? וואס א חילוק וואס מ'פילט?

אפילו ער גייט ליינען א בוך וועגן געפילן, גייט ער אויך נישט פארשטיין. אזוי ווי א ENFP גייט קיינמאל נישט פארשטיין די לאגישקייט וואס עס ליגט אלץ אין יעדע תנועה פון א ESTP. א ENFP קען נישט. ער קען נישט באווייזן וואס א ESTP קען.

איין זאך וואס איך האב מיך ארויסגעלערנט איז: ווייס וויאזוי יענעמ'ס פונקציעס לויפן. און לערן דיך אפ וואס דו קענסט יא. ווייס וויאזוי יענער איז אנדערש ווי דיר, און פאלג אים נישט וואו ער פארשטייט דיך נישט

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

Myers-Briggs-Personality-Type-Income.png
Myers-Briggs-Personality-Type-Income.png (274.78 KiB) געזען 2138 מאל


https://www.truity.com/blog/personality ... come-study
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דער אייבערשטער האט באשאפן כאראקטערס, און לויט דעם דרייט זיך עס.

די מעלה פון א ENTJ איז, אז קודם האט אים דער אייבערשטער באשאפן אז ער האט ארויס סיסטעמען. ער האט ארויס וויאזוי ביזנעס לויפט. די לאגיק פארוואס דער מארקעט דא איז אזוי און אזוי, און דער מארקעט דארט איז אזוי און אזוי. די לאגיק פארוואס דער גראסערי גייט, און פארוואס דער גראסערי גייט נישט. פארוואס די און די מענטשן ריספאנדן אזוי און אזוי צו די און די סארט אדווערטייזמענט. השי"ת האט געהאט א פלאן פאר א ENTJ, האט ער אים אזוי באשאפן. און פארשטייט זיך אז ער האט ארויס וויאזוי מ'קען מאכן אז זאכן זאלן יא לויפן מיט די לאגישע סיסטעם וואס מאכט אז זאכן זאלן יא ארבעטן.

נאכדעם האט ער זייער ווייניג געפילן. געפילן איז אזאך וואס אויב ס'איז צו הויעך, א שטייגער ווי דער INFP, שטערט עס. געב א קוק דער INFP, ער וויל מאכן געלט פון פארקויפן פעינטינגס, נישט ווייל די פעינטינג מארקעט איז הויעך, נאר ווייל ער האט ליב פעינטינגס. זיין "סמיות עינים" איז הויעך. דער INFP אפילו לאמיר זאגן ער זאל אריינגיין אין ריעל עסטעט, וועט ער אבער נישט וועלן פארקויפן הייזער אין וואס ער טרעפט נישט קיין פערזענליכע ליבשאפט דערצו, אפילו אויב ס'דא א מארקעט דערפאר. ווידעראום א ENTJ וועט 'טעארעטיש' וועלן ארבעטן מיט שמאטעס אויב מ'מאכט געלט דערפון. פארוואס? ווייל ער האט נישט צופיל געפילן.

א ENTJ, האט ארויס די עמקות פון א ביזנעס. ס'איז נישט קיין וואונדער אז זיי זענען אזוי הויעך. און נאכדעם זענען ENTJ גאנץ טעטיגע מענטשן. נישט צו טעטיג, ווייל צופיל טעטיגקייט מאכט דעם מענטש צו ביזי, און אפילו מיט קלייניגקייטן. א טעטיגער מענטש קען ווערן ביזי מיט א שטות. הגם די ESTP זענען אויך גאנץ הויעך אין די ליסטע. זעהט אויס אז די Se מיט די Ti, קומט אויך גאנץ צוניץ. ווייל ער האט אויך ארויס די וועלט.

און אויך מאכן זיי אפ זייער מיינד. זייער אסאך מאל האט א מענטש א גוטע איידיע פון א ביזנעס, אדער א גוטע איידיע פאר א ביזנעס דעסיזשאן, אבער ער נוצט עס נישט. פארוואס? ווייל ער מאכט נישט אפ.

שוין עניוויע. והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

שיין געזאגט, נשמה.

ליינענדיג פון אנהייב זע איך אז מען טיילט דא דיאגנאזעס. קען מיר איינער פארציילן ווער איך בין באזירט אויף מיינע תגובות און אשכולות? אדער דארף מען זיך ערשט אויספאקען דא (וואס איך בין נישט אין די מוחין)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:וואו קען מען זיך איינשרייבן פאר אן אנאליז?

עניוואן?


איך טרעף דיר שווער אינעם עניאגראם מקוצר המושג ומקוצר המשיג, אבער איך וועל זאגן וואס איך זע אין די בריגס סיסטעם אויף דיר.

קלאצקאפ איז א אבזערווירער, איך מיין אז דאס איז זיין דאמינירדע פונקציע פון מח, דאס איז וואס עס טוט זיך אים א גאנצן טאג פון זיך אליין. עקסטראווערט.
איך בין נישט זיכער אויב ער אבזערווירט די טריקענע פאקטן וואס מען זעט מיט די אויגן אדער ער טראכט איבער די לאגיק דערינטער.

אדער איז ער SE אדער TE אין די ערשטע פונקציע פון מח.

איך בין נוטה אז ער איז SE און זיין ערשטע פונקציע, ער וועט אבאכט עבן אויף די פונקטליכקייט פון זאצן און סטעיטמענטס, ער וועט באמערקן א טייפאו אפילו ווען ער ליינט אזוי כלאחר יד, וכמדומה לי אז דאס ווייזט אויף SE, אזוי מיין איך.
-------------


קלאצקאפ האט אינטעראווערט געפילן, אבער איך ווייס נישט צו עס איז זיין צווייטע אדער דריטע (אדער מעגליך פערטע?) פונקציע פון מח, ער באטראכט שטארק וואס אנדערע האלטן פון אים, איך מיין אז דאס איז א געפילישער זאך, אדער אינטואישן.

כמדומה לי אז קאמפלעקסן מוזן קומען מיט געפילן אדער מיט אינטואישן.

קלאצקאפ האט גאנץ פיינע השערות, ער וועט זייער גוט צוטרעפן וועלכע דריי ניקס באלאנגען פאר די זעלבע באלעבוס, ער וועט אריינטראכטן פארוואס איינער שרייבט נישט איבער א ענין וכדו'.

איך מיין אז ער האט אינטואישן אלץ א צווייטע אדער דריטע פונקצע.
-----

וואס איך ווייס פאר זיכער איז אז זיינע געפילן זענען אינטראווערט.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

א דאנק פאר דיין טירחא, אבער כ'וועל צוערשט מוזן דורכליינען דעם אשכול כדי צו פארשטיין דעם באדייט פון דיינע ווערטער.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

איך האב עס געשריבן מיט די האפענונג אז נשמה אדער מחשב וועלן מרחיב זיין דעם ענין דא.

איך האב נישט געקלערט אז דו וועסט עס פארשטיין בעפאר דו ליינסט עס דורעך...
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

לאמיר געבן א שטיקל דמיון ארויס וועלכע ארטיקלן וואלטן געשריבן געווארן פון וועלכע פונקציע.

ס'איז נישט פאקטיש וואס איך גיי שרייבן. ס'איז צו געבן אן אהנונג וואס איך טראכט וועגן די פונקציעס.

די נענסטע צו Te

יעצט, איך זאג נישט אז דאס איז Te, איך זאג אז דאס איז די נענסטע וואס איך קען טרעפן. Te זעהט לאגישע סיסטעמען.

און דא האסטו א פאראגראף פון Te: די ביינערי סיסטעם ארטער זענען אזוי, 1,2,4,8,16,32,64,128,256 וכו׳ די ארטער פאר די העקסידעסימעל סיסטעם זענען 1,16,256 וכו׳ אויב וועט מען קוקן וועט מען זען אז יעדער ארט פון די העקסידעסימעל סיסטעם, איז אויך דא אין די ביינערי סיסטעם,

אזא איינער קען אויך זיין האט די Te פונקציע די פערטע. בקיצור

די נענסטע צו Ti.

איך זאג נאכאמאל, איך בין נישט זיכער אז די אלע האבן טאקע גענוצט דעם פונקציע, זייער מעגליך אז יא, איך געב נאר א געפיל פון מיין דמיון, דאס מאל אויף Ti.

Ti נוצט לאגיק צו פארשטיין וואס ער זעהט ביז ער מאכט דערפון א נאמען.

א פאראגראף פון Ti: כדי צו זיין א מבין דבר מתוך דבר דארף מען נעמען אין חשבון אלע קאנספיראציעס, נאר נאכדעם קען מען צוקומען צו זיין טאקע א מבין דבר מתוך דבר. און דא האסטו נאך א שטיקל: די מעשה ברענגט גוט ארויס די מהלך המחשבה וואס מ'דארף טראכטן ווען מ'וויל ארויס האבן א נושא.

Ni

און דא א פאראגראף: פארמאגט אין זיין מוח א גראדן טראכט וואס זאגט און רעקאמענדירט די מאראלישע גרונדציפן‏ אויף וואס דאס מענשהייט איז באזירט.

די Ni פונקציע האט ארויס א זאך. דעם אמת פון א גאנצע באנדל מיט זאכן.

Ne

דער שרייבער איז גאנץ זיכער א Ne. אסאך שרייבער זענען Ne. די כח פון דמיון.

פאראגראף: צוערשט שיסן זיי געדאנקען, צענליגע פער שעה, אזעלכע וואס קענען יא אדער נישט צושטאנד קומען. שפעטער גייען זיי איבער יעדע אויפגעברענגטע אפציע, זיי מעקן אויס איינס נאך איינס, ביז מען זעט וועלכע אפציע בלייבט ענדגילטיג איבער.

ווי עס קוקט אויס האט דאס דער שרייבער גענומען פון זיין פערזענליכע עקספיריענס. האבן ליב צו דמיונ'ען, דהיינו צאמשטעלן זאכן מיט זאכן. דאס איז דאך Ne. ער שטעלט צאם א טעאריע.

Se

דא האסטו א פאראגראף: דער שר המשכים שטעלט אראפ פיהר גרויסע פלעשער פריש געבראטענע אונגארישע ביר, און עס הייבט זיך אן גיסן.

דא האסטו נאך: ארויסקומענדיג פון ביה"ח באגעגען מיר א פעדלער וואס פארקויפט אלטע אנצוגן, פאסיג פאר די נסיעה. מיר זענען עס נישט געגאנגען ביז אויף צי מארגנס ווען מיר האבן עס גענומען צום שניידער אין קראקא זאל עס בודק זיין פאר שעטנז...

Se וויל אינטעראקטן מיט די וועלט.

Si

היסטאריע. די אופן וויאזוי עס איז אראפגעשריבן, די שטאנדהאפטיגקייט געט מיר די געפיל פון Si.

סדר. צאמגענומען.

Fe

רילעשאן צו ארומיגע.

א פאראגראף וואס איך מיין: א גוטע בעה"ב וועט לאזן דעם ארבעטער פארעכטן דעם פראבלעם, און נישט זיך אויף רעגן און אפסטעמפלען, אויך נישט אנשרייען אומזינסט, א מענטש איז נאר א מענטש, און אויב דיין ארבעטער איז אחריות'דיג, און זוכט צו פאררעכטן זיינע טעותים, גיב אים די געלעגנהייט, מאך עס נישט צו שווער פאר אים, און אויב איז דא א געלט שאדן, קוק עס אן ווי א טרעינינג עקספענס…

ס'מוז נישט זיין אבער איך געב נאר אזא געפיל פון וואס איך רעד.

Fi

מ'זאגט אז Fi האבן א געפיל צו בעלי חיים.

דא האסטו נאך א Fi

און א פאראגראף: דאס איז פשוט די בעסטע צוויי ווערטער קאמבינאציע צו באשרייבן אזא איש האשכולות מיט אזוי פיל קאלירן, אזא דמות מיט אזויפיל פנימ'ער.

דאס קומט פון Fi, לויט וויאזוי איך וויל אריינקוועטשן, דער Fi האט ליב אפצושאצן א זאך. און ער ווערט נערוועז פון א מענטש וואס באקומט ביי אים יעדן טאג אן אנדערע וועליו.

שוין עד כאן הדמיון

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

@מחשב די קומענדיגע שרייב איך מער פאר אזעלכע וואס נוצן זייער אינטואישן צו פארשטיין וואס מ'רעדט צו זיי, אדער וואס א ספר רעדט צו זיי. אזעלכע וואס נוצן אינטואישן קענען נישט פאלגן. זיי קענען נישט זעהן א ווארט און עס פאלגן. זיי מוזן זיך טרעפן אן אייגענעם מהלך וויאזוי צו פארשטיין וואס דו זאגסט זיי. שפעטער וועלן זיי יא פאלגן. אבער דאך מיט א געוויסן אייגענעם שניט. איך שרייב לויט מיין אייגענעם עקספיריענס. און איך קלער אז די אלע וואס ארבעטן מיט אינטואישן, דהיינו צו פארשטיין דורך אינטואישן, ארבעטן די זעלבע.

איך האלט מיך אלץ אדער בינוני, אדער שוואכער ווי בינוני. אבער איך מיין אז לויט דיין דעסקריפשאן קען איך קלערן און זאגן וואס איך קלער בענין. און איך שרייב אויף דעם ארויף וואס דו זאגסט אז מ'דארף טוישן די לימודים פאר די דורכשניטליכע.

ווען איך וואלט געלערנט "משניות" אנשטאטס גמ' וואלט איך לכאורה מער אנגעקומען. אדער אפילו חומש רש"י בעיון. און איך מיין נישט דוקא משניות. איך מיין צו זאגן, ווען איך וואלט געלערנט די חלקי התורה וואס זענען גרינגער פאר די השגה משיג צו זיין, וואלט איך מער אנגעקומען. און אין הכי נמי, ס'דא קינדער וואס ענדיגן שישה סדרי משנה פאר די בר מצווה, און קען גאר זיין אז זיי זענען מער מצליח.

איין זאך וואס עס איז מיר געבליבן פון די אלע ישיבה יארן איז א שטויס קראפט. און די שטויס קראפט שאפט זיך - לכאורה - פון די ביטערע טעם וואס איך האב געפיהלט טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, חודש נאך חודש, און יאר נאר יאר, אז איך האלט נישט מיט די לערנען. דאס איז צער און ווייטאג יעדע רגע פון טאג. דאס קען זיין אז ס'שטופט מיך - היינטיגן טאג - יא צו וועלן פארשטיין א שטיקל גמ', און אויך יענע תוספות וואס איך האב אזוי געוואלט פארשטיין און נישט געהאט די זכי' צו פארשטיין.

איך טראכט אז מ'דארף מאכן אזא מן הקל אל הכבד שיעורים. (בעיקר פאר די דורכשניטליכע) איך מיין אז איך געדענק נאך גוט יעדן טאג פון ישיבה. די ביטערע טעמים האט זיך גוט איינגעזעצט אין מיינע געפילן. איך בין נישט געווען זיכער אז איך האב געוואוסט וואס די גמ' וויל מיט שלוש ארצות לחזקה. דערפאר האב איך יעצט עס נאכגעקוקט צו זעהן צי איך האב פארשטאנען א ווארט, ווען איך האב יעצט איבערגעקוקט די שלוש ארצות לחזקה אין בבא בתרא, האב איך געזעהן אז איך האב איבערהויפט נישט פארשטאנען דעמאלטס וואס די גמ' וויל דארט. אפילו איך האב דעמאלטס פרובירט און געמיינט אז איך פארשטיי. היינט פארשטיי איך אז איך האב עס נישט באגריפן. אוודאי פארשטיי איך עס יעצט. און מיין שאלה איז פארוואס יעצט יא. אפשר ווען איך וואלט געלערנט מן הקל אל הכבד וואלט איך עס יא דעמאלטס אויך באגריפן.

אויב איך בין גערעכט מיט מיין טראכטן, איז די סיבה פארוואס איך האב עס דעמאלטס נישט פארשטאנען און יעצט יא איז, ווייל יעצט ווען איך זעה די ווערטער "שלוש ארצות לחזקה" ווייס איך אז די סדר פון די משנה איז צו מאכן נומערן. שלוש ארצות לחזקה! און אויך ווייס איך ווי א אייביגער פאקט וואס ס'מיינט חזקה. און ווען איך זעה אין די רש"י. גליל און יהודה, איז עס נישט פרעמד.

מן הקל אל הכבד מיין איך צו זאגן, א וועג פון פארלערנען חלקי התורה וואס די השגה פון א מענטש ווערט דורכדעם רייכער און רייכער. יעדעמ'ס השגה האלט ערגעץ אין א געוויסע נקודה. און פון דארט דארף מען דאס ארויפברענגען. נישט אז ער זאל מוזן שפרינגען גאר הויעך מיט איינמאל. און דאס מיינט אז ס'דארף זיין לימודים געוואנדן ווי מ'האלט שוין.

א מענטש (לכאורה מיט די ווארט "מענטש" רעד איך פון א מענטש וואס פארשטייט דורך אינטואישן) האלט זיך אין איין אויסלערנען נייע מהלכים צו קענען כאפן וואס איינער מיינט אים צו זאגן. ווי מער א מענטש לערנט מן הקל אל הכבד, אלץ מער פארגעשריטן ווערט ער צו אויסרעכענען וואס דו קענסט אים אלץ זאגן. אויב א מענטש לערנט גראד א שווערע זאך, און שווער מיינט, אז ער האט פשוט נישט גענוג טריקס וויאזוי צו כאפן וואס דו מיינסט אים צו זאגן.

ווייל לאמיר פארשטיין. דער וואס געט איבער די אינפארמאציע, ער ווייסט אז ער האט געוואוסט קלאר וואס ער וויל זאגן. לאמיר זאגן אז יעדע זאך וואס א מענטש זאגט דיך, (הייליגע מענטשן) איז דא פאר דיר הונדערט מהלכים פארצושלאגן כדי צו פארשטיין וואס ער קען דיר מיינען צו זאגן. הונדערט מינע וועגן וואס די אינטואישן קען ארויפברענגען, און ארויסשטעלן, כדי צו פארשטיין וואס ער מיינט דיך צו זאגן.

אבער ער וואס זאגט עס, ווייסט וועלכע פון די אלע הונדערט ער נעמט. דו ווייסט טאקע נישט. און דו דארפסט אויסרעכענען (מיט אינטואישן וואס ער מיינט דיך צו זאגן).

יעצט, וואס מיינט דורכשניטליך ווען ס'קומט צו די נושא פון קענען פארשטיין וואס מ'לערנט? וואס מיינט אז איינער איז "דורכשניטליך"?

דורכשניטליך מיינט א מענטש וואס האט נאכנישט גענוג וועגן וויאזוי צו פארשטיין וואס דו זאגסט אים. און במילא פארפעלט ער צו כאפן וואס דו זאגסט אים. די סיבה פארוואס עס איז דא אזא מציאות ווי דורכשניטליך איז, ווייל אין די צייט וואס איינער קען דורכלויפן מיט זיין קאפ פופצן מהלכים וואס קען אלץ זיין וואס דו מיינסט אים צו זאגן, קען יענער נאר דורכלויפן דריי מהלכים. דער וואס קען דורכלויפן פופצן מהלכים, ער געדענקט און זאמעלט מהלכים וואס האט שוין געארבעט, און עס איז גרייט צו זיין באנוץ. איינער וואס קען נאר דריי, פארגעסט - למשל - וואס עס קען אלץ ארבעטן צו פארשטיין.

יעצט, ווען מ'גייט מן הקל אל הכבד, מאכט מען זיכער אז ער קלויבט זיך מער און מער מהלכים. אזוי ווי א געים. אבער עס ארבעט אויך בערך אזוי. דער מענטש זאמעלט אינפארמאציע וויאזוי אלץ מ'קען פארשטיין וואס צו טון. אזוי ווי artificial intelligence. ארטיפישל אינטעליגענץ ארבעט אז די קאמפיוטער לערנט זיך אלייין אויס וואס דו קענסט אלץ מיינען מיט א געוויסע זאך.

איך מיין אז די של"ה הקדוש רעדט פון דעם אז מ'זאל לערנען קודם תנ"ך, און נאכדעם משניות, און אזוי ווייטער.

אדרבה, זאלן אלע (געוועזענע) דורכשניטליכע ערליכע מיט יראת הבורא ואהבת התורה קומען און פארציילן צי מיט זייער יעצטיגע בליק האבן זיי בכלל געהאט א מינדעסטע השגה וואס די גמ' וויל זאגן. זאלן יונגעלייט קומען פארציילן וואס זיי האבן אלץ עררייכט אין די שעה'ן פון ישיבה. חוץ פון א זייטיגע אינטערעסאנטע ספר וועגן טבעיות הנפש. זאלן זיי זאגן וואס זיי וואלט געוואלט אז מ'זאל מיט זיי לערנען, אויף וואס פאר א אופן, כדי זיי זאלן האבן עררייכט גרויסע חלקים אין תורה.

איך קען עכט נישט פארשטיין פארוואס איך האב געדארפט נעמען טייערע צייט פון מיין לעבן און עס אויסגעבן אויף דעם אופן. די צייט גייט מער קיינמאל נישט צוריקקומען. איך בין זייער נייגעריג צו וויסן ווער פונקטליך אויף די וועלט האט יעצט הנאה פון יענע אויסגעגעבענע צייט? וואס וואלט געווען שלעכט אויב איך געב עס אויס אויף לימוד משניות, לימוד חומש רש"י בעיון. לימוד הלכה. דהיינו מן הקל אל הכבד. חוץ אויב דו זאגסט אז דאס אליין אז איך האב באקומען א ביטערע ביטערע טעם פון נישט קענען מיטהאלטן, דאס אליין שטופט מיך יעצט צו? צו וואס? צו וועלן לערנען? גיי ווייס. אבער אויב עס האט נישט קיין שום טיפער טעם פון זיכוך הנשמה און נאך טיפע טעמים, אפשר אנדערש וואלט איך שוין געהאלטן ווייטער מיט לימוד התורה.

וויפיל דארפן היינט אנקומען צו "מתיבתא" כדי צו פארשטיין? מיט'ן היינטיגען סיסטעם וואלט מען געדארפט אנקומען סך מער ווי אמאל.

און מיט א קינד לערנט מען דען מן הקל אל הכבד?

יא, אמת טאקע אז ס'דא מצויינים. אבער ווער זאגט אז "איך" בין נישט געווען א מצויין? אפשר בין איך יא געווען א מצויין, נאר איך האב נאך נישט געהאלטן דארט. אפשר איז די סיבה פארוואס מ'האלט נישט מיט, פשוט ווייל מ'האלט נאכנישט דארט. די קאפ באגרייפט נישט פון וואס דו רעדסט. ער דארף זיך איבערשטרענגען צו קענען אנקומען צום צעהנטן סטעפ מיט איין שטרעק. פעהלט עס אויס?

און אזוי בויט מען אויף דורות. וועלכע דורות? דורות מיט א ביטערע נאך טעם פון די עצם לערנען. אדרבה, זאל מען מאכן א אסיפה, און זאלן טאטעס פארציילן זכרונות פון ישיבה.

און אפילו אויב איינער שטרענגט זיך יא אן, איז דא מאנכע וואס האבן זיך פשוט איבערגעשטרענגט. אויב מ'וועט נישט טוישן סיסטעם, וועט ווערן מער און מער בחורים וואס גייען גיין פאר א "יודישע ניגון". לשון קודש פארשטייט ער נישט. לשון קודש רעדט נישט צו אים. פרייט ער זיך ביי א חתונה פון עפעס א יודישע הארץ ניגון. נאר דאס רעדט צו אים. איך רעד פון בחורים וואס ארבעטן מיט אינטואישן.

און ווער ווייסט פארוואס די קעפ זענען אזוי שוואך. אפשר פון די סטופיד עסן וואס מ'עסט? און אפשר ווייל די קאפ ווערט אנגעפילט מיט חלומות און דמיונות פון די היינטיגע ראשיגע וועלט. קען זיין אז א אמאל ווען מ'האט געהאלטן ביי "קל", האט דער יונגעל געמוזט נוצן אלע טריקס וואס זיין אינטואישן קען אלץ ארויפברענגען כדי דאס צו פארשטיין. און ער האט גענוצט, און נישט אונטער אומגעזונטע דרוק.

היינט, ווייל מ'מאכט די לערנען אזוי גרינג פאר יונגלעך, מ'איז גאר א גוטער מלמד, לערנט ער זיך נישט אויס נייע און נייע מהלכים אליין צו קענען פארשטיין וואס דו רעדסט צו אים. ער זאמעלט נישט מהלכים. לייגסט עס אים אריין אין קאפ. ס'איז ביידע אמת. סיי מ'דארף גיין מן הקל אל הכבד, און סיי וואס דער חובת התלמידים רעדט שוין, אז היינט פלאגט מען זיך נישט. און עס דארף זיין א רצון זיך צו פלאגן. טראכט אליין. פרוביר אליין צו פארשטיין.

די קעפ פון די בחורים און די קעפ פון די וואס לערנען פאָר איז אינגאנצן אנדערש. דער בחור (איך רעד פון מיר, והדומה לי) האט נישט קיין אהנונג וואס דו פארשטייטס. רעדסט צו אים לאטייניש. ער קען נישט צאמשטעלן איין ווארט צום צווייטן. מ'קומט צו די בחורים (דורכשניטליכע) און מ'זאגט אים: דא האסטו. פליה ארויף.

אפשר האט עס אבער יא עפעס א באהאלטענע תועלת. ווער ווייסט? אפשר דוקא דאס אז מ'פארשטייט נישט, האט עפעס א ווייטגרייכנדע תוצאה וואס מ'קען מיט'ן פשוט'ן חשבון, נישט אויסרעכענען. ווער ווייסט?

איך וואונדער מיך, אז אויב איך וואלט געלערנט מן הקל אל הכבד. צי איך וואלט נאר געהאט האפענונג צו ענדיגן מסכת חגיגה מיט די יודישע טייטש. נאר אזוי האב איך עס געענדיגט.

צי קען דאס נישט מאכן פראבלעמען, אויב א בחור פארשטייט נישט קלאר וואס דו ווילסט פון אים דא מיט די גמ'? און דאס הייבט זיך נאך אן אין חדר. אפשר דארף מען קודם לערנען משניות, גאנץ משניות, און נאכדעם גמ'. עס איז טאקע דא קינדער וואס ענדיגן אליין שישה סדרי משנה. און איינער וואס קען דאס אויך נישט?

פארוואס דארף מען מאכן איין ישיבה פאר אלע קעפ? מ'דארף מאכן אזוי. ישיבת פאר לימוד משניות, און אויב מ'קען שוין זאל מען גיין צו שווערע ווי משניות. אסאך צייט וואס א כיתה ח' קינד לייגט אריין צו פארשטיין וואס די משנה זאגט, און וואס די גמ' זאגט, וואלט מען אפשר געקענט פארמיידן, דורכדעם וואס מ'גייט מן הקל אל הכבד.

יגיעת התורה איז צו פארשטיין פשט. איך רעד נישט פון יגיעת התורה. איך רעד פון גיין מן הקל אל הכבד.

שוין. והשם הטוב יעזור בזכות הצדיקים.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

INFJ
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”