היינט, פאר 167 יאר צוריק, אום שנת תרי״ב, האבן זיך רוסישע צוויי יודן ארויסגעלאזט אויפ׳ן וועג קויפן פיש, אנדערהאטלן וואך שפעטער, אום ב׳ תמוז, האט מען ל״ע אפגעפונען זייערע אומדערקענבארע קערפער איינעם לעבן דעם צווייטן, אומגעפער 20 ווייארסט [1 רוסישע ווייארסט איז א תחום שבת, ערוך השלחן או״ח סי׳ שצ״ז] פון זייערע וועג. מען האט זיי דערקענט דורך זייערע מלבושים און זייערע ארבע כנפות. כמובן האט זיך דא אנטוויקלט אן עגונה שאלה, וועלכע איז געשיקט געווארן צו דעם ליובאוויטשן רבי׳ן, בעל צמח צדק, וועלכער האט איר מתיר געוועזען.
קנקן טעגליך
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
קנקן טעגליך
כ״א סיון תשע״ט
היינט, פאר 167 יאר צוריק, אום שנת תרי״ב, האבן זיך רוסישע צוויי יודן ארויסגעלאזט אויפ׳ן וועג קויפן פיש, אנדערהאטלן וואך שפעטער, אום ב׳ תמוז, האט מען ל״ע אפגעפונען זייערע אומדערקענבארע קערפער איינעם לעבן דעם צווייטן, אומגעפער 20 ווייארסט [1 רוסישע ווייארסט איז א תחום שבת, ערוך השלחן או״ח סי׳ שצ״ז] פון זייערע וועג. מען האט זיי דערקענט דורך זייערע מלבושים און זייערע ארבע כנפות. כמובן האט זיך דא אנטוויקלט אן עגונה שאלה, וועלכע איז געשיקט געווארן צו דעם ליובאוויטשן רבי׳ן, בעל צמח צדק, וועלכער האט איר מתיר געוועזען.
שו״ת צמח צדק, אבן העזר, סי׳ ס״א.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
- הילולא דצדיקיא
- שר האלפיים
- תגובות: 2419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
- לאקאציע: באהלי צדיקים
ס'איז א שיינע אינפערמעישען, נישט נאר הערן אז דעם טאג פאר 500 יאר, האט דער גוי'אישער קעניג געטון אזוי, און יענער אנדערש. נאר מ'הערט אויך אביסל אידישע אינפערמעישען, זייער אינטרעסאנט.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
געשיקטער האט געשריבן:האפענטליך ווילט איר הערען קריטיק
ילמדנו וואס איז אזוי מערקווירדיג מיט די עובדא?
עס איז געווען אזא זעלטענע שאלה?
עס זענען געווען חולקים אויף דעם פסק פון צמח צדק?
מיר עסן קריטיק םפאר פרישטאג מיטאג און נאכטמאל, אדרבא, שיק אריין.
מיר ברענגן אהער די געשיכטע נישט פון א הלכה׳דיגן שטאנדפונקט, נאר צו געבן אביסל א בילד, ווי אזוי לעבן האט אויסגעזעהן מיט 150 יאר צוריק.
מען איז געגאנען פון איין שטאט צו צווייטן קויפן פיש.
מען האט זיך דערביי איינגעשטעלט דאס לעבן.
אן אינטערסאנטע ידיעה׳לי וואס איז גוט צו וואוסן, אז א רוסישע ווייארסט איז א תחום שבת.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 622
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4289
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
איטשע האט געשריבן:געשיקטער האט געשריבן:האפענטליך ווילט איר הערען קריטיק
ילמדנו וואס איז אזוי מערקווירדיג מיט די עובדא?
עס איז געווען אזא זעלטענע שאלה?
עס זענען געווען חולקים אויף דעם פסק פון צמח צדק?
מיר עסן קריטיק םפאר פרישטאג מיטאג און נאכטמאל, אדרבא, שיק אריין.
מיר ברענגן אהער די געשיכטע נישט פון א הלכה׳דיגן שטאנדפונקט, נאר צו געבן אביסל א בילד, ווי אזוי לעבן האט אויסגעזעהן מיט 150 יאר צוריק.
מען איז געגאנען פון איין שטאט צו צווייטן קויפן פיש.
מען האט זיך דערביי איינגעשטעלט דאס לעבן.
אן אינטערסאנטע ידיעה׳לי וואס איז גוט צו וואוסן, אז א רוסישע ווייארסט איז א תחום שבת.
איטשע איז קנקן?
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".
וואס מיינט היימיש? היימיש!
וואס מיינט היימיש? היימיש!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 621
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 433
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am
ברשות בעל הקנקן (געבט ער טאקע רשות?) וכל הקהל הקדוש, וועל איך זיך ערלויבן היינט (און נאר היינט בל"נ) צו צולייגן אפאר פאסירונגען וואס זענען נוגע פאר כ"א סיון.
יא אינטערעסאנט, אדער נישט, וועט איר באשלוסן.
אין תרמ"ז האט זיך פארשפרייט א שמועה אז משיח וועט קומען ביום כ"א סיון תרמ"ז.
ס'האט זיך געטון דערוועגן אין אלע צייטונגען.
דא איז א קאפי פונעם הצפירה:
יא אינטערעסאנט, אדער נישט, וועט איר באשלוסן.
אין תרמ"ז האט זיך פארשפרייט א שמועה אז משיח וועט קומען ביום כ"א סיון תרמ"ז.
ס'האט זיך געטון דערוועגן אין אלע צייטונגען.
דא איז א קאפי פונעם הצפירה:
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 433
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am
1. פאר דעם איז דא:
קעפל: היינט אין אידישע היסטאריע
2. אויב איר ווילט, שיקט אונז אריין פריוואט סחורה, און מיר וועלן עס נוצן בע״ה
קעפל: היינט אין אידישע היסטאריע
2. אויב איר ווילט, שיקט אונז אריין פריוואט סחורה, און מיר וועלן עס נוצן בע״ה
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 433
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am
קנקן האט געשריבן:1. פאר דעם איז דא:
קעפל: היינט אין אידישע היסטאריע
2. אויב איר ווילט, שיקט אונז אריין פריוואט סחורה, און מיר וועלן עס נוצן בע״ה
א דאנק, נישט געוואוסט!
און א דאנק פאר אייער זיסער אשכול 'קנקן טעגליך'. בהצלחה!
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
קנקן האט געשריבן:כ״א סיון תשע״ט
היינט, פאר 167 יאר צוריק, אום שנת תרי״ב, האבן זיך רוסישע צוויי יודן ארויסגעלאזט אויפ׳ן וועג קויפן פיש, אנדערהאטלן וואך שפעטער, אום ב׳ תמוז, האט מען ל״ע אפגעפונען זייערע אומדערקענבארע קערפער איינעם לעבן דעם צווייטן, אומגעפער 20 ווייארסט [1 רוסישע ווייארסט איז א תחום שבת, ערוך השלחן או״ח סי׳ שצ״ז] פון זייערע וועג. מען האט זיי דערקענט דורך זייערע מלבושים און זייערע ארבע כנפות. כמובן האט זיך דא אנטוויקלט אן עגונה שאלה, וועלכע איז געשיקט געווארן צו דעם ליובאוויטשן רבי׳ן, בעל צמח צדק, וועלכער האט איר מתיר געוועזען.שו״ת צמח צדק, אבן העזר, סי׳ ס״א.
די געדאנק איז זייער אינטערעסאנט פאר אונז.
וואס הייסט "אומדערקענבארע", ווייסט מען וואס די מעשה איז געווען? זענען זיי דערהארגט געווארן אדער אויסגעגאנגען, דורך שונאים אדער חיות רעות?
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
בפשטות מיינט אומדערקענבאר אז מ'האט שוין נישט געקענט דערקענען ווער זיי זענען, צוליב די לאנגע צייט וואס איז שוין דורך פונעם טראגעדיע רח'"ל
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
אין צמח צדק שטייט אז זיי זענען ערמארדעט געווארן.
אגב דער שיעור פון ווייארסט ווערט אויך מבואר אין שו"ת צ"צ אה"ע סי' עח:
וא"כ כיון שהלך עם הילוך הנהר מהלך שלשה ווייארסט, ורבו האומרים ששם הווייארסטין הם שבעה מאות קלאפטער בכל ווייארסט, וא"כ בשלשה מילין יש שני אלפים ומאה קלאפטער שהם ששה אלפים ושלשה מאות ארשין. ועם משך העיר ממקום שנטבע עד חוץ לעיר י"ל שיש ערך ארבעה מילין שהמיל ב' אלפים אמה והארשין גדול הרבה מן האמה כידוע...
אגב דער שיעור פון ווייארסט ווערט אויך מבואר אין שו"ת צ"צ אה"ע סי' עח:
וא"כ כיון שהלך עם הילוך הנהר מהלך שלשה ווייארסט, ורבו האומרים ששם הווייארסטין הם שבעה מאות קלאפטער בכל ווייארסט, וא"כ בשלשה מילין יש שני אלפים ומאה קלאפטער שהם ששה אלפים ושלשה מאות ארשין. ועם משך העיר ממקום שנטבע עד חוץ לעיר י"ל שיש ערך ארבעה מילין שהמיל ב' אלפים אמה והארשין גדול הרבה מן האמה כידוע...
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
- יין ישן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 488
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
- לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן
ייש"כ הרב קנקן! מ'קען אייך ריכטיג באגריסן מיט די ווערטער 'קנקן חדש מלא ישן', דער אייבירשטער זאל אייך ווייטער געבן כח און מוח אנצוגיין מיט אייער נייער אונטערנעמונג.
----------------
כ'קלער אז אפשר איז כדאי צו מאכן צוויי אשכולות איינס מיט דעם נאמען קנקן טעגליך וואו איר וועט אהערשטעלן אייערע סחורה, און די צווייטע מיוחד פאר הערות, נאר א רעקאמענדאציע.
----------------
כ'קלער אז אפשר איז כדאי צו מאכן צוויי אשכולות איינס מיט דעם נאמען קנקן טעגליך וואו איר וועט אהערשטעלן אייערע סחורה, און די צווייטע מיוחד פאר הערות, נאר א רעקאמענדאציע.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
יין ישן האט געשריבן:כ'קלער אז אפשר איז כדאי צו מאכן צוויי אשכולות איינס מיט דעם נאמען קנקן טעגליך וואו איר וועט אהערשטעלן אייערע סחורה, און די צווייטע מיוחד פאר הערות, נאר א רעקאמענדאציע.
מצדי געזונטערהייט, כ׳ווייס נאר נישט ווי אזוי מען איז דאס מסדר עצהיו״ט.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
כ״ב סיון תשע״ט
כ״ב סיון תשע״ט
היינט, פאר 371 יאר צוריק, שנת ת״ח, איז אומגעברענגט געווארן דער נעמירובער רב, הגאון מוהר״ר יחיאל מיכל הי״ד. 2 טאג פריער, אום כ׳ סיון, איז ק״ק נעמירוב געפאלן צו חמיל ימ״ש און זיינע קאזאקן, זייענדיג דאס ערשטע יודישע קהלה צו פאלן צו זייערע ברוטאלע הענט. די יודן האבן זיך געהאט באפעסטיגט אינ׳ם לאקאלן פעסטונג וואס איז געווען ארומגענומען מיט א וואסער. ווען דער קאזאק האט זיך אריינגעבראכן, איז ר׳ מיכל אריינגעשפרינגן אינ׳ם וואסער, און ס׳איז אים געלונגן זיך מאמענטאל זיך צו ראטעווען. 2 טאג דערויף זענען די קאזאקן צוריקגעקומען זיכער צו מאכן אז ס׳איז גארנישט פארבליבן, ר׳ מיכל זעהנדיג אז די צייט איז שמאל, איז ער אנטלאפן צום יודישן בית החיים, וועלנדיג זיכער מאכן כאטש צו קומען צו קבר ישראל, ווי ער איז טאקע ענדגילטיג ערמארדערט געווארן מיט זיין פאמיליע, הי״ד.
צווישן די וואס ס׳זענען זיך יא געלונגען זיך צו ראטעווען פו ןנעמירוב, איז געווען הג״ר יעקב כהנא שפירא, וועלכע איז דאן געוען א יונגעלע, ער דערציילט זיין געשיכטע אין די הקדמה פון זיין ספר אהל יעקב.
זעהט די פולע געשיכטע: דא
מקור: יון מצולה
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
-
- שר האלף
- תגובות: 1825
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
- לאקאציע: אין מערב אירופה
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 480
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
- לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך
קנקן האט געשריבן:יין ישן האט געשריבן:כ'קלער אז אפשר איז כדאי צו מאכן צוויי אשכולות איינס מיט דעם נאמען קנקן טעגליך וואו איר וועט אהערשטעלן אייערע סחורה, און די צווייטע מיוחד פאר הערות, נאר א רעקאמענדאציע.
מצדי געזונטערהייט, כ׳ווייס נאר נישט ווי אזוי מען איז דאס מסדר עצהיו״ט.
עפן א נייע אשכול מיטן נאמען "הערות אויף קנקן טעגליך" די ערשטע תגוה דארט זאל זיין א לינק צו דעם אשכול, דערנאך קאנטאקטיר די אחראים און בעט זיי שיואילו בטובם אריבערוקען אלע תגובות אהין, (זיי וועלן לייכטער מסכים זיין בעוד די סכום פון תגובות זענען נאך קליין) איינמאל דאס איז ארלעדיגט פאריכט דיין ערשטע תגובה אין דעם אשכול און שרייב צו "ביטע מגיב זיין נאר און דעם אשכול" מאך די ווערטער פאר א לינק צו יענעם אשכול, ענד יו'ר אלל דאן
עץ חיים הוא למחזיקים בה
- יין ישן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 488
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
- לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן
ייש"כ פאר הרב קנקן פארן דערהערן די בקשה נאך יעדע טעגליכע נייעס קען מען לייגן א לינק צו יענעם אשכול דערווייל לייג איך עס ארויף דא און ווען די אחראים וועלן עס מסדר זיין קענען זיי דאס אויך אפירנעמען
קאמענטארן אויף קנקן טעגליך
קאמענטארן אויף קנקן טעגליך
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
כ״ג סיון תשע״ט
היינט, 2374 יאר צוריק, שנת ג׳ת״ה ליצירה, האט מען אויפגעהאנגען המן הרשע!
איין מינוט האט מען אים נישט אויפגעהאנגן דעם צווייטן טאג פסח? אין מדרש ווערט געברענגט: ״מֵאַחַר הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה גִּדַּל הַמֶּלֶךְ וגו', עַד וַיִּתְלוּ אֶת הָמָן, שִׁבְעִים פְּסוּקִים, לְתַכְלִית שִׁבְעִים נִתְלָה עַל חֲמִשִּׁים.״ אין מיר זאגן עס אין די יוצרות פ׳ זכור, די לעצטע שורה פאר׳ן סילוק. דאס באצועט זיך אז נאך 70 טעג פונ׳ם ארויסגעבן זיין גזירה, אום יי״ג ניסן, האט מען אים געהאנגן אויפ׳ן פופציגער.
אלזא אויסער וואס מען האט אפגעשיקט די אגרות שניות, הא׳מיר אויך א פיינעם יארצייט.
מקור: במדבר רבה פ׳ נשא