שניידן 25 טויזענט דאללער פון הוצאות החתונה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

שניידן 25 טויזענט דאללער פון הוצאות החתונה

תגובהדורך א. טראכטער » זונטאג יוני 23, 2019 1:58 pm

דער אשכול גייט בעזהשי''ת זיין געווידמעט איבער חשבונות פון חתונה הוצאות.


ביטע! נאר ווער עס האט שוין חתונה געמאכט אדער ווייסט פון קראנטע חשבונות זאל דא שרייבן.

(עס איז שוין דא אנדערע אשכולות איבער איידיעס און פלענער בנוגע חתונה תקנות, ביטע שרייבן דא נאר חשבונות)


מיר ווילן אנקומען צו א מהלך וויאזוי מען קען אויסרעכענן צו שפארן $25,000 פער צד.
(אויסער די חתונה זאל הוצאות, וואס איז שוין דא תקנות זאלן וואס שפארן בערך 10,000 פער צד)


סיי וואס מען קען שניידן פון זייטיגע חיי שעה שפענדונגען (צ.ב.ש קליידונג וכדומה)
און סיי וואס מען קען ארויפלייגן אויף די קאפלעך (צ.ב.ש. דיינונג פערנוטשער וכדומה)


יא! א דורעכשניטליכער משפחה פון 10 קינדער קען זיך שפארן א פערטל מיליאן דאללער!!!!!!!!!!!!!


ביטע קומט אריין מיט חשבונות...
לעצט פאראכטן דורך א. טראכטער אום זונטאג יוני 23, 2019 2:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג יוני 23, 2019 2:05 pm

דריי שטריימלעך פאר מחותנים און חתן אנטשטאט 18,000, אדער אפילו 9,000, זאל עס קאסטן 3,600, 1,200 פער.
($3,400)

א געבארגטע כלה קלייד.
($3000)

צוויי מחותנתטעס קליידער $800 פער. אנשטאט 3,000 יעדעס איינע.
($4,000)

האסטע א סעווינגס פון 10 אלפים.
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג יוני 23, 2019 2:16 pm

בעריש'ל האט געשריבן:דריי שטריימלעך פאר מחותנים און חתן אנטשטאט 18,000, אדער אפילו 9,000, זאל עס קאסטן 3,600, 1,200 פער.
($3,400)

א געבארגטע כלה קלייד.
($3000)

צוויי מחותנתטעס קליידער $800 פער. אנשטאט 3,000 יעדעס איינע.
($4,000)

האסטע א סעווינגס פון 10 אלפים.

וויפיל איז היינט די אלגעמיינע פרייז פון א שטריימל וואס א חתן קויפט?
הנותן לשכוי בינה...


אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג יוני 23, 2019 2:24 pm

תרנגול האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:דריי שטריימלעך פאר מחותנים און חתן אנטשטאט 18,000, אדער אפילו 9,000, זאל עס קאסטן 3,600, 1,200 פער.
($3,400)

א געבארגטע כלה קלייד.
($3000)

צוויי מחותנתטעס קליידער $800 פער. אנשטאט 3,000 יעדעס איינע.
($4,000)

האסטע א סעווינגס פון 10 אלפים.

וויפיל איז היינט די אלגעמיינע פרייז פון א שטריימל וואס א חתן קויפט?

3,500 ביז 6,000
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג יוני 23, 2019 2:26 pm


שדכן $2,000 פער צד
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » זונטאג יוני 23, 2019 2:27 pm


WOW

איך קוק אויף דיין אייגענע פלאן

#מעסיוו


מען דארף נאר זעהן עס זאל ווערן די ''סטייל''...

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג יוני 23, 2019 2:32 pm

א. טראכטער האט געשריבן:

WOW

איך קוק אויף דיין אייגענע פלאן

#מעסיוו


מען דארף נאר זעהן עס זאל ווערן די ''סטייל''...

קיק אויף חתן־כלה #1 שיט

קיק אויף מיין אינטערשריפט

~אנקעטע ~ איז אייער בני בית מסכים חתונה צו מאכן שפארזאם ?

צביירושלים
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

הכל לפי המבייש והמתבייש

תגובהדורך צביירושלים » זונטאג יוני 23, 2019 2:39 pm

הסבר את עצמי בלשון קודש מפני אריכות הדברים וקוצר הכתיבה

ברוך הוא וברוך שמו על הרעיון שהתחלתי בעת נישואי בתי תחי׳
חתן שעון מכסף ולא מזהב
לא קניתי שטריימל חדש אפילו שזה החתונה הראשונה ( הוצאות שבת ויום טוב אינו מן המנין אז בעזרת השם לכבוד אחד מן הימים טובים )
לא קניתי ולא התחייבתי לקנות ״דייניג רום סעט״
רוב הבגדים מיט א אונגערישע אשת חיל קנו במחיר סעיל
לא בזבזנו על שבע ברכות

ועל הכל בקשנו ממי שהעושר שלו שישפיע עלינו מאוצרו הטוב בשפע ובכבוד

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » זונטאג יוני 23, 2019 2:42 pm

צביירושלים האט געשריבן:הסבר את עצמי בלשון קודש מפני אריכות הדברים וקוצר הכתיבה

ברוך הוא וברוך שמו על הרעיון שהתחלתי בעת נישואי בתי תחי׳
חתן שעון מכסף ולא מזהב
לא קניתי שטריימל חדש אפילו שזה החתונה הראשונה ( הוצאות שבת ויום טוב אינו מן המנין אז בעזרת השם לכבוד אחד מן הימים טובים )
לא קניתי ולא התחייבתי לקנות ״דייניג רום סעט״
רוב הבגדים מיט א אונגערישע אשת חיל קנו במחיר סעיל
לא בזבזנו על שבע ברכות

ועל הכל בקשנו ממי שהעושר שלו שישפיע עלינו מאוצרו הטוב בשפע ובכבוד



אשריך אשריך!!
הלוואי ירבו כמותך!

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » זונטאג יוני 23, 2019 2:52 pm

בעריש'ל האט געשריבן:דריי שטריימלעך פאר מחותנים און חתן אנטשטאט 18,000, אדער אפילו 9,000, זאל עס קאסטן 3,600, 1,200 פער.
($3,400)

א געבארגטע כלה קלייד.
($3000)

צוויי מחותנתטעס קליידער $800 פער. אנשטאט 3,000 יעדעס איינע.
($4,000)

האסטע א סעווינגס פון 10 אלפים.


דריי אלפים פאר א געבארגעטע מחותנתטעס קלייד וואס מ'נוצט איינעמאל, און 1200 פאר א שטריימל וואס דער חתן גייט טראגן יעדע שבת ביזן חתונה מאכן, און אלע שמחות פון אלע זייטן?
א קלייד וואס א מחותניתטע גייט איינמאל, זאל קאסטן אין גמח 200 דאלער.

אוועטאר
מים חיים
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » זונטאג יוני 23, 2019 3:00 pm

לייפציק האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:דריי שטריימלעך פאר מחותנים און חתן אנטשטאט 18,000, אדער אפילו 9,000, זאל עס קאסטן 3,600, 1,200 פער.
($3,400)

א געבארגטע כלה קלייד.
($3000)

צוויי מחותנתטעס קליידער $800 פער. אנשטאט 3,000 יעדעס איינע.
($4,000)

האסטע א סעווינגס פון 10 אלפים.


דריי אלפים פאר א געבארגעטע מחותנתטעס קלייד וואס מ'נוצט איינעמאל, און 1200 פאר א שטריימל וואס דער חתן גייט טראגן יעדע שבת ביזן חתונה מאכן, און אלע שמחות פון אלע זייטן?
א קלייד וואס א מחותניתטע גייט איינמאל, זאל קאסטן אין גמח 200 דאלער.


וואס 3 אלפים ?

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » זונטאג יוני 23, 2019 3:03 pm

מים חיים האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:דריי שטריימלעך פאר מחותנים און חתן אנטשטאט 18,000, אדער אפילו 9,000, זאל עס קאסטן 3,600, 1,200 פער.
($3,400)

א געבארגטע כלה קלייד.
($3000)

צוויי מחותנתטעס קליידער $800 פער. אנשטאט 3,000 יעדעס איינע.
($4,000)

האסטע א סעווינגס פון 10 אלפים.


דריי אלפים פאר א געבארגעטע מחותנתטעס קלייד וואס מ'נוצט איינעמאל, און 1200 פאר א שטריימל וואס דער חתן גייט טראגן יעדע שבת ביזן חתונה מאכן, און אלע שמחות פון אלע זייטן?
א קלייד וואס א מחותניתטע גייט איינמאל, זאל קאסטן אין גמח 200 דאלער.


וואס 3 אלפים ?

סארי א געבארגטע כלה קלייד פאר איין נאכט, געט ער 3000 ווס א שטריימל וואס מ'טראגט ביי הונעדערטער אדער טויזנעטער חתונות, מ'דארף עס קאמפערן מיט די חתונה קלייד, און אלע שבת'דיגע שייטלען און העטס פון די קומענדיגע צען יאר.

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » זונטאג יוני 23, 2019 3:10 pm

לכאורה שפארט מען 3000 מיט א געבארגטע כלה קלייד האט ער געמיינט צו זאגן

אוועטאר
מים חיים
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » זונטאג יוני 23, 2019 3:10 pm

לייפציק האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:דריי שטריימלעך פאר מחותנים און חתן אנטשטאט 18,000, אדער אפילו 9,000, זאל עס קאסטן 3,600, 1,200 פער.
($3,400)

א געבארגטע כלה קלייד.
($3000)

צוויי מחותנתטעס קליידער $800 פער. אנשטאט 3,000 יעדעס איינע.
($4,000)

האסטע א סעווינגס פון 10 אלפים.


דריי אלפים פאר א געבארגעטע מחותנתטעס קלייד וואס מ'נוצט איינעמאל, און 1200 פאר א שטריימל וואס דער חתן גייט טראגן יעדע שבת ביזן חתונה מאכן, און אלע שמחות פון אלע זייטן?
א קלייד וואס א מחותניתטע גייט איינמאל, זאל קאסטן אין גמח 200 דאלער.


וואס 3 אלפים ?

סארי א געבארגטע כלה קלייד פאר איין נאכט, געט ער 3000 ווס א שטריימל וואס מ'טראגט ביי הונעדערטער אדער טויזנעטער חתונות, מ'דארף עס קאמפערן מיט די חתונה קלייד, און אלע שבת'דיגע שייטלען און העטס פון די קומענדיגע צען יאר.

די 3000 איז וואופול משפארט, סליינט זיך 3000-

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג יוני 23, 2019 4:24 pm

אדער (-) וואס איז אנשטאט א מינוס
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יוני 23, 2019 4:35 pm

DURABLE GOODS זעה איך נישט פארוואס מען זאל שפארען. אריינגערעכנט אין דעם:
שטריימל
דיינעט סעט
קליידונג
געשיר
עסצייג
טעפ
שייטל (פאר ווער עס גייט דערמיט)

אפטייטש פון DURABLE GOODS איז, זאכען וואס פערבלייבט. זאל עס שוין האלטן פאר לענגער. איז גלייב נישט אז די 1000 שטריימל האלט די זעלבע אוואו די 2500, אפילו פערצענטואל אויך נישט. א דיינעט סעט זאל כאטש האלטן אויף גאר לאנג, און א IKEA סעט איז נישט געמאכט צו האלטן פאר זייער לאנג. טעפ און עסצייג קאן מען אויך זעהן אז די טיירערע זיינען רוב מאל פון גאר א גוטע קוואליטעט. א.א.וו.
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יוני 23, 2019 4:37 pm

די וויכטיגסטע צו שניידען איז פון PACKAGES.
דארפסט קויפן א גאנצע סעט פון זאכען וואס מען דארף נישט אויף צו קריגען די גוטע פרייז. אריינגערעכנט אין דעם: חתונה מאללס, מענער קלאודינג געשעפטן, און נאך
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » זונטאג יוני 23, 2019 4:39 pm



איינער קען מיר דאס בעסער אויסשטעלן איך זאל דאס קענען גהעריג ארויספרינטן, ווי לדוגמא א PDF אויסגעשטעלט אין די ברייט?
איך דארף דאס נייטיג האבן א דאנק.
א הארציגע ייש"כ פאר דאס ארויפשטעלן.

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג יוני 23, 2019 4:45 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:


איינער קען מיר דאס בעסער אויסשטעלן איך זאל דאס קענען גהעריג ארויספרינטן, ווי לדוגמא א PDF אויסגעשטעלט אין די ברייט?
איך דארף דאס נייטיג האבן א דאנק.
א הארציגע ייש"כ פאר דאס ארויפשטעלן.

מאך זיכער אז אלעס איז אריינגערעכנט איך האב עס אליין געמאכט אבער איך האב נאכנישט חתונה געמאכט, מעגליך אז עס פעלט עפעס

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » זונטאג יוני 23, 2019 4:48 pm

איך רעדט פון האבן די מעגליכקייט דאס צו פרינטן, די דייעגרעם איז מיר צו ברייט מיין קאמפיוטער גיבט מיר שווערקייטן דאס צו סעיפן און ארויספרינטן געהעריג.

א גרויסן דאנק הרב בבל.


אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג יוני 23, 2019 9:54 pm

פאטאגראפי איז א געהעיריגע לוקסוס.
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג יוני 23, 2019 11:31 pm

פורניטשער כפי הנהוג איז א צודרייטע לוקסוס אן קיין טראפ הסבר, עס איז נישט עפעס וואס די מחותנים אדער די קאפל דארף זיך קויפן, ואסביר:

איך האב חתונה געהאט מיט א טיש און בענקלעך פון אייקיע, מיט בעטן אן קיין העדבארד, און אן די אנדערע בעדרום פורניטשער, מיינע עלטערן זענען ברוך השם גענוג פארמעגליך אויף צו קויפן די פורניטשער אבער מען האט אפגעשמועסט אז די דירה ווי מיר האבן זיך אריינגעצויגן נאך די חתונה איז צו קליין, און ווען די קאפל גייט מופן צו א גרעסערע דירה גייט מען קויפן געהעריגע פורניטשער, אלזא די קאמפלעקס פון "אונז האב מיר נישט פורניטשער" האט נישט געשפילט קיין ראלע.

עס זענען אריבערגעגאנגן פינעף יאר און מיר האבן געמופט בשעה טובה ומצלחת צו א בעסערע גרעסערע דירה, און די עלטערן האבן געהאלטן ווארט! מיר זענען אלע געגאנגן אויסוועלן פורניטשער, איך געדענק נאך ווי איך האב באקומען א טשעק פון ארום $5500 צו באצאלן פאר די טיש און בענקלעך און פאר די בעדרום סעט, א טשיינע קלאזעט האט מען אימפארטירט פון שווייץ דירעקט פון די זעלבע מקור וואס די פורניטשער סטאר האט עס גענומען און זיך געשפארט א טויזענטער, כך שמעתי מאחורי הפרגוד.

אין א מזל'דיגע שעה איז די פורניטשער אנגעקומען, מען האט אלעס אויסגעפאקט און ארויסגעטראגן די גרויסע באקסעס, און איך זעץ זיך אראפ אויפן נייע בענקל אנטקעגן איבער די הערליך געשניצטע טשיינע קלאזעט, און איך הייב אן צו טראכטן: וואס האט מיר געפעלט די לעצטע פינעף יאר? וואס האט מיר געפעלט די לעצטע 2 חדשים אין די נייע דירה מיט די אלטע טיש און בענקלעך? וואס איז פשט פון אויסגעבן 10 טויזענט דאלער אויף אזא לוקסוס?

אפשר זאל מען אויך קויפן א גאלדענע טשילאר? און פארוואס נישט מיט עכטע דיימאנדס? עס וואלט באמת געווען א הערליכע טשילאר! ווייסט ווי שיין עס וואלט געצייגט? פארוואס פארשטייט מען אז מען דארף האבן אזא אומפארשטענדליכע לוקסוס ווי א אויסגעשניצטע טשיינע קלאזעט געבויט מיט די טייערסטע האלץ און רינדעכיגע גלאזערנע טירן מיט טאפ קוואליטי שפיגלן אונעם הונטערגרונד? טיש און בענקלעך מוזן זיין פון אוק האלץ געשניצט און געפארבט ביים איטאליענער מומחה? עס מוז קאסטן 5 אלפים? א דיינונג רום סעט פון אייקיע פאר ארום 600 טאלער מיט א 10 יעריגע גאראנטי איז נישט גענוג?

כ'פארשטיי נישט.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מאנטאג יוני 24, 2019 12:23 am

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:פורניטשער כפי הנהוג איז א צודרייטע לוקסוס אן קיין טראפ הסבר, עס איז נישט עפעס וואס די מחותנים אדער די קאפל דארף זיך קויפן, ואסביר:

איך האב חתונה געהאט מיט א טיש און בענקלעך פון אייקיע, מיט בעטן אן קיין העדבארד, און אן די אנדערע בעדרום פורניטשער, מיינע עלטערן זענען ברוך השם גענוג פארמעגליך אויף צו קויפן די פורניטשער אבער מען האט אפגעשמועסט אז די דירה ווי מיר האבן זיך אריינגעצויגן נאך די חתונה איז צו קליין, און ווען די קאפל גייט מופן צו א גרעסערע דירה גייט מען קויפן געהעריגע פורניטשער, אלזא די קאמפלעקס פון "אונז האב מיר נישט פורניטשער" האט נישט געשפילט קיין ראלע.

עס זענען אריבערגעגאנגן פינעף יאר און מיר האבן געמופט בשעה טובה ומצלחת צו א בעסערע גרעסערע דירה, און די עלטערן האבן געהאלטן ווארט! מיר זענען אלע געגאנגן אויסוועלן פורניטשער, איך געדענק נאך ווי איך האב באקומען א טשעק פון ארום $5500 צו באצאלן פאר די טיש און בענקלעך און פאר די בעדרום סעט, א טשיינע קלאזעט האט מען אימפארטירט פון שווייץ דירעקט פון די זעלבע מקור וואס די פורניטשער סטאר האט עס גענומען און זיך געשפארט א טויזענטער, כך שמעתי מאחורי הפרגוד.

אין א מזל'דיגע שעה איז די פורניטשער אנגעקומען, מען האט אלעס אויסגעפאקט און ארויסגעטראגן די גרויסע באקסעס, און איך זעץ זיך אראפ אויפן נייע בענקל אנטקעגן איבער די הערליך געשניצטע טשיינע קלאזעט, און איך הייב אן צו טראכטן: וואס האט מיר געפעלט די לעצטע פינעף יאר? וואס האט מיר געפעלט די לעצטע 2 חדשים אין די נייע דירה מיט די אלטע טיש און בענקלעך? וואס איז פשט פון אויסגעבן 10 טויזענט דאלער אויף אזא לוקסוס?

אפשר זאל מען אויך קויפן א גאלדענע טשילאר? און פארוואס נישט מיט עכטע דיימאנדס? עס וואלט באמת געווען א הערליכע טשילאר! ווייסט ווי שיין עס וואלט געצייגט? פארוואס פארשטייט מען אז מען דארף האבן אזא אומפארשטענדליכע לוקסוס ווי א אויסגעשניצטע טשיינע קלאזעט געבויט מיט די טייערסטע האלץ און רינדעכיגע גלאזערנע טירן מיט טאפ קוואליטי שפיגלן אונעם הונטערגרונד? טיש און בענקלעך מוזן זיין פון אוק האלץ געשניצט און געפארבט ביים איטאליענער מומחה? עס מוז קאסטן 5 אלפים? א דיינונג רום סעט פון אייקיע פאר ארום 600 טאלער מיט א 10 יעריגע גאראנטי איז נישט גענוג?

כ'פארשטיי נישט.


מיר האבן געהאט די זעלבע מעשה אין געטראכט די זעלבע. . . אבער שוין געווען לאחר המעשה נישט געקענט צירוק דרייען די זייגער!

;l;p- ;l;p- ;l;p-


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט