תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 24, 2019 10:48 am
מאנטאג שלח
ריאד גיבט איבער אז איינער איז אמגעקומען און זיבן זענען פארוואונדעט געווארן ווען רעבעלן אין תימן האבן אטאקירט א א לופטפעלד אין דרום סאודיע אראביע
*
פראטעסטירער אין האנג קאנג פלאנירן א פרישע ראלי צו באקומען דעקונג אין די צייט פון די בעפארשטייענדע G- 20 סאמיט
*
א פרישע אמעריקאנע קריגס שיף איז אנגעקומען צום מיטל מזרח צו שטיין גרייט צו פארטיידיגן אמעריקאנאע אינטערעסן פון איראנער פראוואקאציעס
*
סענאטארן מארק ווארנער (ד) און דזשאש האולי (ר) שלאגן היינט פאר אן אומפארטייאישע ביל צו פארלאנגען פון סאציאלע מידיא פלאטפארמעס צו מיטטיילן מיט די קאנסומער און פינאנציעלע רעגולאטורן וועלכע דאטא זיי נעמען צוזאם פון באנוצער און ווי אזוי זיי נוצן די אינפארמאציע פאר אייגענע פראפיטן
*
די קאנגרעס רולס קאמיטע וועט היינט נאכמיטאג באהאנדלען די טערמינען פון א ביל וועלכע וועט צושטעלן 4.5 ביליאן דאלער אין היומאניטערישע הילף ביים גרעניץ
די ביל איז ערווארטעט אויף מארגן צו ווערן דעבאטירט און באשטעטיגט דורכן פולן קאנגרעס
*
פאלגענד איז א באריכט וואס מיר האבן געשריבן מיט עטליכע מאנאטן צוריק און מיר ציטירן עס נאכאמאל צוליב אן אפדעיט וואס איר וועט ליינען ביים ענדע:
די רעפובליקאנער פארמירן אן אפעראציע גערופן "פאטריאט פאס" צו אדרעסירן די פארשמעלערטע אויבערהאנט איבער די דעמאקראטן ווען עס קומט צו ביישטייערונגען פון רייכע און אנערקענענדיג די וויכטיגקייט צו קאנקורירן בעסער איבער איבער קלענערע געלטער פון די ברייטערע המון אלץ אן אנטפער צו די גאר סוקסעספולע "עקט בלוי" דעמאקראטישע אונטערנעמונג אין די פארלאפענע מידטוירם
די אונטערנעמונג וועט גענצליך רעפארמירן די פאנדרעיזינג אפאראט פון די פארטיי געצילט אויסצוקוועטשן די מאקסימום פון קליינע ביישטייערונגען
די אנטוויקלונג קומט נאך רופן מיט א צייט צוריק פון דזשעראד קושנער מיטש מעקאנעל קעווין מעקארטי און שעלדאן עדעלסאן וועלכע האבן פארלאנגט א רעוואלוציע אויף דעם פראנט
די ווענדונג האט נאכגעפאלגט מיט עטליכע וואכן פון קאמפליצירטע פארהאנדלונגען און איצט האט מען דערגרייכט אן אפמאך אונטער וועלכע "דאטא טראסט" וועט אוועקשטעלן די פינאנציעלע טעכנישע אפאראט און א באקאנטע פאנדרעיזינג פלאטפארמע וועט מאקסימיזירן די קליענטן באזע און מארקעטן פאר זייערע ביישטייערונגען
עד כאן פון אונזער באריכט דאן
וואס האט פאסירט זינט דאן?
רעפובליקאנער האבן געהאפט צו האבן גרייט דעם נייעם אונטערנעמונג אויף פעברואר למספרם אבער זאכן האבן זיך פארשלעפט און ענדליך איז היינט דער טאג ווען די נייע פלאטפארמע גערופן "זיג רויט" גייט אפיציעל אריין אין באנוץ
דורכאויס א מיטינג מיט פאליטיישע סטראטעגיסטן אין ווייסן הויז פריער אין יאר האט פרעזידענט טראמפ צו ערשט פארגעשלאגן צו רופן די פלאטפארמע "עקט רעד" אלץ א דירעקטע קאנקורענץ צו "עקט בלוי" אבער שפעטער האט ער פארגעשלאגן עס צו רופן "זיג רויט" זאגנדיג אז אין די צייט וואס זיי זאלן עקטן זאלן מיר געוואונען און די נאמען איז טאקע עווענטועל געווארן אויסגעקליבן
נעכטן נאכט זענען האבן רעפובליקאנער קאנגרעסיאנאלע פירער ערהאלטן א באריכט איבער די פארשריט און ערוואטעטע קאמפיין צולאזן די אפעראציע גיין פובליק
איינע פון די שטרויכלונגען מיט וואס פארטיי באאמטע האבן זיך געדארפט ספראווען איז געווען איינצושטילן זארגן פון א גרופע הויז רעפובליקאנער וועלכע האבן זיך געפארכטן אז די נייע פלאטפארמע וועט קענען ווערן אויסגענוצט דורך קאנדידאטן וועלכע נעמען אונטער פריימעריס אקעגן אמטירנדע קאנגרעס מיטגלידער
*
די וואל סטריט דזשורנאל אין אן אפ עד רופט פאר א טראמפ העילי טיקעט מיט די טעאריע אז העילי וועט בייהילפיג זיין אריבערצוברענגן מעסיגע סובארבן פרויען וויילער
*
פייערלעשער אין אייאווע האבן ענדליך נאכגעפאלגט די ביישפיל פון די נאציאנאלע פייערלעשער יוניאן וועלכע האט גאר פריה אינדארסירט דזשאו ביידען
די אייאווע יוניאן האט איצט באשלאסן ארויסצוקומען אינדארסירן ביידען פאר פרעזידענט
*
דזשאו ביידען האט היינט געלאזט לויפן אן אפ עד אין די מיאמי העראלד איבער זיינע אימיגראציע פלענער
ער רופט:
צו מאכן די דרימערס אלץ אמעריקאנער
גיבן יושר'דיגע באהאנדלונג פאר די 11 מיליאן אומלעגאלע אימיגראנטן
שטעלט זיך אקעגן טראמפ'ס שריט צו עלימינירן די אבאמא עקזעקוטיוו ארדער אויף דאקא
אקעגן פאמיליע צוטיילונג
בעסערע פארבינדונג מיט לאטינא אמעריקאנער
בעסער אויסשטאפירן גרעניץ אונטערזוכונג טעכנאלאגיע
*
בעטא ארורק איז אויפגעקומען מיט א פרישע פאליסי געדאנק אז אלע אמעריקאע פאמיליעס וועלכע פארמאגן נישט קיין מיליטערישע מיטגלידער זאלן צאלן א נייע שטייער וועלכע זאל העלפן דעקן די קאסטן פון העלט קעיר פאר מילטיערישע וועטעראנען אין צוקונפטיגע מלחמות
*
ווארען'ס אייאווע קאמפיין האט שוין אפגעהאלטן אוונטן אין אלע ניין און ניינציג קאונטיס פון די סטעיט
נישט ביי אלע פון זיי האט ווארען זעלבסט אנטייל גענומען אבער אפילו אן איר איז די אנוועזנהייט פון די קאמפייין שטארק וויכטיג פאר ארגאנאזירונג און קאמפיין אקטיוויטעטן
*
בערני סאנדערס וועט היינט מעדלן א פארשלאג אפצורופן דאס לאנד'ס 1.6 טריליאן דאלער אין סטודענטן הלוואות און עס דעקן דורך א שטייער אויף וואל סטריט טראנזאקציעס
*
דזשאו ביידען איז נישט דער איינציגסטער וועלכע טרעט אריין אין די דעבאטע וואך אין שאטן פון א ראסע קאנטערווערסיע נאר אויך פיטע באטידזשעדזש ווערט געפלאגט און אויספרובירט איבער זיין מעגליכקייטן צו אדרעסירן די ראסע טעמע
באטידזשעדזש איז די מעיאר פון סאוט בענד אינדיאנא און פון זיינע שוואכקייטן איז אלץ געווען זיינע באציאונגען מיט די אפריקאנע אמעריקאנע געמיינדע וועלכע זענען נישט געווען איבריג באצויבערנד
די עפאכע פון שיסערייען דורך פאליציי אויף אפריקאנע אמעריקאנע און די באוועגונג עס אפצושטעלן האט געפירט צו ברייטע רעפארמען אינעם הינזיכט פון פאליציי באציאונגען מיט די לאקאלע געמיינדעס אין אזלעכע גרויסע שטעט ווי ניו יארק סיטי, לאס אנדזשעלעס און מיאמי ווי די פאליציי האט געלייגט גרויס געוויכט צו טוישן די אויסזעהן פון זייערע דעפארטמענטס און פארזיכערן אז די פאלייצי קראפט באשטייט פון מער מינאריטעטן ווי אמאל
סאוט בענד אבער האט נישט געמאכט קיין פארשריט אין דעם געביט און איז לויט די דאטא געווארן מער ווייס אונטער די פירערשאפט פון מעיאר באטידזשעדזש
אין די איצטיגע טעג געפונט זיך באטידזשעדזש אינדערהיים זיכער צו מאכן אז די שטאט ערהוילט זיך פון די עמאציאנאלע וואונדן פון א פרישע שיסעריי אין וועלכע א ווייסע פאליציי מאן האט פאטאל דערשאסן אן אפריקאנע אמעריקאנער
נעכטן זונטאג איז פארגעקומען א פרעסע קאנפרענץ דורכן מעיאר און די אטמעספערע איז געווען אויסנאם היציג און נאנט צו כאאס גראד פון אנהויב ווען די ערשטע פראגע אז געקומען פון א פארטרעטער פון על שארפטאן
אגב, די שוועריגקייט פון באטידזשעדזש צו אפעלירן צו די אפריקאנע אמעריקאנער איז אויך איבער זיין מתועב'דיגע לעבנסשטייגער
מען דארף פארשטיין אז טראץ וואס יענע געמיינדע שטימט אלעמאל איבערוויגנד פאר די דעמאקראטן איז עס צוליב די עקאנאמישע פאליסיס וועלכע איז אין זייערע אינטערעסן צוליב וואס ארימקייט און ערציאונג איז אויף זייער א נידריגע שטאפל און זיי זענען אנגעוואנדן אויף רעגירונג הילץ און אינטערווענץ
אבער די ארכי ליבעראלע בלאק וועלכע וויל אין פרינציפ א מער סאציאליסטישע רעגירונג באשטייט פון אמיינסטנס ווייסע געבילדעטע אינאיינעם מיט די יונגע אויפקומענדע גענעראציעס וועלכע זוכן מער פרייהייט און רעכטן פאר אלע סארט לעבנסשטייגער און זוכן וואס מער רעפארם צו א לינקס ווען עס קומט צו סאציאלע און געזעלעשאפטליכע טעמעס
די אפריקאנע אמעריקאנע זענען אבער גלויביג און רעליגיעז אויף א פיל גרעסערע פראצענט ווי די איבריגע ליבעראלע טייל פון די פארטיי און פארטרעט מער א מעסיגע דעמאקראטישע פארטיי פירערשאפט
זיי האבן געוועלט פאר אבאמא איבער קלינטאן פאר פארשטענדליכע סיבות אבער צווישן קלינטאן און סאנדערס זענען זיי איבערוויגנד געגאנגען מיטן ערשטן
איצט מיט באטידזשעדזש מוטשעט ער זיך שטארק מיטן איבערצייגן די מער רעליגיעזע גרופע אז צו באוראויגן זייערע צווייפלען איבערן אריינוועלן אזא סארט קאנדידאט אין אויף אזא הויכע פאזיציע
*
די ספיקער פון די סטעיט הויז אין מעין שרה גידעאן (ד) מעלדט היינט אפיציעל אז זי נעמט אונטער א סענאט פארמעסט אקעגן סענאטארשע סוזען קאלינס (ר)
*
די סופרים קאורט האט היינט נישט געמאלדן קיין שום אפדעיט אין די דאקא קעיס
*
די סופרים קאורט האט היינט נישט געמאלדן קיין שום אפדעיט אין די אלאבאמא אנטי רציחה קעיס
*
די סופרים קאורט האט געמאלדן אז קומענדיגע מיטוואך וועלן זיי ארויסגעבן פרישע אורטיילן
*
די סופרים קאורט האט היינט אפגעווארפן א פארלאנג פון קלעגער וועלכע האבן פרובירט צו שטעלן אין צווייפל די רעכט פון פרעזידענט טראמפ ארויפצושטעלן איבער פיר ביליאן דאלער אין ווערט טאריפס אויף אימפארטירטע סטיעל און אלומינום פון אויסלאנד
טראמפ האט זיך באנוצט מיט א "נאציאנאלע זיכערהייט" דעקונג פאר די טאריפס און די קלעגער האבן געזוכט איבערצוהיפן די סירקוט קאורטס און זיך ווענדן גראד צום העכסטן געריכט רעדוצירנדיג דערמיט די שאנסן אז די ריכטער זאלן עס אקצעפטירן און היינט אינדערפרי האבן זיי עס טאקע אפגעווארפן
*
עמינענט דאמעין איז א באקאנטע רעכט וועלכע די פיפטע אמענדעמנט צו די קאנסטיטוציע שטעלט צו פאר די פעדעראלע, סטעיט און לאקאלע רעגירונגען צו פארכאפן באדנס אונטער פריוואטע אייגנטום אין פאל וואס זי איז וויכטיג פאר רעגירונג אינטערעסע בתנאי אז די רעגירונג שטעלט צו יושר'דיגע אנטשעדיגונג פאר די באטראפענע אייגנטומער
אין 1985 למספרם האט די סופרים קאורט געאורטיילט אז בעפאר קלעגער קענען זיך ווענדן צו די פעדעראלע דיסטריקט געריכטן זיך צו באקלאגן איבער פארכאפטע פקאפערטי דורך די סטעיט פאר וועלכע זיי האבן נישט באקומען די ריכטיגע אנטשעדיגונג דארפן זיי צו ערשט דורכגיין אלע פראצעדורן און פרובירן יעדע מעגליכע פארהאנדלונג מיט די סטעיט רעגירונג און אלע פארבונדעטע אגענטורן און אלע שטאפלען פונעם סטעיט אדער לאקאלן געריכט סיסטעם און בלויז אויב נאך אלע פרואוון זענען פרוכטלאז און מען קען זיך נישט דורכקומען קענען זיך די אייגנטומער ווענדן צום פעדעראלן געריכט
די אורטייל האט שווער געווירקט אויף פראפערטי אייגנטומער וועלכע האבן געדארפט אויסגעבן זייער לעצטע האב און גוטס צו דעקן די לעגאלע קאסטן פון אזא לאנגע שטרייט אבער איז געווען א געוואונטשענע אורטייל פאר די סטעיט רעגירונגען
ראוס מערי ניק האט זיך אין 1970 למספרם איינגעהאנדעלט א באדן פון ניינציג אקער לאנד אין סקאט טאונשיפ וועלכע געפונט זיך אין לאקאוואנא קאונטי אין פענסילוועניע
אין 2008 למספרם האט א צווייטער איינוואוינער אין די טאונשיפ אנדעקט דאקומנעטאציע אז זיינס א קרוב ליגט מעגליך באערדיגט איןא בית הקברות וועלכע איז אינערהאלב די שטח פון ניק
יענער האט אנגעהויבן פארלאנגען מיט די שטיצע פונעם טאונשיפ פירערשאפט אז ער זאל באקומען צוטריט צו שטח צו קענען זוכן און דערגיין אויב און וואו זיין קרוב'ס געביין געפונט זיך
ניק האט זיך אנטזאגט דערפון זאגנדיג אז אין די טייל פון די שטח ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט איבער א בית הקברות וועלכע זאל זיך געפונען אין איר
נאך א לענגערע געראנגל פון עטליכע יאר האט די טאון אין 2012 למספרם אריבערגעפירט אן ארדער אז אלע בתי קברות אינערהאלב די טאון מוזן האבן צוגעשטעלט צוטריט פון די נענטסטע שאסיי און זיין אפן פארן פובליק דורכאויס די בייטאג שטונדן
גלייך נאכן באשטעיגן די נייע פארארדענונג איז א טאון ארבעטער אריין אן ערלויבעניש אין ניקס שטח און אנדעקא א רייע פון שטיינער וועלכע ער האט אפגעשאצט צו זיין מצבות פון א בית הקברות
אין 2013 למספרם האט די טאון אריינגעגעבן א באקלאגעניש אקעגן ניקס אז זי פארלעצט די נייע פארארדענונג צוצושטעלן צוטריט פארן פובליק צו א בית הקברותאבער ניקס האט זיך נישט וואוסנדיג געמאכט פירנדיג צו א פרישע באקלאגעניש אין אקטאבער 2014
נאך די ערשטע באקלאגעניש האט ניקס געקלאגט די טאון אין א סטעיט געריכט פארן צונעמען איר שטח און נישט געבן קאמפענצאסיע אבער די געריכט האט ארויסגעווארפן די קלאגע זינט די טאון האט דערווייל בלויז געשיקט א קאמפלעין אבער נישט גענומען סיי ווועלכע פאקטישע שריט איר ארויסצורוקן פון איר פראפערטי
זי האט זיך דאן געוואנדן צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט וועלכע האט באזירט אויפן אויבנדערמאנטן סופרים קאורט אורטייל געשריבן אז צוילב וואס ניקס איז נאכנישט דורך אלע סטעיט געריכט פראצעדורן איז די קעיס נאכנישט רייף פאר פעדעראלע איבערזיכט
ניקס האט אפעלירט די אורטייל צום דריטן קרייז געריכט וועלכע האט ווידערהאלט וואס די דיסטריקט געריכט האט געשריבן
די טענה פון ניקס איז געווען איבער ווי אזוי אפצולערנען יענע סופרים קאורט אורטייל און וואו ווייט עס גייט און צו עס איז טאקע אויסגעהאלטן אז עס זאל גיין אזוי ווייט
די די דריטע קרייז געריכט וועלכע האט אנגענומען די סופרים קאורט אורטייל אינגאנצן און אויף א זייער א ברייטע פארנעם איז געווען אין איינקלאנג מיט ענליכע אורטיילן פון די זעקסטע, ניינטע און צענטע קרייז געריכטן ווידעראום די ערשטע, פערטע און זיבעטע קרייז געריכטן האבן געהאלטן אנדערש און שטארק באגרעניצט די סטעיט רעכטן און די פארלייכטערט פאר אייגנטומער זיך צו ווענדן צום פעדעראלן געריכט סיסטעם שנעלער
ניקס האט זיך דעריבער געוואנדן צום סופרים קאורט צו דעצידירן וועלכע קרייז געריכטן האבן די אויבערהאנט און אויך ציטירט א פריערדיגע פאל ווען אן אייגנטומער האט אויל פרובירט צו אפעלירן אזא קעיס אבער די סופרים קאורט האט אפגעזאגט די ביטע און ריכטער ראבערטס האט דאן געשירבן אינאיינעם מיט ריכטער קענעדי אז די געריכט וואלט יא געברויכט איבערקוקן די פריערדיגע סופרים קאורט פרעצעדענט און באשליסן אויב איר איינצוצוימען אבער יענע קעיס איז לויט די געריכט נישט געווען פאסיג פאר אזא געלעגנהייט און די געריכט האט באשלאסן צו ווארטן אויף א בעסערע קעיס
איצט האט ניקס געמאכט דעם ארגומענט אז די קעיס אויף וועלכע מען האט געווארט איז אנגעקומען און די געריכט זאל אקצעפטירן איר קעיס און אזוי האט טאקע פאסירט
אין מערץ 2018 למספרם איז איר וואונטש געווארן נאכגעגעבן און די געריכט האט באשטימט די מונדליכע ארגומענטן אויף אקטאבער יענע יאר אבער עס איז געווען נאך איידער ריכטער ברעט קעווענאו איז געווארן איינגעשוואוירן און אום נאוועמבער לממספרם האט די געריכט באשטימט א צווייטע רונדע ארגומענטן אן אנגעבן א ראציאנאלע אורזאך דערצו אבער אנאליסטן האבן שוין דאן פארשטאנען אז די געריכט האט זיך צושפאלטן 4-4 און זיי האבן געוואלט אז קעווענאו זאל קענען אפגעבן זיין שליסל שטימע און דעריבער האבן זיי געוואלט אז ער זאל אויך מיטהאלטן די ארגומענטן וועלכע זענען פארגעקומען אום יונואר 16 למספרם
פרייטאג האט די געריכט געאורטיילט 5-4 אקעגן די דריטע קרייז געריכט
די אורטייל איז געווארן געשריבן דורך הויפט ריכטער ראבערטס ווי ער דרייט צוריק די טייל פונעם פרעצעדענט סופרים קאורט אורטייל וועלכע פארלאנגט פון אייגנטומער דורכצוגיין די גאנצע סטעיט קאורט פראצעדור שרייבנדיג אז יענע אורטייל מאנגלט אין געהעריגע ערקלערונג און איז נישט איבריג פארשטענדליך
ריכטער קעיגען האט געשריבן די קען אורטייל פאר די ליבעראלע בלאק און שטארק קריטיקירט די לייכטקייט מיט וואס די אנדערע זייט באנעמט זיך (שוין צום צווייטן מאל אין די לעצטערע וואכן) מיט פריערדיגע פרעצעדענט
די ליבעראלן זענען שטארק באזארגט אז די נאכאנאנדע איבערפארן פריערדיגע פרעצעדענט וועט זיך נישט אפשטעלן ביי דעם נאר איז גרייט צו דעם באדן איבערצודרייען די פרעצעדענט אורטייל איבער חוקי רציחה
*
פאלגענד איז אונזערס א באריכט פון א צייט צוריק
ביים ענדע פון די באריכט איז דא אן ענדע אין עפילאג ווי אזוי די קעיס האט זיך געענדיגט היינט אינדערפרי אין סופרים קאורט
די סופרים קאורט האט דאנערשטאג אקצעפטירט אויסצוהערן א קעיס איבער די רעכט פון די רעגירונג נישט צו באשוצן טרעידמארקס מיט נעמען סלאגאנען און וועלכע זי באטראכט אלץ פראבלעמאטיש פראוויצירנד אדער אומסענסיטיוו
אין 2017 למספרם האט שוין די געריכט איינשטימיג ארויסגעווארפן א פעדעראלע געזעץ וועלכע ערלויבט די רעגירונג זיך צו רעזערווירן די רעכט פון נישט באשטעטיגן וואולגארע און אומסענסיטיווע פראזן אין א טרעידמארק אבער די ריכטער האבן זיך געטיילט אין צוויי איבער די אורזאך פון זייער באשלוס
ריכטער אליטא האט געשריבן זיין מיינונג פארטרעטנדיג אויך ראבערטס טאמאס און ברייער זאגנדיג אז עס פארלעצט די ערשטע אמענדמענט וועלכע באשוצט שפראך פון מענטשן אפילו זי איז נישט איבריג שיין
ריכטער קענעדי האט געשריבן פאר סאטאמיאר קעיגען און גינזבורג מאכנדיג דעם ארגומענט אז מען קען נישט האבן צוטרוי אין א רעגירונג אפיס וועלכע וועט האבן איבערזיכט אויף אלע פארלאנגטע טרעידמארק אפליקאציעס זינט זי קען שטארק איבערטרייבן וועלכע סארט אויסדרוקן ווערט קאטעגאריזירט אלץ ראסיסטיש אין די צייט וואס זי איז מעגליך בלויז אביסל אינטערסאנט
ריכטער גארסוטש האט נישט אנטייל גענומען אין יענעם קעיס צוליב וואס די ארגומענטן זענען פארגעקומען אין יונואר למספרם נאך איידער ער איז געזעצן אויפן באנק
אין 2015 למספרם האט די געריכט אויך איבערגעקוקט אן אן ענליכע א קעיס און געאורטיילט 5-4 אז די סטעיט טעקסאס איז ערלויבט נישט ארויסצוגעבן לייסענס פלעיטס מיט סימבאלן וועלכע צייכענען אפ די קאנפעדערעיט קריג אבער ביי די 2017 אורטיילן האט ריכטער אליטא ערקלערט אז די צוויי קעיסעס זענען אין פאקט גאר אנדערש צוליב וואס די לייסענס פלעיטס זענען רעגירונג אייגנטום און די רעגירונג פאר זיך קען באשליסן צו באגרעניצן איר אייגענע שפראך
היינט מאנטאג אינדערפרי האט די געריכט געאורטיילט אז די רעגירונג קען נישט אפזאגן צו גיבן טרעידמארקס פאר אזלעכע אויסדרוקן
די אורטייל האט געשריבן ריכטערין קעיגען און געהאט די שטיצע פון ריכטער טאמאס, גיזנבורג, אליטא, גארסוטש און קעווענאו
ראבערטס, ברייער און סאטאמיאר האבן געשריבן אורטיילן אין וועלכע זיי שטימען טיילווייז איין אבער זענען קעגן טיילן פון די מאיאריטעט אורטייל
לעצט פאראכטן דורך
הכל הבל אום מאנטאג יוני 24, 2019 11:54 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.