גוט מארגן.
וויפיל אזייגער איז יעצט?
יא איך ווייס אז עס איז נישט פאראן קיין כלל, אמאל אביסל פריער און צומאל אביסל שפעטער. אבער געווענטליך, נישט זונטיג נאך א זומערדיגע מוצ"ש און נישט חוה"מ פסח, נאר פשוט א גרינעם מיטוואך - ווען שטייט איר אויף?
איך פרעג אויך נישט ווען איר *ווילט* אויפשטיין און נישט ווען איז אייער וועקער-זייגער אנגעשטעלט און ווי לאנג עס סנאאאאאאזט און וועקט אויף די משפחה מיט די שכנים...

ווען שטייט איר אויף בדרך כלל?