דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

ווארען אין ערשטן פלאץ אין מינעסאטע.
Screenshot_20190615-222315__01.jpg
Screenshot_20190615-222315__01.jpg (153.95 KiB) געזען 2432 מאל

___

עס קען פארטרייבן מעגליכע וויילער לינקס פון ביידען אבער נישט אזוי לינק ווי ווארען/סאנדערס פון אריינטרעטן אין א בירגערקריג טערעטאריע. בייז בלוט צווישן די צוויי לאגערן פארשמעלערט די מעגליכקייט אז די צוויי לאגערן זאלן זיך פאראייניגן אפצושטעלן ביידען.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: בייז בלוט צווישן די צוויי לאגערן פארשמעלערט די מעגליכקייט אז די צוויי לאגערן זאלן זיך פאראייניגן אפצושטעלן ביידען.

עקזעקטלי
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פעיק נוז האט געשריבן:אבער דוקא דארט קען זי ארויסשטארן אלס א גאר שטארקע קאנדידאט. עס גייט זיין "איר" דעבאטע.

פון די ערשטע דיבעיט, אויב ס'גייט זיין אינטערעסאנט, גייט זיין א סורפרייז געווינער, צו אראוקא, דעבלאזיא, בוקער אדער איינע פון די אנדערע פיצי קאנדידאטן... אויב גייט ס"ה ווארען זיין גוט, גייט גארניש זיין...

די צווייטע דארף צו זיין מער אינטערעסאנט, וועט סענדערס אראפרייסן ביידן, אדער זיך פשוט גוט דיפענדן קעגן די אטאקעס קעגן סאשעליזם? וועט ביידן בכלל ווערן אטאקירט, אויב יא, קענער זיך דיפענדן? אדער גייען אנדערע קאנדידאטן טרייען צו כאפן די ספאטלייט...

בקיצור, מ'קען גארניש פרעדיקטן, אבער כ'בין זיכער אז טיעם ווארען מוטשעט זיך מיט די אויסגאנג פונעם גורל...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פעיק נוז האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:די ווארען דעבאטע גייט למעשה ערשט.

איך האלט אז זי שטייט גוט, די דעבאטע גייט זיין 'נקראת על שמה', זי גייט ראקן דארט לדעתי, און ווי אויך די גאנצע פאוקוס גייט זיין אויף איר, וויבאלד מען גייט נאך האלטן פאר סיי וועלכע דעבאטע.

ביידן - לדעתי - שטייט שלעכט, סענדערס גייט ארויסשטארן אלס "דער" לינקער קאנדידאט, וואס דאס גייט אטוימאטיש אוועקשטעלן ביידן אין א טונקעלע ליכט, חוץ פון דעם וואס ער גייט ארייכאפן פון די יונגע חברה דארט.

דו כאפסט אז די צוויי פאראגראפס זענען א סתירה? פאר ביידען איז קריטיש אז סענדערס און ווארען זאל זיך צוטיילן... סאו אויב איז דא גוטע נייעס פאר ווארען, איזעס גוט פאר ביידן...

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:איך מיין אז די אויסקום איז א געווינס פאר די לינקע בלאק אין אלגעמיין.

ביידע פון זייערע הויפט קאנדידאטן גייען ווערן געזען אלס הויפט אלטערנאטיוו צו ביידען אין א וועג. סאנדערס צוליב וואס ער גייט דעבאטירן ביידען פנים אל פנים אלס די ווייט שטערקסטע קאנדידאט נאך ביידען ביי יענע דעבאטע, און ווארען צוליב וואס זי גייט דאמינירן איר דעבאטע פונקט ווי ביידען גייט דאמאנירן זיינס.

לויט די RCP דורכשניט ציען די אכט שטערקסטע קאנדידאטן (דאס זענען אלע קאנדידאטן וואס ציען אן כאטש א פראצענט) אן 81.5 פראצענט. ביי ביידענ'ס דעבאטע גייען זיין פיר פון זיי וואס ציען אן א געמיינזאמע 62.9 פראצענט (וואס מער פון 51% פון דעם איז ביי ביידען), און ביי ווארענ'ס דעבאטע גייען זיין פיר פון זיי וואס ציען אן א געמיינזאמע 18.6 פראצענט (וואס מער פון 63% פון דעם איז ביי ווארען).

וואסערע געווינס איז דאס פאר די לינקע בלאק אז זיי האבן צוויי שטארקע קאנדידאטן? די צוויי גייען זיך צוטיילן און דעליווערן פאר ביידן די נאמענאציע...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

פאקס ניוז אנקעטע

פריימערי
dd88978a-1.png
dd88978a-1.png (170.04 KiB) געזען 2176 מאל

דזשענעראל
46f4e6ee-3.png
46f4e6ee-3.png (171.02 KiB) געזען 2176 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

סי. בי. עס/יוגאוו האט דורכגעפירט א גרויסע אנקעטע אין די ערשטע 18 שטאטן.

Biden 31%
Warren 17%
Sanders 16%
Harris 10%
Buttigieg 8%
O’Rourke 5%
Booker 2%
Klobuchar 2%
everyone else 1% or less
Screenshot_2019-06-16-12-32-18~2.png
Screenshot_2019-06-16-12-32-18~2.png (353.88 KiB) געזען 2148 מאל

דריי פריע שטאטן עקסטער
Iowa:
Biden 30
Sanders 22
Warren 12
Buttigieg 11
Harris 5

NH:
Biden 33
Sanders 20
Warren 17
Buttigieg 10
Harris 7

SC:
Biden 45
Sanders 18
Warren 8
Harris 7
Buttigieg 6

א שאצונג וויאזוי די סעפארט פון די קאנדידאטן אין די אנקעטע טראנסלעיטן צו דעלעגאטן
screen-shot-2019-06-16-at-7-47-27-am~2.png
screen-shot-2019-06-16-at-7-47-27-am~2.png (93.56 KiB) געזען 2122 מאל
לעצט פארראכטן דורך יש ברירה אום זונטאג יוני 16, 2019 12:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

כאפצעם האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:זיי מסביר וואס ער וואלט פארדינט דערפון

אסאך, ווילאנג ווארען און סענדערס רייסן זיך נישט, גייט נישט זייערע סאפארטערס עכט פיינט האבן די אנדערע

און וואס געשעהט נאכן זיך 'עכט' פיינט האבן? זיי גייען צו ביידען?

סאך גרעסערע טשענסעס. אבער דאס איז נישט די עיקר, אויב זיי גייען גיין פול פארס איינער אנטקעגן די אנדערע גייט עס מאכן סאך א גרעסערע ספליט אינ'ם לינקן לאגער, וואס דאס איז פארשטייט זייער גוט פאר ביידן וואס האט רוב מעסיגע.

עגעין, די לינקע לאגער איז לע"ע ספליט אין העלפט צווישן בערני און ווארען, וואס איז בפשטות דאס בעסטע פאר ביידן. יעצט זיי מסביר וואס דו מיינסט מיט 'גרעסער מאכן די ספליט'?

כ'וועל מסביר זיין.

בערני און ווארען זענען שוין פרעזענליך זייער נאנט - צוליב זייערע נאנטע אידעאלאגישע מיינונגען - פאר א לאנגע צייט, און ס'וואלט געווען זייער אומבאקוועם פאר ביידע פון זיי צו דארפן דעבאטירן צווישן זיך צו שארף, אבער אזויווי זיי זוכן די זעלבע באזע וואלטן זיי עס געמוזט טוהן בלית ברירה פאר די טובה פון זייער אייגענע קאמפיין.

אזוינס וואלט טאקע שטערקער געמאכט איינעם פון זיי אויפ'ן חשבון פונעם צווייטן אויב ס'דא א קלארע געווינער אין די דעבאטע, אבער ס'וואלט נישט אריינגעברענגט קיין "פרישע" וויילער צו די לינקע באזע, און אויסער דעם וואלט עס געמאכט אז מ'זאל פארגעסן פון די "גרויסע" טשעלעדזש וואס דאס איז ביידען (א בחינה ווי בוש/רוביא/קריסטי/קרוז/קעיסיק האבן זיך געשלאגן ווער ס'קען זיין די אלטערנאטיוו צו טראמפ, און זיי שלאגן זיך נאך יעצט...), און אויך וואלט עס שווערער געמאכט אז זיי זאלן זיך צוזאמשטעלן ביי א געוויסע פונקט ווען זיי וועלן זעהן אז נאר אזוי קענען זיי אפשטעלן ביידען.

יעצט אבער אז בערני באקומט א געלעגנהייט צו גיין "דירעקט" קעגן ביידען אלס דער איינציגסטער רעלאטיוו שטארקער קאנדידאט אקעגן ביידען ביי יענע דעבאטע (ווארום ווארען איז דאך נישט דארט), בלויז איין נאכט נאכדעם וואס ווארען באקומט א שאנס צו מאכן איר קעיס ביי "איר" דעבאטע וואו זי איז א ווייט שטערקסטע קאנדידאט (ווארום ביידען/בערני/בוטעדזשעדזש/העריס זענען דאך נישט דארט), האבן "ביידע" א געלעגנהייט צו אויסנעמען גוט און וואקסן פון "דרויסנדיגע" שטיצע (וואס איז דערווייל בעיקר ביי ביידען).

אין הכי נמי אז ווילאנג "ביידע" פון זיי זענען שטארק, קענען זיי ביידע פארגעסן פון געווינען אויב ביידען האט מער ווייניגער די איבריגע עולם מיט זיך, ווייל זיי קענען נישט ביידע אנציען 30-35 פראצענט אין די זעלבע צייט, אבער אויב זיי ציען אן א געמיינזאמע פופציג פראצענט קענען זיי נאך אלס אפשטעלן ביידען ווייל 1) די וואס שטיצן זיי נישט קענען אויך זיין ביי העריס/בוטעדזשעדזש/בעטא/בוקער/קלאבוטשאר/וכדו' איבערלאזנדיג פאר ביידען גענוג ווייניג שטיצע 2) זיי קענען זיך אייביג צוזאמשטעלן אויף א געמיינזאמע טיקעט, עפעס וואס מ'שליסט נישט אויס ווען מ'ווייסט די נאנטשאפט צווישן די צוויי.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

זאגסט דאך ווי מיר, @וואס טוט זיך טענהט פארקערט אז א פייט צווישן ביידע העלפט ביידען
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

וויכטיג מאכער, די חשבון איז פשוט.

ווען א באזע האט נאר איין קאנדידאט, שטיצן אים דארט אלע "וואס האבן אים ליב", אבער פון די וואס האבן אים נישט ליב וועלן אסאך אוועקגיין, ווייל סוכ"ס קוקן נישט מענטשן נאר אויף די אידעאלאגישע מיינונגען.

אויב א באזע האט אבער א אויסוואהל פון מער קאנדידאטן, טיז דא א גרעסערע שאנס אז מער מענטשן זאלן שטיצן איינעם פון זיי.

למשל, א לינקער וואס האלט אז בערני איז אויסגעדראשן נאך 2016, אדער אז ער איז צו אלט, אדער אז ער איז א מאן, אדער אז ער איז א איד וכו' וכו' וכו', קען גיין צו א מעסיגערע קאנדידאט אויב ס'איז נישטא א אנדערע לינקע שטארקע קאנדידאט, איינמאל ווארען איז א זאך, קענען זיי אבער גיין צו ווארען.

צו זען אז דאס איז אמת קענסטו קוקן פשוט: די שטיצע צווישן "בערני און ווארען צוזאמען" איז יעצט שטערקער ווי ס'פלעגט זיין ווען ווארען איז געווען גאר שוואך, אין אנדערע ווערטער, ווארענ'ס ווערן שטארק גייט נישט אינגאנצן אויפ'ן חשבון פון בערני! ווי כ'האב געשריבן אין פריערדיגע תגובה איז עס טאקע נישט גענוג צו קענען באזיגן ביידען אויב ער האט די גאנצע איבריגע עולם, אבער עיי"ש וויאזוי ס'קען זיי צוניץ קומען.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

כאפצעם האט געשריבן:זאגסט דאך ווי מיר, @וואס טוט זיך טענהט פארקערט אז א פייט צווישן ביידע העלפט ביידען

דאס זאג איך אויך... ליין איבער נאכאמאל...
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך זעה וואס דו שרייבסט, די פראבלעם איז א א באזע אליין העלפט נישט געווינען, מאמענטום איז קריטיש... נישט בערני און נישט ווארען גייען ארויס פאר אייאווע, און דאס צוטיילן די צוויי מאכט אז ביידען זאל אריינקומען גאר שטארק און האבן מאמענטום אריינגייענדיג קיין ניו העמפשור...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:די ווארען דעבאטע גייט למעשה ערשט.

איך האלט אז זי שטייט גוט, די דעבאטע גייט זיין 'נקראת על שמה', זי גייט ראקן דארט לדעתי, און ווי אויך די גאנצע פאוקוס גייט זיין אויף איר, וויבאלד מען גייט נאך האלטן פאר סיי וועלכע דעבאטע.

ביידן - לדעתי - שטייט שלעכט, סענדערס גייט ארויסשטארן אלס "דער" לינקער קאנדידאט, וואס דאס גייט אטוימאטיש אוועקשטעלן ביידן אין א טונקעלע ליכט, חוץ פון דעם וואס ער גייט ארייכאפן פון די יונגע חברה דארט.

דו כאפסט אז די צוויי פאראגראפס זענען א סתירה? פאר ביידען איז קריטיש אז סענדערס און ווארען זאל זיך צוטיילן... סאו אויב איז דא גוטע נייעס פאר ווארען, איזעס גוט פאר ביידן...

ריכטיג אז פאר ביידן איז קריטיש וויכטיג אז סענדערס אין ווארען זאלן זיך צעטיילן, אבער אזא צעטיילונג וואלט ענדערש פארגעקומען ווען סענדערס מיט ווארען זענען אויף איין סטעידזש, וואס דאן וואלטן זיי זיך געדארפט רייסן צווישן זיך, און דאס וואלט צעשפליטערט די לינקע לאגער, ווייל יעדער וואלט זיך איינגעגראבן מיט זיין קאנדידאט און דאס וואלט געווען גוט פאר ביידן, צוליב וואס די לינקע קענען זיך נישט פאראייניגן צווישן זיך. יעצט משא"כ, ווען ווארען און סענדערס זענען צעטיילט, זי ביי איין דעבאטע און ער ביי א צווייטע, איז דא מער טשענסעס אז שטיצער פון איר זאלן גיין צו אים אדער זיינע צו איר צוליב וואס עס גייט נישט זיין קיין אמפערייען צווישן זיי, און דאס קען זיין שלעכט פאר ביידן ווייל צום סוף כל סוף קענען זיך נאך אלע לינקע פאראייניגן אינטער איינע פון די צוויי.

אבער לגבי ווארען פאר זיך, ווען זי וואלט געווען מיט די שטארקע קאנדידאטן, וואלט זי געהאט ווייניגער טשענסעס ארויסצושטארן ווי ווען זי איז מיט שוואכערע קאנדידאטן, ממילא איז עס גוטע נייעס פאר איר קאנדידאטור, זי וועט נישט דארפן זיין אינטער בערני'ס שאטן און זיך דארפן פארמעסטן מיט א "פריינט" און ווי אויך וועט זי נישט דארפן זיין מיט ביידן אויף איין סטעידזש.

און ניין, ס'איז לאו דוקא אז ווען פאר ווארען איז גוט איז עס גוט פאר ביידן, עס קען זיין גוט פאר ווארען, האבנדיג מער טשענסעס צו כאפן די לינקע בעיס, און לעומת זה שלעכט פאר ביידן פאר האבן קעגן זיך סענדערס פון איין זייט און די יונגע מער מעסיגע שטארקע קאנדידאטן פון די אנדערע זייט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך זעה וואס דו שרייבסט, די פראבלעם איז א א באזע אליין העלפט נישט געווינען, מאמענטום איז קריטיש... נישט בערני און נישט ווארען גייען ארויס פאר אייאווע, און דאס צוטיילן די צוויי מאכט אז ביידען זאל אריינקומען גאר שטארק און האבן מאמענטום אריינגייענדיג קיין ניו העמפשור...

אודאי איז א טובה פאר ביידען אז בערני האט נישט די אלע וואס זענען ביי ווארען, די שאלה איז נאר צו זיי וואלטן געגאנגען צו בערני ווען נישט ווארען.

אין די אויבן געברענגטע אנקעטע איז ביידען טאקע פאראויס מיט אכט פונקטן פון בערני אין אייאווע, אבער ווען ווארען איז געווען אסאך שוואכער איז ביידען נישט געווען שוואכער קעגן בערני ווי יעצט, וואס דאס מיינט אז די ווארען וויילער זענען סייווי נישט געווען ביי בערני! צו די מאמענטום וועט העלפן ביידען אין ניו העמפשור, וויאזוי האט עס געארבעט פאר קרוז אין 2016???... סוף כל סוף איז ביידען א געוועזענע וויצע פרעזידענט און איז "ערווארטעט" צו זיין גאר שטארק, סאו איך בין נישט אזוי זיכער אז א שמאלע געווינס אין אייאווע וועט זיין גענוג גוט אים צו שטופן ווייטער מיט א שטארקייט, אדרבא, ס'קען העלפן דעם וואס וועט אריינקומען א שטארקע צווייטער, און הגם יעצט האט ער נאך א אויבערהאנט פון אכט פונקטן, קען זיך עס פארשמעלערן אויב סיי בערני און סיי ווארען וועלן אפירקראצן פרישע וויילער (פון וואו? א חלק וועט מוזן קומען פון ביידען ווייל דארט זענען בערך האלב פון די וויילער וואס זענען נישט ביי די צוויי!) דורכ'ן צומאלן ביידען ביי די דעבאטעס.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ברעיקינג;

א פאקס נאוז נעשענאל אנקעטע געבט א דורכשניטליכער 10% אויבערהאנט פאר די 5 הויעך-פעטענצואלע דעמעקראטישע קאנדידאטן אין די פארמעסט קעגן טראמפ, אויב זאל ווען די וואלן פארקומען פאר היינט. דאס איז א 30% שפרינג אין פעיווער פאר טראמפ קאמפערינג צו די זעלבע צייט פונעם קאמפיין 5 יאר צוריק.
אטעטשמענטס
E93ABB6A-4C74-4096-B656-F1FB4D492C79.jpeg
E93ABB6A-4C74-4096-B656-F1FB4D492C79.jpeg (62.17 KiB) געזען 1999 מאל
רשעות קאלטע סעלצער
נודניק
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ברעיקינג;

א פאקס נאוז נעשענאל אנקעטע געבט א דורכשניטליכער 10% אויבערהאנט פאר די 5 הויעך-פעטענצואלע דעמעקראטישע קאנדידאטן אין די פארמעסט קעגן טראמפ, אויב זאל ווען די וואלן פארקומען פאר היינט. דאס איז א 30% שפרינג אין פעיווער פאר טראמפ קאמפערינג צו די זעלבע צייט פונעם קאמפיין 5 יאר צוריק.

פלצתי מאוד...
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

פאר אינטרעסאנטקייט, א NBC אנקעטע פון די זעלבע צייט אין 2015

Bush 22%
Walker 17%
Rubio 14%
Carson 11%
Huckabee 9%
Paul 7%
Perry 5%
Cruz 4%
Christie 4%
Fiorina 2%
TRUMP 1%
Graham 1%
Kasich 1%

בערך א חודש שפעטער האט טראמפ פארכאפט דעם אויבן אן, און עס קיינמאל נישט פארלוירן.
אטעטשמענטס
Screenshot_2019-06-16-20-51-18~2.png
Screenshot_2019-06-16-20-51-18~2.png (143.75 KiB) געזען 1843 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

דעמעקראטישע פריימערי טעקסעס - אוניווערסיטי אוו טעקסעס/טעקסעס טריביון

Biden 23%
O'Rourke 15%
Warren 14%
Sanders 12%
Buttigieg 8%
Harris 5%
Castro 3%
Gabbard 3%

אין די זעלבע אנקעטע האט סענעטאר דזשאן קארנין, וואס לויפט פאר ווידערוויילונג אין 2020, א נעט אפראוועל רעיטינג פון בלויז +3% מיט 29% וועלכע זענען אומבאשלאסן. נעמענדיג אין באטראכט וויפיל שטערקער בעטא איז אין די אנקעטע קעגן די ארט וואו ער שטייט אין אנדערע שטאטן, בלייבט בלויז איבער זיך צו ווינדערן וואס וואלט פאסירט ווען ער באשליסט צו לויפן פאר סענאט אנשטאט פאר פרעזידענט.

-----

נאך פון די אנקעטע
טראמפ אפראוועל +8% - 52/44
טעד קרוז אפראוועל + 8% - 47/39
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

אויף די אנפראגע האט פיט בוטעדזשאידזש געזאגט אז ער וואלט נישט צוריק געפירט די אמעריקאנער אמבאסאדאר ארויס פון ירושלים.

ער האט אבער קריטיקירט טראמפ פאר דעם שריט, און אגב, צווישן די ווערטער גערופן מדינות ישראל א 'שטארקע עליי...
Pete Buttigieg: "That doesn't mean he did the right thing. Here's the problem with what he did ... [I]f you're going to make a concession like that, if you're going to give somebody something that they've wanted for a long time in the context of a push-pull, even with a strong ally like Israel, right? We have a push-pull relationship. And you don't do that without getting some kind of concession. Instead, we've seen the Israeli government continue to act in ways that are detrimental to peace. And I believe, therefore, also detrimental to U.S. interests."

איבער גאזא
“Most people aren’t aware of the difference between what’s happening in Gaza — run by Hamas in a way that is contributing to a lot of misery there — but also totally different than an environment where you’d have a negotiating partner across the table.”
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אינטערוויו פון בן שפירא מיט דעם דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט "ענדראו יענג", לדעתי דערווייל די מערסט-זאכליכע דעמאקראטישע קאנדידאט אינעם איצטיגן פרעזידענטליכע פארמעסט, וואס איך געזעהן.

https://drive.google.com/open?id=1jNrMo ... Nk9jo05lAp
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום מאנטאג יוני 17, 2019 5:11 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

יש ברירה האט געשריבן:פאר אינטרעסאנטקייט, א NBC אנקעטע פון די זעלבע צייט אין 2015

Bush 22%
Walker 17%
Rubio 14%
Carson 11%
Huckabee 9%
Paul 7%
Perry 5%
Cruz 4%
Christie 4%
Fiorina 2%
TRUMP 1%
Graham 1%
Kasich 1%

בערך א חודש שפעטער האט טראמפ פארכאפט דעם אויבן אן, און עס קיינמאל נישט פארלוירן.

און דאס איז נאר אנקעטעס פון טראמפ ווס די ריפאבליקאנע קאנדידאטן. יעצט ברענג מיר די אנקעטעס פון טראמפ ווס קלינטאן, פון איאר שפעטער איז אויך גוט.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגעלע »

פעיק נוז האט געשריבן:אינטערוויו פון בן שפירא מיט דעם דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט "ענדראו יענג", לדעתי דערווייל די מערסט-זאכליכע דעמאקראטישע קאנדידאט אינעם איצטיגן פרעזידענטליכע פארמעסט, וואס איך געזעהן.

https://drive.google.com/file/d/1zA7BlN ... sFEDL/view

need access
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:פאר אינטרעסאנטקייט, א NBC אנקעטע פון די זעלבע צייט אין 2015

Bush 22%
Walker 17%
Rubio 14%
Carson 11%
Huckabee 9%
Paul 7%
Perry 5%
Cruz 4%
Christie 4%
Fiorina 2%
TRUMP 1%
Graham 1%
Kasich 1%

בערך א חודש שפעטער האט טראמפ פארכאפט דעם אויבן אן, און עס קיינמאל נישט פארלוירן.

און דאס איז נאר אנקעטעס פון טראמפ ווס די ריפאבליקאנע קאנדידאטן. יעצט ברענג מיר די אנקעטעס פון טראמפ ווס קלינטאן, פון איאר שפעטער איז אויך גוט.

ביסט נישט גערעכט ווייל טראמפ האט ממש דעמאלץ אנאונסד. איך מיין אז דו האסט אים אויך נאכנישט געשטיצט דעמאלט...

בכל אופן מאכט עס מיר לאכן זעענדיג האקעבי קארסאן וואלקער הויעך און קרוז אזוי נידריג, דאס ווייזט בעיסיקלי אז 2016 איז געווען א אבנארמאלע סורפרייז - נעמליך אז דער עולם (פיפל) האט זיך געעעפנט די אויגן און זיך ארומגעזעהן אז מיר האבן א באנמדע גארנישט-טוערס - וואס אפילו אין 2015 האט עס קיינער נישט פארגעזעהן אחוץ טראמפ וואס האט דעריבער דיסיידעד אריינצוטאנצן!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ציגעלע האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:אינטערוויו פון בן שפירא מיט דעם דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט "ענדראו יענג", לדעתי דערווייל די מערסט-זאכליכע דעמאקראטישע קאנדידאט אינעם איצטיגן פרעזידענטליכע פארמעסט, וואס איך געזעהן.

https://drive.google.com/file/d/1zA7BlN ... sFEDL/view

need access

פרוביר יעצט
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגעלע »

פעיק נוז האט געשריבן:
ציגעלע האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:אינטערוויו פון בן שפירא מיט דעם דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט "ענדראו יענג", לדעתי דערווייל די מערסט-זאכליכע דעמאקראטישע קאנדידאט אינעם איצטיגן פרעזידענטליכע פארמעסט, וואס איך געזעהן.

https://drive.google.com/file/d/1zA7BlN ... sFEDL/view

need access

פרוביר יעצט

די זאלבע זאך
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”