צולייגער האט געשריבן:טויש נישט מיין קינד, טויש נישט. עס איז נישט ווערט די תוחלת ממושכה, האפענונג ביז צו די ביטערע אנטוישונג געוואר צו ווערן אז די ליין איז די זעלבע לאנג.
און דאן, יויש, דאן נאך אזא לאנגע דורכגאנג וועסטו וועלן צוריקלויפן צו די פריערדיגע ליין, אבער וועסט האבן געמיססט די יארן וואס דו ביסט געשטאנען בעפאר אין די ליין, און וועסט אנהויבן פון אנפאנג נאכאמאל.
צולייגער האט געשריבן:טויש נישט מיין קינד, טויש נישט. עס איז נישט ווערט די תוחלת ממושכה, האפענונג ביז צו די ביטערע אנטוישונג געוואר צו ווערן אז די ליין איז די זעלבע לאנג.
און דאן, יויש, דאן נאך אזא לאנגע דורכגאנג וועסטו וועלן צוריקלויפן צו די פריערדיגע ליין, אבער וועסט האבן געמיססט די יארן וואס דו ביסט געשטאנען בעפאר אין די ליין, און וועסט אנהויבן פון אנפאנג נאכאמאל.
דעם שב"ק פ' נשא ביי שלש סעודות, האבן די בני הקהלה און די תושבים אינעם היימישן ישוב, געהאט צו גאסט מרן הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א, ראש הישיבה בית מדרש גבוה.
שוין עטליכע יאר, זינט די הרחבת הגבולים פונעם חרדי'שן ישוב אין שטאט זענען געווארן מער און מער פארשפרייט, וואס די ראשי הישיבה פון 'בית מדרש גבוה', ממלאי מקומו פונעם מייסד פונעם ישוב הגאון רבי אהרן קאטלער זצ"ל, גייען ארום דורכאויס די זומער חדשים צו די פארשידענע געגנטער אין לעיקוואוד והגלילות, וואו זיי שטייען איין און טיילן איין די תפלות און שיעורים במשך דעם שבת איבער די פארשידענע בתי מדרשים און דעוועלאפמענטס, וואו זיי טרעטן אויף בדברי תורה וחיזוק.
די וואך איז געקומען אן אנפראגע אז דער ראש ישיבה שליט"א, וועלכער וועט וויילן דעם שב"ק נשא אין דרום זייט פון שטאט אינעם אומגעגנט פונעם היימישן ישוב, האט חשק צו אפשטאטן א באזוך אינעם נייעם ישוב און זעהן די הרחבת גבולי הקדושה פונדערנאנט, בעיקר האט דער ראש ישיבה געוואלט דאווענען מעריב אינעם ביהמ"ד דקהלתינו וואו מען בענטשט און דאווענט מעריב הערשט נאך זמן מוצ"ש בזמן רבינו תם, כקפידת זקינו הגדול ר' אהרן זצ"ל צו האלטן זמן רבינו תם כמסורת רבותינו מדור דור.
די הנהלת הקהלה האט דאן איינגעלאדנט דעם ראש ישיבה שליט"א צו אויפטרעטן ביי שלש סעודות אין בית מדרשינו הגדול, וועלכער דער ראש ישיבה שליט"א האט אנגענומען מיט א קענטליכע הערצה צו קהלתינו הק', מצד די קהלה איז דאס געווען א באזונדערע געלעגנהייט צו מקבל זיין פניו, און ארויסווייזן הערצה צו דעם ראש ישיבה וועלכער איז עומד בראש מערכות ישראל בארץ ובגולה במסירות נפש.
צו שלש סעודות האט זיך אנגעזעהן א גרעסערער עולם ווי געווענליך, מיט מערערע געסט פון די ארומיגע געגנטער וועלכע זענען געקומען לכבודה של תורה, מען האט אנגעהויבן די זמירות ווי געווענליך מיט די ניגוני התעוררות, דער ראש ישיבה איז אנגעקומען אינמיטן די זמירות, ווען דער גאנצער עולם האט זיך אויפגעשטעלט לכבודו און די זקני וחשובי העדה האבן אים מקבל געווען בכבוד ובראוי, און דאן האט מען ממשיך געווען מיט די זמירות.
דער ראש ישיבה האט פארגעזאגט די פסוקי יחוד וקבלת עול מלכות שמים, וועלכע דער עולם האט נאכגעזאגט מיט גרויס ווארימקייט.
נאך שיר המעלות האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן די דברי תורה, זיך שטעלנדיג אויף די ווערטער פון מדרש למה נסמכה פ' המנורה לפ' הנשיאים, און מרחיב הדיבור געווען אויף די דברי המדרש פון שלך קיימת לעולם - ארויסברענגענדיג אז די כח התורה וואס איז מרומז אין די נרות און קדושת המשכן והמקדש וואס איז פארהאן אין אידישע שטובער באגלייט כלל ישראל אויף אייביג.
דאן האט דער ראש ישיבה דערמאנט דעם באוואוסטן הספד פון רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל אויף הגאון ר' אהרן קאטלער זצ"ל זאגנדיג אויף אים די ווערטער פון רש"י אין פ' בהעלותך 'להגיד שבחו של אהרן שלא שינה' אז מעטן אנהאלטן דעם המשך פון כח התורה בקדושה, אן משנה זיין קיין זיז כל שהוא, האט ער אזויפיל אויפגעטאן.
צום סוף האט דער ראש ישיבה באגריסט דעם נייעם ישוב וואס איז פקיע שמייהו אלס גאר חשוב'ער און ערנסטער ארט פון בעלי בתים ובני תורה, וויפיל דאס גיבט צו צום ערנסטקייט און רוממות פון די שטאט, און דערמאנט אז דאס איז בכחם של אותם זקנים וואס האבן אהערגעשטעלט תורה און אידישקייט אין אמעריקא, און מסיים געווען מיט ברכת התורה אז עס זאל קענען שטייגן און נתרחב ווערן באיכות ובכמות בהרחבת גבולי הקדושה.