איך וויל אז מיין קינד זאל אויפוואקסן צו זיין א...?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווען מיין קינד גייט אויפוואקסן וויל איך אז ער זאל זיין א...

רב רבי
11
6%
כלי קודש, ראש ישיבה, דיין, מגיד שיעור, מלמד
43
23%
כולל יינגערמאן, תורתו אומנתו
31
16%
לערנען א האלבן טאג און ארבעטן א האלבן טאג
44
23%
ביזנעסמאן, אפיס ארבייט, אינוועסטאר.
52
27%
בעל מלאכה, עלעקערישן, געשעפטס-מאן
9
5%
 
סך הכל שטימען: 190

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די שאלה.

עס ווענט זיך ווען און עס ווענט זיך ווער.

ביים געבורט (און נאך פון פריער) דארף אוודאי זיין די רצון, שאיפה און תפילות אז דא זאל וואקסן א ר' עקיבא איגר און א חפץ חיים.

שפעטער אין לעבן דארף מען שוין אפשאצן די כשרונות, שאיפות, ערענסקייט, און פעהיגקייטן פון דעם קינד, ולא הרי זה כהרי זה.

דער וואס לכתחילה שטעלט ער נישט צו די מעגילכקייט אז ביים עם אינדערהיים זאל קענען וואקסן א גדול בישראל בתורה וביראה, איז צריך בדיקה אחריו.

(היילגיע באשעפער, איך האב נישט באשטעלט אזא צדיק'ל, מ'קען עס עקסטשעדנשין פאר א מער פשוטע אבער א טיכטיגע...)

נאך דא קלוגע אידן צווישן אונז


און פאר די וואס זאגן אז זיי 'ווילן' גארנישט. פארוואס נישט ווילן? וויל נישט פאר דיינעט וועגן, וויל פאר גאט'ס וועגן. וויל נישט נאר פאר דיין קינד, וויל פאר כלל ישראל'ס קינדער. אבער וויל און וויל. רצון איז א שליסל פאר הצלחה, ס'הייסט פאר די ריכטיגע השתדלות. נישט זאג כ'לאז עס לויפן כ'מאך נאר נישט קאליע. אז דו וועסט נישט 'ווילן' דאס בעסטע פאר דער קינד, וועסטו זיך אויך נישט אנשטרענגן דערפאר. און פון זיך אליין האט דער באשעפער אויסגעשטעלט אז בדרך כלל געשעהט עס נישט.

רצון עבדך לעשות נחת רוח, לך יוצר הכל ולערוך שיח, מי יתן ותשמח בפועל כפיך, אדון הכל.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

דערווייל כמעט 70% פון די וויילער ווילן אז זייערע קינדער זאלן זיין תורתם אומנתם לכה"פ אויף א האלבע טאג!
אשריך ישראל!
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

מחשב האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די שאלה.

עס ווענט זיך ווען און עס ווענט זיך ווער.

ביים געבורט (און נאך פון פריער) דארף אוודאי זיין די רצון, שאיפה און תפילות אז דא זאל וואקסן א ר' עקיבא איגר און א חפץ חיים.

שפעטער אין לעבן דארף מען שוין אפשאצן די כשרונות, שאיפות, ערענסקייט, און פעהיגקייטן פון דעם קינד, ולא הרי זה כהרי זה.

דער וואס לכתחילה שטעלט ער נישט צו די מעגילכקייט אז ביים עם אינדערהיים זאל קענען וואקסן א גדול בישראל בתורה וביראה, איז צריך בדיקה אחריו.

(היילגיע באשעפער, איך האב נישט באשטעלט אזא צדיק'ל, מ'קען עס עקסטשעדנשין פאר א מער פשוטע אבער א טיכטיגע...)

נאך דא קלוגע אידן צווישן אונז


און פאר די וואס זאגן אז זיי 'ווילן' גארנישט. פארוואס נישט ווילן? וויל נישט פאר דיינעט וועגן, וויל פאר גאט'ס וועגן. וויל נישט נאר פאר דיין קינד, וויל פאר כלל ישראל'ס קינדער. אבער וויל און וויל. רצון איז א שליסל פאר הצלחה, ס'הייסט פאר די ריכטיגע השתדלות. נישט זאג כ'לאז עס לויפן כ'מאך נאר נישט קאליע. אז דו וועסט נישט 'ווילן' דאס בעסטע פאר דער קינד, וועסטו זיך אויך נישט אנשטרענגן דערפאר. און פון זיך אליין האט דער באשעפער אויסגעשטעלט אז בדרך כלל געשעהט עס נישט.

רצון עבדך לעשות נחת רוח, לך יוצר הכל ולערוך שיח, מי יתן ותשמח בפועל כפיך, אדון הכל.

אוודאי ווילן! אבער נישט ערווארטן דאס פונעם קינד
די קענסט במילא נישט טון מער ווי אריינלייגען אהבת התורה און יראת שמים, און אים זיך לאזן אליינס אויסשטעלן לויט זיין נפש.
די איבריגע וואס מען מיינט אז מען קען יא טון אויסצושטעלן א קינד צו זיין לויט דיינע ערווארטונגן, איז שטארק נישט געזינט פאר די קינד.
צעקה בקול דממה דקה
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4032
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

שרייזשע האט געשריבן:ווילאנג ער איז ערליך וויל איך נישט גארנישט!
ווער בין איך צו ווילען?
איך וועל אוודאי געבן א שבח והודאה פארן אויבערשטן אויב ער וואקסט אויף א בן תורה און א תלמיד חכם, אבער וואס פאר א רעכט האב איך דאס צו ווילען??

גא"מ
מען קען נאר בעטן אין בעטן
לעצט פארראכטן דורך Haklal אום דאנערשטאג יוני 06, 2019 11:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חינוך הטהור בארהב
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 24, 2019 6:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חינוך הטהור בארהב »

מחשב האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די שאלה.

עס ווענט זיך ווען און עס ווענט זיך ווער.

ביים געבורט (און נאך פון פריער) דארף אוודאי זיין די רצון, שאיפה און תפילות אז דא זאל וואקסן א ר' עקיבא איגר און א חפץ חיים.

שפעטער אין לעבן דארף מען שוין אפשאצן די כשרונות, שאיפות, ערענסקייט, און פעהיגקייטן פון דעם קינד, ולא הרי זה כהרי זה.

דער וואס לכתחילה שטעלט ער נישט צו די מעגילכקייט אז ביים עם אינדערהיים זאל קענען וואקסן א גדול בישראל בתורה וביראה, איז צריך בדיקה אחריו.

(היילגיע באשעפער, איך האב נישט באשטעלט אזא צדיק'ל, מ'קען עס עקסטשעדנשין פאר א מער פשוטע אבער א טיכטיגע...)

נאך דא קלוגע אידן צווישן אונז


און פאר די וואס זאגן אז זיי 'ווילן' גארנישט. פארוואס נישט ווילן? וויל נישט פאר דיינעט וועגן, וויל פאר גאט'ס וועגן. וויל נישט נאר פאר דיין קינד, וויל פאר כלל ישראל'ס קינדער. אבער וויל און וויל. רצון איז א שליסל פאר הצלחה, ס'הייסט פאר די ריכטיגע השתדלות. נישט זאג כ'לאז עס לויפן כ'מאך נאר נישט קאליע. אז דו וועסט נישט 'ווילן' דאס בעסטע פאר דער קינד, וועסטו זיך אויך נישט אנשטרענגן דערפאר. און פון זיך אליין האט דער באשעפער אויסגעשטעלט אז בדרך כלל געשעהט עס נישט.

רצון עבדך לעשות נחת רוח, לך יוצר הכל ולערוך שיח, מי יתן ותשמח בפועל כפיך, אדון הכל.


אוודאיו ווילן, ער זאל זיין די העכסטע פון יצור אנוש, גרייכען ווי די אבות הק' און די מקבל התורה משה רעיא מהימנא

אבער ערווארט גענוי נאר וואס די תורה פארלאנגט דיר צו טו נישט הויכע און ריזיגע ערווארטונגען, ס'געזינטער פארן קינד'ס לעבן.
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14686
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

איך וויל מיין קינד זאל אויסוואקסען א רבי
איך קען נאך נישט דיסיידען וואס פאר רבי ער זאל זיין
א רבי מיט טויזענטער חסידים, אדער ווי סקולענער רבי וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישקייט אבער האט נישט געהאט קיין 30 מענטשען ביי זיינע טישען אדער ווי ר' יואל ראטה
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

מיין זון גיבט מיר נישט קיין נחת...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

הער אויס דעם שיעור פון הרב אברהם מרדכי מלאך, דערנאך דיסייד וואס דו ווילסט ער זאל אויסוואקסן

דראפבאקס

תורה עניטיים
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

א רשכבה"ג

איך בין מתפלל כר' שמעון תלד.
קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטאגאריש »

יידישע קהילות האט געשריבן:דערווייל כמעט 70% פון די וויילער ווילן אז זייערע קינדער זאלן זיין תורתם אומנתם לכה"פ אויף א האלבע טאג!
אשריך ישראל!


די וועלט זאגט א ווערטעל ציזאגען אין ליעב האבן קאסט נישט קיין געלט, ק"ו סתם וועלען, רוב עולם זעה איך קען ביישטיין אז זייער קינד זאל מקיים זיין פת במלח תאכל, אבער וויפיל זענען גרייט אליין לעבן אביסעל בצמצום אין שטיצען די קינדער אז זיי זאלען זיצען אין לערנען?

די שאלה דארף זיין וואס ביסטו מסכים אויפציגעבען אז דיין זין (נישט איידעם) זאל זיצען אין לערנען נאך די חתונה א גאנץ אדער האלב טאג,

די עלטערע דור, האבען געארבעט שווער מבוקר עד ערב, אין אריין געשטיפט צייט צו לערנען, איך בין נישט זעכער אז דער אייבישטער וואלט איינגעטוישט זייער עבודה, צו דעי פון כלי קודש

איך וויל האבען קינדער וואס הקב"ה אין איך זאלען אינאיינעם שעפען נחת, אין פאר פרנסה זאל ער טון וואס וועט עם געבן געשמאק אין הרחבת הדעת, אז ער זאל קענען דינען דעם בורא עולם,
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

קאטאגאריש האט געשריבן:איך וויל האבען קינדער וואס הקב"ה אין איך זאלען אינאיינעם שעפען נחת, אין פאר פרנסה זאל ער טון וואס וועט עם געבן געשמאק אין הרחבת הדעת, אז ער זאל קענען דינען דעם בורא עולם,

איך וויל דער אייבישטער זאל האבן נחת און איך זאל זיין צופרידן מיט'ן באשעפער'ס נחת. האפענטליך דורך דעם וואס ער וועט אויסוואקסן אן אמת'ער עבד השם

מ'מעג בעטן אויף חסדים גלויים. אין אונזער פאל, אז אונזערע קינדער זאלן זיין צדיקים וגאונים
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
דעת הקהל
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת הקהל »

בטל רצונך מפני רצונו ית'. אלעס וואס איך וויל(אויב איך וויל) איז ווייל השי"ת הייסט וועלן, און איך וויל ווייל דער אייבערשטער וויל, און אויב ער וויל פארקערט זאל זיין אזוי. און אויף דעם דארף מען אסאך תפילה צו מקבל זיין דעם אמת...
דעת הקהל
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת הקהל »

בטל רצונך מפני רצונו ית'...
ס'זאל רינען
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'זאל רינען »

כ'מיין די מערכת זאל מוסיף זיין אלס הויפט אפציע: 'געזונט'!

'געזונט' טיישט אז די עקספעקטעישאנס איז נישט געבויט ער זאל וואקסן עפעס א ספעציפישע זאך, נאר זאל פשוט וואקסן נפשות'דיג 'געזונט', ער זאל צום בעסטן אנטוויקלן זיינע טאלאנטן און כשרונות מיט וואס ער איז באשאנקן, און דאס זאל ער אויסנוצן לשמים ולבריות!

אויב וועט ער וואקסן א רב, זאל ער זיין א 'געזונטע' רב, צו וועמען מענשטן זאל ווילן זיך אנקערן...
אויב וועט ער וואקסן א קאנטראקטער, זאל ער זיין א 'געזונטע' קאנטראקטער, זיך באנעמען ארענטליך און מענטשליך...
אויב וועט ער וואקסן אן עסקן, זאל ער זיין א 'געזונטע' עסקן, פשוט און גראד א נארמאלע מענטש...

צו דען דארפן אונזערע ערווארטונגן זיין געבויט אויף א ספעציפישע 'אייטעם'?!
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ס'זאל רינען האט געשריבן:כ'מיין די מערכת זאל מוסיף זיין אלס הויפט אפציע: 'געזונט'!

'געזונט' טיישט אז די עקספעקטעישאנס איז נישט געבויט ער זאל וואקסן עפעס א ספעציפישע זאך, נאר זאל פשוט וואקסן נפשות'דיג 'געזונט', ער זאל צום בעסטן אנטוויקלן זיינע טאלאנטן און כשרונות מיט וואס ער איז באשאנקן, און דאס זאל ער אויסנוצן לשמים ולבריות!

אויב וועט ער וואקסן א רב, זאל ער זיין א 'געזונטע' רב, צו וועמען מענשטן זאל ווילן זיך אנקערן...
אויב וועט ער וואקסן א קאנטראקטער, זאל ער זיין א 'געזונטע' קאנטראקטער, זיך באנעמען ארענטליך און מענטשליך...
אויב וועט ער וואקסן אן עסקן, זאל ער זיין א 'געזונטע' עסקן, פשוט און גראד א נארמאלע מענטש...

צו דען דארפן אונזערע ערווארטונגן זיין געבויט אויף א ספעציפישע 'אייטעם'?!

פארשטייטזעך אז אלעס מיינט מען געזונט און צום זאך. אבער דאס איז ביי אלע אויסוואלן.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6413
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

מחשב האט געשריבן:פאר די וואס זאגן אז זיי 'ווילן' גארנישט. פארוואס נישט ווילן? וויל נישט פאר דיינעט וועגן, וויל פאר גאט'ס וועגן.

וואס ווייסען מיר וואס גאט וויל???
גאט האט גענוג מלאכים אין הימל!!! ער וויל אונזער גשמיותדיגע לעבן זאל זיין מיט א א העכערקייט, גדול הנהנה מיגיע כפיו כו', ער וויל אונזער עבודה ווען מיר גייען אין גאס און ארבעטען ערליך זיך היטען די אויגן און מחשבות און פון גניבה וכו'
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

שרייזשע האט געשריבן:ווילאנג ער איז ערליך וויל איך נישט גארנישט!
ווער בין איך צו ווילען?
איך וועל אוודאי געבן א שבח והודאה פארן אויבערשטן אויב ער וואקסט אויף א בן תורה און א תלמיד חכם, אבער וואס פאר א רעכט האב איך דאס צו ווילען??

לאו דוקא
אוודאי זעמיר אונז נישט צו וועלן און די אוטקאם וועט זיין נאר וויאזוי די רבוש"ע וויל
אבער מ'קען אוועקשטעלן אן אטמאספער אין א אידישע שטוב
די קינדער קענען הערן א גאנצן טאג רעדן אדער פון געלט, רייכטום, זומער הייזער א.א.וו.
אדער קען ער הערן רעדן פון די דרשו סיום, בחינות, ת"ח וכו'
איך מיין אז די קינד פון די צווייטע שטוב האט מער האפענונג צו וואקסן א גדול בתורה

=

סתם אזוי איך דער אשכול א זיסע טאפיק, מיר וואלט עס נישט בייגעפאלן צו אויפקומען דערמיט.
(כ'קען אבער באשטיין אז מיין קינד זאל זיך נישט אזויפיל דרייען דא אויפן וועלטל... אפשר דארף מען אויף דעם מאכן א באזונדערע אנקעטע צו דו ווילסט אז דיין קינד זאל האבן א ניק אויף אייוועלט, שרייבן אסאך, ווייניג, נאר תורה'דיגע נושאים... וכו'.. כ'לאז עס פאר ווער ס'האט די צייט דערצו..)
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

אילו זכינו האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:ווילאנג ער איז ערליך וויל איך נישט גארנישט!
ווער בין איך צו ווילען?
איך וועל אוודאי געבן א שבח והודאה פארן אויבערשטן אויב ער וואקסט אויף א בן תורה און א תלמיד חכם, אבער וואס פאר א רעכט האב איך דאס צו ווילען??

לאו דוקא
אוודאי זעמיר אונז נישט צו וועלן און די אוטקאם וועט זיין נאר וויאזוי די רבוש"ע וויל
אבער מ'קען אוועקשטעלן אן אטמאספער אין א אידישע שטוב
די קינדער קענען הערן א גאנצן טאג רעדן אדער פון געלט, רייכטום, זומער הייזער א.א.וו.
אדער קען ער הערן רעדן פון די דרשו סיום, בחינות, ת"ח וכו'
איך מיין אז די קינד פון די צווייטע שטוב האט מער האפענונג צו וואקסן א גדול בתורה

=

סתם אזוי איך דער אשכול א זיסע טאפיק, מיר וואלט עס נישט בייגעפאלן צו אויפקומען דערמיט.
(כ'קען אבער באשטיין אז מיין קינד זאל זיך נישט אזויפיל דרייען דא אויפן וועלטל... אפשר דארף מען אויף דעם מאכן א באזונדערע אנקעטע צו דו ווילסט אז דיין קינד זאל האבן א ניק אויף אייוועלט, שרייבן אסאך, ווייניג, נאר תורה'דיגע נושאים... וכו'.. כ'לאז עס פאר ווער ס'האט די צייט דערצו..)

די אוועשטעלן די אטמאספער אין שטוב איז א זאך וואז הייסט זיך אליינס מחנך זיין וויאזוי זיך אויפצופירן אין שטוב, אבער עס האט גארנישט מיט וואס מען וויל די קינד זאל אויפוואקסן.

אגב איך וויל א ביליאן דאללער, נו עס האט עפעס מיט מיר? די זעלבע איז וואס א קינד זאל אויפוואקסן, עס האט גארנישט מיט אונז בכלל, נאר מיטן אייבערשטן.

נעם עס נישט פערזענליך, סך הכל א מיינונג פון א פשוט'ע איד.
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דעת הקהל האט געשריבן:בטל רצונך מפני רצונו ית'...

און וואס איז זיין רצון?

יידישע קהילות האט געשריבן:פארשטייטזעך אז אלעס מיינט מען געזונט און צום זאך. אבער דאס איז ביי אלע אויסוואלן.

וועסט זיין סורפרייזד צי הערן אז ס'זענען דא אזעלכע עלטערן וואס גייט נישט אן צי זייער קינד איז געזונט. ווילן ארויסנעמען פון זייערע קינדער די מאקסימום כבוד וואס שייך און גייט נישט אן גארנישט מער

אילו זכינו האט געשריבן:אוודאי זעמיר אונז נישט צו וועלן און די אוטקאם וועט זיין נאר וויאזוי די רבוש"ע וויל
אבער מ'קען אוועקשטעלן אן אטמאספער אין א אידישע שטוב
די קינדער קענען הערן א גאנצן טאג רעדן אדער פון געלט, רייכטום, זומער הייזער א.א.וו.
אדער קען ער הערן רעדן פון די דרשו סיום, בחינות, ת"ח וכו'
איך מיין אז די קינד פון די צווייטע שטוב האט מער האפענונג צו וואקסן א גדול בתורה

;l;p- ;l;p- ;l;p-
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

צוקער וואסער האט געשריבן:א ערליכע איד.
איך ווייס נישט וואס
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

אוי וויי די אנקעטע פארט שוין נישט גיט
נאך שטימעס פליז
טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

בס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טובי' מאיר ניימאנן »

וואס אימער ער גייט זיין וויל איך ער זאל זיין א בעל חסד,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1387
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:וואס אימער ער גייט זיין וויל איך ער זאל זיין א בעל חסד,

מאכן ראבא קאלס אויך? אדער דאס שוין נישט.....
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
אויב איך בין איך
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויב איך בין איך »

געשטימט פאר ארבייטען. איך האלט אז ווען מארבייט נישט און די ווייב ברענגט פרנסה ברענגט עס שלו"ב פראבלעמען אפילו א שטוב וואס תורה איז געשעצט correct me if I'm wrong
טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

בס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טובי' מאיר ניימאנן »

גראדע איז די שאלה נישט אויפ'ן פלאץ,
1)די שאלה איז וואס וויל איך זאל אויסוואקסען פון מיר, צו יעדע צייט ברויך א מענטש זיך פארבעסערען,
יעצט די תשובה אויף דעם איז בערך אזוי, וויאזוי דו פירסט דיך אויף אזוי וועט על פי רוב דיין קינד אויסוואקסען, הגם עס זענען דא גרויסע דיינים מורי הוראות און זייערע קינדער זענען נישט אזוי, אבער זייער טאטענס שאיפה איז יא געוועהן דאס,
די גמרא זאגט דאך דרחים רבנן דמוקיר רבנן וכו', אלזא וואס מען טוט אליינס דאס וויל מען זאל דאס קינד זיין, הגם עס זענען דא אידען וואס ארבעטען שווער און געבען זיך אוועק זייערע קינדער זאלען לערנען, - צייגען זיי ארויס א חביבות התורה, וויא די מעשה מיט'ן רידב"ז אז מען האט צונומען דעם אויווען אין מיטן ווינטער אז מען זאל קענען צאלען שכר לימוד,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין
טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טובי' מאיר ניימאנן »

נעגלוואסער האט געשריבן:
טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:וואס אימער ער גייט זיין וויל איך ער זאל זיין א בעל חסד,

מאכן ראבא קאלס אויך? אדער דאס שוין נישט.....

דאס איז זיכער אז איך וויל ער זאל נישט קריטיקירען די בעלי חסד אפילו זיי טוען נישט אזוי אויסגעהאלטענע שריט, ובפרט ווען יעדע ראבא קאל איז א הצלה קאל, יא יא עס איז ליידער א וועלט פון שוועריקייטען און ל"ע אומגליקען,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”