לב בשר האט געשריבן:שמואל אלצווייסער האט געשריבן:לב בשר האט געשריבן:שמואל אלצווייסער האט געשריבן:אפשר שנעלער האט געשריבן:דורך געליינט אביסל די בלעטער און עס רינען מיר טרערן. מיר גיגעבן א ציפ. איך דארף שטארק חיזוק אין דעם, שוין זייער אסאך מאל פרובירט זיך פארבעסערן און זייער שטארק צוריק געפאלן, יעדע מאל נאך ערגער. שוין ממש מיואש געווארן פון קענען זיך צוריק כאפן.
א. וואס איז געווען לשעבר, זאל זיין די ערגסטע דורכפאל, האט געדארפט געשעהן אפילו אן עבירה (פרי הארץ
דעס איז זייער א האקעלע ענין. מ׳קען נישט ברענגען קיין גרויסע מושגים וואס שטייט אין ספרים און איבערטייטשן עברי טייטש, נאר עס דארף זיין אויף די אופן וויאזוי ערליכע אידן האבן עס געזאגט. אויב נישט קען מען האבן טעותים בעיקרי הדת.
האסטו געהערט דעם פרי ארץ (אדער אויף אן אנדערע אופן אז לאחר עבירה דארף מען וויסן, ס׳האט געדארפט געשעהן...) פון דיין טאטע אדער זיידע׳ס צדיק/רבי פון די לעצטע 100 יאר?
אודאי דארף מען וויסן וויאזוי עס צו נוצן אבער אין המקרא יוצא מדי פשוטו.
נ.ב. איך האב דאס געלערנט אינווייניג אין ספר׳ל. נישט געהערט פון עפעס א זיידע...
מ׳דארף מלחמה האלטן מיט אלע כוחות זיך צו האלטן שטארק אבער אויף די עבר דארף מען דאס וויסן. פארשטייט זיך אז מען טאר נישט פאלן צוליב דעם ווייל ס׳איז דא א בחירה.
כ׳בין נישט מחולק מיט דיר אז אין המקרא יוצא מידי פשוטו. דו האסט עס געברענגט אויף למעשה.
כ׳האב נישט געשריבן ׳געהערט פון עפעס א זיידע׳, כ׳האב געשריבן ׳פון דיין זיידע׳ס רבי׳.
אין אנדערע ווערטער: האבן בעלזא רב, סאטמאר רב מונקאטש, באבוב, סקווירא, סקולען, ועוד זי״ע אונז אזוי געלערנט? אויב נישט, קענסטו נישט קומען און זאגן כהאב עס געזעהן אין א ספר.
זיי האבן אונז געלערנט פארקערט?