אהער און אהין האט געשריבן:דער נייער ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס, מאכט אצינד אירע וועגן דורך די געריכטן, און ווערט רעפרעזענטירט דורך סטיוו בארשאוו.
בארשאוו, איז א מיטגליד פון די הויעך-קלאס אדוואקאטן פירמע "סיוו, פעדזשעט, און ריזעל'' (SPR). די פירמע איז אייגענטליך געגרינדעט איבער ענווייראמענטל אישוס, און איז איינס פון די עלטסטע פירמע'ס איבער די טעמע אין די פאראייניגטע שטאטן. דער גרינדער פון די פירמע מר. דעוויד סיוו איז זאגאר בא'טיטול'ט געווארן דורכן וואל סטריט דזשורנאל מיטן 'איינדרוקספולן' טיטול פון 'טאטע פון דעם ענווייראמענטל געזעץ'.
היינט איז SPR אן אויסגעצייכענטע מאנהעטן אדוואקאטן פירמע, וואס ספעציאלירט זיך אין אלע ריעל סטעיט ענינים ווי ענווייראמענטל געזעצן, לאקאלע מוניצופאליטעטן געזעצן, און אלעס ארום דעם, און זיי שטעלן פאר אויף זייער וועב סייט ארום 30 אויסגעצייכענטע אדוואקאטן.
צווישן זייערע פראמינענטע קליענטן ציילט זיך פרעזידענט דאנאלד טראמפ, וואס דאס ברענגט זיכער א געוויסע שטאלץ פאר די פירמע, אז זיי קענען אנצייכענען אויף דעם רייכן ריעל סטעיט מעצענאט, און היינטיגער פרעזידענט, אלץ זייער קליענט.
די חרדישע ישובים אין אפסטעיט, וואס פלאגן זיך מיט די ברענענדיגע האוזינג אישו, וואס ווערט שווערער ווען חסידישע אידן ווילן בויען אנדערש ווי מ'איז צוגעוואוינט אין די סובארבען געגנטן, נוצן אפט סטיוו בארשאוו, און סטיוו האט שוין דעליווערט גאר גוטע רעזולטאטן די לעצטע יארן.
סטיוו האט רעפרעזענטירט דעם ווילעדזש אוו קרית יואל אין דעם קאמף קעגן אנעקסעישאן, און דעליווערט גאר גוטע רעזולטאטן.
סטיוו איז אויך דער אטורני פארן 'גרינס עט טשעסטער' פראיעקט, אין טשעסטער, ניו יארק, ווי א גרופע חסידישע אינוועסטירער פון ברוקלין גרייטן זיך צו בויען א ישוב, אויף א פון פאראויס אפראווטע צירקע 100 אקער לאנד (דאס געפונט זיך ווען מען קומט אראפ פון 17 אין טשעסטער, נעבן דעם לאיס געשעפט, פארט מען ווייטער נאך לאויס, און מען דרייט זיך אריין אין א געסל רעכטס, קען מען שוין זעהן די ארבעט אויפן באדן) ווי ער רעפרעזענטירט די אינוועסטירער.
סטיוו שטייט יעצט מיטן ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס, ווי מען וויל גרינדן א נייעם ווילעדזש אין מאנראו, און א 2 וואכן צוריק איז ער אריין אין געריכט קעגן די טאון אוו מאנראו אז זיי זאלן אויפהערן מיט פאלנע תירוצים און דריידעלעך, נאר שוין אויפנעמען די אפליקאציע פון די ווילעדזש אפליקאנטן, אז מען זאל תיכף קענען גרינדן דעם נייעם ווילעדזש וואס וועט האבן א 1000 עיקר. (וואס ווען דאס ווערט א רעאליטעט וועט מען האבן א גוטע נאך.... 15 טויזענט! דירות, לויט די 'חרדישע' זאוניניג. דאס וועט זיין א מחי'...)
יעצט שטייט מען און מען ווארט פון די זייט, און סטיוו ארבעט פיבערהאפטיג.
אין אן איראנישן פאקט איז דער אדוואקאטן פירמע וואס איז געגרינדעט איבער ענווייראמענטל אישו'ס, צו באשיצן די פויגל, לופט, שרצים, דעם ערד קוגל און וואס דען נישט, אצינד פארנומען מיט גענוי דאס פארקערטע: צו ארלעדיגן וואס מער ביימער אונטערצוהאקן און הייזער צו בויען.
מען שטעלט דעם קאץ אלץ שומר אויף די מילך...