מיין מיינונג איבער די שפיל:
מיר זענען געווען אין רוים מיט 1800 יאר צוריק דעם חול המועד!!!
די אונטערן חבריא האט דא דעליווערט איינס און א גוטס...
קודם די אויסערגעווענליכע שיינקייט פון די שפיל. פון די אינטרא ביז די אריגענעלע פיינעלי: יעדע סצענע, די costumes, די special effects, די פראפס - ס'איז אלעס געווען עפעס אויסנאם שיין. דערנאך די מוזיקאלישע חלק פון די שפיל... ווי איינער האט שוין דערמאנט עס איז געווען פול מיט חידושים, גאר רייך, באמת אן עקספעריענס פאר זיך.
וואס האט מיך די מערסטע געכאפט איז די עצם מעשה אליינס ווי אויך די קאמפליצירטע,טיפע, קאלארפולע און אריגענעלע כאראקטערס.
עס איז נישט געווען א פשוט'ע "ס'איז דא א פראבלעם, פראבלעם ווערט ערגער און מ'טרעפט א solution" סארט מעשה, נאר אסאך טיפער ווי דעם. דא האסטו א טאטע וואס פרובירט צו ראטעווען זיין זוהן בשעת ער struggle'ט וועגן זיין אידישקייט, ביזדערווייל זוכט מען פאר די אוצרות פון רוים, מ'קרוגט זיך איבער'ן שטוהל, און איין מינוט - די מאפע וואס יעדער וויל האבן איז דאך פאלש! ווען וועלן זיי באמערקן? און וואו קומט אריין דער פיליקס? אויף וועמענס זייט איז ער?... אלעס אזוי מייסטערהאפטיג צאמגעפלאכטן ביז צום לעצטן סצענע מיט דעם אנטאניא און אפילו אזא זייטיגע פראבלעם ווי עזריאל'ס נישט האבן קיין קינדער ווערט אויך פארענטפערט...
זיי האבן אויך גאר אקוראט ארויסגעברענגט די גאנצע תקופה: וויאזוי זאכן זענען דעמאלטס געווען, די גאנצע הלוך ילך ווי אויך וויאזוי די מענטשן וואלטן זיך געפירט. די כאראקטערס זענען געווען דיפרענט און קאמפליצירט; פון דאוויד, ביז קאמאדאס, אקטיוויעס, פיליקס,ריימוס, עזריאל... אלע פון זיי גאר גוט ארויסגעברענגט.
און מיין אפיניען איז די עקטינג געווען A-1! איך האב הנאה געהאט אז זיי האבן ארומגעטוישט זאכן אביסל ווי אויך אז לייבי און יואל הערש זענען דאס מאל געווען אויף די זעלבע זייט (און זייער זינגען צוזאמען... wow...).
ס'איז נאך דא אסאך צו זאגן אבער איך וועל עס לאזן ביי דעם. מיר האבן באמת הנאה געהאט און מיר קוקן ארויס פאר די dvd. איך האף אז זיי וועלן אונז נישט מאכן ווארטן ביז חנוכה...
און צי די אונטערן חברייא : כה לחי!