מחשב האט געשריבן:אוטש... איך האב שוין געטראכט צוואנציג זאכן ביז כ'האב געענדיגט ליינען דיין זיסע שפראך, דריי פערטעל האב איך שוין פארגעסן.. Ti' קום אהער דא, כ'דארף אביסל סדר, כ'בין צומישט, אה... אט אזוי זיי דיר מסדר דבר דבור על אופניו.
כ'מיין אז כ'גיי טוען אזוי ווי נשמה פירט זיך, כ'גיי נעמען א לאנגע תגובה, כ'גיי ליינען א שטיקל און מגיב זיין דערויף, יעדע שטיקל באזונדער, עמיר זען וואס ס'עט ארויסקומען
די צוואנציג זאכן קומט פון Ne דיין הויפט פונקציע. דו זאגסט אזוי :
Ti' קום אהער דא, כ'דארף אביסל סדר, כ'בין צומישט, אה... אט אזוי זיי דיר מסדר דבר דבור על אופניו. ס'איז נישט אז Ti מאכט 'סדר', אזוי ווייט ווי דו ברענגסט ארויף דיין Ti ; דו ברענגסט ארויף דיין לאגיק וואס דו האסט אין דיר אויפגעבויעט ביז היינט ; דו נעמסט עס אריין אין דיין Ti לאגיק, דעם דאטא, די איפארמאציע, און דו ערווארטסט אז ס'גייט צוריק ארויסקומען פון דארט די לאגישקייט ארום דעם. האסטו געטראכט אזוי:
כ'גיי נעמען א לאנגע תגובה, כ'גיי ליינען א שטיקל און מגיב זיין דערויף, יעדע שטיקל באזונדער, עמיר זען וואס ס'עט ארויסקומען דאס הייסט, כמנהג Ti. אבער אנדערש ווי איך פיר מיך. איך נעם א שטיקל, און מיינע געפילן טראגן מיך, איך לאז מיך טראגן פון מיינע געפילן, אז זיי זאלן מיר זאגן וואס צו שרייבן. זיי זאלן מיר דערמאנען וואס זיי זענען שוין אלץ א דורך אין מיין לעבן, און זיי זענען וואס טרייבן מיר וויאזוי צו ענטפערן. איך קוק מיט די Ne צו ס'שטומט, אבער וואס צו שרייבן: דאס האט צו טון מיט אן אגענדע מער און מער ארויסצוברענגען, אז איך זאל מער און מער אליין וויסן און פארשטיין מיינע געפילן. מיין 'אהבה'. וויסן וואס איך האב ליב און וואס נישט.
דיין Ti נוצט לאגיק ! די
דבר דבור על אופניו, די 'אופניו' איז: וויאזוי עס האט ביי מיין Ti א לאגיק. דאס איז די 'אופניו'. דו נעמסט דעם 'דבר' און דו מאכסט עס 'דבור', על אופניו, לויט וויאזוי דו האסט אויפגעבויט אין דיין קאפ א מהלך צו פארשטיין א אישו.
יעצט, לאמיר זאגן איינער זאגט דיך: לאגיש זאלסטו לאגישן, אבער שרייבן די ענטפער זאלסטו גיין לויט דיינע געפילן. דאס מיינט, אז דו זאלסט בעיקר פרובירן זיך מער צו באקענען מיט דיינע אייגענע 'אהבות'. וואס דו האסט מער ליב. אבער גיי נישט מיט לאגיק. אזוי שפיר איך ווען דו זאגסט:
לאז דיינע עמפאטיע'ס אין זייט. און טוה לויט דיין פארשטאנד. איך שפיר ווי איך Dismiss א שטארקער חלק אין מיר. ווי איך מאך מיך נישט צו טון.
אזוי ווי - למשל - דו ווילסט דיך נעמען בויען דיין סוכה, און איינער זאגט דיך: וויאזוי עס צו בויען לאגיש זאלסטו לאגישן, אבער אויף למעשה זאלסטו זיך לאזן פירן פון דיין געפילישער Taste, און זאלסט נישט קוקן אויף לאגיק. ס'פילהט זיך ווי נוצן די "לינקע" האנט אנשטאט די "רעכטע". א Fi שפירט און לעבט און איז באוואוסטזיניגט און הערט בהכרח וואס זיינע געפילן רעדן צו אים, אויב ער מאכט אפ ביי זיך: איך גיי דאס נישט אויסהערן, שפירט ער ווי: "איך גיי אנהייבן נוצן נאר מיין לינקע האנט, און נישט מיין רעכטע. קענסט נישט זאגן, קענסט
אויך נוצן די רעכטע, וואס איז די 'אויך' ? די גאנצע Fi איז דא צו וויסן "וואס און וועם האב איך ליב..."
אזוי ווי ווען איינער זאל דיר זאגן: אפילו דו פארשטייסט א פסוק חומש, א פשט אין רמב"ן, זאלסטו עס אבער נאר דורכזאגן מיט געפיל, אן פארשטיין. נוץ נישט דיין לאגיק אויף למעשה. איך וויל דיך ערקלערן ווי ווייט א Fi איז א Fi. אזוי ווייט וויפיל דו ביסט א Ti. אזוי ווייט ווי דו האסט ליב, און דו האסט תענוג פון ארויסהאבן א זאך מיט טיפע לאגיק, און דו שפירסט זייער אומבאקוועם ווען דו קומסט אויף א פלאץ וואו דו טארסט נישט נוצן לאגיק כדי צו וויסן וויאזוי זיך צו באגיין אין דעם פלאץ. און אפילו אויב דו ווייסט יא די Ti אופן וויאזוי זיך צו באגיין דערמיט, טארסטו עס אבער נישט אפעלירן אויף למעשה, נאר דו דארפסט נוצן 'געפיל'. דו שפירסט: וואס האב איך מיט דעס מין נארישע זאך וואס הייסט "וויאזוי אזאך מאכט מיך פילן..." אזוי שפירט א Fi ווען דו זאגסט אים אז אויף למעשה זאל ער גיין מיט לאגיק. ער שפירט ווי
"אבער איך פיל..." אזוי ווי דו וואלסט געזאגט: "אבער איך פארשטיי אז ס'טויג נישט... וויאזוי קען איך טון פארקערט וויאזוי איך פארשטיי..." טון מיט לויט לאגיק פאר א Fi מיינט טון פארקערט ווי זיין Fi. אויב דו זאגסט אז ס'מיינט נישט פארקערט ווי די Fi, איז ער נאר אזוי ווי דערבארומדיגער האט געזאגט: מ'דארף פירן דעם Fi לויט שכל. אבער בלייבן מיט די Fi.
ביי א Fi איז עס א חלק פון אים. וכל מאן דאפריש מאינון כאילו אפרש... ער שפירט ווי ער ווערט 'טויט' חלילה. אזוי ווי דו וואלסט געשפירט ווען דו טארסט נישט נוצן אזאך לויט דיין שכל. ממש אזוי. דו טראכסט, אזוי ווייט ? יא! א Fi אפילו ער ווייסט אז לאגיק דארף ער גריסן איינעם, אויב אבער ער שפירט זיך אומבאקוועם דערמיט, קען ער זיך נישט ברענגען דערצו. ס'שווער. אפילו אויב לאגיק פארשטייט ער אז ס'גייט אים ברענגען בענעפיטן. פונקט אזוי ווי א Ti, אויב ער שפירט אז 'געפיליש' וויל ער גריסן איינעם, אבער לאגיק גייט עס אים ברענגען אומארדענונג, גייט ער זיך נישט קענען ברענגען יענעם צו גריסן. ווייל זיין Ti זאגט אים 'סטאפ'. אזוי ווי דו שרייבסט:
ס'מיינט געווענליך אז ער האט געוויסע 'זייטיגע שוועריקייטן' וואס וועגן איבער זיין עמפאטיע, און ליבשאפט. און מאכט אים דאס שווער צו טוען. אבער דער Fi האט פונקט דאס פארקערטע
אהבה מקלקלת השורה.
דאס וואס דו שפירסט ווען איך זאגט דיר: דיין שכל זאל נאכגיין דיינע געפילן. אזוי שפיר איך ווען דו זאגסט מיר:
דיינע געפילן זאלן נאכגיין דיין מח. נאר וואס דען, מח שליט על הלב מיינט אזוי ווי דערבארומדיגער שרייבט: מאך מער דיין אהבה צו זאכן וואס מ'דארף און מ'מעג.
ווען דו זאגט מיר די פאלגנדע ווערטער:
קודם דארף א מענטש וויסן, אז נישט יעדע געפיל וואס ער האט איז ריכטיג. און גוט פאר אים. (איך פארשטיי אז דו זאגסט די זעלבע, איך שמועס נאר אויס). יעצט אז ער האט נישט ליב א יו"ט, זאל נישט טראכטן, "דער יו"ט האט נישט מיט מיר, ווייל איך שפיר עס נישט.." ניין, דער יו"ט האט מיט מיר! איך גיי דאס טוען בשלימות, וויפיל איך קען. אפגעזען צו איך פיל יא אדער נישט, וסוף הכבוד לבוא. שפיר איך די זעלבע ווי דו וואלסט געשפירט ווען איך זאג דיר: קודם דארף א מענטש וויסן, אז נישט יעדע זאך וויאזוי ער פארשטייט אז דאס איז די וועג וויאזוי עס איז ריכטיג און גוט פאר אים, איז טאקע די וועג צו טון. יעצט, אז ער האט נישט ליב עפעס ווייל ער פארשטייט מיט זיין Ti אז ס'איז נישט גוט, זאל ער נישט טראכטן, ס'האט נישט מיט מיר, ווייל איך פארשטיי אז ס'גייט מאכן א דיזעסטער, ניין, ער זאל טראכטן ס'האט יא מיט מיר, איך גיי דאס טוען בשלימות, וויפיל איך קען, אפגעזעהן צו איך פארשטיי אז עס גייט נישט זיין - חלילה - גוט.
ביסט נישט דער ערשטער מענטש וועם איך וויל אויפווייזן אז א Fi ארבעט אויף אן אופן ווי די ווערטער טוען אים זייער צעקלאפן. ווי כאילו השי"ת האט באשאפן מענטשן וואס אפילו זיי זענען געלינקטע מוזן זיי שרייבן דוקא מיט די רעכטע האנט. ס'שפירט זיך זייער אומבאקוועם צו הערן אזאנע אנווייזונגען. זייער אומבאקוועם. ס'שפירט זיך ווי די וועלט חלילה איז אקעגן מיר. איך וויל דיך פרעגן: פארוואס די אלע וואס זענען Ti, זיי באקומען פיין "צו עסן" פון די הייליגע תורה. אויב זיי פארשטייען נאך נישט א יו"ט, איז דא ספרים וואס זענען מסביר אז די 'לאגיק' זאל פארשטיין די טעמי יו"ט, און עס איז אפילו דא איין מצווה פון פרה אדומה, וואס שלמה המלך האט געזאגט דערויף: אמרתי אחכמה והוא רחוקה ממני, און מיט דעם אלעם זאגט רש"י, אז די יצר הרע טשעפעט און איז מצער, און מ'נעמט זיך אזוי אן פאר די Ti. אבער ווען עס קומט צו Fi, זאגט מען:
ניין, דער יו"ט האט מיט מיר! איך גיי דאס טוען בשלימות, וויפיל איך קען. אפגעזען צו איך פיל יא אדער נישטפארוואס, ביי מצוות זאגט מען נישט אזוי, נאר מיט דעם אלעם איז דא גענוג און נאך טעמי המצוות. און מ'זאגט נישט: ניין, די מצוות האט מיט מיר! איך גיי דאס טוען בשלימות, וויפיל איך קען. אפגעזען צו איך פארשטיי צו נישט. נאר די הייליגע בני יששכר זעצט זיך אוועק און ער איז דיך מסביר לאגיש פאר דיין Ti די אלע טעמי ורמזי היו"ט, אבער Fi,
ניין, דער יו"ט האט מיט מיר! איך גיי דאס טוען בשלימות, וויפיל איך קען. אפגעזען צו איך פיל יא אדער נישט פארוואס?
פארוואס זאל א Ti נישט פארשטיין, אז דו דארפסט אלעס פארשטיין מיט לאגיק, און דו פארשטייסט זייער גוט אז אפילו אין "פארבאטענע" ערטער איז דא גענוג און נאך וועגן וואס זענען דירעקט געשטעלט צו פארשטיין געבן דעם Ti. ווי למשל דער מהר"ל מפראג. קומט דער מהר"ל און ער איז דיך מסביר 'לאגיש' די גאנצע פסח, מיט די אלע צעהן מכות. ער זאגט נישט: ניין, די מצוות האט מיט מיר! איך גיי דאס טוען בשלימות, וויפיל איך קען. אפגעזען צו איך פארשטיי צו נישט, וסוף הכבוד לבא. נאר ער זאגט: קום איך וויל דיר ערקלערן. און ס'איז נאך א גאנצע מצווה צו לערנען די 'לאגישקייט' דערפון.
איז דען די תורה הקדושה נאר פאר Ti, אדער פאר Te, אדער פאר Ni און פאר Ne אדער נאר פאר Se און Si ?
און אפילו דו וועסט זאגן אז די טעמי המצוות זענען נאר כדי דער מענטש זאל וויסן עד היכן הדברים מגיעין, ווייזט דאס אז מ'האט פארשטאנען אז א Ti וועט ווערן נאנטער צום באשעפער דורכ'ן פארשטיין די 'לאגיק' דערפון. פארוואס ? פארוואס זאגט מען נישט: מ'דארף טון אן פארשטיין, און 'סוף הכבוד לבא'... ווייל מ'ווייסט אז ס'ברענגט נענטער. פארוואס ברענגט עס 'נענטער' ? וואס געשעהט מיט א Ti ווען ער לערנט מהר"ל ? וואס איז די רצון אז ס'זאל געשען מיט אים ? נאר מזאגט אזוי: סתם אזוי אין דיין לעבן, באגייסטו דיך מיט 'פארשטאנד'. און אויב דו 'פארשטייסט' עפעס, ביסטו מער דערין. וויל איך אז דו זאלסט זיין מער אינעם יו"ט. מער אינעם שב"ק.
די זעלבע זאך איז מיט Fi. סתם אזוי אין דיין לעבן ווילסטו נאכגיין אזאך וואס מאכט דיך פילן גוט. דא וויל איך אויך אז דו זאלסט פילן גוט דוקא צו תורה ומצוות און צום רצון השי"ת.
די סטעטמענט:
ניין, דער יו"ט האט מיט מיר! איך גיי דאס טוען בשלימות, וויפיל איך קען. אפגעזען צו איך פיל יא אדער נישט, וסוף הכבוד לבוא. איז א Ti סטעטמענט. נאר א Ti קען דאס זאגן, דהיינו, א Fi קען דאס נישט זאגן. א Fi זאגט: איך וויל אז דו זאלסט
שפירן אז די יו"ט איז
גוט. לערן חסידישע ספרים, זאג תהלים, טו תשובה, רייניג דיך פון עבירות, אבער - אויב ביסטו א Fi
שפיר. אוודאי און אוודאי אויב מ'שפירט נישט איז מען נאך אלץ מחויב, אזוי ווי דער Ti ווייסט
אז אויב מ'פארשטייט נישט איז מען נאך אלץ מחוייב. אבער ער נוצט נישט דעם סטעטמענט נאר ביי פרה אדומה וכדו', און אויך דארט קומט שלמה המלך און זאגט זיין סטעטמענט, אמרתי אחכמה והוא רחוקה. ווי איינער זאגט: ס'איז א חוקה און שוין. מ'בארואיגט זיך דערמיט. און מיט דעם אלעם, וועט דער ספר הק' און יענער ספר הק' רעדן דערפון אזוי נישט מיר און נישט דיר, און מסביר זיין דעם טעם פון פרה אדומה.
מ'דארף טון אפילו ווען מ'פילט נישט ? יא. אבער 'פארשטיי' אז ס'איז פונקט אזוי שווער דאס צו הערן, ווי ווען א Ti הערט: מ'דארף טון אפילו ווען מ'פארשטייט נישט.
איך גלייב נישט אז ס'דא אזא זאך ווי: א געווארענער ENTP אלס מח שליט על הלב.
און דאס וואס דו שרייבסט:
פארוואס איז אזוי צופארן, אז איך דארף פארריכטן אזויפיל מאל?.. די צעפארנקייט קומט פון Ne. אז עס וועט נישט זיין קיין צעפארנקייט, און נישטא קיין שעפערישקייט.
והשם הטוב יעזור. איך זאג נאכאמאל, אויב איינער זעהט אז איינע פון מיינע ווערטער טויג נישט, זאל ער זיך דערווייטערן דערפון. איך שרייב נאר לויט וויאזוי איך פארשטיי יעצט אז מ'מעג אזוי שרייבן.