אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלף
- תגובות: 1817
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
- לאקאציע: הייליגע שטעטל
אנקעטע. אין פאל עס איז נישט דא קיין פער פרעשור, וואס פאר א סטענדארט וואלט איר חתונה געמאכט
אין די סעריע פין חתונה קריזיס,
ביטע פראביר צי שרייבן וואס איר וואלט געטיען באמת
נאך וואלן וועלן נאכפאלגן. איר קענט זעהן די פאריגע אנקעטע ביי מיין אינטערשריפט
אפילו איך וועל נישט אויפטוען, אבער אייוועלט איז דערווייל די איינציגסטע היימישע אנקעטע סיסטעם עסקנים און קהילות קענען ניצן די אינפארמאציע
דא האט איר טיילווייז סעמפל 'ס פין חתונה הוצאות.( סאטמאר ק' 'י איז נאכנישט אויסגעפילט )
עס איז דא 2 שיטס.
https://drive.google.com/file/d/1_W8Tk3 ... p=drivesdk
גיט אפ אייער שטימע
פאריגע אנקעטע
viewtopic.php?f=3&t=39641

לעצט פארראכטן דורך בבל אום דינסטאג מאי 21, 2019 7:32 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
נישט געוועלט,
האסט דא אוועק געשטעלט סך הכל 7 סטענדערטס, דאס איז אלס גוט אויב ס׳יא דא פעיר פרעשור, ס׳טייטש ער דארף אריינגיין אין עפעס א באקס,
אן פעיר פרעשער קענסטו נישט זאגן כנוסח דעס אדער כנוסח יענץ, ווייל יעדער מאכט לויט זיין געשמאק,
די אלע מהלכים איז געמאכט צו טוישן די סטענדערט, נישט ארויסצוגיין פון דאס.
צ״ק
איך וואלט חתונה געמאכט פאר בערך 45,000 נוסח ר׳ אליעזר קרויס, ווייל דאס איז מיין סטענדערט

The Divided States Of America
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2050
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm
משהלע האט געשריבן:צעהן אשכולות יעדן טאג אויף די זעלבע נושא.
איך מיין מען זאל לאזן דעבאטירן נאנאש און הודא נאנאש און ציונים.
ניין ניין ניין!!!!
לאז... אפשר וועט עס נאך געלאנגען!!!
אפשר וועט חתונה מאכען א קינד לפחות נישט ארויף גיין אין פרייז.
לאז עפענען צוואנציג אשכולות טעגליך. עס קען ראטעווען אידישע לעבן.
און צום נושא זעלבסט.
ווען איך שעם זיך ווען נישט קען איך דאך אויך נישט חתונה מאכן נוסח יואלי רוט. כ'האב נישט קיין בית מדרש וואס איז פארמאכט אווענט שעות.
הלואי ווען איך קען ווען.
-
- שר האלף
- תגובות: 1817
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
- לאקאציע: הייליגע שטעטל
משהלע האט געשריבן:צעהן אשכולות יעדן טאג אויף די זעלבע נושא.
איך מיין מען זאל לאזן דעבאטירן נאנאש און הודא נאנאש און ציונים.
א גיט מארגן
איך האב געמאכט די ערשטע אנקעטע( קענסט עס זעהן דערווייל אויף מיין אינטערשריפט ) פארגאנגענעם אנהייב וואך. איך מיין אז פין דעמאלט מיז יעצט האב איך נישט געעפנט א נייע אשכול וועגן דעם
איך האב און פלאן צו מאכן די קימעדיגע פאר וואכן נאך 2 3 אנקעטעס
בערך אזוי
1)אז וויפיל פראצענט מענטשן וואס חתונה א ביליגע סטענדארט וואלט איר מיטגעגאנגען
10 %
20 % אא'' וו
2)( בערך אזוי )אויב עס איז דא א שיינע פראצענט וואס מאכן חתונה ביליג. איז אייער בני בית מסכים צי חתונה מאכן ביליג?
יא, אינץ ביידע
איך יא, מיין ווייב נישט
מיין ווייב יא, איך נישט
אינץ ביידע ווילן נישט
מעגליך וועל איך מאכן אויך א אנקעטע וועגן שבע ברכות
בערך אזוי
3)האט איר חשק צו גיין צו א וואכן שבע ברכות, נאכן אויף זיין א נאכט ביי די חתונה?
יא. איך פריי מיך ווי מער צי גיין צי משפחה שמחות
ניין. איך פריי מיך צי גיין צו שמחות אבער עס קימט מיך אן זייער שווער. בעיביסיטינג און אוועקגעבן צייט פון די סדר היום און ארבעט
מאכט סענץ?
-
- שר האלף
- תגובות: 1817
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
- לאקאציע: הייליגע שטעטל
משהלע האט געשריבן:צעהן אשכולות יעדן טאג אויף די זעלבע נושא.
איך מיין מען זאל לאזן דעבאטירן נאנאש און הודא נאנאש און ציונים.
אל כבוד הרב ר משהלע
איך מיין עס איז דא ווייניג זאכן וואס מען שמיסט דא וואס האט א אפעקט אויף די לעבן
אז איינער וויל אוועקלויפן פין מציאות קען גערן רעדן פון טראמפ און טעגלאש און נאך אינטעסאנטע זאכן. אויב סאיז נישט וויכטיג פאר אייך מיזט איר נישט אריינבלאנדזשענען אין די אשכול,
אלץ איינער וואס זעהט די פיינענשל חורבן ביי מיינע נאנטע, פיל איך אז איך מיז עפעס טיען ווער ווייסט אפשר וועל איך אויפטאן. מעגליך אז אסאך עסקנים וועלן ציען מסקנות פין דא
ביי די דירות קריזיס איז געווען דא אנקעטעס 8 יאר צוריק און כמעט יעדער האט געזאגט אז זיי ווילן מאפן /מען דארף מאפן, עס האט אויסגעקיקט ווי א חלום, עס איז אריבער 6 יאר און זאכן האבן זיך אנגעהויבן צי ריקן
איך האב נישט געוואט ווייל איך בין נישט זעכער וואס מיינט פער פרעשור,
אויב מיינט עס אז מיין ווייב וועט נישט מוטשען דעמאלטס איז 30k, רוב האבן מן הסתם אזוי פארשטאנען
אויב מיינט עס פשוט אז מען רעכענט זיך נישט מיט יענעמס דעה, דעמאלטס 10k, אפשר ווייניגער
אויב מיינט עס אז מיין ווייב וועט נישט מוטשען דעמאלטס איז 30k, רוב האבן מן הסתם אזוי פארשטאנען
אויב מיינט עס פשוט אז מען רעכענט זיך נישט מיט יענעמס דעה, דעמאלטס 10k, אפשר ווייניגער
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate
I just like playing devils advocate
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1817
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
- לאקאציע: הייליגע שטעטל
חוח בין השושנים האט געשריבן:איך וואלט חתונה געמאכט בבית אבי החתן או הכלה אדער אין שול, אויב וואלט עס געווען נארמאל אדער האלב נארמאל. כאטש כ'קען זיך ב"ה ערלויבן חתונה צו מאכן מיינע חברה פאר 200k א שטיק.
די אידינע אבער, וואלט געצויגן חתונה צו מאכן אויף א ברייטן פארנעם.
Wow ב' 'ה.
אינטערסאנט ווי ס'איז דא פון די טאפ 1% וואס זענען נישט אינטערעסירט אין די זאכן
אפשר אז די וועסט חתונה מאכן אין דיינוג רום אדער אין בהמ' 'ד וועלן עולם ג. דיך ווילן נאכמאכן.. אלץ עושר
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6416
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
- אין שטעטל
- שר מאה
- תגובות: 100
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:38 am
- לאקאציע: אינטערוועגנס
נייע אנקעטע
פארוואס מיינט איר אז בבל האלט אין איין עפענען אשכולות אין אנקעטעס?
פשוט צו מהנה זיין די עולם
ער'ז פשוט באורד
שעפט חיזוק פין דעם..
איך מיין נישט פרעזענדליך אבער ס'דא א שיעור.
פשוט צו מהנה זיין די עולם
ער'ז פשוט באורד
שעפט חיזוק פין דעם..
איך מיין נישט פרעזענדליך אבער ס'דא א שיעור.
-
- שר האלף
- תגובות: 1817
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
- לאקאציע: הייליגע שטעטל
אין שטעטל האט געשריבן:פארוואס מיינט איר אז בבל האלט אין איין עפענען אשכולות אין אנקעטעס?
פשוט צו מהנה זיין די עולם
ער'ז פשוט באורד
שעפט חיזוק פין דעם..
איך מיין נישט פרעזענדליך אבער ס'דא א שיעור.
לכבוד הרב '' אין שטעטל'' ני''ו
די אנקעטע'ס בנוגע חתונה קריזיס וואס איך האב געעפנט ס' 'ה 2 דערווייל( מען קען עס זעהן אויף מיין אינטערשריפט ). איז ווייל איך האף אז עס גייט עפעס אויפטוען, אז נישט דא יעצט קענען עס עסקנים און קהילות נוצן זעהן די דעת הקהל, פאר איך האב געעפנט די אנקעטע האב איך געשריבן אין די פאריגע אשכול וואספארא אנקעטע איך פלאן צו מאכן און געפרעגט די עולם וואס מען זאגט דערצי. אדרבה זאג צי עס מאכט סענץ די קימעדיגע אנקעטע און די נוסח וואס איך טראכט צי מאכן, איך וועל מיך רעכענען מיט ענקעקע מיינונגען
איך האב געשריבן מיין פלאן פריער אויף די בלאט
viewtopic.php?p=1927193#p1927193
די עקסעל שיט איז מיך אנגעקומען שווער צי מאכן איך האב עס געמאכט נאר לטובת ה ציבור. האלטטס אז עס איז נארמאל וויאזוי עס איז יעצט 80 90 % ברעכן אינטער פיינענשל נאר ווייל מען דארף נאכגיין די הויכע סטענדארט
הצלה רבה. בבל
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3550
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm
- היימישער הייקער
- שר האלף
- תגובות: 1640
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm
- ב שלום
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8629
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
- לאקאציע: טשענל 12
חלב ישראל האט געשריבן:ווען איך גיב ווען נישט קיין הוט איבער די פיער פרעשור, און פארשטייט זיך אז חתן כלה וואלטן געוואלט, וואלט איך חתונה געמאכט אין בעקיארד מיט א בארבעקיו. איי איך האב דאך נישט קיין בעקיארד, איך וואוין דאך אין א מייזן-לאך... תיקו.
ווען די האסט ווען נישט קיין פיער פרעשור וואלסטו שוין לאנג געוואינט און אפסטעיט
רבי! פליז פאקעס...
דניאל אויערבאך האט געשריבן:נישט יעדער כאפט, די ווארט איז נישט די "חתונה מאכן" נאכט
די חתונה אליינס איז טאקע גוט אין א שול אדער דיינינג רום, נוסח הרב ראטה..
אבער וואס איז מיט די כלה און מחותנת'טע קלייד??? וואס איז מיט שבע ברכות??? שטריימל??? רבינו תם'ס תפילין???
רענטן א דירה??? איינרישן\אויפפיקסען??? מתנות???
כדניאל ועוד למחנך,
די נומבערס שטימען נישט, הרב ראטה סעיוט בעיקר אויף די חתונה נאכט, אפר אויך אויף אויפרופן שבת. די קאפל מואווט נישט אריין צו די עלטערן, און זיי וואווינען נישט אין קיין טענט אין פראספעקט פארק, נאר אין א געהעריגע אפארטמענט, זיי קויפן מלבושים געהעריג (+) אפ טא דעיט, די חתנים גייען נישט מיט קיין שטרויענע היטלעך, נישט מיט קיין שטריימקיל, נאר מיט ריעל פויר שטריימלעך, די כלות גייען מיט טייערע שייטלעך וכו', אויך אפלייענסעס און קליינע אפלייענסעס, אפ טא דעיט סעלפאונס, און אזוי ווייטער דאון די ליסט. ס'קאסט נישט קיין 17,000, פינטל.
צו מאכן א סערוועי דארף מען האבן ריעל נאמבערס.
מחנך האט געשריבן:דניאל אויערבאך האט געשריבן:נישט יעדער כאפט, די ווארט איז נישט די "חתונה מאכן" נאכט
די חתונה אליינס איז טאקע גוט אין א שול אדער דיינינג רום, נוסח הרב ראטה..
אבער וואס איז מיט די כלה און מחותנת'טע קלייד??? וואס איז מיט שבע ברכות??? שטריימל??? רבינו תם'ס תפילין???
רענטן א דירה??? איינרישן\אויפפיקסען??? מתנות???
כדניאל ועוד למחנך,
די נומבערס שטימען נישט, הרב ראטה סעיוט בעיקר אויף די חתונה נאכט, אפר אויך אויף אויפרופן שבת. די קאפל מואווט נישט אריין צו די עלטערן, און זיי וואווינען נישט אין קיין טענט אין פראספעקט פארק, נאר אין א געהעריגע אפארטמענט, זיי קויפן מלבושים געהעריג (+) אפ טא דעיט, די חתנים גייען נישט מיט קיין שטרויענע היטלעך, נישט מיט קיין שטריימקיל, נאר מיט ריעל פויר שטריימלעך, די כלות גייען מיט טייערע שייטלעך וכו', אויך אפלייענסעס און קליינע אפלייענסעס, אפ טא דעיט סעלפאונס, און אזוי ווייטער דאון די ליסט. ס'קאסט נישט קיין 17,000, פינטל.
צו מאכן א סערוועי דארף מען האבן ריעל נאמבערס.
חזרה קאסט נישט קיין געלט,
הרב וועבערמאן למשל וואס האט שוין געמאכט חתונה 2 קינדער נוסח ר יואל ראטה זאגט עס האט אים געקאסט ווייניגער ווי זיבעצען טויזענט , די חתונה נאכט האט אים געקאסט $0 ,איך מיין ער זאגט הכל בכל מכל פון די ווארט ביז נאך די שבע ברכות בערך 15 אלפים , ווי באקאנט האט אים זיין שוואגער אנגעטראגן צו באצאלן די חתונה נאכט פאר ביידע צדדים אין א געהעריגע חתונה זאל אבער ער האט עס אפגעזאגט
דירה האט ער געדינגען א פורנישט איין בעדרום בעיסמענט דירה פאר 1200 דאלאר א חודש , סא עס קאסט נישט קיין געלט חדשים פריער פאר רענט ,קאסט נישט איבערצופיקסען , קאסט נישט קיין עפלייענסעס,קאסט נישט קיין פורניטשער
געקויפט די ביליגסטע אייער שפייס טאפ למשל מיט א טואסטער אווען און נאך קלייניקייטן וואס א קאפעל ברויך די ערשטע יאר ביי אמעזינג סעווינגס אלעס די ביליגסטע וזה הא
די חתן האט געקויפט א טויזענט דאלארדיגע שטריימעל מיט איין טיש בעקיטשע און איין סוט מיט וועש וזה הא
די פרויען זענען געגאנגען מיט פשוטע שבת קליידער ווי אויך די קינדער וזה הא
די כלה האט געדינגען א קלייד, און טאמער פאר וועלכע סיבה די האסט באשלאסן צו באשמירן זייער קהלה אז זיי גייען מיט לאנגע שייטלעך און אפ טו דעיט קליידונג , מען קען באקומען לאנגע שייטלעך פאר אפאר הונדערט א שטיק ,(ביליגער פון א שפיצעל מיט א טיכעל, איך האב געהערט פון מער ווי איינער אז שבת שבע ברכות טיכלעךפאר שפיצלעך צאלן די פרינצעסענס 600 דאלאר פאר איין טיכעל! שומו שמים ) און וועגן די אפ טא דעיט קליידער , קען זיין די שמירסט ארויף אז זיי גייען נישט אנגעטין ווי באראן ראטשילדס קינדער מיט אפאר הונדערט דאלאר איין קלייד פון טאובערס, אבער זיי קויפן ביי גוים פאר פעניס קליידער סא די סטייל איז אפשר אנדערש #פיער פרעשור, און די טייערסטע נייעסטע סמארט פאון קאסט נישט גארנישט צאלסט סך הכל 15 דאלאר א חודש פאר יעדע טעלעפאון באזונדערע וואס די קאפעל באצאלט איינס, האט נישט מיט די מחותן גארנישט .