האנדל מלחמה

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

געליינט אביסל... דאס איז מיין פראספעקטיוו:

ס'דא א גרעסערע אגרימענט איבער איבערמאכן נאפטא, אין ארדער די לענדער זאלן פארהאנדלן אויף אמעריקא'ס טוירמס, האט מען געלייגט טאריפס, יעצט אז די נעגאושיעישענס זענען פארטיג, און טראמפ ווילעס דורכפיהרן סענאט, האבן ריפאבליקענס געבעטן ער זאל אראפנעמען די טאריפס, האטערעס אראפגענומען... אלס א באונעס האטער געבלאקט טשיינע זאל נישט קענען אריינשיקן סחורה קיין אמעריקא דורך מעקסיקא... (וואס אגב, איז דא א גוטע טשענס אז די גאנצע פרשה מיט מעקסיקא האט געמיינט טשיינע)

יעצט נעם אוועק די גאנצע נויז, איז אין ווארסט קעיס סענעריאו שטייט מען דארט ווי מ'איז געשטאנען, פלאס א פראסק פאר טשיינע וואס דאס מיינט אוטאמאטיש הילף פאר אמעריקאנע קאמפאניס... און א נייע דיעל גרייט צו באשטעטיגן...

א זייטיגע באונעס, איז די נויז געווען א גוטע סטרעסס עקסערסייז פאר די סטאק מארקעט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

פאראינטערסירט האט געשריבן:דאס איז חוץ א מעשה אז די צוויי לענדער האבן זיך אונטערגענומען צו נעמען שטארקע שריט צו פארזיכערן אז טשייניזע אייזן קומען נישט אריין קיין אמעריקע דורך זייערע לענדער.

וואס דאס איז דאך געווען די סיבה פארוואס מען האט ארויפגעשטעלט די סאנקציעס.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

Think and Thank האט געשריבן:

מיינסט די טאריפ'ס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
זיכערער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 4:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכערער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
זיכערער האט געשריבן:קען איינער מסביר זיין וואס טראמפ מיינט צו זאגן אז אמעריקא ווערט רייך פין די ביליאנען וואס פליסט אריין פון די טאריפס, ער ווייסט באמת נישט אז דעיס ווערט באצאלט דורך אמעריקאנע קאמפעניס\קאנסומערס ???

וואס ער זאגט איז אירעלעווענט, ער שפיהלט דא א געים... ער זאגט מיר איז גוט אזוי, איי לאוו טאריפס! זאל טשיינע טראכטן אז טראמפ איז רואיג אזוי... אוי ווערט זיי ביטער...

אזויווי די מחוצף אינגעל וואס שרייט בשעת'ן כאפן מכות פין די רבי "ס'טוט מעך גאנישט וויי" "ס'טוט מעך גאנישט וויי"...
ער פארנערט באמת די רבי אז ס'טוט נישט וויי...
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

זיכערער האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
זיכערער האט געשריבן:קען איינער מסביר זיין וואס טראמפ מיינט צו זאגן אז אמעריקא ווערט רייך פין די ביליאנען וואס פליסט אריין פון די טאריפס, ער ווייסט באמת נישט אז דעיס ווערט באצאלט דורך אמעריקאנע קאמפעניס\קאנסומערס ???

וואס ער זאגט איז אירעלעווענט, ער שפיהלט דא א געים... ער זאגט מיר איז גוט אזוי, איי לאוו טאריפס! זאל טשיינע טראכטן אז טראמפ איז רואיג אזוי... אוי ווערט זיי ביטער...

אזויווי די מחוצף אינגעל וואס שרייט בשעת'ן כאפן מכות פין די רבי "ס'טוט מעך גאנישט וויי" "ס'טוט מעך גאנישט וויי"...
ער פארנערט באמת די רבי אז ס'טוט נישט וויי...

א גוטע משל, נאכדעם וואס דער רבי האקט אן נאך אפאר מחוצף אינגלעך, און די אינגעלעך שרייען סטוט מיך נישט וויי, באזייטיגט מען דעם רבי, און מען נעמט א צווייטן.
תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורה לערנער »

פרעזידענט טראמפ האט פאריגע וואך דערקלערט א נאצינאלע עמרדזענסי וואס פארבאט אמעריקאנע קאמפעניס צוטוהן ביזנעס מיט אויסלענדישע קאמפעניס deemed a national security risk
די ערשטע קרבן איז האויוועי א כינעזע קאמפעני וואס מאכט פאוןס אין לעפטאפס, נעטווארק עקוויפמענט, וועם די גאווערנמענט האט ארויפגעלייגט אויף א אזויגעריפענע ענטיטי ליסט די ריזאלט׳ גוגל אינטעל און אנדערע האבן אפגעהאקט זייערע באציאונגען מיט האויוועי, גוגל האט אוועקגענומען זייערע לייסענס צו מיטגעבן די גוגל עפס מיט זייערע סמארטפאונס..
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

זיכערער האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
זיכערער האט געשריבן:קען איינער מסביר זיין וואס טראמפ מיינט צו זאגן אז אמעריקא ווערט רייך פין די ביליאנען וואס פליסט אריין פון די טאריפס, ער ווייסט באמת נישט אז דעיס ווערט באצאלט דורך אמעריקאנע קאמפעניס\קאנסומערס ???

וואס ער זאגט איז אירעלעווענט, ער שפיהלט דא א געים... ער זאגט מיר איז גוט אזוי, איי לאוו טאריפס! זאל טשיינע טראכטן אז טראמפ איז רואיג אזוי... אוי ווערט זיי ביטער...

אזויווי די מחוצף אינגעל וואס שרייט בשעת'ן כאפן מכות פין די רבי "ס'טוט מעך גאנישט וויי" "ס'טוט מעך גאנישט וויי"...
ער פארנערט באמת די רבי אז ס'טוט נישט וויי...

כ'זעה דאך ווי זיכערער גלייבט אים
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פרעזידענט שי האט פארשארפערט זיין טאן און געזאגט אז די האנלס פארהאנדלונגען מיט אמעריקע זענען פארריבער און אז ״כינע וועט מארשירן א נייע מארש", "מיר וועלן אנהייבן פון דאסניי״ און דערמיט סיגנאליזירט אז ער האלט נישט ביים קומען צו א קאמפראמיס מיט אמעריקע איבער די עקאנאמיע דיפערענצן.

דער רעפערענץ פון ״א לאנגע מארש״ איז א דערמאנונג פון כינע׳ס ציווילע קריג וואס האט געברענגט די קאמוניסטישע רעגירונג צו די מאכט.

אזוי אויך האבן כינעזער אויטאריטעטן אינפארמירט באאמטע אין וואשינגטאן אז זיי וועלן נישט קומען צו קיין געשפרעכן נאר אויב אמעריקע צייגט א וויליגקייט צו זיין מער בויגזאם מיט זייערע פארלאנגען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

Opinion | China Deserves Donald Trump
The New York Times

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... ZF&ampcf=1
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער כינעזער באאמטער וועלכער שטייט אין שפיץ פון די עקאנאמישע געשפרעכן האט נעכטן געזאגט, אז ער האט באקומען דעם גרינעם ליכט פון די כינעזער אויטאריטעטן צו ווייטער גיין מיט די עקאנאמישע געשפרעכן, אבער האט צוגעלייגט אז דאס וועט קומען באגלייט מיט שטרענגערע נקמה שריט פון בעדזשינג איבער אמעריקאנער פרואוון צו שעדיגן כינעזער ביזנעס אינטערעסן, און ספעציעל קריטיקירט די שריט פון די טראמפ אדמיניסטראציע קעגן די כינעזער טעלעקאמיוניקאציע פירמע ׳הואווי׳ וועלכע איז שווער געשעדיגט געווארן פון פרעזידענט טראמפ׳ס עקזעקיוטיווע דעקרעט צו פארבאטן איר צוטריט צו אמעריקאנער פירמעס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... xBVAdVAu2v

Trade war won't kill small business — it'll make it stronger | TheHill
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

א שטיקל ליקוט פון די לעצטערע נייעס איבער די האנדל מלחמ(ה)[ות]:

פעיק נוז האט געשריבן:די טראמפ אדמיניסטראציע האט עלימינירט א ספעציעלע האנדלס סטאטוס וואס אינדיע האט געהאט, וואס האט איר ערלויבט צו שיקן פראדוקטן קיין אמעריקע אויף א גאר ביליגן און גרינגן פארנעם.

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג במדבר

*
די טראמפ אדמיניסטראציע האט פרייטאג געמאלדן אז זי וועט אוועקנעמען א ספעציעלע האנדל סטאטוס פון וועלכע אינדיע האט גענאסן
די ספעציעלע סטאטוס האט איר ערלויבט אויסצושליסן ביליאנען דאלארן ווערט פון פראדוקטן פון אמעריקאנע טאריפס אבער איצט מעלדט וואשינגטאן אז צוליב די שטייפע קאנטראל פון די אינדיאנער נישט גיבנדיג געהעריגע צוטריט פאר אמעריקאנער צו איר מארקעט ווערט די ספעציעלע סטאטוס אראפגענומען די וואך מיטוואך
די רעגירונג קאנטראל אין אינדיע איז הויפטזעכטליך איבער טעכנאלאגיע און א לעצטערע טויש ווען די ארטיגע רעגירונג האט געטוישט די רעגולאציעס אויף א וועג וועלכע בעפארצוגט די לאקאלע אי קאמערס פירמעס איבער עמעזאן, און פליפקארט וועלכע איז א גרויסע אי קאמערס זייטל קאנטראלירט דורך וואלמארט
די נייע טאריפס וועלן באטרעפן צווישן אנדערע סאולער פענעלס און וואש מאשינען אויף וועלכע די אדמיניסטראציע האט שוין פאריאר ארויפגעשטעלט טאריפס, נאר דאן האט מען געמאכט אן אויסנאם פאר לענדער וועלכע זענען נאך אין אן אנטוויקלונג שטאפל און איצט גייט אינדיע ארויספאלן דערפון
די באשלוס וועט אויך אפעקטירן אינדיאנע עקספארטן ווי טעקסטיל, צירונגען ,אויטא טיילן און אגריקולטור פראדוקטן
דער אינדיאנער נארוואס ווידערערוועלטער פרעימיער מיניסטער מודי האט שבת רעאגירט זאגנדיג אז עס איז א שאד אז די פארזוך צו פארהאנדען איבער א פארשטענדעניש און רעזאלוציע איז דורכגעפאלן
אינדיע האט ביז איצט געהאלטן אין איין אפשטופן אירע קאנטער טאריפס אויף אמעריקאנע פראדוקטן ווי אלמאנדס, עפל און פארטיגע מעטאל פראדוקטן צוליב די האפענונג אז זיי וועלן זיך קענען פארשטענדיגן מיט אמעריקא אויף א ברייטערע האנדל אפמאך אבער מיט די איצטיגע אנטוויקלונג קען מען שטארק מעגליך ערווארטן די טאריפס אריינצוגיין אין קראפט
די איצטיגע רייבערייען ברענגן בלויז ום אויבערפלאך אנגעצויגנקייט וועלכע זידט שוין פאר לענגערע מאנאטן ווען אמעריקא איז אנטוישט מיט אז אינדיע וויל נישט עפענען איר מארקעט פאר אמעריקאנע מילכיגע פראדוקטן און מעדיקאל אפאראטן און רעכנט הויכע טאריפס אויף אירע מאטאר ביציקלען און אינדיע איז אויך שטארק גערעגט אויף די לעצטיגע דרוק פון וואשינגטאן אז זי זאל אויפהערן קויפן איראנער אויל
*
די טראמפ אדמיניסטראציע באטראכט ארויפצושטעלן טאריפס אויף אוסטראליע אין רעאקציע צו אן אויפשטייג פון אוסטראלישע אלומינום וועלכע האבן זיך אריינגעגאנסן צו די אמעריקאנע מארקעטס אין לויף פון די פארלאפענע יאר
*

עולם האמת האט געשריבן:מייקל סעוועדזש ווייזט שוין אן א לענגערע צייט אז יעדע מאל אמעריקא פראוויצירט טשיינע שיקן זיי ארויס צפון קאריע זאל בילן און מאכן אביסל נויז

און די יעצטיגע קורץ שטרעקיגע מיסילס וואס צפון האט געטעסט און די כסדר'דיגע סטעיטמענטס לעצטנס, קומען און דירעקטע רעזולטאט פון די באנייטע טעריף קריג מיט טשיינע.

צפון אן טשיינע'ס הילף וואלט נישט געקענט אנהאלטן פאר צו לאנג.

טשיינע איז גאר א קלוגע פאלק זיי שפילען דעם געים מיט אמעריקא און די וועלט פאר א לענגערע צייט.

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אה, און פארדעם זאגט טראמפ אז נארט קאריע באדערט אים נישט... ער וויל זאגן פאר טשיינע איך געניש קיין דעם וואס נארט קאריע טוט, דו גייסט דיך אויפפיהרן ווי א מענטש...

***
(@realDonaldTrump)
Mexico is sending a big delegation to talk about the Border. Problem is, they’ve been “talking” for 25 years. We want action, not talk. They could solve the Border Crisis in one day if they so desired. Otherwise, our companies and jobs are coming back to the USA!
1 day ago

***

Donald Trump: UK should “walk away” from its Brexit deal
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קאנגרעס ספיקער פעלאסי טרעפט זיך מיטן מעקסיקאנער אויסערן מיניסטער צו דיסקוסירן די האנדלס אפמאך אויסגעהאמערט צווישן אמעריקא און מעקיסקא
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פרעזידענט טראמפ האט היינט געווארנט אז ער וועט ארויפלייגן נאך טאריוון אויף אמווייניגסטנס 300 ביליאן דאלער ווערד פון כינעזער אימפארט קיין אמעריקע אויב די געשפרעכן ארבעטן זיך נישט אויס.

דאס קומט נאכדעם וואס כינע האט שארף אראפגעריסן די טראמפ אדמיניסטראציע און געזאגט אז אויב וואשינגטאן נעמט ווייטערדיגע שריט קעגן כינע וועלן זיי ענדיגן פארהאנדלונגען און נעמען שארפערע שריט קעגן אמעריקע און אז זיי באטראכטן א פרישע שטייער אויף ארום 60 ביליאן דאלער ווערד פון אמעריקאנער סחורה וואס ווערט אימפארטירט קיין כינע.

אזוי אויך האט די קאמוניסטישע פארטיי אין כינע געעפנט א שארפע אנטי-אמעריקאנער קאמפיין אין לאנד אין וועלכע זיי באצייכענען אמעריקע אלס א שעדליכע פיינט פאר׳ן לאנד.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

איי געס די טעריפס בייסן שטערקער און שטערקער
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

קען איינער ביטע אריינקומען מיט די פרטים פון די אימיגראציע דיעל מיט מעקסיקא?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נאטינג מעידזשער, דזשאסט נאך א פאל וואס טראמפ האט גע'סטראשעט און יענער האצעך דערשראקן... בעסיקלי גייט מעקסיקאו ווערן שטרענגער מיט איליגעל אימיגראנטן, אריינגערעכענט שיקן טרופן צו זייער בארדער, און האלטן געוויסע וואס ווארטן אז די געריכט זאל פסק'ן...

שטייצעך אז דא איז גארניש אנדערש ווי יעדע אנדערע זאך, ווען טראמפ'ס סופארטער זאגן אז די סטראשע האט געברענגט מעקסיקאו צום טיש, און אנטי טראמפ טענהט אז די דיעל וואלט סייווי געשעהן, ווייל מעקסיקאו האט שוין געהאט געאפערט אלע וואס איז אינעם דיעל...

מיין בליק אויף דעם אפילו אויב סיז עניוועי געווען אין פלאן, האטעך טראמפ געזאגט אז מעקסיקאו האט שוין גענוג גערעדט, יעצט איז צייט צו טוהן... שנית, ער האט אוועקגענומען די עטענטשן פון טשיינע, און די מארקעטס ריעקטן צו די פאזיטיווע נייעס פון מעקסיקאו, און די דאו איז שוין צוריק איבער 26000...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ס׳איז שטוינענד וואס דא האצעך אפגעשפילט. ער האט אבער [ווידער] געווינען!

טראמפ האט געטוויט אז מעקסיקאו טוט שוין מער פאר בארדער סיקיאריטי ווי די אמעריקאנע קאנגרעס.. :lol:
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די רעגירונג אין אינדיע האט געמאלדן אז זי שטעלט ארויף העכערע טאריפס אויף 28 סארט פראדוקטן וואס ווערן אריינגעליפערט פון אמעריקע קיין אינדיע.

די אינדישע טאריפס קומען אלס נקמה צו דעם וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט געמאלדן עטליכע וואכן צוריק אז זי האט אראפגענומען פון אינדיע די ספעציעלע "ארימע לאנד" סטאטוס, וועלכע האט ערלויבט אינדיע אריינצוליפערן קיין אמעריקע פראדוקטן אין ווערד פון ביליאנען דאלארן פאר לאנגע יארן פאר נידריגע שטייערן.

סעקרעטערי אוו סטעיט פאמפעיא, וועלכער גייט באזוכן אינדיע, זאגט אז ער איז גרייט פאר געשפרעכן איבער האנדל.

איד דעילי
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

וועלכע לאנד לוינט זיך צו האנדלען, אינדיע זעהט אויס איז נישט קיין גיטע פלאן מער.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פרעזידענט טראמפ האט היינט באשטעטיגט אז ער וועט זיך טרעפן מיט׳ן כינעזער פרעזידענט דזשיפינג פאר לענגערע געשפרעכן, אין א פארזוך צו לעזן דעם האנדל'ס געפעכט און באנייען די האנדלס געשפרעכן וואס האבן זיך פארהאנקערט.

די געשפרעכן וועלן פארקומען אין די ראמען פונעם דזשי-20 סאמיט אין יאפאן, אין צוויי וואכן ארום, וואו ביידע פירער וועלן זיך באטייליגן. און טראמפ האט געזאגט אז די דעלעגאציעס פון די צוויי לענדער וועלן זיך שוין טרעפן אין די קומענדיגע טעג צו אנגרייטן דעם באדן פאר דעם מיטינג, און אויסגעדריקט האפענונג אז די באגעגעניש וועט ברענגען א האנדלס אפמאך צווישן די צוויי לענדער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

דממה דקה האט געשריבן:וועלכע לאנד לוינט זיך צו האנדלען, אינדיע זעהט אויס איז נישט קיין גיטע פלאן מער.

יעצט וועט מען דארפן טוישן די קאסטומער סערוויס חברה ?
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

USMCA באשטעטיגט אין מעקסיקא.
פריעדמאן פון ב.פ.
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 28, 2018 7:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריעדמאן פון ב.פ. »

Think and Thank האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:דאס איז חוץ א מעשה אז די צוויי לענדער האבן זיך אונטערגענומען צו נעמען שטארקע שריט צו פארזיכערן אז טשייניזע אייזן קומען נישט אריין קיין אמעריקע דורך זייערע לענדער.

וואס דאס איז דאך געווען די סיבה פארוואס מען האט ארויפגעשטעלט די סאנקציעס.

כ'מיין אז נישט, עכ''פ איך וואלט אביסל פארשטאנען א טענה אנטקעגן די אבנארמאלע אייזן ארינפליס פון קאנאדא אפילו אן די טשיינע אישו, און איך גלייב אז די זעלבע לעגיטימע טענות וואס טראמפ האט אנטקעגן טשיינע'ס טרעיד דעפיציט, כינע האט טאקע אויך טרעיד מאניפיולעישן אישוס, אבער די דעפעציט אליין איז אויך א אישו פאר טראמפ, און 'דאס' איז לכאורה אויך וואליד איבער די אייזן ביזנעס מיט די 2 לענדער.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די גרויסע טעכנאלאגיע פירמע "עפל" האט אנגעהויבן ערנסט צו נעמען אין באטראכט ארויסצוציען די פראדוקציע פון אירע פראדוקטן פון כינע.

די "פאקסקאן" פירמע, וואס פאבריצירט פאר עפל א מערהייט פון די פראדוקטן אין כינע, האט שוין עטליכע וואכן צוריק געזאגט אז זיי האבן די מעגליכקייט זיך ארויסצורוקן פון כינע, און אצינד באריכטעט דער "וואל סטריט זשורנאל" אז עפל האט שוין גענומען די ערשטע שריט דאס טאקע צו טאן.

לויט'ן באריכט, וויל עפל קודם ארויסציען בערך א דריטל פון די פראדוקטן וואס זי פראדוצירט דארט, נישט צו ווערן פארקניפט אין די אנגייענדיגע האנדלס אנגעצויגנקייטן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”