שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אורה ושמחה וששון
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 4:27 pm

שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורה ושמחה וששון »

ס׳וועט זיין א געוואלדיגע זאך וואס ס׳וועט העלפן זייער אסאך אידן, צי מיטטיילען (שערן בלע״ז) טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות אויף שלום בית פאר אלע יארגאנגען (עידזשעס בלע״ז). שכרכם הרבה מאוד, מתן בסתר פאר ווער עס דארף אבער שעמט זיך צי בעטן הילף.
קענסט האבען א חלק אין אויפלעבן מענער-פרויען אין השפעה אויף די קינדער אין ברענגן אלע ברכות אין אידישע שטיבער. לא מצא הקב״ה כלי מחזיק ברכה אלא השלום אכי״ר.
ובזה החלי בע״ה.

דאס איז פין א שכן אשכול בענין אחר אבער באלנגט דא...

אז מען רעדט שוין האט מיר אמאל רבי אשר פארסט געזאגט א דערהער אין נשים דעתן קלות; אז א פרוי ווען זי ווערט עמאציאנאל איבערגענומען קען זי ארויס אין גאנצען פון די כלים און קיין שום לאגיק וועט נישט העלפען איר איבערצייגען אז זי איז נישט גערעכט; ווייל איר עמאשען'ס איז שטערקער ווי איר דעת. איז צו ערשט דארף מען איר בארואיגען, און דערנאך ווען זי קומט צו זיך, קען מען דענמאלט ערשט אנהויבען רעדען מיט דעת.

דערובער נעם איך ארויס פון הגאון רבי אביגדור מיללער'ס ווערטער אויבען אז פאר א פרוי צו איבערקומען אירע עמאשען'ס איז שווערער ווי פאר א מאן צו צוברעכען זיינע תאוות. און אין דער זעלבע צייט וואס פאר א מאן אנצוקומען צו שלימות דארף שטארק ארבעטען אויף זיין קדושה וטהרה און מידות און זיך ברעכען (ווי מען ברעכט אריין א אקס און א פערד); דארף א פרוי נאר ארבעטען צו זיין א גוטע פרומע ערליכע ווייב, מאמע, און טאכטער, און אזוי דערגרייכט זי איר שלימות.

אונעם שמועס וואס מיר האבען געהאט מיט ר' אשר איבער דעם, איז אויס געקומען אז די אלע מענער וואס קריגען זיך מיט זייער ווייב און מיינען אז זיי וועלען איר ברעכען "ווייל ער איז דאך גערעכט" זאלען זיי וויסען אז געווענליך ארבעט עס נישט, און אפילו ער מיינט אז ער האט איר געבראכען (ווייל ער האט א בעסערע מויל און קען בעסער), זאל וויסען אז מיט יעדען מאל וואס ער געווינט האט ער איר געבראכען פיזיש און גייסטיש און צום סוף קען זי האבען א צוזאמען-ברוך אדער באקומען א קענסער (ווי הגאון רבי אביגדור מיללער זאגט עדות אין עטליכע פון זיינע דרשות אז דער מאן (דער רשע רופט ער אים אן) האט איר געשיקט אויף יענע וועלט מיט זיינע ווערטער). דער ריכטיגע וועג האט געזאגט ר' אשר איז (ווען זי איז אויף גערעגט) צו געבען גערעכט דער ווייב אפילו זי איז נישט; און איר איבערבעטען (אפילו אלף פעמים) אפילו עס קומט איר נישט; און ווען איר מוד וואס טוישט זיך זייער שנעל איז פאזיטיוו, דעמאלט איז דער צייט צו רעדען מיט דעת און זיין אויפען זעלבען פעידז.

וועליך שוין אויך אריין ווארפען דער וועלטס ווארט אז אדם הראשון האט געזאגט צום באשעפער האשה אשר נתת עמדי (היא moody).
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

לייק פאר די לעצטע שורה!
אורה ושמחה וששון
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 4:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורה ושמחה וששון »

קוים 15 מינוט. 60 אידן שוין האבען געזיכט פאר שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות....
זעה ווי שטארק וויכטיג ס׳איז..
אידן קימט אריין מיט טיפס-עצות-געדאנקען...
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

Wow זייער שיין אריינגעקומען, מ'קען אייביג נוצן חיזוק.

און יא:

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:לייק פאר די לעצטע שורה!
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

.
לעצט פארראכטן דורך לדעתי אום מאנטאג יוני 03, 2019 12:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

בס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טובי' מאיר ניימאנן »

עד כאן, דא קען איך מיך נישט אריינמישען, און אוודאי נישט קיין עצה געבען, ווייל איך בין א TOTAL FAILURE, זעלטען וואס מיין אידענע געט מיר גערעכט, און זי איז טאקע גערעכט,
הקיצור ווערטעל אהער ווערטעל אהין, די שליסל איז וותרנות, די שליסל איז נישט זיין קארג, די שליסל נישט זיין גערעגט, אבער וויאזוי באווייזט מען דאס,
רבותי צו אלע עצות ברויך מען נאך עצות וויאזוי מקיים צו זיין די עצות, עס איז א לאסט קעיס? ניין, תפלה און צדקה,
הוה מקבל את כל האדם בספ"י,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

אורה ושמחה וששון האט געשריבן:ס׳וועט זיין א געוואלדיגע זאך וואס ס׳וועט העלפן זייער אסאך אידן, צי מיטטיילען (שערן בלע״ז) טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות אויף שלום בית פאר אלע יארגאנגען (עידזשעס בלע״ז). שכרכם הרבה מאוד, מתן בסתר פאר ווער עס דארף אבער שעמט זיך צי בעטן הילף.
קענסט האבען א חלק אין אויפלעבן מענער-פרויען אין השפעה אויף די קינדער אין ברענגן אלע ברכות אין אידישע שטיבער. לא מצא הקב״ה כלי מחזיק ברכה אלא השלום אכי״ר.
ובזה החלי בע״ה.

דאס איז פין א שכן אשכול בענין אחר אבער באלנגט דא...

אז מען רעדט שוין האט מיר אמאל רבי אשר פארסט געזאגט א דערהער אין נשים דעתן קלות; אז א פרוי ווען זי ווערט עמאציאנאל איבערגענומען קען זי ארויס אין גאנצען פון די כלים און קיין שום לאגיק וועט נישט העלפען איר איבערצייגען אז זי איז נישט גערעכט; ווייל איר עמאשען'ס איז שטערקער ווי איר דעת. איז צו ערשט דארף מען איר בארואיגען, און דערנאך ווען זי קומט צו זיך, קען מען דענמאלט ערשט אנהויבען רעדען מיט דעת.

דערובער נעם איך ארויס פון הגאון רבי אביגדור מיללער'ס ווערטער אויבען אז פאר א פרוי צו איבערקומען אירע עמאשען'ס איז שווערער ווי פאר א מאן צו צוברעכען זיינע תאוות. און אין דער זעלבע צייט וואס פאר א מאן אנצוקומען צו שלימות דארף שטארק ארבעטען אויף זיין קדושה וטהרה און מידות און זיך ברעכען (ווי מען ברעכט אריין א אקס און א פערד); דארף א פרוי נאר ארבעטען צו זיין א גוטע פרומע ערליכע ווייב, מאמע, און טאכטער, און אזוי דערגרייכט זי איר שלימות.

אונעם שמועס וואס מיר האבען געהאט מיט ר' אשר איבער דעם, איז אויס געקומען אז די אלע מענער וואס קריגען זיך מיט זייער ווייב און מיינען אז זיי וועלען איר ברעכען "ווייל ער איז דאך גערעכט" זאלען זיי וויסען אז געווענליך ארבעט עס נישט, און אפילו ער מיינט אז ער האט איר געבראכען (ווייל ער האט א בעסערע מויל און קען בעסער), זאל וויסען אז מיט יעדען מאל וואס ער געווינט האט ער איר געבראכען פיזיש און גייסטיש און צום סוף קען זי האבען א צוזאמען-ברוך אדער באקומען א קענסער (ווי הגאון רבי אביגדור מיללער זאגט עדות אין עטליכע פון זיינע דרשות אז דער מאן (דער רשע רופט ער אים אן) האט איר געשיקט אויף יענע וועלט מיט זיינע ווערטער). דער ריכטיגע וועג האט געזאגט ר' אשר איז (ווען זי איז אויף גערעגט) צו געבען גערעכט דער ווייב אפילו זי איז נישט; און איר איבערבעטען (אפילו אלף פעמים) אפילו עס קומט איר נישט; און ווען איר מוד וואס טוישט זיך זייער שנעל איז פאזיטיוו, דעמאלט איז דער צייט צו רעדען מיט דעת און זיין אויפען זעלבען פעידז.

וועליך שוין אויך אריין ווארפען דער וועלטס ווארט אז אדם הראשון האט געזאגט צום באשעפער האשה אשר נתת עמדי (היא moody).


גענומען פון דא
קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטאגאריש »

געהערט לעצטענס אויף ענגליש אין סהאט א שטארקע נקודה, כהאף אז איך טייטש עס איבער גיט,

א מאן דארף רעספעקט פין די ווייב, אין א פרוי
וויל רעספעקטן איר מאן
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

שלום בית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

אורה ושמחה וששון האט געשריבן:
וועליך שוין אויך אריין ווארפען דער וועלטס ווארט אז אדם הראשון האט געזאגט צום באשעפער האשה אשר נתת עמדי (היא moody).

אזויווי יענער ביי-פאולער וועלכער האט זיך צופייערט ביי כי אתה עמדי.. אין אלע מיינע מצבים...
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

שיעלע בהמה האט געשריבן:
אורה ושמחה וששון האט געשריבן:
וועליך שוין אויך אריין ווארפען דער וועלטס ווארט אז אדם הראשון האט געזאגט צום באשעפער האשה אשר נתת עמדי (היא moody).

אזויווי יענער ביי-פאולער וועלכער האט זיך צופייערט ביי כי אתה עמדי.. אין אלע מיינע מצבים...

דעמאלטס האט ער געהאט א "UP" ?
The Divided States Of America
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

איבער די פארויכערטע מצב אין די טריי סטעיט ריאן:

די "ער קוואליטעט" אין שטוב זאל זיין גוט אין ריין!
נו גוט, נו שוין!
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

שטארקע אשכול

אסאך מאל הערט מען נאך די בעסטע ווערטער אין חיזוק פון פשוטע מענטשן
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4272
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך האב די בעסטע עצה
פאר שלום בית.

בדוק ומנוסה אז עס העלפט!!!

געהערט כמה פעמים פון א עלטערע אונגארישע אבערלאנדישע איד.


איך האב זייער ליעב עס איבערצוזאגן...
ווייל עס איז א מוראדי'גע גרינגע עצה,
און עס העלפט אייביג!

נאר דער עולם דארף עס טאקע טוהן.

און פארוואס טאקע טוט מען עס נישט?
איך מיין פשוט וועגען די simplicity פון די עצה, כאפט מען זיך נישט. עס איז א מוראדיגע פשוטער עצה, אבער עס העלפט, אייביג!

אייביג און אייביג.

אדרבא, פראבירט עס אויס, וועט איר זען אז עס העלפט.

נו... וואס איז שוין די עצה???

איך וועל עס זאגן, און זאגט עס איבער מיט מיר. דאס מיינט, ליינט הויעך.
שטאט, הויעך, און קלאר.

עס
איז
בלויז
3
ווערטער.

עס איז נישט אידיש.

עס
איז
ענגליש.


בלויז
3
ענגלישע
ווערטער.



אבער...

כדאי עס זאל קלאפן, דארף מען עס טאקע זאגן אין ענגליש.
אבער...
מיטן אונגארישן אקצענט.

נו...
וואס פארדייט ער מיך דעם קאפ שוין?

איר ווייסט פארוואס?
ווייל עס איז מוראדיגע א פשוטע עצה. ווי געשריבן.
מען ברויך נאר עס מקבל זיין.
און ווער עס טוט די עצה, האט זייער גוטע שלום בית.

ב
ד
ו
ק


ו
מ
נ
ו
ס
ה!!!


זאגט אלע מיט מיר, שיין און הויעך:
(נישט פארגעסן, מיטן אונגארישן אקצענט, שיין און שטייטעליך)...


טריעט הער נייס!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
עובר ושב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 1:10 pm

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובר ושב »

אוועטאר
פאפעטשאו
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2023 4:52 pm

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפעטשאו »

איך, זאל זיין געזונט, האב נישט חתונה געהאט דער ערשטער פון מיין כתה. מילד גערעדט...
איך געדענק נאך ווי מיין חתן מדריך האט מיר געפרעגט דאן איידער מיין חתונה, אויב האב איך שוין אמאל מיטגעהאלטן דיעזע סצענע, ווי איינער פון מיינע פארהייראטע חברים באקומט א פאון קאל פון זיין אידענע, און ער רעאגירט מיט א 'נא...עהעהה...' כאילו ער האלט אינמיטן דאווענען...אדער ענטפערט אז ער איז גאר פארנומען וכו'.
האט ער מיר געפרעגט, דו מיינסט אז ער וויל נישט רעדן מיט זיין ווייב?
נאר וואס דען, האט ער מיר ערקלערט דאס וואס מ'האט שוין אסאך מאל אויסגעשמועסט דא אויפן וועלטל, אז ס'פעלט ביי אסאך אינגעלייט די נקודת האינפארמאציע.
ער לעבט און ס'קומט מתוך געטריישאפט, אז יעדעס מאל זיין ווייב טרעפט זיך אין א פלאנטער, מוז ער ראטעווען די סעטואציע, מיט א קלוגע עצה אדער הילפבארער טיפ.
און דר'אמת איז, אז זיין ווייב דארף נישט גארנישט זי וויל פשוט- זיך אויסרעדן און זיך אויסגעבן.
זיין משל איז געווען, ווען איינער דארף ברעכן, גייסטו אים לויפן געבן טיפס און ארויסהעלפן? אין אזא פאל דארף מען בלויז טוהן איין זאך:
לאזן אויסברעכן. ער וועט דערנאך פילן בעסער.
און די אויבערדערמאנטע אינגעלייט וואס ווערן נערוועז ווען די ווייב רופט, איז ווייל זיי האבן נישט קיין נערוון און קיין קלארע וועג יעצט צו העלפן, און דער אמת איז אז...
לאז אויסברעכן. זי וועט דערנאך פילן בעסער.
אויב די סאפער האט זעך פארברענט וכד', הער איר אויס און פיהל מיט. פינטל.
לאז אויסברעכן. מ'וועט דערנאך פילן בעסער.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4272
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

פאפעטשאו האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 3:28 pm
איך, זאל זיין געזונט, האב נישט חתונה געהאט דער ערשטער פון מיין כתה. מילד גערעדט...
איך געדענק נאך ווי מיין חתן מדריך האט מיר געפרעגט דאן איידער מיין חתונה, אויב האב איך שוין אמאל מיטגעהאלטן דיעזע סצענע, ווי איינער פון מיינע פארהייראטע חברים באקומט א פאון קאל פון זיין אידענע, און ער רעאגירט מיט א 'נא...עהעהה...' כאילו ער האלט אינמיטן דאווענען...אדער ענטפערט אז ער איז גאר פארנומען וכו'.
האט ער מיר געפרעגט, דו מיינסט אז ער וויל נישט רעדן מיט זיין ווייב?
נאר וואס דען, האט ער מיר ערקלערט דאס וואס מ'האט שוין אסאך מאל אויסגעשמועסט דא אויפן וועלטל, אז ס'פעלט ביי אסאך אינגעלייט די נקודת האינפארמאציע.
ער לעבט און ס'קומט מתוך געטריישאפט, אז יעדעס מאל זיין ווייב טרעפט זיך אין א פלאנטער, מוז ער ראטעווען די סעטואציע, מיט א קלוגע עצה אדער הילפבארער טיפ.
און דר'אמת איז, אז זיין ווייב דארף נישט גארנישט זי וויל פשוט- זיך אויסרעדן און זיך אויסגעבן.
זיין משל איז געווען, ווען איינער דארף ברעכן, גייסטו אים לויפן געבן טיפס און ארויסהעלפן? אין אזא פאל דארף מען בלויז טוהן איין זאך:
לאזן אויסברעכן. ער וועט דערנאך פילן בעסער.
און די אויבערדערמאנטע אינגעלייט וואס ווערן נערוועז ווען די ווייב רופט, איז ווייל זיי האבן נישט קיין נערוון און קיין קלארע וועג יעצט צו העלפן, און דער אמת איז אז...
לאז אויסברעכן. זי וועט דערנאך פילן בעסער.
אויב די סאפער האט זעך פארברענט וכד', הער איר אויס און פיהל מיט. פינטל.
לאז אויסברעכן. מ'וועט דערנאך פילן בעסער.
אמת, ויציב, ונכון!!!
פרויען רופן נישט דעם מאן אינמיטן די ארבייט ווייל זיי דארפן עצות.
אבער זיי ווייסן דאך נישט וויאזוי צו זאגן קלאר "איך דארף איצט emotional support, איך דארף איצט רעדן פאר 5 מינוט (וואס איר האט נישט פונקט איצט) נאנ-סטאפ"!
רופן זיי דעם מאן, וואס ער רעגט זיך, ווייסט זו נישט אז פונקט 3 נאכמיטאג האב איך די 10-מיניט-סטענדינג-אנלי-טיעם-מיטינג מיט מיין בעל הבית, און איצט קען איך נישט רעדן?
בקיצור, זו רופט זאגן אז די שוועסטערס קאזין האט איר איצט אזוי מבייש געווען אין גראסערי, פארוואס מיר העלפן איר נישט, וכו'. וכו'.
און... טייערע אינגערמאן, שווייג שטיל! זאג איר נישט איך קען איצט נישט רעדן, ווייל זי וועט אנהייבן נאכאמאל פון אנפאנג... טו איין זאך. הער איר אויס. און האב מיטליידט. זאג איר ביסט גערעכט, עס טוט זייער וויי וואס זי האט געטוהן!

(איך בין נישט דא חוזק מאכן פון די פרויען ח"ו. איך זאג נאר פאקטן וויאזוי זייער מח ארבייט. איך האב פלענטי צו זאגן אויף די מענער אויך. סוי, אויב איז דא איינער פון די עזרת נשים, איז דאס מיין טיפ פאר אייך. אויב ווילט איר די מאן זאל ארויסטראגן די garbage, פרעג אים נישט בשום אין אופן, קענסט פליעז ארויסטראגן די גארבידז. ווייל ער גייט זאגן, יא, sure! אבער ער האט פארשטאנען די קשיא, "קענסט", נו אואדאי קען איך. איך בין בליעה"ר א שטארקע אינגערמאן! איך קען... ווען? איצט? מארגן? אויפן וועג אראפ ווען איך גיי שפעטער צום שיעור? איר דארפט אים זאגן קלאר: "ביטע נעם איצט ארויס די גארביגדש. אבער איצט!").
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

ואענה אני חלקי.
א מאן איז נישט קיין עבד פאר זיין ווייב.
אויב האסטו צייט יעצט הער אויס און אויב נישט זאג שיינערהייט, רעביצין ביטע רוף צוריק אין 15 ינוט, אזויווי וואלסט געזאגט פאר דיין גוטע חבר וואס רופט אין א שווערע מינוט.

ועוד, והוא העיקר, אסאך יונגעלייט וואס ענטפערן מיט א, נאאא..... נעעעהההה..... איז עס נישט דוקא ווייל ער האלט אז ער דארף טרעפן אן עצה,
נאר עס האט אסאך מיט דעם, ווואס די פרויען ווען זיי ווילן עמאשינעל סאפורט פון זייערע מענער [און אסאך אנדערע מאל] רעדן זיי מיט א קול פון תביעה וטענה, און עס דאכט זיך פארן יונגערמאן אז זי האט טענות אויף אים.
עס איז זיייער וויכטיג פאר מענער צו וויסן אז ,ניין !!!, דיין פרוי האט נישט קיין טענות צו דיך, זי איז אנגעהאנגען אין דיך, דו ביסט דער איינציגער צו וועם זי קען גיין און ווערן באמת רואיג, לויט דיין גיסטע און ענטפער וועט זי זיך פילן גוט אדער שלעכט, ווען זי רעדט מיט א טאן פון טענה איז עס נישט א טענה אויף דיך עס איז ס"ה א וועג פון זיך אנלאנען און בעטן סאפורט.

הצלחה
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

נאך א געדאנק איבער
וואס איז שלום בית בעצם?
אסאך מענטשן מיינען אז שלום בית איז עפעס א מין בריאה וואס איז עפעס א major זאך, איך מיין אבער אז מען קען עס אראפלייגן מער מיט א פשטות , ובזה החלי.

שלום בית איז ווען מאן און ווייב לעבן רואיגערהייט צוזאמען אין שטוב.
עס איז נישטא קיין אנגעצויגנקייט, עס איז נישטא קיין מחלוקת צווישן זיי, זיי לעבן יעדע פרייליך און צופרידן און איינער איז נישט אנגעווייטאגט אויפן צווייטן.
עס איז נישטא קיין שטארקע תביעות'ן און טענות פון איינעם אויפן צווייטן.
אויך זענען זיי ביידע נושא בעול און טוען וואס זיי האבן צו טון, פארן שטוב, פאר זיך, און איינער פארן צווייטן.
אויטאמאטיש ווען צוויי מענטשן לעבן אינאיינעם אויף אזא אופן, קומט אויטאמאטיש ארויס די נאטורליכע אהבה וואס געשעט ווען מענטשן קענען זיך פונדערנאנט און לעבן אינאיינעם מיט א רואיגקייט.
בפרט, אז עס רעדט זיך פון א מאן און ווייב, וואס ביי דעם איז דאך דא א שטערקערע נאטורליכע נטיה צו אהבה, אויך איז דא א רצון צו לעבן באהבה ואחוה, וועט אויטאמאטיש זיין א שטארקערע צוזאמענלעבן מתוך אהבה ושמחה.
דהיינו, מען דארף נישט זיצן און "באשאפן" גאנצעטע בנינים פון "שלום בית" , ניין, נאר פשוט מיטן לעבן אינאיינעם אן קיינע ווייטאגן, עקספעקטעישענ"ס, עקשנותער, קליינליכע [און גרויסע...] מחלוקת'ע, מיט דעם אליין וועט עס אויטאמאטיש זיין א רואיגע פריילכע שטוב בס"ד.

וויאזוי קומט מען אן דערצו?
המשך יבוא אי"ה
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

איך האב פריער געשריבן אז ווען מען לעבט אן קיינע תביעות און ווייטאג איז אויטאמאטיש דא א שלום בית, שיין געשריבן, אבער אויף למעשה איז עס נישט אזוי פשוט!
איינמאל מען גייט אריין אינדערהיים אינאיינעם קומען פאר פארשידענע גרינצייג...

לאמיר אויסרעכענען אפאר דוגמאות וואס קוועטשן פאר יונגעלייט.

לייכטע חילוקים בטבע.
איך האב מיינע זאכן וואס איך וויל זאלן געשען! איך האב מיין וועג וויאזוי איך וויל אויסשטעלן מיין לעבן! איך האב מיינע יסודות און פרינציפן! איך האב מיין בליק וואס עס הייסט א נארמאלע מענטש..., איך האב מיינע שיטות איבער וויפיל מאל א יאר מען "מוז" גיין באזוכן די עלטער מומע!, און זי איז היבש אנדערש פון די אלע זאכן.

ערנסטערער חילוקים.

מער פון דעם, עס זענען דא זאכן וואס זענען מער ערנסט, זי האט נאטורן און אויפפירעכטסער וואס באדערן מיך באמת! למשל זי איז סאך צו פונקטליך און מסודר פאר מיין נאטור, אדער פארקערט זי איז צו צופלויגן פאר מיך, זי איז מער אן אנגעצויגענער,זי איז נישט אזא גוטע קעכער.
און בכלל אונז קומען פון צוויי אנדערע שטובער, און אסאך מאל שטערט עס זייער שטארק.
וויאזוי קען איך זיין צופרידן מיט "דער" פרוי וואס איך האב באקומען????? זי איז דאך אזוי אנדערש פון מיך!!! [אינטערעסאנט אז יעדע טראכט אזוי....]

אנשרייען און מחלוקת'ע.
אויך, די ב"ב טוט מיך פון צייט צו צייט פארהאלטן, אריינזאגן, אנשרייען, פאדערן איך זאל טון זאכן וואס איז שווער פאר מיך, אראפקוקן..., צושטעלן צו אירע ברידער אדער טאטע וכדומה, בסך הכל איך ווער אסאך! מאל וויי געטון פון איר, און איך געב צוריק און זי שרייט אויף צוריק און אזוי גייט א ווייטאג הין און צוריק, טו, וואס טו איך???

ווערן ארויפגעקוקט.
נאך א גרויסע ווייטאג וואס פילע האבן,
איך האב מיין בליק געבויט אויף פעסטע יסודות, וויאזוי איך וויל די ב"ב זאל זיך באגיין מיט מיר... מיט דרך ארץ, כבוד והערצה... און למעשה.... ליין איך דא א אשכול מיטן האפענונג....

ועוד במה ווייטאגן און שוועריגקייטן.

וואס טוט מען מיט די אלע קוועטשענישן????
סתם זאגן, נעה... עס איז גארנישט, קוק אוועק,מאך דיך נישט צו טון,עס וועט דורכגיין, ביי קיינעם איז נישט בעסער, אזוי איז עס, וכו' וכו' ?
נו, פאר דעם האט נישט הרב@ אורה ושמחה וששון געעפענט דעם אשכול, און מיט רעכט, ווייל מיט דעם מהלך ווערט נישט קיין "אורה ושמחה" עס ווערט מער אזא, דורכשטיפעכטס, נישט געפערליך, אבער דאך....
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

" זיין צופרידן עם האשה אשר נפל בחלקך "
א גוטן,
לאמיר שרייבן אפאר כללים וויאזוי מען קען אנקומען צו זיין א צופרידענע מאן אין שטוב.
יעדע כלל, איז אן עבודה אנצוקומען דערצו אויף למעשה, איך מיין נישט א שווערע ארבעט, נאר עס נעמט צייט אין מחשבה, הדרכה און קלארקייט.

ובזה החלי.
1. פארשטיי אז דער וועלט איז נישט אויגעשטעלט צו האבן אלעס פערפעקט!
דיין הויז איז נישט 100% וואס דו ווילסט. דיין פרנסה/ארבעט/כולל איז נישט 100% וואס דו ווילסט.
אזוי האט דער אייבישטער באשאפן די וועלט.
[עיין תחילת מסילת ישרים אז כמעט קיינער האט נישט א פולע זיסע לעבן, אודאי פרובירט מען אלעס צו מסדר זיין אויפן בעסטן אופן, אבער מיט דעם אלעם קומט עס נישט צו האבן אלעס אויף 1000% ]
אינטערעסאנט, ביי אנדערע זאכן ווי וואוינען, ארבעט, סתם מאורעות החיים, קענען עס מענטשן מער אננעמען, אבער ווען עס קומט צו די אייגענע ב"ב, דארט איז ער נישט מסכים צו הערן אז זי איז נישט די 100% פערפעקט וואס איז גוט פאר מיך.
פארוואס?
קען זיין, ווייל דארט קומט אריין די מחשבה, זי איז דאך א בשר ודם, נו, פארוואס קען זי זיך נישט מער צושטעלן?
[פארשטייט זיך אז עס איז נישטא אזא זאך, מענטשן טוישן זיך נישט אזוי איינס צוויי]
אויך, פארוואס האט מען נישט געקענט טרעפן לכתחילה א מער צוגעפאסטע?
[אבער גם על זה, פארשטיי אז עס איז נישטא פונקט ווי דיין נאטור, חוץ וואס מענר און פרויען זענעםן בעצם אנדערש,
טראכט אריין, אין ביהמ"ד און ישיבה, האסטו געטראפן איינער וואס איז פונקט ווי דיר??? אודאי נישט!!! נו, פארוואס טראכסטו אז אין די ווייבער שול איז יא דא פונקט די זעלבע? און עס זאל נאך זיין אוועילעבל אויך.
אלא מאי, עס איז נישט אויסגעשטעלט צו האבן די 100% זעלבע נאטורן!!]

אבער למעשה דריקט עס נאך אלץ, פארוואס מוז זי זיין אנדערש? איך האב ליב צו שפאצירן ביי א וואסער און זי האט ליב צווישן ביימער, פארוואס איז זי אנדערש?
אבער באמת, וואס גייט דא פאר? דו ווייסט דאך שוין און דו פארשטייסט אז זי מוז נישט האבן אלע דיינע רצונות און נאטורן, סאו, וואס באדערט דיך דא?

עס זענען דא פארשידענע סיבות און רעיונות ארום דעם.
לאמיר שרייבן איין נקודה,
א מענטש קען באדערן זאכן אפילו ווען עס מאכט נישט קיין סענס.
פארוואס? ער דמיונ'ט, ער האט א EGO כבוד, און עס פאסט אים נישט צו האבן עפעס וואס איז נישט 100%, הגם עס מאכט נישט קיין סענס זיין ווייטאג, מיט דעם אלעם טוט עס אים וויי.
טאמער וועט ער אויפגעבן אויף זיין דמיונ'דיגע כבוד [וויאזוי????????] וועט אים אסאך לייכטער ווערן, עס וועט אים שוין נישט אזוי באדערן די אלע חילוקים.

האסט הנאה געהאט? געב א לייק.
לעצט פארראכטן דורך קלארערהייט אום מאנטאג יוני 26, 2023 12:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
retiredprofessor
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

קלארערהייט האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 9:00 am
קען זיין, ווייל דארט קומט אריין די מחשבה, זי איז דאך א בשר ודם, נו, פארוואס קען זי זיך נישט מער צושטעלן?
No. Reason is probably because I'm the only one with her, so if something doesn't work, it must be my fault.

The husband must feel un-needy and more resilient and strong, in order to get things towards the right direction. He shall be positive and uplifting, knowing that each good dead brings a good result. Should never want results happened NOW, PERFECT or EXACT.

I hope that I have added some clarity.
Support his existence, oppose his wrongs...
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית-טיפס-עצות-געדאנקען-דרשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

כבוד הרב @retiredprofessor
זייער זייער גוט געשריבן, קומט אריין מיט נאך גוטס!
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”