shimon7323 האט געשריבן:ברוך דיין האמת:
האברך אברהם שמעון בן מוה"ר אליעזר האס. מאנסי
דאס איז - אין מיינע אויגן - א שרעקליכע טעות און - אויב איך מעג זאגן - עוולה, אז ווען א מענטש געזעגנט זיך, און נאכדערצו ווען מען רעדט פון א אינגע, לאזן זיך מענטשן אריין דעבאטירן וויאזוי עס האט פאסירט, און פון וואס ער האט געליטן. עס איז נישט מער ווי אז די מח פארנעמט עס נישט, און וויל זיך אליינס בארואיגן אז "נעה.... עס מאכט סענס וואס ס'האט פאסירט, ער האט דאך געהאט דאס, זי האט דאך געהאט יענץ".... און אזוי ארום בארואיגט זיך די מח אז "נעה..... איך בין דאך דערווייל געזונט.... איך בין אקעי....", און מען שטופט בידיים אוועק דעם "והחי יתן אל לבו"....
די הייליגע רמב"ם שרייבט אז ווען עס פאסירט א טראגעדיע, און מען פאר'טבע'ט עס, און מען ווערט נישט צןבראכן און אויפגעשוידערט ( יא, צובראכן און אויפגעשוידערט... די הייליגע רמב"ם האט נישט געהאלטן אז מען זאל ווערן דערפרעסט, אבער ער האט אויך נישט געהאלטן אז צו ווערן צובראכן און אויפגעשוידערט וועט גורם זיין טראומה..... און ער איז אויך געווען א דאקטער....) איז מען א רוצח, ווייל מען איז גורם אז עס זאל געשעהן נאך א טראגעדיע, ווייל די טראגעדיע'ס קומען אויף אונז מעורר זיין צו תשובה!!! יא, תשובה מיראה אז עס קען פאסירן צו יעדן איינעם, און תשובה מאהבה אז דו האסט ברוך השם יא פון אלעם גוטן. אבער תשובה מוז מען טוהן, והחי יתן אל לבו מוז זיין. אל לבו, לאז דיינע געפילן ברויזן, יא עס איז שרעקעדיג!!!!!
הערשט נישט לאנג איז געזעצן שבעה א משפחה פון וויזשניץ נאך די מאמע, א אינגע פרוי, טאקע שוין אויסגעגעבן עטליכע פון שטוב, אבער נאך נישט אלע, עס איז געווען ווייטאגליך צו צוזעהן די לויה, אבער די עולם האט געהאט חשבונות, דעי מעשה, יענע מעשה, שוין נישט געזונט געווען א וויילע. און יעצט?? יעצט טרעפן מענטשן אויך הסברים.
טייערע אידן!! עד מתי??? השי"ת וויל עפעס פון אונז!!!! מת אחד מבני החבורה ידאגו כל החבורה!!!! און ווי די רבי זצ"ל פלעגט זאגן אין אזעלכע צייטן, "יעדער זאל זיך מתקן זיין אין וואס ער ברויך זיך מתקן זיין", לב יודע מרת נפשו, פראביר נישט צו טרעפן איינער וואס זאל דיר זאגן עפעס א זייטיגע זאך מתקן צו זיין - פשוט ווייל ער קען דיר נישט גענוג גוט. זיי זיך מתקן אין אטא דאס וואס דו ווילסט נישט טראכטן, ווייל השי"ת מאכט אונז לעצטנס טראכטן אויף גאר שווערע אופנים....
אז מען קומט אריין צו א שבעה ר"ל, פרעג נישט אויס די באקאנטע (רשעות'דיגע) ליסטע פון שאלות, דער אבל עקלט זיך פון דעם, דאס איז אים בכלל נישט מנחם!!! אדער שווייג!! אדער אויב קענסטו, רעד איבער די מעלות און מידות והתנהגות פון דעם נפטר, לערן דער עפעס, נעם דעם והחי יתן אל לבו צו אן העכערן דרגה.
אידן!!!!! וועקט אייך אויף!!! די רבוש"ע שטייט און וועקט!!! פארטעמפט נישט אייערע געפילן!!! לאמיר דערהערן דעם למען ישמעו וייראו פאר עס קאסט נאך א טייערע פרייז.
זאלן מיינע ווערטער זיין לע"נ די צוויי קרבנות ציבור חנה עטיא בת שמואל זצ"ל און לע"נ אברהם שמעון ז"ל בן להבל"ח אליעזר ליטמן שליט"א.
געזונט: לעב מיט דיין אייגענע שכל און יענעמ'ס געפילן!!! קראנק: לעב מיט דיין אייגענע געפילן און יענעמ'ס שכל.....
עצה: זיי נישט פארנומען טראכטן וואס יענער טראכט אויף דיר, ווייל יענער איז ממילא פארנומען צו טראכטן וואס דו טראכסט אויף אים......