ברוך דיין האמת #1 (כ"א תמוז תשס"ו - ר"ח ניסן תש"פ)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5622
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

תגובה דורך shimon7323 »

שכל'דיג האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:אברהם שמעון בן דבורה יהודית לרפואה שלימה
בתוך שאר חולי ישראל

א אינגערמאן וואס איז זקוק לרחמי שמים מרובים, ביטע זאגט א קאפיטל תהילים.


Viznitz Williamsburg

Minyan Tehilim Now In Beis Medrash Lrfias Avrum Shimon Ben Yides Devoarh ,Heimishe Yingerman From Monsey that is in a critical condition.


איך הער ער האט נאך נעכטן מיטגעהאלטן א טיש פון ווישניצע רבי



ברוך דיין האמת, ליידער א אינגערמאן וואס האט נאכנישט חתונה געמאכט קיין איין פון זיינע קינדער , שבת איז ער נאך געווען געהעריג און ביהמ"ד , געווען ביי מיטאג טיש.

אין היינט שוין נישט דא ציווישן אונז.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

נאמען?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5622
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

תגובה דורך shimon7323 »

ברוך דיין האמת:

האברך אברהם שמעון בן מוה"ר אליעזר האס. מאנסי
שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

תגובה דורך שמחהלע קאפשטיק »

shimon7323 האט געשריבן:ברוך דיין האמת:

האברך אברהם שמעון בן מוה"ר אליעזר האס. מאנסי


אוי ס'טוהט וויי ! ס'רייסט דאס הארץ אזא טייערע אינגערמאן - א מחנך נפלא - א לעכטיגער באטעמטער איד -
37 יאר אלט
זוהן פון הר"ר אליעזר (בן ר' מנשה ז"ל) האס שליט"א
איידעם פון הר"ר יוסף גרובער שליט"א משגיח רוחני דישיבת וויזניץ -
און אייניקל פון הגאון הגדול הרב ר' משה שטערן זצ"ל - אב"ד דעברעצין

שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות
לעצט פארראכטן דורך שמחהלע קאפשטיק אום דינסטאג מאי 14, 2019 6:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4970
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובה דורך מים חיים »

shimon7323 האט געשריבן:ברוך דיין האמת:

האברך אברהם שמעון בן מוה"ר אליעזר האס. מאנסי


מנהל בתלמוד תורה מאור החיים וויזשניץ כיתה ג-ד
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובה דורך אבן יקרה »

ווי אלט?

וואס איז געשעהן מיט איהם?
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

מיט א מעסער האט מיר די בשורה געשטאכן, אז ר' אברהם שמעון איז שוין נישטא מיט אונז!
עס איז דאך נורא ואיום! כאפט א פחד! אברהם שמעון, עס צאפלט די הארץ און לאזט זיך נישט גלייבן אז ביסט אזוי יונג אוועקגעריסן געווארן פון אונז.
איך קען נישט פארגעסן ווי מיר האבן געלערנט בחברותא צוזאמען מיט א געשמאק.
איך קען נישט פארגעסן ווי האסט מיר אוועקגעגעבן 7-8 שעות אויפצובויען מיין סוכה און קאמפליצירטע שלאק, שלא על מנת לקבל פרס או קאמפלימענט. שטענדיג ביסטו געווען גרייט מיר צו העלפן מיט וואס אימער.
דיין העפליכקייט און צוגעלאזנקייט צו אנדערע איז געווען א מוסטער!
עס איז צו פרי זיך צאמצונעמען ארויסצוברענגען די געפילן. עס ווייטאגט, עס בלוטיגט. אזא פארלוסט!
ווער וועט טרייסטן די יונגע אלמנה וועלכע האט גאנץ לעצטנס פארלוירן איר טייערע מאמע און יעצט איר טייערן און חשוב'ן מאן!
אין אונזער זכרון וועסטו שטענדיג פארבלייבן מיט דיין שמייכל און מאור פנים.
יהי זכרך ברוך.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובה דורך אור »

וואס האט פאסירט מיט איהם?
בר חכים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 12:19 pm

תגובה דורך בר חכים »

א בילד פון עם
שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

תגובה דורך שמחהלע קאפשטיק »

אור האט געשריבן:וואס האט פאסירט מיט איהם?

נאכן ליידען דעם שבת אויף intestine interruption ל"ע רח"ל
לעצט פארראכטן דורך שמחהלע קאפשטיק אום דינסטאג מאי 14, 2019 7:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובה דורך גאפל »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
אור האט געשריבן:וואס האט פאסירט מיט איהם?

נאכן ליידען דעם מוצאי שבת אויף intestine interruption ל"ע רח"ל


וואס מיינט דאס?
שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

תגובה דורך שמחהלע קאפשטיק »

גאפל האט געשריבן:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
אור האט געשריבן:וואס האט פאסירט מיט איהם?

נאכן ליידען דעם מוצאי שבת אויף intestine interruption ל"ע רח"ל


וואס מיינט דאס?

די פלאץ ווי די עסן גייט אדורך ווערט פארשטאפט
שאם... יסתם אחד מהם אי אפשר להתקיים ולעמוד לפניך אפילו שעה אחת !!!!
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

רחמנא ליצלן
היום כאן ומחר רח"ל,

זאל דער בורא כל עולמים שומר ומציל זיין אלע אידן

און געבן כוחות זיך צו מחזק זיין
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובה דורך קאץ און מויז »

ישראל_הלוי האט געשריבן:בד"ה
כ"ק האדמו"ר רבי מאיר ווייסבלום משעניצא זצ"ל (92)
לוי' 3:00 מבית מדרשו 938 51 סטריט
אטעטשמענטס
IMG-20190514-WA0006.jpg
IMG-20190514-WA0006.jpg (33.26 KiB) געזען 1654 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובה דורך אילו זכינו »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:רחמנא ליצלן
היום כאן ומחר רח"ל,

זאל דער בורא כל עולמים שומר ומציל זיין אלע אידן

און געבן כוחות זיך צו מחזק זיין


והחי יתן אל לבו...
נאר דער באשעפער זאל טרייסטן די יונגע אלמנה מיט זיינע ליכטיגע קינדערלעך, ווייל נאר ער קען זיי טרייסטן, כי אתה הוא בעל הישועות ובעל הנחמות! ולך לבדך עינינו תליות.
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובה דורך אילו זכינו »

מחזור האט געשריבן:ברוך דיין האמת
הרה"צ רבי מאיר ז"ל אדמו"ר משעניצא בא"ב פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע
איש תם וישר וירא אלקים, אויסגעהערט לבבות נשברות, א מתמיד בתורה
יהא זכרו ברוך

קען איינער ברענגען עטוואס מער פרטים איבער דער שעניצא רבי זצ"ל, איבער זיינע פעולות און פערזענליכקייט, יונגע יארן, רבותיו וכו'?
(נישט יחוס)
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

תגובה דורך moishy56 »

בנש״ק הרב העניך רובין ז״ל - גאלדערס גרין לאנדאן,
בן האדמו״ר מסאסוב לאנדאן רבי שמחה רובין זצ״ל.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובה דורך גאפל »

מים חיים האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:ברוך דיין האמת:

האברך אברהם שמעון בן מוה"ר אליעזר האס. מאנסי


מנהל בתלמוד תורה מאור החיים וויזשניץ כיתה ג-ד

איינער קען ברענגען א בילד פון עם?
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובה דורך יערסלוב »

moishy56 האט געשריבן:בנש״ק הרב העניך רובין ז״ל - גאלדערס גרין לאנדאן,
בן האדמו״ר מסאסוב לאנדאן רבי שמחה רובין זצ״ל.


בנש"ק הרב ר' העניך ע"ה רעכטעס פין יבלחט"א כ"ק אדמו" ר מבעלזא שליט"א
אטעטשמענטס
05.jpg
05.jpg (88.03 KiB) געזען 4140 מאל
דרייסטקייט
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 12:31 pm
לאקאציע: אינמיטן א דרייסטע אקט...

תגובה דורך דרייסטקייט »

מים חיים האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:ברוך דיין האמת:

האברך אברהם שמעון בן מוה"ר אליעזר האס. מאנסי


מנהל בתלמוד תורה מאור החיים וויזשניץ כיתה ג-ד


דאס הארץ רייסט שטיקער...
א גאר נאנטע חבר געווען, א נאבעלע איידעלע אינגערמאן, אלס מיט א שמייכל אויפן פנים, יארן אין חינוך, מי יתן לנו תמורתו.
אויב איינער קען ביטע ברענגען פרטים איבער די לויה וואלט איך עפרישיעיטעד, וויפיל אזייגער וכו'.
שפרינג אריין מיט א דרייסטקייט! דערשרעק דיך נישט!
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

דרייסטקייט האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:ברוך דיין האמת:

האברך אברהם שמעון בן מוה"ר אליעזר האס. מאנסי


מנהל בתלמוד תורה מאור החיים וויזשניץ כיתה ג-ד


דאס הארץ רייסט שטיקער...
א גאר נאנטע חבר געווען, א נאבעלע איידעלע אינגערמאן, אלס מיט א שמייכל אויפן פנים, יארן אין חינוך, מי יתן לנו תמורתו.
אויב איינער קען ביטע ברענגען פרטים איבער די לויה וואלט איך עפרישיעיטעד, וויפיל אזייגער וכו'.

11:00 פון וויזניץ.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

תגובה דורך moishy56 »

יערסלוב האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:בנש״ק הרב העניך רובין ז״ל - גאלדערס גרין לאנדאן,
בן האדמו״ר מסאסוב לאנדאן רבי שמחה רובין זצ״ל.


בנש"ק הרב ר' העניך ע"ה רעכטעס פין יבלחט"א כ"ק אדמו" ר מבעלזא שליט"א

87 יאר אלט
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
oh vei
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

תגובה דורך oh vei »

shimon7323 האט געשריבן:ברוך דיין האמת:

האברך אברהם שמעון בן מוה"ר אליעזר האס. מאנסי


עיני עיני יורדה מים על האי שופרא
א לעכטיגע יונגערמאן א ריקען ביין פאר זיין משפחה, א פאר פון די עלטרען, אמור מעט ועשה הרבה האט מען פון עם געקענט לערנען.
דער אבי היתומים זאל זיך מרחם זיין אויף דעם פריש געווארענע אלמנה וואס האט נארוואס פארלוירען איהר מאמע נעבעך !
און אויף זיינע לעכטיגע קינדער וואס האבען פארלוירען אזא טאטע וואס אסאך וואלטען זיך געוואונטשען אויף אזא טאטע, איך ווייס נישט וויאזוי במציאות איז מעגליך אזאנץ איבערצוטראגען.

דער בוכ״ע זאל טרייסטען זיין טאטע און מאמע ר׳ אליעזר שליט״א וואס האבען אויפגעברענגט מיט פיל האראווניע אזא לעכטיג קינד ,און יעצט דארפען זיי שטיין אויף זיין קבר , די אויבערשטער זאל זיי געבען כוחות צו העלפען און שטארקע די אייניקלעך.
און די אויבערשטער זאל מנחם זיין ר׳ יוסעל שליט״א על השבר על גבי שבר.
הצור תמים פעלו וכ״ו
וויל זיין ערליך
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 1:56 pm

תגובה דורך וויל זיין ערליך »

oh vei האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:ברוך דיין האמת:

האברך אברהם שמעון בן מוה"ר אליעזר האס. מאנסי


עיני עיני יורדה מים על האי שופרא
א לעכטיגע יונגערמאן א ריקען ביין פאר זיין משפחה, א פאר פון די עלטרען, אמור מעט ועשה הרבה האט מען פון עם געקענט לערנען.
דער אבי היתומים זאל זיך מרחם זיין אויף דעם פריש געווארענע אלמנה וואס האט נארוואס פארלוירען איהר מאמע נעבעך !
און אויף זיינע לעכטיגע קינדער וואס האבען פארלוירען אזא טאטע וואס אסאך וואלטען זיך געוואונטשען אויף אזא טאטע, איך ווייס נישט וויאזוי במציאות איז מעגליך אזאנץ איבערצוטראגען.

דער בוכ״ע זאל טרייסטען זיין טאטע און מאמע ר׳ אליעזר שליט״א וואס האבען אויפגעברענגט מיט פיל האראווניע אזא לעכטיג קינד ,און יעצט דארפען זיי שטיין אויף זיין קבר , די אויבערשטער זאל זיי געבען כוחות צו העלפען און שטארקע די אייניקלעך.
און די אויבערשטער זאל מנחם זיין ר׳ יוסעל שליט״א על השבר על גבי שבר.
הצור תמים פעלו וכ״ו

בילד ביטע ?
אוועטאר
יליד מאנסי
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 18, 2018 12:20 am

תגובה דורך יליד מאנסי »

shimon7323 האט געשריבן:ברוך דיין האמת:

האברך אברהם שמעון בן מוה"ר אליעזר האס. מאנסי


דאס איז - אין מיינע אויגן - א שרעקליכע טעות און - אויב איך מעג זאגן - עוולה, אז ווען א מענטש געזעגנט זיך, און נאכדערצו ווען מען רעדט פון א אינגע, לאזן זיך מענטשן אריין דעבאטירן וויאזוי עס האט פאסירט, און פון וואס ער האט געליטן. עס איז נישט מער ווי אז די מח פארנעמט עס נישט, און וויל זיך אליינס בארואיגן אז "נעה.... עס מאכט סענס וואס ס'האט פאסירט, ער האט דאך געהאט דאס, זי האט דאך געהאט יענץ".... און אזוי ארום בארואיגט זיך די מח אז "נעה..... איך בין דאך דערווייל געזונט.... איך בין אקעי....", און מען שטופט בידיים אוועק דעם "והחי יתן אל לבו"....

די הייליגע רמב"ם שרייבט אז ווען עס פאסירט א טראגעדיע, און מען פאר'טבע'ט עס, און מען ווערט נישט צןבראכן און אויפגעשוידערט ( יא, צובראכן און אויפגעשוידערט... די הייליגע רמב"ם האט נישט געהאלטן אז מען זאל ווערן דערפרעסט, אבער ער האט אויך נישט געהאלטן אז צו ווערן צובראכן און אויפגעשוידערט וועט גורם זיין טראומה..... און ער איז אויך געווען א דאקטער....) איז מען א רוצח, ווייל מען איז גורם אז עס זאל געשעהן נאך א טראגעדיע, ווייל די טראגעדיע'ס קומען אויף אונז מעורר זיין צו תשובה!!! יא, תשובה מיראה אז עס קען פאסירן צו יעדן איינעם, און תשובה מאהבה אז דו האסט ברוך השם יא פון אלעם גוטן. אבער תשובה מוז מען טוהן, והחי יתן אל לבו מוז זיין. אל לבו, לאז דיינע געפילן ברויזן, יא עס איז שרעקעדיג!!!!!

הערשט נישט לאנג איז געזעצן שבעה א משפחה פון וויזשניץ נאך די מאמע, א אינגע פרוי, טאקע שוין אויסגעגעבן עטליכע פון שטוב, אבער נאך נישט אלע, עס איז געווען ווייטאגליך צו צוזעהן די לויה, אבער די עולם האט געהאט חשבונות, דעי מעשה, יענע מעשה, שוין נישט געזונט געווען א וויילע. און יעצט?? יעצט טרעפן מענטשן אויך הסברים.

טייערע אידן!! עד מתי??? השי"ת וויל עפעס פון אונז!!!! מת אחד מבני החבורה ידאגו כל החבורה!!!! און ווי די רבי זצ"ל פלעגט זאגן אין אזעלכע צייטן, "יעדער זאל זיך מתקן זיין אין וואס ער ברויך זיך מתקן זיין", לב יודע מרת נפשו, פראביר נישט צו טרעפן איינער וואס זאל דיר זאגן עפעס א זייטיגע זאך מתקן צו זיין - פשוט ווייל ער קען דיר נישט גענוג גוט. זיי זיך מתקן אין אטא דאס וואס דו ווילסט נישט טראכטן, ווייל השי"ת מאכט אונז לעצטנס טראכטן אויף גאר שווערע אופנים....

אז מען קומט אריין צו א שבעה ר"ל, פרעג נישט אויס די באקאנטע (רשעות'דיגע) ליסטע פון שאלות, דער אבל עקלט זיך פון דעם, דאס איז אים בכלל נישט מנחם!!! אדער שווייג!! אדער אויב קענסטו, רעד איבער די מעלות און מידות והתנהגות פון דעם נפטר, לערן דער עפעס, נעם דעם והחי יתן אל לבו צו אן העכערן דרגה.

אידן!!!!! וועקט אייך אויף!!! די רבוש"ע שטייט און וועקט!!! פארטעמפט נישט אייערע געפילן!!! לאמיר דערהערן דעם למען ישמעו וייראו פאר עס קאסט נאך א טייערע פרייז.

זאלן מיינע ווערטער זיין לע"נ די צוויי קרבנות ציבור חנה עטיא בת שמואל זצ"ל און לע"נ אברהם שמעון ז"ל בן להבל"ח אליעזר ליטמן שליט"א.
געזונט: לעב מיט דיין אייגענע שכל און יענעמ'ס געפילן!!! קראנק: לעב מיט דיין אייגענע געפילן און יענעמ'ס שכל.....
עצה: זיי נישט פארנומען טראכטן וואס יענער טראכט אויף דיר, ווייל יענער איז ממילא פארנומען צו טראכטן וואס דו טראכסט אויף אים......
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”