וואס טוט זיך האט געשריבן:וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואס טוט זיך האט געשריבן:וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואס טוט זיך האט געשריבן:טראמפ האט היינט ארויסגעשיקט א סעריע טוויטס ווי ער צולאזט זיך אנטקעגן מולער טעסטיפייען אין האוז, שרייבנדיג אז "די דעמאקראטן קענען נישט פעיסן די "נא קאלושאן און נאו אבסטראקשאן" אינ'ם מולער רעפארט"
ועוד.
דעס איז נאכדעם וואס בארר האט קלאר געזאגט "ער האט נישט קיין שום אבטשעקשאנס אז מולער זאל אויפטרעטן".
וואס האט ער מורא? אז זיי זאלן נישט קלאר קענען זען זיין קרומע נאז, כ'מיין וואס??
דו מוזט קלארשטעלן ווען מ'נוצט די אביוז טענה און ווען די "וואס האסטע מורא"... למשל צו אינוועסטיגעיטן די אינוועסטיגעיטארס, איז אביוז אוו פאוער, אבער צו האלטן אפן אן אינוועסטיגעישן וואס איז שוין אינוועסטיגעיטעד געווארן אזויפיהל מאל, אה דא קומט אריין "וואס האט ער מורא"...
כ'האב מורא אז די לעצטע פאר טעג איז נישט געווען אזוי גוט פאר אייך, וואו די גהנים קומט דא אריין אביוז אף פאוער, מולער האט שוין גענדיגט, עס איז שוין זיין אייגענע דעסיזשען, די DOJ קען מער נישט האבן א ווארט וועגן ער ארבעט פאר זיי.
אין קורצן ער האט גענדיגט מיט טראמפ יעצט רופט עם די האוז, און ער קען קומען און טראמפ קומט נישט דא אריין, איר כאפט טאקע נישט די דיפערענץ צווישן אינוועסטיגעישען -דאס הייסט, ס.ק., אדער ספעשיל קאנגרעס קאמיטע- און סטם א האוז קאמיטע היערינג, ווי איר זאגט "די אינוועסטיגעישען איז שוין גענדיגט", און ס'מאכט נישט קיין סענס טראמפ זאל עפעס רעדן דא.
לאמער אויסקלארן אפאר זאכן...
מיין וואך אין דזשערעל איז ב"ה געווען זייער פיין! דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער!
אין טוירמס אוו פאליטיק האב איך געהאט גאנץ א פיינע וואך, סיי די עקענאמישע ציפערן און סיי די בארר טעסטעמאוני וכד'...
דא קומט אריין אביוז אוו פאוער, דאס איז בלויז אן עקזעמפל פון א טענה, ווען מ'רעדט פון דעם אז בארר וויל אינוועסטיגעיטן די שייגעץ שטיק פון אבאמא'ס אדמין און די אינטעלידזשענט קאמיוניטי, שרייען די דעמעקראטן כל מיני טענות היתכון ער רופטעס אן ספייאינג, און אנדערע טענות... דארט פאלט דיר נישט איין צו זאגן "וואס האסטו מורא"? ווידער צו אינוועסטיגעיטן טראמפ ראשע וואס די אנטי טראמפ אינטעלידזשענט - FBI האט אינוועסטיגעיטעד, קאנגרעסס, סענאט און איבער אלעם מוללער... אלעס האצעך געענדיגט אן קיין טשארדזשעס און טראמפ זאגט גענוג איז גענוג! ווילסטו פשוט וויסן "פארוואס האטער מורא"... דאס איז עקזעקטלי מיין פוינט!
יעצט אפאר פאקטן!
פאר אפאר חדשים צוריק איז מוללער געווען פאוערפול! ווען ער שרייבט ווען אז טראמפ האט אבסטראקטעד דזשאסטעס, וואלט טראמפ געווען אין טראבל... יעצט טראגט ער זערא פאוער! ער קען נישט טוישן גארניש!!! ואגב, ער פאלט נאכאלץ אונטער די דזשאסטעס דיפארטמענט, און טראמפ אדער בארר קענען זאגן בלא! און ער טעסטיפייד נישט!
סאו קארעקט דיינע פאקטן...
ווי דו זאגסט "יעדער"האט אים שוין אינוועסטיגעט, ער האט געגעבן זיין רעפארט איבער טראמפ, ווי דו אליינס זאגסט ער האט נאו מאר פאוער, די קאנגרעס האט אבער יא, טראמפ דארף שוין גארנישט האבן מיט דעם קומט יעצט נאדלער און רופט מולער, סא וואט אין די וואורלד קומט אריין טראמפ מיט זיינע טוויטס, וואס קוקט אויס ווי עס איז זשאסט ארויסגעשיקט געווארן צו זיינע הונגעריגע אלעקס זשאונס סטייל גייס וואס זענען לאנג נישט געפיטערט געווארן מיט עכטע זייער סטייל פאוד, וואס נאכן ווער געברעינוואשט קען מען נישט לעבן אנדעם, ווי זאגט נאר קאומי "ער נעמט צוביסלעך אוועק דיין קאמאן סענס".
אנטשולדיגט פארן אויסברוך אבער איך עקספערט נישט מ'זאל עס שטיין און ענטפערן, יעצט קום מיר זאגן איך קען נישט קיין פאלאטיק דעס איז שוין די לעצטע דריי יאר, סא? מ'שטייט און פארענטפערט די קרעזיניס דריי יאר.
כ'וואלט געקענט באשטיין זאלסט איבערגיין דיין תגובה, און מיר אנצייגן וואס ס'ענטפערט אויף וואס...
איך האב געשריבן אז יעדער האטעם שוין אינוועסטיגעיטן, אריינגערעכנט קאנגרעסס, אלע קאאמעטעיען... ענטפערסטו אז?
דו האסט געפרעגט פארוואס טראמפ האט מורא, האבעך דיר געפרעגט ווען מ'מעג נוצן די "פון וואס האסטו מורא" און ווען מעג מען זיך אויסדרוקן קעגן אן אינוועסטיגעישן, איז דיין תירוץ אז!
די רעסט זאגסטעך קלאר אז סיז סתם אן אויסברוך... נו, זאל זיין צום געזונט...