פליגל האט געשריבן:פריער גערעדט מיט א ווערייזאן רעפ, יענער זאגט מיר אז די 3g פאון מיינער וועט נאך ארבייטן ביז 2023 וואס דאן גייען זיי עס אפשליסען אויף אייביג.
דאס'ז אויסער טאמער דיסקענעקט'ך מיין פאון וועל'ך מער עס נישט קענען אקטיוויזירן.
כ'האב זייער מורא אז יענער האט אייך געגעבן פאלטשע אינפארמאציע. אויף היפש אפאר אנליין קוועלער שטייט קלאר אז ביים סוף פון די יאר גייט זיך דער סערוויס אויסלעשן אויף אייביג. (ס'איז מעגליך אז די לעצטע מינוט וועלן זיי באשלוסן עס אפצושטופן, אבער דערווייל האב איך נישט געטראפן אז עס זאל שוין יעצט זיין אזא פלאן, אדרבה זיי שרייבן קלאר אז די סיבה פון נישט לאזן עקטיוועטען סערוויס יעצט איז און צוגרייטונג צום אפשליסונג סוף יאר).
אגב איז וויכטיג צו ערווענן פאר די וואס פארן קיין קאנאדע (מאנטריאל/טאש) אז דארט ארבעט מער נישט קיין סי-די-עם-עי סערוויס, ולכן אויב האט אייער טעלעפאון נישט קיין סים-קארטל זייטס וויסן אז עס וועט טעכניש נישט קענען ארבעטן דארטן.