נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
לכאורה יא. די עלעקטארעלס זענען בכלל נישט פארפליכטעט צו שטימען פאר וועם די מענטשן פון זייער שטאט האבן על פי רוב געוועלט. פאקטיש איז די גאנצע עלעקטאראלע קאלעדזש אין טייל געגרינדעט געווארן טאקע אין פאל די אומגעבילדעטע מאסן ערוועלן א אומפאסיגן פערזאן פארן העכסטן אפיס זאלן זיי קענען אויסקלייבן א צווייטן.
- maybeeynot
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5443
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
- לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז
הכל הבל האט געשריבן:נאך וואס פלארידא גאווערנאר ראן דסענטיס האט פארבאטן סטעיט ארבעטער פון זיך באנוצן מיט AIRBNB נאך וואס די זייטל האט באיאקיטירט די זידלונגען אין מזרח ירושלים האט איצט טעקסאס נאכגעפאלגט דעם ביישפיל ווערנדיג די צווייטע סטעיט צו נעמען אזעלכע שריט
די פארבאט איז לכאורה נאר פאר סטעיט ביזנעס.
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40151
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
maybeeynot האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:נאך וואס פלארידא גאווערנאר ראן דסענטיס האט פארבאטן סטעיט ארבעטער פון זיך באנוצן מיט AIRBNB נאך וואס די זייטל האט באיאקיטירט די זידלונגען אין מזרח ירושלים האט איצט טעקסאס נאכגעפאלגט דעם ביישפיל ווערנדיג די צווייטע סטעיט צו נעמען אזעלכע שריט
די פארבאט איז לכאורה נאר פאר סטעיט ביזנעס.
ריכטיג, די סטעיט וועט זיי נישט צעגן נוצן און ארבעטער וועלן זיך נישט מעגן באנוצן דערמיט אין די ארבעט
-
- שר האלף
- תגובות: 1418
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40151
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
די געזעץ גייט אפיציעל אריין אין אפעקט און 6 מאנאטן פון איצט אבער די געריכט קאמפן וועלן זיך ווארשיינליך אנהויבן זאפארט
דאס איז די ציהל פון קאנסערוואטיוון וועלכע פרוהירן פון וויפיל סטעיטס נאר מעגליך צו צווינגען דעם סופרים קאורט ווידער אריינצוקוקן אין איינע פון די סאמע האקעלסטע און צוטיילנדע טעמעס אין לאנד
ווען אויב דאס וועט פאסירן איז א פראגע אבער ווי אזוי די געריכט וואלט געאורטייל איז א ר-י-ז-י-ג-ע פראגע
קאנסערוואטיוון ווילן האפן פאר א גוטע אויסגאנג און דעמאקראטן זענען אדער שפילן באזארגט אבער עס איז לויט די ווינטן אין לאנד הערט זיך עס אומגלויבליך אז די געריכט זאל ווירקליך צוריקדרייעו יענע פרעצעדענט
פון צייט צו צייט פאסירט טאקע דאס אומגלויבליכע וועט מען דארפן ווארטן צו זעהן אויב די פאל וועט ווערן צוגערעכנט צו די ליסטע

- פאראינטערסירט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4331
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
הכל הבל האט געשריבן:שטונדן נאך וואס די אנטי רציחה געזעץ איז געווארן באשטעטיגט אין אלאבאמא איז א אנטי רציחה ביל אדורך אין די מיזורי סטעיט סענאט (כאטש עס איז נישט אזוי שטארק ווי די אלאבאמא ביל)
די ביל דארף נאך אריבערגיין אן אנדערע אפשטימונג איידער עס ווערט צוגעשיקט צום גאווערנאר
יעצט אדורך די צווייטע אפשטימונג.
די גאווערנער גייט עס ווארשיינליך אונטערשרייבן.
עס טוט פארבאטען רציחה פון די 8'טע וואך.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7240
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
א טאג נאך וואס די סטעיט אלבאמא האט דורכגעפירט אן "אנטי רציחה ביל", האבן זיי דורכגעפירט רציחה אליינס!! א זאך וואס מער און מער קאנסערוועטיוון פאנגן אן צו פארשטייען אז עס איז א שטיקל סתירה, און ווער אנטקעגן די טויט שטראף.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5672
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
וואס פונקטליך איז די סתירה צווישן פארבאטן הרג'ענען אן אומשולדיג קינד און הרג'ענען א פארברעכער?
(פון וואו דו נעמסט גאר אז מער און מער קאנסערוואטיוון "פאנגן אן צו פארשטייען" אז עס איז א סתירה גיי איך אפי' נישט פרעגן.)
(פון וואו דו נעמסט גאר אז מער און מער קאנסערוואטיוון "פאנגן אן צו פארשטייען" אז עס איז א סתירה גיי איך אפי' נישט פרעגן.)
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40151
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
גראדע האבן די רעפובליקאנער אויך א פריימערי אבער טראץ וואס דער אמטירנדער גאווערנאר מעט בעווין געניסט פון די קלענסטע צופרידנהייט ראטע פון אלע גאווערנארס אין לאנד איז די פריימערי ממש א וויץ נאך וואס פרעזידענט טראמפ שטיצט שטארק בעווין און דער קעגנער ראבערט גאפארט האט אויסגעבארגט פון זיין אייגענע טאש 750 טויזנט דאלער איז ערווארטעט אז בעווין וועט אפהאלטן א לייכטע זיג
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40151
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
בעווין'ס איינטריט צו פאליטיק איז שטורמישע ווען ער האט צום ערשט געפירט א גוט פינאנצירטע קאמפיין אקעגן מעקאנעל צום סענאט אבער מעקאנעל האט אים צוטראטן אין די פריימערי
צוויי יאר שפעטער האט ער זיך אריינגערוקט אין די גאווערנאר פריימערי אין די לעצטע מינוט ווען די אנדערע צוויי קאנדידאטן האבן זיך ארומגעקריגט צווישן זיך און ער איז ארויסגעשטאנען גענוג אויף אזוי פיל אז ער האט געוואונען מיט 83 שטימען!
נאך זיין זיג האבן אלע ערווארטעט אז ער גייט פארלירן אין די אלגעמיינע פארמעסט באזירט אויף די אנקעטעס וועלכע האבן געוויזן אז ער פארלירט צו דעמאקראט דזשעק קאנוועי אבער אין די ענדע האט ער גרינג געוואונען