ביזנעס ביזנעס!!! אבער וויאזוי?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
מיסטער פעטעטע
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:58 pm

ביזנעס ביזנעס!!! אבער וויאזוי?

תגובהדורך מיסטער פעטעטע » דינסטאג אפריל 30, 2019 3:47 pm

לאמיר ארויס העלפן אינזער ברידער יעדער גייט אדארעך שוועריקייטן ביים אנהייבן ביזנעס, ווען מען ווייסט אז אזוי קימט דאס איז א סאך גרינגער,
דא קען מען שערין שוועריקייטן וואס מען האט געהאט, אדער וואס מען גייט יעצט אריבער אין ביזנעס, און פארשטייטזיך עצות און חיזק!!

א גיטן איך גלייב אז יעדער דא איז שוין אין ביזנעס און מצלח,
איך בין אריין און ביזנעס איך טו גרעפקס (ריידעוועי אויב איינער זיכט א גרעפיקער קען מען מיר ריפן אויף 845-239-6602 די וועסט זייער הנאה האבן ווייל איך האב גיט אדארעך געטין די גרענט סלעם) וואס דארף איך טון קדי צו באקומען קאסטעמערס?
סטאם ארים קאלן מענטשן איז דאס וואס ברענגט קלייענטן און אזוי האסטי אויך אוגעהויבן, דאן אז איך ווייס אז כטי גיט וועל איך טין מער,
וואס נאך האסטי געטין וואס האט געארבעט, לייגן עדס קאסט אסאך געלט, אויב איך ווייס אז דאס ארבעט, אוז דאס ווערד,(איך האב גלייגט א עד אין יעזורי און עס האט נישט געארבעט)
פארשפרייטן ביזנעס קארטס, ני וואס נאך,
כ'דארף חיזק אין עצות
נישט ווען מען ארבעט האט מען געלט נישט ווען מען האט געלט האט מען אלעס נשט ווען מען האט אלעס איז מען ציפרידן
הבטח בה' חסד יסובבנהו

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » דינסטאג אפריל 30, 2019 5:05 pm

אין קורצן איז די ווארט , א ביזנס פלאן
90 פערצענט פונעם ביזנס פלאן איז די מארקעטינג פלאן
וואס איז דיין אייטם
מיט וואס ביסטו בעסער פון דיין קאמפעטישן
ווער איז דיין טארגעט מארקעט
פרייז, פלאץ, פראמאשען, און פראסעס

די וועג פון מאכן די סעילס, דורך קאלס , אדווערטייזינג, וכו' איז נאכן האבן קלארקייט אין די אויבנדערמאנטע

ביי סערוויס (גרעפיקס אין דעם כלל) געדויערט א שטיק צייט ביי מען סעטעלט זיך אויס געוויסען פרטים,

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2172
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג אפריל 30, 2019 5:26 pm

ביי יעדע ביזנעס נעמט אביסל צייט ביז די פראדוקט וואס דו פארקויפסט ווערט אויסגעשארפט צו די צופרידנהייט פון די קאסטימער'ס, די זעלבע ביי א סערוויס (ווי גראפיקס) נעמט אויך צייט ביז דו דערליווערסט געשמאקע פראפעסינאלע סחורה.

די חילוק איז נאר, אז דא פארקויפסטו 'דיך' זעלבסט, דהיינו 'דיין' טאלאנט, און ביי א פראדוקט פארקויפסטו א טרוקענע פראדוקט, און אסאך מאל געשעהט אז די מענטש וועט גרינגער אנעמען צו פארבעסערן זיינס א פראדוקט ווי זיינס א סערוויס, ווייל דא טייטעלט מען אויף 'איהם דירעקט'.

ס'זייער וויכטיג די ערשטע זאך צו אפטיילן די 'זיך' פון די ביזנעס, דהיינו אנקוקען דיין גראפיק טאלאנט ווי א 'אייטעם' וואס ליגט גראדע 'אין דיר', און ווען א מענטש געבט קריטיק עס אנצונעמן לייכט און זיין כסדר אפען צו אויסשארפן די טאלאנט.

א עצה טובה איז צו שיקן צו אידן וואז זענען שוין א לענגערע צייט אין די ליין און בעהטן אויפריכטיגע קריטיק און שטייציך אויך נישט ווערן באליידיגט פון א געשמאקע קאמפלימענט... טריי צו לערנען נאך און נאך איבער די פעלד ארום און ארום, ווי: פרינטינג, אנליין דיזיין, אביסל מארקעטינג, יסודות פון לעיאוט און טייפאגרעפי, פאזישן, פרעספעקטיוו, שעראוי, וכו' וכו' פראבירן כסדר צו 'לערנען' מער און מער.

דאס איז אלעס אלס אן הקדמה צו וויסן פאר דו גייסט אריין אין סעילס, געדענק נישט צו פארגעסן פון דיין 'אייטעם' און האלט דיך כסדר פריש אוו אפדעיטעד.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג אפריל 30, 2019 5:35 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:
א עצה טובה איז צו שיקן צו אידן וואז זענען שוין א לענגערע צייט אין די ליין און בעהטן אויפריכטיגע קריטיק און שטייציך אויך נישט ווערן באליידיגט פון א געשמאקע קאמפלימענט...

חושב, אז דו ווערסט באליידיגט פון א קאמפלימענט, וויאזוי לעבסטו דורך א קריטיק? :grin:
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג אפריל 30, 2019 10:38 pm

אוודאי בראש וראשון נישט פארגעסן די וויכטיגע גמרא אין נדה סט ע"ב, מה יעשה ויתעשר וכו' יבקש רחמים למי שהעושר והנכסים שלו.

כדי צו זען אינעווייניג די גאנצע לשון הגמרא, נא דיר א עין יעקב...
צוגעלייגטע
נדה דף סט.png
נדה דף סט.png (382.7 KiB) געזעהן 1208 מאל

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 10:32 am

עס איז אינטערסאנט צו באאבאכטען די שריט פון די 'WE' קאמפאני. (קודם און מער באקאנט אלץ WEWORK).

דער עדעם ניומען דער פירער פון די פירמע איז א געזונטער בחור ווי מ'רופט דאס און ער זאגט גאר אז מען זאל אים באטראכטן ווי 'עמעזאן', נאכגייענדיג אמאזאנ'ס מהלך פון בויען ווייטער צענדליגער נייע אפטיילונגען כאטש ס'נישט פראפיטפירבאר.

ס'אינטערסאנט צוציזעהן און ליינען וויאזוי די חברה האבן אנגעהויבן מיט א אפיס שעירינג איידיע, דאס הייסט מען פארדינגט א פלאץ ווי מענטשן דינגען א טישל און ארבעטן צוזאמען און דאס האט זיך אויסגעשפרייט מער און מער, ער האט צוגעשטעלט מער פראגראמען, און געעפנט פילע פרישע פליגלען, און היינט איז דאס א מולטי-ביליאן דאללער קאמפאני.

ניומען זאגט אז ער האט געזאגט פאר טעסלא'ס עלען מאסק, אז ער האט פלענער וויאזוי צו עפענען אין ספעיס א WE אפטיילונג.

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 10:55 am

מיסטער פעטעטע האט געשריבן:[u](ריידעוועי אויב איינער זיכט א גרעפיקער קען מען מיר ריפן אויף 845-239-6602 די וועסט זייער הנאה האבן ווייל איך האב גיט אדארעך געטין די [b]גרענט סלעם) וואס דארף איך טון קדי צו באקומען קאסטעמערס?


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט