פאפיגיי האט געשריבן:שוין העכסט צייט ארויסצוקומען אין די עפנטליכקייט אקעגן דעם עקלדיגען אויפגעברויזטן "בער" וואס הייסט "הייקינד". און מקיים זיין דעם 'והוקע אותו נגד השמש', און אויסרופען בפני כל העמים אז ער פארטרעט נישט קיינעם נאר זיין פארגיפטעטן מוח, און כהנא גרופע, און קיינעם מער נישט.
ווער זאל ארויסקומען קעגן אים? נטורי קרתא? התאחדות?
ווען די חרדישע אידנטום איז ווען ארגענאזירט און האט אן אפיציעלע ווארטזאגער, קען מען ארויסקומען קעגן אים. לעת עתה איז נישטא קיינער וואס קען זאגן אז הייקינד פארטרעט אונז נישט, ווייל דער "זאגער" פארטרעט אויך נישט קיינעם.
דאס איז חוץ די פאקט אז צענדליגע טויזענטע פרימע אידן זענען דירעקט יא צופרידן פון הייקינד'ס מהלך.