מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
שמו האט געשריבן:וואס זאל איך טון, מ'שרייבט דא מעשיות פון הצלה מעמבער'ס דערציילן וכו', איך האב אויך חברים אין הצלה, און זיי ווייסן מיר נישט צו זאגן פון אזעלכע מעשיות, געמאכט אפשר איינ'ס, אבער נישט אויף דעם פארנעם וואס מ'פרובירט דא אפמאלן...
דאנקע שעהן פאר די ריכטיגע קאלירן.
וואס נאך ווילסטו "הצלה" זאל דיר ארויסגעבן די גרעסטע סודות? פערזענליכע קעיסעס? נעבעך נעבעך ווי די אנטי'ס זענען אנגעקומען.
ווען א ניק אויף אייוועלט זאגט עפעס נאך, אנאנים, אונטערגעהערט אויפ'ן באס סטאפ, איז עס קראנט שבקראנט. "טויזנטער." בו בזמן ווען מ'ווארט נאך אויפ'ן ערשטן כלי ראשון. אבער ווען "הצלה" אלארמירט איז עס "ברעינוואשט" און זיי זאלן אויסגיסן דאס געהיימסטע פון אידישע הייזער, נעבעך נעבעך, לחרפתינו.
נאכאמאל, דאנקע שעהן פאר די ריכטיגע קאלירן.
צדיק, איך בעהט נישט הצלה זאל עפעס דערציילן, נאר מ'פארציילט דאס וואס הצלה זאגט אלץ, האב איך נאר געזאגט, איך האב אויך חברים אין הצלה, און איך האב זיי געפרעגט, אן אריין גיין אין דיטעילס, נאר צו די נאמבער'ס זענען קראנט, און זיי זאגן אז נישט, איז זאל איך ענדערש גלייבן א אנאנעי"ם ניק אויף אייוועלט, וואס זאגט קראנט אז הצלה זאגט, אדער גלייבן די פאר הצלה מעמבער'ס וואס זאגן אז נישט???
און איך האב פאר דיר נייעס, אסאך פון די וואס געבן נישט קיין שאט'ס, האבן מיטגעהאלטן אדער געהערט פון מקור ראשון, און נישט פון באס סטאפ'ס וכדו'.
עוד נ.ב. אסאך האלטן זיך אפ, נאכן זעהן וואס ס'ליגט אין די שאט'ס,
טוב ליהודים האט געשריבן:יא, עס האט ווייניגער מערקארי פון דיין טאנע פיש, און ווייניגער אלומנים פון דיינע בעקלעך/אלימונום/זילבער פאפיר וואס דו וויקלסט איין דיינע עסן יעדן טאג...
האק נישט אין טשייניק: קודם שרייט מען "אוטיסטיק" און ווען דאס גייט נישט שרייט מען "קריב דעד" און ווען דאס שטימט נישט, ווערט עס "ADHD" און דערנאך "מערקערי-אלומינם" און דערנאך שרייען די "טויזענטע" פרויען אין ווילי אויפן "טעלעוויזיע" אז די פראבלעם איז "פיג" דבר אחר" ליגט אין די וואקסין... נישט יעדער חכם קען פאבריצירין און האלטן א מייק, מיר האבן רבנים/עיני העדה/און פרעסטיזשופעלע דאקטוירים, נישט יעדע מן השוק קען טעראזירן דעם עולם/רבנים/ מיט זייער ווילדע ראבא-קאולס און עדס מיט גאנס אין די שעפ פון וואקסין, און האפן אז אלע וועלן נאכשרייען - ווי די קיעלע: מא! מא! יא, איר האט פרובירט ולא עלתה!!!
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, נישט קודם שרייט מען אוטיסטיק, און נאדעם קריב דעד, און נאכדעם ADHD און נאכדעם מערקערי אלומינם, נאר דאס איז אלעס איינ'ס
מ'זאגט אז אין די שאט'ס ליגן אסאך שעדליכע מאטריאלן, ווי למשל מערקערי אלומינם, וואס דאס איז שעדליך פארן קערפער, און קען גורם זיין, צו אוטיזום, אדער קריב דעט, אדער ADHD וכדו', (וואס דאס שרייבן זיי אליינ'ס אויך אינעם אינסער"ט פון די שאט'ס, אז דאס קען געשעהן).
און איך האב פאר דיר נייעס, אסאך וואס האלטן זיך אפ פון געבן שאט'ס, ניצן טאקע נישט קיין בעקעלעך/אלומינום/זילבער פאפיר, פאר די זעלבע סיבה (קוק אויף א בעקעלע/זילבער פאפיר, נאכן באקן, און זעה אז די גאנצע גלאנץ איז אראפ, דאס גייט דאך אריין אין די עסן, און ס'איז טאקע שעדליך, נאר וואס דען, אריין שיסן דורך א שאט גלייך אין די בלוט איז אסאך אסאך שעדליכער).
Waukesha האט געשריבן:מען מאכט זיך נישט וויסענדיג פון זיי? מען ענטפערט נישט? 164 בלעטער דא אויף אייוועלט רעדן נאר פון דעם, מען שיקט פאמפלאטען, דאקטורים פרובירען מסביר צו זיין דאס אלעס הייסט נישט געענטפערט? נאר וואס וועט יא הייסען געענטעפערט? נאר טאמער מען וועט זאגן אז וואקסינען טויגען נישט?
שיקן פאמפלעטן, הייסט נישט מסביר געווען, ווייל זיי ענטפערן בכלל נישט וואס מ'האט זיי געפרעגט
און די דאקטורים רובא דרובא זענען גארנישט מסביר, נאר בעמבלען נאך וואס מ'האט זיי אריין געבאקן, און ווען דו פרעגסט א טראפ מער גרינטליך, ווערן רוב פארלוירן און ווילן מער נישט רעדן פון דעם (איך האב שוין פרובירט).
דער עיקר זייט מיר אלע געזונט און שטארק
און לאמיר געדענקען וואס דער אהבת ישראל פון ויזניץ פלעגט זאגן, מ'מעג זיך קריגן, מ'טאר זיך אבער נישט צוקריגן.