Kosher Travel האט געשריבן:געריבענער סוחר האט געשריבן:צייט אויפציהערן מיטציטאנצן געדאטשקע, און זיך האגען מיט דיבלאזיא.
אויפנעמען די גרעסטע לאו פירם און אריינגיין פול פורסט אין קורט מיט א מאסיווע פייט, אזוי די גרין האט געטון מיט עד דעי און ראקלענד.
און שעים פאר די איד פארן פארן מיטאנצן און צירקוס, מיינענדיג אז זיי זענען קיוט, כאילו די ניו יארק טיימס וועט אויפהערן באשמיצן אונז אידעלעך ווען די צייטונג וועט נאכברענגן די עדיטאריעל.
שעים פאר די איד?
שעים פאר PEACH מיט דאס גלייכן.
ר' כשר נסיעה, איך בין אויף אייער זייט לגבי וואקסינאציעס.
אבער ביז דא! עד כאן!! שפאר נישט אפ קיין מוסדות דערוועגן, איך דארף נישט ליידן וועגן די חכמים וואס פארשטייען בעסער ווי די דאקטוירים, מיינע קינדער דארפן נישט זיצן יעצט ערב פסח אינדערהיים צוליב די אומאחריות'דיגע מאמעס.
אז ער וויל קען ער טיילן קנסות וכדו' פאר די אומוואקסינירטע אדער מוסדות, אבער אונז די 94 פראצענט וואס געבן יא שאטס פארוואס דארפן אונז ליידן?
טוביה חטא וזיגוד מינגד???
-----
ביידעוועי UTA האט יעצט ארומגעקאלט מיט א מעסעדזש אז די קינדער פון כיתה א' אין עטרת יואל זענען נישט פארזיכערט מיט חדר מארגן,
און מ'זאל מארגן אינדערפרי 9 אזייגער אריינרופן די נומער 718-506-0404 פאר אן אפדעיט.