וואקסינען דעבאטע

יונה ישראל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:36 pm

תגובהדורך יונה ישראל » מאנטאג אפריל 15, 2019 2:19 pm

זעהער האט געשריבן:פאר די אלע וואס שטעקן אן להדיה זייערע משפחות מיט די מיזעלס' פארשטיי איך נישט' א וואקסין איז בסך הכל א אפגעשוואfטע סארט מיזעלס אויב אזוי אז דו האסט מורה פון די וואקסין וויאזוי האסטו נישט מורה פון די מיזעלס אליין

די וואקסין האט נאך זאכן אין זיך חוץ מיזעלס (אריינגערעכנט אלימונים אין מירקערי).
מיר נעמען אן צו מגיה זיין ספרים, ביכער, וכדומה. מיט גרויס מומחיות. שיקט א אימייל צו:
yonayisroel@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21390
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אפריל 15, 2019 2:38 pm

יונה ישראל האט געשריבן:אלומינעם

א קעמיקל וואס איז געמאכט פון עלומינעם, אין פארשידענע וואקסינען, אבער בכלל נישט אין די MMR מיזעלס וואקסין.
יונה ישראל האט געשריבן:מוירקערי

בלויז טרעיסעס און דאס אויך בלויז אין איינצעלנע, וכנ"ל בכלל נישט אין די MMR מיזעלס וואקסין.

מקור:
1
2
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

טוב ליהודים
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

תגובהדורך טוב ליהודים » מאנטאג אפריל 15, 2019 2:38 pm

יא, עס האט ווייניגער מערקארי פון דיין טאנע פיש, און ווייניגער אלומנים פון דיינע בעקלעך/אלימונום/זילבער פאפיר וואס דו וויקלסט איין דיינע עסן יעדן טאג...

האק נישט אין טשייניק: קודם שרייט מען "אוטיסטיק" און ווען דאס גייט נישט שרייט מען "קריב דעד" און ווען דאס שטימט נישט, ווערט עס "ADHD" און דערנאך "מערקערי-אלומינם" און דערנאך שרייען די "טויזענטע" פרויען אין ווילי אויפן "טעלעוויזיע" אז די פראבלעם איז "פיג" דבר אחר" ליגט אין די וואקסין... נישט יעדער חכם קען פאבריצירין און האלטן א מייק, מיר האבן רבנים/עיני העדה/און פרעסטיזשופעלע דאקטוירים, נישט יעדע מן השוק קען טעראזירן דעם עולם/רבנים/ מיט זייער ווילדע ראבא-קאולס און עדס מיט גאנס אין די שעפ פון וואקסין, און האפן אז אלע וועלן נאכשרייען - ווי די קיעלע: מא! מא! יא, איר האט פרובירט ולא עלתה!!!

יונה ישראל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:36 pm

תגובהדורך יונה ישראל » מאנטאג אפריל 15, 2019 3:25 pm

יונה ישראל האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:פאר די אלע וואס שטעקן אן להדיה זייערע משפחות מיט די מיזעלס' פארשטיי איך נישט' א וואקסין איז בסך הכל א אפגעשוואfטע סארט מיזעלס אויב אזוי אז דו האסט מורה פון די וואקסין וויאזוי האסטו נישט מורה פון די מיזעלס אליין

די וואקסין האט נאך זאכן אין זיך חוץ מיזעלס (אריינגערעכנט אלימונים אין מירקערי).


דא האט איר אלע אינגרידיענטס פון אלע וואקסינען (וואס די CDC שרייבט)
https://www.cdc.gov/vaccines/pubs/pinkb ... able-2.pdf
מיר נעמען אן צו מגיה זיין ספרים, ביכער, וכדומה. מיט גרויס מומחיות. שיקט א אימייל צו:
yonayisroel@gmail.com

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג אפריל 15, 2019 3:55 pm

די גרעסטע באווייז אז וואקסינען איז אומשעדליך איז אז 95% פונעם עם הספר, דער עם חכם ונבון, מיט 99% פון אירע גדולים ומנהגים, זענען פאר וואקסינען.
משא"כ די אנטיסטן, באשטיעען פון עטליכע פרויען און האטליינס וועלעכע גרייכן אפשר 5% פארצענט פון כלל ישראל!
דאס דארף מען דערצילן פאר די מידיע און זיי ווייזן מיט נומערן, יא! כלל ישראל און אירע גדולים און פוסקים זענען "פאר" וואקסינען.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

זכריהו
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2017 12:47 pm

תגובהדורך זכריהו » מאנטאג אפריל 15, 2019 4:10 pm

יונה ישראל האט געשריבן:
יונה ישראל האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:פאר די אלע וואס שטעקן אן להדיה זייערע משפחות מיט די מיזעלס' פארשטיי איך נישט' א וואקסין איז בסך הכל א אפגעשוואfטע סארט מיזעלס אויב אזוי אז דו האסט מורה פון די וואקסין וויאזוי האסטו נישט מורה פון די מיזעלס אליין

די וואקסין האט נאך זאכן אין זיך חוץ מיזעלס (אריינגערעכנט אלימונים אין מירקערי).


דא האט איר אלע אינגרידיענטס פון אלע וואקסינען (וואס די CDC שרייבט)
https://www.cdc.gov/vaccines/pubs/pinkb ... able-2.pdf


נו, אז דו האסט יא צוטריט, האסט נאכגעקוקט צו די MMR האט אלומינום און מערקורי?

טוב ליהודים
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

הצלה זאגט וואס? זיי מעגן האבן די מייק?

תגובהדורך טוב ליהודים » מאנטאג אפריל 15, 2019 6:03 pm

Hatzolah.jpg
Hatzolah.jpg (134.22 KiB) געזעהן 1141 מאל

טוב ליהודים
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

אומר ועושה - גוזר ומקיים

תגובהדורך טוב ליהודים » מאנטאג אפריל 15, 2019 6:07 pm

*ניו יארק סיטי האט "פארמאכט" אן דעי קעיר / חדר צוליב מיעזלס

*חברה הצלה - די ארגענזאציע וואס איר רופט ווען די קינד אנגעשטעקט מיט מיעזלס הערט אויף צו אטעמען - איז ארויס מיט א רוף אז מזאל ביטע יא "וואסינירן" די קינדער!

סוי וואס האלט הצלה?? הא?

איך בין א יוד
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 2:01 pm

תגובהדורך איך בין א יוד » מאנטאג אפריל 15, 2019 6:16 pm

עכט היימיש האט געשריבן:די גרעסטע באווייז אז וואקסינען איז אומשעדליך איז אז 95% פונעם עם הספר, דער עם חכם ונבון, מיט 99% פון אירע גדולים ומנהגים, זענען פאר וואקסינען.
משא"כ די אנטיסטן, באשטיעען פון עטליכע פרויען און האטליינס וועלעכע גרייכן אפשר 5% פארצענט פון כלל ישראל!
דאס דארף מען דערצילן פאר די מידיע און זיי ווייזן מיט נומערן, יא! כלל ישראל און אירע גדולים און פוסקים זענען "פאר" וואקסינען.



דער חזון איש ז"ל, האט געזאגט , און די צייטן וואס מען האט פארשפרייט די מושג פון ישיבות, פאר יעדעם איינעם,

האט ער זיך אויס געדריגט, אז איז א הצלה פאר כלל, פאר 95 % איז זייער גוט, אבער א חורבן פאר פרט, די 5% מצוינים איז עס חורבן, עס איז נישט פאר יעדעם 100 , די זעלבע איז מיט די וואקסין,

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג אפריל 15, 2019 6:22 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
שמו האט געשריבן:וואס זאל איך טון, מ'שרייבט דא מעשיות פון הצלה מעמבער'ס דערציילן וכו', איך האב אויך חברים אין הצלה, און זיי ווייסן מיר נישט צו זאגן פון אזעלכע מעשיות, געמאכט אפשר איינ'ס, אבער נישט אויף דעם פארנעם וואס מ'פרובירט דא אפמאלן...

דאנקע שעהן פאר די ריכטיגע קאלירן.
וואס נאך ווילסטו "הצלה" זאל דיר ארויסגעבן די גרעסטע סודות? פערזענליכע קעיסעס? נעבעך נעבעך ווי די אנטי'ס זענען אנגעקומען.
ווען א ניק אויף אייוועלט זאגט עפעס נאך, אנאנים, אונטערגעהערט אויפ'ן באס סטאפ, איז עס קראנט שבקראנט. "טויזנטער." בו בזמן ווען מ'ווארט נאך אויפ'ן ערשטן כלי ראשון. אבער ווען "הצלה" אלארמירט איז עס "ברעינוואשט" און זיי זאלן אויסגיסן דאס געהיימסטע פון אידישע הייזער, נעבעך נעבעך, לחרפתינו.
נאכאמאל, דאנקע שעהן פאר די ריכטיגע קאלירן.

איך ר' שמו כאטש געוועהן honest און צירוקגעפוינט צו די אלגעמיינע וואקסין אשכול ווי מען האט שוין דאס אדורכגעקייט איין טויזענט מאהל און מער.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג אפריל 15, 2019 6:32 pm

יונה ישראל האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:פאר די אלע וואס שטעקן אן להדיה זייערע משפחות מיט די מיזעלס' פארשטיי איך נישט' א וואקסין איז בסך הכל א אפגעשוואfטע סארט מיזעלס אויב אזוי אז דו האסט מורה פון די וואקסין וויאזוי האסטו נישט מורה פון די מיזעלס אליין

די וואקסין האט נאך זאכן אין זיך חוץ מיזעלס (אריינגערעכנט אלימונים אין מירקערי).

די The MMR vaccine does not contain aluminum, אבער... לויט געוויסע דיעות , האט עס יא פיג (מיט א pie נישט א fie, צואה פון מאנקיס, ועוד וואס א איד טאר נישט נעמען.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג אפריל 15, 2019 7:17 pm

בס"ד

To the Editor:

Re “‘Monkey, Rat and Pig DNA’: Vaccine Fears Drive a Measles Surge” (front page, April 10):

While the overwhelming majority of Orthodox Jewish children are vaccinated for measles, the spread of misinformation regarding the dangers of vaccines among certain segments is alarming.

As the chief executive of North America’s largest Jewish children’s health support network, I am greatly concerned about the potential impact the outbreak may have on the most vulnerable in our community — immunocompromised children who are unable to be vaccinated for a variety of reasons, such as chemotherapy or organ transplants. Exposure to the measles could result in severe or lethal danger for these children.

There is a famous Jewish dictum about protecting one’s health and the well-being of others. I plead with all anti-vaccination parents to consider the “others” when weighing their decision.

(Rabbi) Simcha Scholar
New York
The writer is chief executive of Chai Lifeline.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3924
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אפריל 15, 2019 7:35 pm

האט דעבלאזיא אויך דערקלערט אן עמורדזשענסי פאריאר ביי די פלו אויסברוך?
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

זעהער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

תגובהדורך זעהער » מאנטאג אפריל 15, 2019 8:11 pm

יונה ישראל האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:פאר די אלע וואס שטעקן אן להדיה זייערע משפחות מיט די מיזעלס' פארשטיי איך נישט' א וואקסין איז בסך הכל א אפגעשוואfטע סארט מיזעלס אויב אזוי אז דו האסט מורה פון די וואקסין וויאזוי האסטו נישט מורה פון די מיזעלס אליין

די וואקסין האט נאך זאכן אין זיך חוץ מיזעלס (אריינגערעכנט אלימונים אין מירקערי).

יונב ישראל דו האלטסט אז א שטארקע סארט מיזעלס איז בעסער ווי שוואכע מיזעלס מיט נאך אביסל שאר ירקות

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג אפריל 15, 2019 8:19 pm

בס"ד

אנטיס קענען טאנצן מיט די מידיע, די קאנספיראציע ארבייט ליידער.

NEW YORK — A quick fix to New York City’s measles outbreak is proving elusive, and the reasons are as much political as they are medical.

A powerful voting bloc, the ultra-Orthodox community has managed to carve out what is arguably a separate system of city services with their own ambulances, school buses and police. They run their own private schools for which they receive city, state and federal funds.


That insularity coupled with measles outbreaks in Europe and Israel — two popular destinations for Hasidic Jews — made it only a matter of time before the virus spread out of control.

And New York City Mayor Bill de Blasio, who represented parts of the community as a City Council member, has been as accommodating as anyone to the Orthodox community, if not more so.

וויפיל גיפט ליגט נעבעך באהאלטן אין די שורות, אויף וועמענ'ס אחריות?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2745
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג אפריל 15, 2019 10:16 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
שמו האט געשריבן:וואס זאל איך טון, מ'שרייבט דא מעשיות פון הצלה מעמבער'ס דערציילן וכו', איך האב אויך חברים אין הצלה, און זיי ווייסן מיר נישט צו זאגן פון אזעלכע מעשיות, געמאכט אפשר איינ'ס, אבער נישט אויף דעם פארנעם וואס מ'פרובירט דא אפמאלן...

דאנקע שעהן פאר די ריכטיגע קאלירן.
וואס נאך ווילסטו "הצלה" זאל דיר ארויסגעבן די גרעסטע סודות? פערזענליכע קעיסעס? נעבעך נעבעך ווי די אנטי'ס זענען אנגעקומען.
ווען א ניק אויף אייוועלט זאגט עפעס נאך, אנאנים, אונטערגעהערט אויפ'ן באס סטאפ, איז עס קראנט שבקראנט. "טויזנטער." בו בזמן ווען מ'ווארט נאך אויפ'ן ערשטן כלי ראשון. אבער ווען "הצלה" אלארמירט איז עס "ברעינוואשט" און זיי זאלן אויסגיסן דאס געהיימסטע פון אידישע הייזער, נעבעך נעבעך, לחרפתינו.
נאכאמאל, דאנקע שעהן פאר די ריכטיגע קאלירן.


צדיק, איך בעהט נישט הצלה זאל עפעס דערציילן, נאר מ'פארציילט דאס וואס הצלה זאגט אלץ, האב איך נאר געזאגט, איך האב אויך חברים אין הצלה, און איך האב זיי געפרעגט, אן אריין גיין אין דיטעילס, נאר צו די נאמבער'ס זענען קראנט, און זיי זאגן אז נישט, איז זאל איך ענדערש גלייבן א אנאנעי"ם ניק אויף אייוועלט, וואס זאגט קראנט אז הצלה זאגט, אדער גלייבן די פאר הצלה מעמבער'ס וואס זאגן אז נישט???

און איך האב פאר דיר נייעס, אסאך פון די וואס געבן נישט קיין שאט'ס, האבן מיטגעהאלטן אדער געהערט פון מקור ראשון, און נישט פון באס סטאפ'ס וכדו'.

עוד נ.ב. אסאך האלטן זיך אפ, נאכן זעהן וואס ס'ליגט אין די שאט'ס,

טוב ליהודים האט געשריבן:יא, עס האט ווייניגער מערקארי פון דיין טאנע פיש, און ווייניגער אלומנים פון דיינע בעקלעך/אלימונום/זילבער פאפיר וואס דו וויקלסט איין דיינע עסן יעדן טאג...

האק נישט אין טשייניק: קודם שרייט מען "אוטיסטיק" און ווען דאס גייט נישט שרייט מען "קריב דעד" און ווען דאס שטימט נישט, ווערט עס "ADHD" און דערנאך "מערקערי-אלומינם" און דערנאך שרייען די "טויזענטע" פרויען אין ווילי אויפן "טעלעוויזיע" אז די פראבלעם איז "פיג" דבר אחר" ליגט אין די וואקסין... נישט יעדער חכם קען פאבריצירין און האלטן א מייק, מיר האבן רבנים/עיני העדה/און פרעסטיזשופעלע דאקטוירים, נישט יעדע מן השוק קען טעראזירן דעם עולם/רבנים/ מיט זייער ווילדע ראבא-קאולס און עדס מיט גאנס אין די שעפ פון וואקסין, און האפן אז אלע וועלן נאכשרייען - ווי די קיעלע: מא! מא! יא, איר האט פרובירט ולא עלתה!!!

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, נישט קודם שרייט מען אוטיסטיק, און נאדעם קריב דעד, און נאכדעם ADHD און נאכדעם מערקערי אלומינם, נאר דאס איז אלעס איינ'ס
מ'זאגט אז אין די שאט'ס ליגן אסאך שעדליכע מאטריאלן, ווי למשל מערקערי אלומינם, וואס דאס איז שעדליך פארן קערפער, און קען גורם זיין, צו אוטיזום, אדער קריב דעט, אדער ADHD וכדו', (וואס דאס שרייבן זיי אליינ'ס אויך אינעם אינסער"ט פון די שאט'ס, אז דאס קען געשעהן).

און איך האב פאר דיר נייעס, אסאך וואס האלטן זיך אפ פון געבן שאט'ס, ניצן טאקע נישט קיין בעקעלעך/אלומינום/זילבער פאפיר, פאר די זעלבע סיבה (קוק אויף א בעקעלע/זילבער פאפיר, נאכן באקן, און זעה אז די גאנצע גלאנץ איז אראפ, דאס גייט דאך אריין אין די עסן, און ס'איז טאקע שעדליך, נאר וואס דען, אריין שיסן דורך א שאט גלייך אין די בלוט איז אסאך אסאך שעדליכער).



Waukesha האט געשריבן:מען מאכט זיך נישט וויסענדיג פון זיי? מען ענטפערט נישט? 164 בלעטער דא אויף אייוועלט רעדן נאר פון דעם, מען שיקט פאמפלאטען, דאקטורים פרובירען מסביר צו זיין דאס אלעס הייסט נישט געענטפערט? נאר וואס וועט יא הייסען געענטעפערט? נאר טאמער מען וועט זאגן אז וואקסינען טויגען נישט?

שיקן פאמפלעטן, הייסט נישט מסביר געווען, ווייל זיי ענטפערן בכלל נישט וואס מ'האט זיי געפרעגט
און די דאקטורים רובא דרובא זענען גארנישט מסביר, נאר בעמבלען נאך וואס מ'האט זיי אריין געבאקן, און ווען דו פרעגסט א טראפ מער גרינטליך, ווערן רוב פארלוירן און ווילן מער נישט רעדן פון דעם (איך האב שוין פרובירט).

דער עיקר זייט מיר אלע געזונט און שטארק
און לאמיר געדענקען וואס דער אהבת ישראל פון ויזניץ פלעגט זאגן, מ'מעג זיך קריגן, מ'טאר זיך אבער נישט צוקריגן.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אפריל 16, 2019 1:57 am

Kosher Travel האט געשריבן:
יונה ישראל האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:פאר די אלע וואס שטעקן אן להדיה זייערע משפחות מיט די מיזעלס' פארשטיי איך נישט' א וואקסין איז בסך הכל א אפגעשוואfטע סארט מיזעלס אויב אזוי אז דו האסט מורה פון די וואקסין וויאזוי האסטו נישט מורה פון די מיזעלס אליין

די וואקסין האט נאך זאכן אין זיך חוץ מיזעלס (אריינגערעכנט אלימונים אין מירקערי).

די The MMR vaccine does not contain aluminum, אבער... לויט געוויסע דיעות , האט עס יא פיג (מיט א pie נישט א fie, צואה פון מאנקיס, ועוד וואס א איד טאר נישט נעמען.


אפילו דורך די מויל איז אסור נאר בראוי לאכילה, אבער דורך א שאט זאל עס גאר זיין עני פראבלעם?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

Waukesha
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Wisconsin

תגובהדורך Waukesha » דינסטאג אפריל 16, 2019 9:41 am

שמו האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:מען מאכט זיך נישט וויסענדיג פון זיי? מען ענטפערט נישט? 164 בלעטער דא אויף אייוועלט רעדן נאר פון דעם, מען שיקט פאמפלאטען, דאקטורים פרובירען מסביר צו זיין דאס אלעס הייסט נישט געענטפערט? נאר וואס וועט יא הייסען געענטעפערט? נאר טאמער מען וועט זאגן אז וואקסינען טויגען נישט?

שיקן פאמפלעטן, הייסט נישט מסביר געווען, ווייל זיי ענטפערן בכלל נישט וואס מ'האט זיי געפרעגט
און די דאקטורים רובא דרובא זענען גארנישט מסביר, נאר בעמבלען נאך וואס מ'האט זיי אריין געבאקן, און ווען דו פרעגסט א טראפ מער גרינטליך, ווערן רוב פארלוירן און ווילן מער נישט רעדן פון דעם (איך האב שוין פרובירט).


איך האב אויך פרובירט רעדן צו מיין דאקטאר, און איך האב גראדע יא באקומען גאנץ פיינע תירוצים. מילא באזירט אויף דעם (פונקט ווי די באזירסט אויף דעם וואס דיין דאקטער האט דיר נישט געענטפער'ט) האלט איך אז רובא דרובא דאקטורים ווייסען יא און ווילן יא ענטפערען. אויב דיין דאקטאר וויל דיר נישט ענטפערען, בין איך דיר מייעץ טרעף דיר א נייעם דאקטאר.

מיכל הירש
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2015 11:52 pm

תגובהדורך מיכל הירש » דינסטאג אפריל 16, 2019 9:58 am

יונה ישראל האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:פאר די אלע וואס שטעקן אן להדיה זייערע משפחות מיט די מיזעלס' פארשטיי איך נישט' א וואקסין איז בסך הכל א אפגעשוואfטע סארט מיזעלס אויב אזוי אז דו האסט מורה פון די וואקסין וויאזוי האסטו נישט מורה פון די מיזעלס אליין

די וואקסין האט נאך זאכן אין זיך חוץ מיזעלס (אריינגערעכנט אלימונים אין מירקערי).


1) די MMR וואקסין, וואס מען גיבט פאר די מיזעלס, האט קיינמאל נישט געהאט אין זיך קיין מערקורי. קיינמאל.

2) אנדערע וואקסינען האבן געהאט טיימעריסאל. דאס איז געמאכט פון "עטילמערקורי, וואס די גוף פארדייט גוט און שנעל, און מען ווייסט נישט עס זאל זיין א סכנה אדער ברענגען סיי וועלכע אומגינסטיגע רעזולטאטן. "מעטילמערקורי" איז א שעדליכע עלעמענט וואס האט שוין געברענגט אסאך שאדן, דאס איז די מערקורי וואס געפינט זיך אין פיש, אבער איז קיינמאל נישט געווען אין קיין וואקסין.

אויסמישן ''עטילמערקורי'' מיט ''מעטילמערקורי'' איז אזויווי אויסמישן "עטאנאל" וואס איז די אלקאהאל אין וויין מיט "מעטאנאל" וואס קענען הרג'נען ווער עס טרינקט דאס.

3) וחוץ מכל זה לייגט מען שוין נישט קיין טיימעריסאל אין כמעט קיין איין וואקסין וואס מען גיבט פאר קינדער פאר כמעט 20 יאר! (נאר אין די פלו וואקסין לייגט מען עס נאך, אבער אויך די פלו וואקסין קען מען באקומען אן טיימעריסאל, דער דאקטאר דארף נאר היטן עס זאל בלייבן פריש) ממילא די אלע וואס רעדן נאך דערפון פארדרייען פשוט די קאפ.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג אפריל 16, 2019 10:20 am

בס"ד
באמת דארף מען שוין גארנישט ענטפערן, ווייל די מידיע און אלע נידעריגע עלעמענטן טאנצן שוין מיט די אנטיס, נעבעך, און נישט אלעס קען מען ארויסשרייבן ר"ל.
שמו האט געשריבן:
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
שמו האט געשריבן:וואס זאל איך טון, מ'שרייבט דא מעשיות פון הצלה מעמבער'ס דערציילן וכו', איך האב אויך חברים אין הצלה, און זיי ווייסן מיר נישט צו זאגן פון אזעלכע מעשיות, געמאכט אפשר איינ'ס, אבער נישט אויף דעם פארנעם וואס מ'פרובירט דא אפמאלן...

דאנקע שעהן פאר די ריכטיגע קאלירן.
וואס נאך ווילסטו "הצלה" זאל דיר ארויסגעבן די גרעסטע סודות? פערזענליכע קעיסעס? נעבעך נעבעך ווי די אנטי'ס זענען אנגעקומען.
ווען א ניק אויף אייוועלט זאגט עפעס נאך, אנאנים, אונטערגעהערט אויפ'ן באס סטאפ, איז עס קראנט שבקראנט. "טויזנטער." בו בזמן ווען מ'ווארט נאך אויפ'ן ערשטן כלי ראשון. אבער ווען "הצלה" אלארמירט איז עס "ברעינוואשט" און זיי זאלן אויסגיסן דאס געהיימסטע פון אידישע הייזער, נעבעך נעבעך, לחרפתינו.
נאכאמאל, דאנקע שעהן פאר די ריכטיגע קאלירן.


צדיק, איך בעהט נישט הצלה זאל עפעס דערציילן, נאר מ'פארציילט דאס וואס הצלה זאגט אלץ, האב איך נאר געזאגט, איך האב אויך חברים אין הצלה, און איך האב זיי געפרעגט, אן אריין גיין אין דיטעילס, נאר צו די נאמבער'ס זענען קראנט, און זיי זאגן אז נישט, איז זאל איך ענדערש גלייבן א אנאנעי"ם ניק אויף אייוועלט, וואס זאגט קראנט אז הצלה זאגט, אדער גלייבן די פאר הצלה מעמבער'ס וואס זאגן אז נישט???


הייסט אזוי, דאס איז די אנטי לאגיק בתפארתה: 1) דו ביסט נישט קיין "אנאנימע ניק אויף אייוועלט," ס'עך וואס. 2) די אפיציעלע ווארענונגען פון הצלה איבעראל איז "אנאנים אויף אייוועלט." 3) די "פאר הצלה מעמבערס" וואס "זאגן אז נישט" - פאר א ריכטיגע אנאנימע ניק אויף אייוועלט - זיי זאל מען גלייבן." נאכאמאל דאנקע שיין פאר די ריכטיגע קאלירן פון די אנטי'ס.

טוב ליהודים האט געשריבן:יא, עס האט ווייניגער מערקארי פון דיין טאנע פיש, און ווייניגער אלומנים פון דיינע בעקלעך/אלימונום/זילבער פאפיר וואס דו וויקלסט איין דיינע עסן יעדן טאג...

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, נישט קודם שרייט מען אוטיסטיק, און נאדעם קריב דעד, און נאכדעם ADHD און נאכדעם מערקערי אלומינם, נאר דאס איז אלעס איינ'ס
מ'זאגט אז אין די שאט'ס ליגן אסאך שעדליכע מאטריאלן, ווי למשל מערקערי אלומינם, וואס דאס איז שעדליך פארן קערפער, און קען גורם זיין, צו אוטיזום, אדער קריב דעט, אדער ADHD וכדו', (וואס דאס שרייבן זיי אליינ'ס אויך אינעם אינסער"ט פון די שאט'ס, אז דאס קען געשעהן).

און איך האב פאר דיר נייעס, אסאך וואס האלטן זיך אפ פון געבן שאט'ס, ניצן טאקע נישט קיין בעקעלעך/אלומינום/זילבער פאפיר, פאר די זעלבע סיבה (קוק אויף א בעקעלע/זילבער פאפיר, נאכן באקן, און זעה אז די גאנצע גלאנץ איז אראפ, דאס גייט דאך אריין אין די עסן, און ס'איז טאקע שעדליך, נאר וואס דען, אריין שיסן דורך א שאט גלייך אין די בלוט איז אסאך אסאך שעדליכער).

ווילסט נישט נוצן אלומינום, וועם גייט עס אן. מוזט אויך נישט נוצן קיין פרידזש (ווייסט וויפיל קעמיקעלס?), פריזער (אסאך מער קעמיקאלס), עירקאנדישאן (נאך אסאך אסאך מער קעמיקעלס), אווען (געז), קאר (קעמיקעלס, געז), באס (קעמיקעלס, דיזעל), פלעסטיק (געזאלין). ווער ס'וויל קען אויך גיין צו די עימיש, נישט נאר חול המועד, נאר א גאנץ יאר. אבער זיי נישט מסכן דאס חרדישע אידענטום האנט-אין-האנט מיט די גויאישע מידיע און אלע עלעמענטן ר"ל.
און לאמיר געדענקען וואס דער אהבת ישראל פון ויזניץ פלעגט זאגן, מ'מעג זיך קריגן, מ'טאר זיך אבער נישט צוקריגן.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג אפריל 16, 2019 10:38 am

אױב די גאנצע װעג פון מאכן מענטשען האלטן פון עפעס אזאך איז דורוך שרעק טאקטיקען דאס מאכט מיך האלטן פון די זאך סאך װײניגער, אגב איך בין א פרא װאקסין אבער די שרעק טאקטיקען װעג אין דאס נישט לאזן הערן אין דערשטיקען צי לאזן הערן די צװײטע זײט מטבע מאכט מיך אביסל אנגעצױגען

טוב ליהודים
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

הצלה זאגט וואס?

תגובהדורך טוב ליהודים » דינסטאג אפריל 16, 2019 10:47 am

שמו האט געשריבן:
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
שמו האט געשריבן:וואס זאל איך טון, מ'שרייבט דא מעשיות פון הצלה מעמבער'ס דערציילן וכו', איך האב אויך חברים אין הצלה, און זיי ווייסן מיר נישט צו זאגן פון אזעלכע מעשיות, געמאכט אפשר איינ'ס, אבער נישט אויף דעם פארנעם וואס מ'פרובירט דא אפמאלן...

דאנקע שעהן פאר די ריכטיגע קאלירן.
וואס נאך ווילסטו "הצלה" זאל דיר ארויסגעבן די גרעסטע סודות? פערזענליכע קעיסעס? נעבעך נעבעך ווי די אנטי'ס זענען אנגעקומען.
ווען א ניק אויף אייוועלט זאגט עפעס נאך, אנאנים, אונטערגעהערט אויפ'ן באס סטאפ, איז עס קראנט שבקראנט. "טויזנטער." בו בזמן ווען מ'ווארט נאך אויפ'ן ערשטן כלי ראשון. אבער ווען "הצלה" אלארמירט איז עס "ברעינוואשט" און זיי זאלן אויסגיסן דאס געהיימסטע פון אידישע הייזער, נעבעך נעבעך, לחרפתינו.
נאכאמאל, דאנקע שעהן פאר די ריכטיגע קאלירן.


צדיק, איך בעהט נישט הצלה זאל עפעס דערציילן, נאר מ'פארציילט דאס וואס הצלה זאגט אלץ, האב איך נאר געזאגט, איך האב אויך חברים אין הצלה, און איך האב זיי געפרעגט, אן אריין גיין אין דיטעילס, נאר צו די נאמבער'ס זענען קראנט, און זיי זאגן אז נישט, איז זאל איך ענדערש גלייבן א אנאנעי"ם ניק אויף אייוועלט, וואס זאגט קראנט אז הצלה זאגט, אדער גלייבן די פאר הצלה מעמבער'ס וואס זאגן אז נישט???
טוב ליהודים האט געשריבן:יא, עס האט ווייניגער מערקארי פון דיין טאנע פיש, און ווייניגער אלומנים פון דיינע בעקלעך/אלימונום/זילבער פאפיר וואס דו וויקלסט איין דיינע עסן יעדן טאג...
האק נישט אין טשייניק: קודם שרייט מען "אוטיסטיק" און ווען דאס גייט נישט שרייט מען "קריב דעד" און ווען דאס שטימט נישט, ווערט עס "ADHD" און דערנאך "מערקערי-אלומינם" און דערנאך שרייען די "טויזענטע" פרויען אין ווילי אויפן "טעלעוויזיע" אז די פראבלעם איז "פיג" דבר אחר" ליגט אין די וואקסין... נישט יעדער חכם קען פאבריצירין און האלטן א מייק, מיר האבן רבנים/עיני העדה/און פרעסטיזשופעלע דאקטוירים, נישט יעדע מן השוק קען טעראזירן דעם עולם/רבנים/ מיט זייער ווילדע ראבא-קאולס און עדס מיט גאנס אין די שעפ פון וואקסין, און האפן אז אלע וועלן נאכשרייען - ווי די קיעלע: מא! מא! יא, איר האט פרובירט ולא עלתה!!!

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, נישט קודם שרייט מען אוטיסטיק, און נאדעם קריב דעד, און נאכדעם ADHD און נאכדעם מערקערי אלומינם, נאר דאס איז אלעס איינ'ס
מ'זאגט אז אין די שאט'ס ליגן אסאך שעדליכע מאטריאלן, ווי למשל מערקערי אלומינם, וואס דאס איז שעדליך פארן קערפער, און קען גורם זיין, צו אוטיזום, אדער קריב דעט, אדער ADHD וכדו', (וואס דאס שרייבן זיי אליינ'ס אויך אינעם אינסער"ט פון די שאט'ס, אז דאס קען געשעהן).
און איך האב פאר דיר נייעס, אסאך וואס האלטן זיך אפ פון געבן שאט'ס, ניצן טאקע נישט קיין בעקעלעך/אלומינום/זילבער פאפיר, פאר די זעלבע סיבה (קוק אויף א בעקעלע/זילבער פאפיר, נאכן באקן, און זעה אז די גאנצע גלאנץ איז אראפ, דאס גייט דאך אריין אין די עסן, און ס'איז טאקע שעדליך, נאר וואס דען, אריין שיסן דורך א שאט גלייך אין די בלוט איז אסאך אסאך שעדליכער).

Waukesha האט געשריבן:מען מאכט זיך נישט וויסענדיג פון זיי? מען ענטפערט נישט? 164 בלעטער דא אויף אייוועלט רעדן נאר פון דעם, מען שיקט פאמפלאטען, דאקטורים פרובירען מסביר צו זיין דאס אלעס הייסט נישט געענטפערט? נאר וואס וועט יא הייסען געענטעפערט? נאר טאמער מען וועט זאגן אז וואקסינען טויגען נישט?


HERE WE GO AGAIN מכחיש שמש בצהרים - כמנהגי האנטיס:

*חברה הצלה איז ארויס מיט אן דעקלראציע קלאר - מזאל וואקסינירן.

*הרב פ. לאנגיעריגע געטרייע הצלה מעמבער פון מאנסי - פארציילט פאר-יעדעם האר-אויפשטעלענדע מעשיות, ער גיט אן אינטערוויאו דערויף. און ער בעט די אלע-אנטיס זאלן ביטע אויפהערן רופן הצלה - אויב גלייבן זיי נישט אין מעדיקעל - סייענס, מיר זענען נישט אייער מייז צו ווערן אנגעשטעקט - און אייער שבת גוי אנצצוקומען צו דאקטארישע היילונג ווען אייער קינד איז שטערבליך קראנק, און קיין איין דאקטאר וויל נישט נעמן איער דיזעיז.. און איר ווילט מיט צוואנג אנקומען אין שפיטאל דורכן אונטער טיר מיטן אמבולאנס-אין עמורדזשענסי רום.

*YWN ברענגט א ערשט-האנטיגע מעשה פון הצלה דרייווער וואס קאמפלעינט אויפן בושות וואס ער האט ביי די אלע "מיזעלס" קאלס וואס קומן אן אין שפיטאל.. פארוואס וויל סאיז געזונט? הא? זייט ווען פליען געזונטע מענטשן מיטן אמבולאנס אין שפיטאל?

*הרב שמחה שאלער פון ח"י לייפ-ליין קומט ארויס מיט א געבעט צו אידישע קינדער --- וואס ביז לאנג צוריק זענען זיי גערופן געווארן רחמינים בני רחמנים--- חוסה נא על בן אהוביך--די נישט געזונטע קינדער פון די ביטערע מחלה ל"ע והמסתעף וועלן נישט איבערלעבן די מיזעלס-טשיקן פאקס וכו' ביטע הרגט נישט אייער ברודער - פאר אביסל משוגענע קאנסיראציעס וואס איז דעקלערט ""פאלש" דורך 99% דאקטוירים און גדולי הרבנים ואדמורי"ם...

*וואלונטיר פון ח"י לייפ-ליין און לאנג-יעריע הצלה מעמבער פארציילט לייוו אז ער האט שוין געהאלטן אין זיין ""אייגענע" הענט קינדער וואס זענען געשטארבטן!!! יא געשטארבן!!! דורך די דיזיס -- וואס מנעמט וואקסין!!! און פאר אביסל רשעות פון די אנטיס קאנספיראציעס , האט געקאסט אידישע קינדער...

ווילט איר נישט גלייבן די הצלה--ח"י-לייפליין וואלונטירן, או-קיי --איר וועט נישט קענען זאגן "ידינו לא שפכה את הדם הזה!
אוי לכם מיום הדין ומיום התוכחה!! דארט קען מען נישט מיט ברענגען קיין האטליינס/פאשקעווילן/ראבא-קאולס, דארט איז אית דין וחשבון ואית דיין!

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג אפריל 16, 2019 11:02 am

זעה איך יעצט אויף די וועבסייט פון די CDC אז מענטשן וואס זענען געבוירן צווישן 1957 און 1989 זענען נישט פארזיכערט אז זיי זענען אימיון קעגן מיזעלס, און רעקאמענדירן נאך א MMR
אבער ווער עס איז געבוירן פאר 1957 שרייבן זיי דאס פאלגענדע.

* Birth before 1957 provides only presumptive evidence for measles, mumps, and rubella. Before vaccines were available, nearly everyone was infected with measles, mumps, and rubella viruses during childhood. The majority of people born before 1957 are likely to have been infected naturally and therefore are presumed to be protected against measles, mumps, and rubella.


סא סאיז דא א שיינע מספר ניקס אין די 60'גער יארן, אויב קענען זיי איבערגעבן וויאזוי צו איז עס טאקע געווען אזוי שרעקעדיג בימים ההם.

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » דינסטאג אפריל 16, 2019 11:15 am

abeg האט געשריבן:אױב די גאנצע װעג פון מאכן מענטשען האלטן פון עפעס אזאך איז דורוך שרעק טאקטיקען דאס מאכט מיך האלטן פון די זאך סאך װײניגער, אגב איך בין א פרא װאקסין אבער די שרעק טאקטיקען װעג אין דאס נישט לאזן הערן אין דערשטיקען צי לאזן הערן די צװײטע זײט מטבע מאכט מיך אביסל אנגעצױגען

װער פונקטליך לאזט נישט הערן דו צװײטע זײט מטבע?? האבן זיי נישט געהאט די גאנצע מידיע עטענשאן, און די גאנצע װעלט האט געקענט הערן זייער נאנסענס??

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג אפריל 16, 2019 12:03 pm

פונקט לעצטנס געהערט א אהבת קדומים איד אין פאפא בית המדרש זיך אפרעדן אויף די מצב וואס מ'מאכט היינט דערפון.. ער האט גערעדט צו א איד זיין עידזש, זאגט ער מיר אלע האבן דאס געהאט, און ס'גארנישט געווען אזוי שרעקעדיג.. באלד וועט מען אהיים שיקן יעדן אן א פלו וואקסין..

דיסקלעימער-כ'נעם נישט קיין מיינונג אין די וואקסין נושא :?
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט