השמים שמים לה' והארץ נתן לבני אדם (תהלים קט"ו, ט"ז)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג אפריל 14, 2019 6:48 pm

@שפושמן כ'האב נישט געוואוסט אז מדינת ישראל האט שוין געהאט דורכפעלער אין דעם פעלד (כ'בין נישט אזוי אלט..), דו זאגסט א שטארקע נקודה.

די שאלה איז נאר, פארוואס זעט מען אז זיי האבן ליידער אזויפיל הצלחות איבעראל און דוקא דא וויל דער אויבערשטער ווייזן אז יש דין ודיין?

די קשיא ווערט נאך שווערער ווען דוקא די נושא איז שטארק אויסגעשטעלט צו דורכפאלן כידוע.

אבער ס'זיכער אז ערליכע אידן דארפן זוכן וואו צו זען די השגחה עליונה אין א יעדע זאך און שכח פארן אויפמערקן.

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » זונטאג אפריל 14, 2019 7:21 pm

געדענק איך אז ביים צווייטן קראך האט דער בלאט געהאט אן עדיטאריעל אונטערן קעפל "מחלליה מות יומת".

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » זונטאג אפריל 14, 2019 7:34 pm

מי יודע האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:עס איז באוויסט דער מעשה אז בעפאר דער אפאלא לענדינג אויף דער לבנה אין תשכ"ט האט דער סאטמארער רב זי"ע געזאגט אז זיי וועלען נישט לאנדען; האט רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל אים געזאגט: זאגט נישט אזוי סאטמארער רב, און אים געברענגט א ראי' פון תנ"ך, דער פסוק אין עובדי' (א' ד', הפטרת וישלח) אִם תַּגְבִּיהַּ כַּנֶּשֶׁר וְאִם בֵּין כּוֹכָבִים שִׂים קִנֶּךָ מִשָּׁם אוֹרִידְךָ נְאֻם ה', אז עס איז א דא אזא זאך.

https://en.wikipedia.org/wiki/Apollo_11

סתם א הערה, ר' מיכאל בער איז שוין נפטר געווארן תשט"ז אדער י"ז
איך מיין די וויכוח מיטן סאטמערן רבין איז געווען מיטן שאצער רבין פון לאנדאן כך שמעתי


לויט הרה"ח ר' סענדר דייטש'ס ווערסיע האט דער שמועס צווישן די צוויי צדיקים פארגעקומען נאך וואס רוסלאנד'ס 'ספודניק' איז א דורך מיט הצלחה, איז געווען א א מדובר בין אנשים ובין המידיע "אז גיב דאס נאך עטליכע יאר וועט עס געלינגען פאר א מענטש צו טרעטען אויף די לבנה. און אויף דעם ארויף איז געווען דער אויבערדערמאנטער שמועס.

קען זיין אז מיט ר' שלום שאצער איז געווען א ענדליכער שמועס.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3320
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג אפריל 14, 2019 11:54 pm


SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אפריל 15, 2019 11:09 am

SPUSMN האט געשריבן:אינטרעסאנט אז דארט שטייט "משם אורידך".

אויך איז דא א אנדערע פסוק, אין חבקוק (ב' ט') הוֹי בֹּצֵעַ בֶּצַע רָע לְבֵיתוֹ לָשׂוּם בַּמָּרוֹם קִנּוֹ לְהִנָּצֵל מִכַּף רָע.

מיר זענען צו קליין אריין צו לערענען פשט, אבער אויפמערזאם מעג מען מאכען.

א פאר הערות.

דער פסוק אין עובדי' "אם תגביה כנשר ואם בין כוכבים שים קנך משם אורידך נאם ה'" גייט ארויף אויף אדום.

דער מצודות לערענט עס על דרר משל פאר א "מקום גבוה" וואס מען קען צו דעם נישט צוקומען, וז"ל: אפי' אם תגביה לשבת כנשר העושה מדורו במקום גבוה ואם תשים מדורך בין הכוכבים משם אורידך לארץ ותהיה נמסר ביד העכו"ם. און אזוי לערענט ער אויך אין חבקוק "לשום במרום קנו" - ר"ל אשר העושק היה לבנות מבצרים להיות לו למשגב כאלו שם מדורו בשמי מרום להנצל שם מכף האויב הבא להרע לו.

דער פסוק אין חבקוק "הוי בצע בצע רע לביתו לשום במרום קנו להנצל מכף רע" גייט ארויף אויף נבוכדנצר וואס האט מורא געהאט אז מען גייט אים צונעמען זיין מלכות און זיך געוואלט פראטעקטען אז מען זאל נישט קענען צוקומען צו אים. רש"י איז עס מסביר: "לשום במרום קנו" - כדכתיב בספר (דניאל ד) הלא דא היא בבל רבתא דאנא בניתה לבית מלכו בתקוף חסני וגומר ובשעה שיצא דבר זה מפיו נטרד מן הבריות שנאמר (שם) עוד מלתא בפום מלכא בענין זה.

פון די צוויי פסוקים זעהען מיר אז דער פסוק משל'ט עס צו א סאטעליט (א מקום גבוה אדער א טורעם לויט טייל מפרשים) וואס עס איז שווער צו צוקומען דערצו פון דער ערד; אבער אלענפאלס רעדט עס נישט פון אידען.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג אפריל 15, 2019 11:29 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אפריל 15, 2019 11:23 am

מי יודע האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:עס איז באוויסט דער מעשה אז בעפאר דער אפאלא לענדינג אויף דער לבנה אין תשכ"ט האט דער סאטמארער רב זי"ע געזאגט אז זיי וועלען נישט לאנדען; האט רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל אים געזאגט: זאגט נישט אזוי סאטמארער רב, און אים געברענגט א ראי' פון תנ"ך, דער פסוק אין עובדי' (א' ד', הפטרת וישלח) אִם תַּגְבִּיהַּ כַּנֶּשֶׁר וְאִם בֵּין כּוֹכָבִים שִׂים קִנֶּךָ מִשָּׁם אוֹרִידְךָ נְאֻם ה', אז עס איז א דא אזא זאך.

https://en.wikipedia.org/wiki/Apollo_11

סתם א הערה, ר' מיכאל בער איז שוין נפטר געווארן תשט"ז אדער י"ז
איך מיין די וויכוח מיטן סאטמערן רבין איז געווען מיטן שאצער רבין פון לאנדאן כך שמעתי

יא, עס אינאכט גענומען אבער שוין געווען צו שפעט צו שרייבען. איך האב בכלל געשריבען דער אשכול במהירות און עס נאך געוואלט אריין כאפען פאר שבת צו הערען וואס דער עולם וועט זאגען אויף דעם מוצש"ק און זינטיג ווען כ'בין נישט דא.

דער מעשה האט פאסירט מיט דער סאטמארער רב זי"ע, אזוי דערציילען די ידענים אין סאטמאר פון ווי איך האב עס געהערט.

דער אפאלא מישען'ס האט זיך אנגעהויבען אין תשכ"ג, אבער שוין אין תשכ"א האט רוסלאנד געהאט דער ערשטע מענטש אין ספעיס, און פאר דעם אין תשי"ז איז דער ספוטניק געווען דער ערשטע סאטעליט אין ספעיס. דאס הייסט אז די טעסטען און פלאנירונג (סיי פון אמעריקע און סיי פון רוסלאנד) האט זיך אנגעהויבען מיט א ערענסטקייט ערגעץ אין די תש"י יארען (רבי מיכאל בער איז אוועק אין תשי"ח) און דענמאלט האט געזאלט דער שמועס זיין.

רבי מיכאל בער איז געווען א יוצא ונכנס ביים סאטמארער רב און געהאט א סאך שמועסען.

The race to the moon
https://en.wikipedia.org/wiki/Space_Race
https://www.scientificamerican.com/arti ... -the-moon/
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג אפריל 15, 2019 12:08 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ארבעטער
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 22, 2012 9:53 pm

השמים שמים לה'

תגובהדורך ארבעטער » מאנטאג אפריל 15, 2019 11:41 am

דער קעפל פונעם אשכול איז צ"ע
די ספעיס איז די הימל?????
אונז האבן מיר אלס געוויסט אין חדר אז די וואלקענעס איז די הימל....
אבער ערנסט גערעדט, פארוואס טראכסטו אז ספעיס איז דעיס וואס די פסוק רופט שמים? איז דא עפעס א מקור דערצו?

אוועטאר
יישר כח
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מאנטאג אפריל 15, 2019 11:45 am

ארבעטער האט געשריבן:דער קעפל פונעם אשכול איז צ"ע
די ספעיס איז די הימל?????
אונז האבן מיר אלס געוויסט אין חדר אז די וואלקענעס איז די הימל....
אבער ערנסט גערעדט, פארוואס טראכסטו אז ספעיס איז דעיס וואס די פסוק רופט שמים? איז דא עפעס א מקור דערצו?


אין גמ' חגיגה דף יב: שטייט אז די לבנה איז און די צווייטע הימל.
לעצט פאראכטן דורך יישר כח אום מאנטאג אפריל 15, 2019 12:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אפריל 15, 2019 11:47 am

ארבעטער האט געשריבן:דער קעפל פונעם אשכול איז צ"ע
די ספעיס איז די הימל?????
אונז האבן מיר אלס געוויסט אין חדר אז די וואלקענעס איז די הימל....
אבער ערנסט גערעדט, פארוואס טראכסטו אז ספעיס איז דעיס וואס די פסוק רופט שמים? איז דא עפעס א מקור דערצו?

דער קעפל קען זיין א אנדערע, דער עיקר איז וואס דער שמועס איז דא.

כ'בין זיך נוהג א נאמען צו געבען א אשכול מיט וואס עס פאלט מיר איין בשעת'ן עס עפענען אז עס איז דער פאסיגסטע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג אפריל 15, 2019 11:55 am

צו ס'איז ריכטיג צו נישט, א גוטע מליצה'דיגע קעפל איז עס זיכער.

אוועטאר
ארבעטער
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 22, 2012 9:53 pm

תגובהדורך ארבעטער » מאנטאג אפריל 15, 2019 11:59 am

גערעכט איים סארי פאר פארדרייען דא, "יישר כח" פליז קוק אין אישי

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אפריל 15, 2019 12:00 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:קען זיין יא קען זיין נישט; יאך בין צו קליין צו קומען צו אזא מסקנה.

מייו דזאב איז צו אויפמערקזאם מאכען (ברענגען אינפארמאציע), נישט דרשנן.

במחילת כבודכם איז אייער אינפארמאציע פארפירעריש (מסתמא בשוגג) איר לייגט אראפ כאילו אלץ ווען אידן זענען ארויף אין ספעיס, בגוף און בממון, האט זיך עס נישט אויסגעארבעט. און די מציאות איז נישט אזוי. אידישע אסטראנאטן זענען געפארן אויף פילע מיסיעס, רוסישע און אמעריקאנע, מיט פולקאמע הצלחה.

אנטשולדיגט איר ווייסט אפשר וויפיל ספעיס מיסיעס עס זענען געווען, פארוואס האט מען געמאכט אזא טראסק ביי די טשלענזשער וכו'? נאר וועגן עס איז געמאכט זיך אויס צו ארבעטן, די חידוש איז נישט וויפיל עס ארבעטן זיך יא אויס, עס איז וויפיל עס ארבעט זיך נישט אויס

די כל יכול האט געמאכט די נס פון יציאת מצרים איין מאל, שיקן איין סימן איז גענוג
די שאלה איז נאר צו ס'מיינט טאקע עפעס?


נאכאמאל. איך האב מעיר געווען אויף דאס וואס דער פותל האשכול האט דערציילט אז ווען אידן זענען ארויף אין ספעיס האט זיך עס נישט אויסגעארבעט. און פון די הנחה האט ער געבויעט מסקנות. דאס איז נישט ריכטיג. פינטל.

עקסידענטן פאסירן ביי ספעיס שאטעלס. און נישט אייביג ווייסן מיר פארוואס דער באשעפער טוט דאס. (יתכן ווי ר' אביגדור מילער פלעגט זאגן ווען איינער האט אים געפרעגט "פארוואס האט פאסירט די קאר עקסידענט?" האט ר' אביגדור געענטפערט "צו ווייזן דו זאלסט דיר מער היטן") ווי דו אליינס זאגסט
די שאלה איז נאר צו ס'מיינט טאקע עפעס?


עס איז אבער נישט ריכטיג צו ציען מסקנות פון האלבע פאקטן.

אבער ווען מ'טרעפט א ענליכע זאך ביי אפאר קראכן דארף מען טראכטן וואס די באשעפער וויל אונז ווייזן, און זאגן אז מען קען גארנישט ארויסלערנען וועגן עס איז נישט געשען ביי אלע, אדער אפילו האלב איז נישט א גערעכטע טענה

ריכטיג, וליתר שאת (האביך געוואלט שרייבען פרייטיג אבער נישט אנן געקומען דערצו) אז "אלע" ספעיס שאטעלס וואס האבען געקראכט איז דאס געווען ווען ס'געווען דערויף אידען, און ס'געווען היפש א סאך שאטעל מישען'ס פון די 5 ספעיס שאטעלס וואס מען האט געבויעט. (כ'מיין אז נאר 4 זענען געפלויגען און דער פינפטער האט מען גענוצט פאר פארטס).

דער וועלט זאגט אז ווען צוויי זאגען שיכור לייגט מען זיך שלאפען. ווען די צווייטע ספעיס שאטעל האט געקראכט האבען עס מערערע גענומען אין אכט, און כ'האב עס בכלל נישט געהערט בתורת קנאות און פון די קנאישע קרייזען.

זיכענדיג שנעל טרעף איך אז איינער האט געזאגט די זעלבע זאך אויף א אנדערע סייט "מצב" און ממש די זעלבע ווערטער און די זעלבע נקודה. איך בין זיכער אז א סאך מענטשען האבען עס געזאגט מעצמם פאר זיי האבען עס געזעהן פון מיר. (כ'ברענג נישט קיין לינק ווייל כ'ווייס נישט ווי אויסגעהאלטען יענער סייט איז).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Belz123, New Jersey, serious, איד_איד, וימאןX3 און 38 געסט