ניגון ירקרק אדמדם - ליצנות פון וועמען?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

רחש לבי
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

תגובהדורך רחש לבי » זונטאג אפריל 14, 2019 12:31 pm

אמת ויציב האט געשריבן:
רחש לבי האט געשריבן:
אמת ויציב האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:
סענס? ביסט געווען אמאל ביי ר' הערשעלע קרעטשניפער זי''ע אדער ביי ר' מעכעלע זי''ע? איי מגייט מאכן קידוש מגייט מאכן קידוש מגייט מגייט מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט...


איך האב נישט זוכה געווען צו זיין ביי דעם צדיק
אבער .. די טויזענטע אידן וואס זינגען נאך די ניגון זענען אויך נישט געווען און האבן נישט קיין אנונג וואס זיי זינגען ארויס פון מויל

יא, איך האב שוין אפגעשטעלט עטליכע מענטשן וואס האבן געזינגען די ניגון מיט פארמאכטע אויגן מיט די גאנצע התלהבות און כהאב זיי געפרעגט וואס זיי האבן אינזינען ביים זינגען די ניגון :lol:

די ליצנות איז ריזיג
און אדאנק דעם זינגט מען ווייניגער אמת׳ע ווארימע ניגונים וואס זענען באמת מעורר אידישע הערצער צום באשעפער!

זאג נאר, די סידור איז צו קליין?! האסט נישט געטראפן אפאר ווארימע פסוקים פון וואס צו מאכן א ניגון?!


פאר די פסקענסט אפ מיטן פולסטן קאנפערענס
לערן דורך קודם דעם ספר סידורו שבת
אדער בני יששכר מאמרי השבת

איך האב עס געטוהן,
און איך טרעף דעם ניגון
לאמיר מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט
אלס א גאר תוכנדיגער ניגון
יא די רעיון ווערט דערמאנט אז ווען א יוד מאכט קידוש פרייטאג צונאכטס, איז ער מקדש דעם שבת אויף אלע מעשה בראשית


100% גערעכט. ווי מ׳זעהט טאקע אז די יודן וואס צופייערן זיך (קאננעקטען בלע״ז) ביי די ווערטער קאכען זיך כסדר אין די הייליגע חסידישע ספרים ווי סש״ש און אין בנ״י, משא״כ די יודן וואס שטעלן א פני תם ביי דעם ניגון איז עס פשוט ווייל זיי האבען קיינמאל קיין חסידיש ספר נאך גע׳עפענט.


ווען מזינגט א ניגון אן ווערטער ביזטו אויך בוחן כליות ולב, וואס יעדער טראכט?
למעשה איז עס א ניגון מיט תוכן
סיי די ווערטער און סיי די תנועה


ווער איז דא א בוחן כליות ולב? יעדע רב בי רב דחד יומא וואס האט אביסל דעת קען פונקטליך זעהן און פארשטיין וועלעכע סארט יודן קאכן און פייערען ביי וועלעכע סארט ניגון, וד״ל.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג אפריל 14, 2019 12:38 pm

די עולם פאקריכען פונעם עיקר
די נקודה איז פשוט
פארוואס מאכט מען ניגונים וואס 99 פראצענט מענטשן האבן נישט קיין אנונג וואס די באדייט פון די ווערטער איז כדוגמת השיר ״לאמיר מאכן קידוש״ עם על הכבוד פאר די מחבר און זיין כוונה אבער חוץ פון א מיעוט שבמיעוט פארשטייט קיינער נישט די באדייט און עס ברענגט נישט נענטער צום אייבערשטען

ענדערש מאך א ניגון אויף די ווערטער צמאה לך נפשי צו השבת נועם הנשמות וכדומה וואס א יעדער איד באשר הוא פארשטייט די טייטש און פילט דערהויבן מיטן זינגען א ניגון

ופשוט הוא
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג אפריל 14, 2019 1:37 pm

אמת ויציב האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:עטליכע משלים לענ״ד
לאמיר מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט ......
עה וואס?? וואס צעפייערסטו דיך מיט ווערטער וואס מאכט ניטאמאל סענס?!


סענס? ביסט געווען אמאל ביי ר' הערשעלע קרעטשניפער זי''ע אדער ביי ר' מעכעלע זי''ע? איי מגייט מאכן קידוש מגייט מאכן קידוש מגייט מגייט מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט...


איך האב נישט זוכה געווען צו זיין ביי דעם צדיק
אבער .. די טויזענטע אידן וואס זינגען נאך די ניגון זענען אויך נישט געווען און האבן נישט קיין אנונג וואס זיי זינגען ארויס פון מויל

יא, איך האב שוין אפגעשטעלט עטליכע מענטשן וואס האבן געזינגען די ניגון מיט פארמאכטע אויגן מיט די גאנצע התלהבות און כהאב זיי געפרעגט וואס זיי האבן אינזינען ביים זינגען די ניגון :lol:

די ליצנות איז ריזיג
און אדאנק דעם זינגט מען ווייניגער אמת׳ע ווארימע ניגונים וואס זענען באמת מעורר אידישע הערצער צום באשעפער!

זאג נאר, די סידור איז צו קליין?! האסט נישט געטראפן אפאר ווארימע פסוקים פון וואס צו מאכן א ניגון?!


פאר די פסקענסט אפ מיטן פולסטן קאנפערענס
לערן דורך קודם דעם ספר סידורו שבת
אדער בני יששכר מאמרי השבת

איך האב עס געטוהן,
און איך טרעף דעם ניגון
לאמיר מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט
אלס א גאר תוכנדיגער ניגון
יא די רעיון ווערט דערמאנט אז ווען א יוד מאכט קידוש פרייטאג צונאכטס, איז ער מקדש דעם שבת אויף אלע מעשה בראשית


רט

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג אפריל 14, 2019 1:40 pm

איך געב נישט קיין גערעכט פאר די היינטיגע צולאזעניש לגבי נגינה, אבער מען דארף נישט אלעס אנקוקן שווארץ.
דער ניגון לאמיר מאכן קידוש איז א שטארקער ניגון אין פלאץ..

שייכות פון שבת צו נישואין, עפן עני חסידיש ספר ותמצא נחת.

יונה ישראל
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:36 pm

הבדחן הילל יואל קעפעטש

תגובהדורך יונה ישראל » זונטאג אפריל 14, 2019 2:07 pm

ווייזער האט געשריבן:וואס איז דא פון קעפעטש?
ווער איז קעפעטש?
צוגעלייגטע
הבדחן הילל יואל קעפעטש.JPG
הבדחן הילל יואל קעפעטש.JPG (15.37 KiB) געזעהן 1241 מאל
מיר נעמען אן צו מגיה זיין ספרים, ביכער, וכדומה. מיט גרויס מומחיות. שיקט א אימייל צו:
yonayisroel@gmail.com

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג אפריל 14, 2019 4:19 pm

יונה ישראל האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:וואס איז דא פון קעפעטש?
ווער איז קעפעטש?

בכלל נישט קיין בדחן! א אמת׳ע ערנסטע חשוב׳ע אינגערמאן, א מנהל אין א ישיבה. ער קען גאר גוט רעדן און האט א שטארקע חוש צו הומאר, און ער נוצט עס פאר גוטע זאכן.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

oh vei
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

תגובהדורך oh vei » זונטאג אפריל 14, 2019 4:37 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:די עולם פאקריכען פונעם עיקר
די נקודה איז פשוט
פארוואס מאכט מען ניגונים וואס 99 פראצענט מענטשן האבן נישט קיין אנונג וואס די באדייט פון די ווערטער איז כדוגמת השיר ״לאמיר מאכן קידוש״ עם על הכבוד פאר די מחבר און זיין כוונה אבער חוץ פון א מיעוט שבמיעוט פארשטייט קיינער נישט די באדייט און עס ברענגט נישט נענטער צום אייבערשטען

ענדערש מאך א ניגון אויף די ווערטער צמאה לך נפשי צו השבת נועם הנשמות וכדומה וואס א יעדער איד באשר הוא פארשטייט די טייטש און פילט דערהויבן מיטן זינגען א ניגון

ופשוט הוא

או אפשר להיפך אנשטאט מזאל האקען שיך אויף א הייליגע פסוק און זיך גארגלען וואס סגייט אריין און אן ערנסטען חשש ,זאל מען זיך ליבערשט מאכען אייגענע ווערטער יא געשטויגען נישט געפלויגען אבער דער עיקר אז דער פסוק לאזט מען לעבן.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג אפריל 14, 2019 4:47 pm

איך בין אפשר נישט אזוי באקאנט, אבער וואס מיינט האקען שיך אויף א פסוק? און פון וועלכע חשש רעדט איר? און ביי די היינטיגע פאני ניגונים נוצט מען נישט קיין פסוקים?
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אפריל 14, 2019 5:13 pm

יעצט געזעהן דעם אשכול, מיט די קראך פון די אדמדם.. יוי..

ס׳איז דאך אזוי אמת. די חידוש איז מיר אבער, פארוואס איז דאס מאל איינעם בייגעפאלן אז ס׳איז א לצנות. און ביי די קרוץ מחומר ניגון אויף וואס מ׳האפקעט אזוי לעבעדיג איז יענעם נישט בייגעפאלן אז דער לחן מאכט סתם פורים פונעם עולם גולם. [?]

און לאו דוקא שנעלע ניגונים, אפילו שטייטע ניגונים וואס כ׳קען נישט אויסהערן פשוט ווייל אויפן שטומע פונעם בעל מנגן הער איך אז ער פארגיסט דמעות שליש ווען ער ווייסט ניטאמאל די טייטש פון די ווערטער וואס ער זינגט.

און דאס איז נאר די ניגון און דאס אראפ זינגען, וואס טוצעך אבער ווען ס׳קומט צו די ווידיאו?.. מ׳טיילט טשולענט ביים פראפארמען יומם יומם יצוה ה׳ חסדו.. אא״וו. או מיי גאד.
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום זונטאג אפריל 14, 2019 9:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

פרידן
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג אפריל 14, 2019 5:17 pm

ביי דע וועי די סוף פין די ניגון ובלילה שירה עמי שטומט זייער גוט מיט טשולענט

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג אפריל 14, 2019 5:47 pm

טשאדעלע, און צום פוה"א, אויפן ווידיאו שטייט קלאר אז די ציל איז ליצנות מאכן פון היינטיגע מוזיק.
הוי מחשב...

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג אפריל 14, 2019 5:47 pm

דער קעפעטש גייט אסאך ארום אין די ישובות רעדן וועגן נגינה און מאכט אסאך חוזק פון די היינטיגע 2019 נגינה און ביעטס ווי ראק און ראול וכדו׳ און וואס דאס ברענגט צו
מפתחות של זהב
מנסיוני: נאך זאגן 5 קפיטלך תהילים גייט די טאג אסאך בעסער

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג אפריל 14, 2019 8:59 pm

פרידן האט געשריבן:ביי דע וועי די סוף פין די ניגון ובלילה שירה עמי שטומט זייער גוט מיט טשולענט

:lol: :lol: ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
שקר
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » זונטאג אפריל 14, 2019 11:44 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:דער קעפעטש גייט אסאך ארום אין די ישובות רעדן וועגן נגינה און מאכט אסאך חוזק פון די היינטיגע 2019 נגינה און ביעטס ווי ראק און ראול וכדו׳ און וואס דאס ברענגט צו

ער האט אפאר טאלאנטען ער איז א מנהל און א ישיבה און מאנסי
ער איז א גראמער ( רוב גראמען פון די רעבישע חתונות מאכט ער)
ער קען אויך זייער גוט צילייגן נגינה פון 2019
עס איז פון איין שורש בעצם
לעצט פאראכטן דורך שקר אום דאנארשטאג אפריל 18, 2019 8:56 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » מאנטאג אפריל 15, 2019 1:05 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:יעצט געזעהן דעם אשכול, מיט די קראך פון די אדמדם.. יוי..
און דאס איז נאר די ניגון און דאס אראפ זינגען, וואס טוצעך אבער ווען ס׳קומט צו די ווידיאו?.. מ׳טיילט טשולענט ביים פראפארמען יומם יומם יצוה ה׳ חסדו.. אא״וו. או מיי גאד.

וואס טוט זיך מיט מלאכים עסן אייזקרים?! ס'האט אן הגיון בכלל?
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג אפריל 15, 2019 11:02 am

מענין לענין שלא באותו ענין
אין לשון קודש קומט די דאפלען דעם ווארט צו פארשטערקערן (ירקרק = ירוק שבירוקין, אדמדם = אדום שבאדומים)
אבער אין די "טמא'נע" עברית האבן זיי פאדרייט אז ס'קומט שוואך מאכן (כלב = א הונט, כלבלב = א הונטל).

נ.ב. דאס איז פון די איינציגסטע ווערטער וואס עברית האט פאדרייט פון לשון קודש...
(פארשטייט זיך אויסער חשמל וואס זיי האבן פאדרייט, כאטש וואס אין מצודות שטייט אז חשמל הוא הזך אשר באש המנוקה מן העשן ..)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
פארשלעפטער
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 23, 2016 3:29 pm
לאקאציע: איין מינוט שפעט

תגובהדורך פארשלעפטער » מאנטאג אפריל 15, 2019 11:23 am

איינס האט געשריבן:מענין לענין שלא באותו ענין
אין לשון קודש קומט די דאפלען דעם ווארט צו פארשטערקערן (ירקרק = ירוק שבירוקין, אדמדם = אדום שבאדומים)
אבער אין די "טמא'נע" עברית האבן זיי פאדרייט אז ס'קומט שוואך מאכן (כלב = א הונט, כלבלב = א הונטל).


ר' מיכאל בער זצ"ל באט אויף דעם געמאכט ליצנותא דע"ז, ווען די ציונים וועלן גרינדן א מדינה אין א"י וואס וועט זיין א קליינע מדינה, וועט דער פריים מיניסטער זיין מלך אויף א קליינע מדינה'לע, קומט אויס אז ער וועט זיין אנשטאט מלך, מלוכלך...
ווען איך זאל ווען זיין דער "שלעפ" דאן וואלט איך געהייסן "פארשלעפט", עכשיו אז מיין ווייב איז די "פארשלעפטע" בין איך דער "פארשלעפטער"...

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג אפריל 15, 2019 11:48 am

;l;p-
פארשלעפטער האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:מענין לענין שלא באותו ענין
אין לשון קודש קומט די דאפלען דעם ווארט צו פארשטערקערן (ירקרק = ירוק שבירוקין, אדמדם = אדום שבאדומים)
אבער אין די "טמא'נע" עברית האבן זיי פאדרייט אז ס'קומט שוואך מאכן (כלב = א הונט, כלבלב = א הונטל).


ר' מיכאל בער זצ"ל באט אויף דעם געמאכט ליצנותא דע"ז, ווען די ציונים וועלן גרינדן א מדינה אין א"י וואס וועט זיין א קליינע מדינה, וועט דער פריים מיניסטער זיין מלך אויף א קליינע מדינה'לע, קומט אויס אז ער וועט זיין אנשטאט מלך, מלוכלך...


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט