מיכל הירש האט געשריבן:איינער זאגט אז הרה''ג ר' חיים יהושע האלבערשטאם, אבדק''ק סאטמאר מאנסי וועט ביי יאר נישט זאגן די שבת הגדול דרשה צוליב וואס ער האט באקומען די מיזעלס. איז דאס אמת?
יא סאיז אמת ויציב
אחראי: יאנאש
מיכל הירש האט געשריבן:איינער זאגט אז הרה''ג ר' חיים יהושע האלבערשטאם, אבדק''ק סאטמאר מאנסי וועט ביי יאר נישט זאגן די שבת הגדול דרשה צוליב וואס ער האט באקומען די מיזעלס. איז דאס אמת?
חושב מחשבות... האט געשריבן:איך מיין ס'שוין גאר א לאנגע צייט נישט געווען אזא מצב ווי היימישע אידן פון די זעלבע קרייזן זאלן זיין אזוי צוטיילט בדעה אויף א נושא. ס'נישט קיין תכלית צו לאזן די נושא אזוי עקסטרעם אפגעטיילט. און ס'נישט קיין טובה פאר קיינעם.
איך מיין מ'דארף אויסארבעטן א מיטל וועג וואס זאל לאזן יעדעם איינעם ווייטער ביי זיין דעה אבער דאך אויסארבעטן עפעס א פשרה און יעדער זאל נאכגעבן א טראפעלע. ס'זייער נישט באטעמ'ט אז אונזער שמוץ וועש זאל הענגען בראש כל חוצות צושמירט לעיני כל העמים אויף אומפראפעסינאלע אופן.
איך בין מציע מ'זאל מאכן א עפענטליכע סאמיט וואס עס זאלן אנטיילנעמען רבנים וואס פארשטייען צו דאקטעריי און עסקנים וואס פארטרעטען דעם ציבור פון ביידע צדדים, מ'זאל נישט צילן צו מאכן מסקנות אין איין טאג, פארקערט דייקא דן זיין בכובד ראש און ארויפברענגן די אבעקטיווע סברות און ראיות לכאן ולכאן, און מ'זאל ארויסשטעלן 3 פלענער (למשל) פון רעזולוציעס וואס יעדע אנטהאלט אנדערע פשרות לכאן ולכאן, און דער עולם וועט קענען שטומען דערויף, וירא הקהל וישפוט.
חושב מחשבות... האט געשריבן:....
טוב ליהודים האט געשריבן:זינלאָז! האַרצלאָז! אומ'תורה'דיג און אומ'אחריות'דיג!
די חרד'ישע אידענטום בכלל, און וויליאַמסבורג בפרט, האָבן זיך געטראָפן די וואָך אין סּפאַט-לייט פון די מידיאַ צוליב דעם מיזעלס אויסברוך וואָס בוזשעוועט אַמשווערסטן צווישן ערליכע אידן. ס'איז שוין וואָכן און חדשים וואָס די שטאָט, דאָקטוירים, עסקנים און די מוסדות התורה, בעטן זיך צו ענדיגן מיט די וואַנזיניגקייט וואָס האָט זיך אַריינגעכאַּפט ביי אַ קליינעם טייל פון חרדי'שע
אידן נישט צו געבן די קינדער וואַקסינאַציעס וואָס דאָס האָט געפירט צו די פאַרשּפרייטונג פונעם מיזעלס אויסברוך. אונזער צייטונג האָט געווידמעט אַסאַך זייטן במשך די לעצטערע חדשים, פאַר רעּפאָרטאַזשן און אַנאָנסן איבער די שעדליכקייט פון מיזעלס און די וויכטיגקייט זיך צו וואַקסינירן. אָבער, ס'איז נאָך אַלץ דאָ אַ קליינע צאָל פאַר'עקשנ'טע עלטערן וואָס פאַרשטייען בעסער פון יעדן. מיר זענען נישט קיין דאָקטוירים, מיר האָבן נישט שטודירט מעדיצין און סטאַטיסטיקס אַזוי ווי די אַלץ-ווייסערס וואָס וואָרענען אייך וועגן די וואַקסינען. מיר ווייסן אָבער יאָ וועמען מ'געטרויעט ווען חלילה ס'איז דאָ אַן ערנסטע געזונטהייט אישו. ווען ס'איז דאָ אַן עמוירדזשענסי ח"ו, לויפט מען רופן 'הצלה'. ווען מ'האָט אַ שאלה צי מ'זאָל פאַסטן יום כיפור, פרעגט מען אַ געהעריגן דאָקטאָר — נישט איינעם וואָס קען אפשר ראָטן איבער דיעטעס. ווען מ'דאַרף באַשליסן צו מאַכן אַן ערנסטע אָּפעראַציע רופט מען נישט קיין האַטליינס, נאָר מען גייט צו אַ געהעריגן דאָקטאָר. ווען מ'דאַרף אַ רעפעראַל צו אַ גוטן דאָקטאָר פאַר אַן ערנסטע געזונטהייט ּפראָבלעם שטעלט מען זיך נישט אַראָּפ ביים באָס סטאַּפ זוכן אַ גוטן אַדרעס, נאָר מ'רופט די געטרייע רבנים וועלכע פאַרשטייען צו עניני רפואה אָדער די אַנערקענטע מעדיקל רעפעראַל אָרגאַניזאַציעס. די אַלע זאָגן קלאָר אַז מ'דאַרף זיך וואַקסינירן. איז דען שייך צו צווייפלען וועמען מ'דאַרף האָרכן?! זינלאָז!
מיר זענען באַפוילן געוואָרן: ונשמרתם מאד לנפשותיכם, און אויב די אַנערקענטע מומחים זאָגן אונז אַז מ'דאַרף נעמען די וואַקסינען, איז מען מחוייב עס צו טון. די וואָך האָבן מיר געהערן געוויסע זאָגן אַז זייער קינד האָט געהאַט 'מיזעלס', און ס'איז וואונדערבאַר. ס'איז נאַריש אפילו דאָס אָּפצוענטפערן. קיינער לייקנט נישט אַז רוב מענטשן ערהוילן זיך דערפון, אָבער ביי כמעט אַ צענטל דאַרף מען אָנקומען אין שּפיטאָל, זייער אַסאַך באַקומען לונגען אַנטצידונגען, ביים איצטיגן אויסברוך זענען פינף ּפאַציענטן אין ניו יאָרק שוין אָנגעקומען אין אינטענסיוו קעיר יוניט, און דער אייבערשטער זאָל העלפן אַז זיי זאָלן אַלע אַרויסגעקומען געזונטערהייט. די אינפעקציע קען זיך חלילה ענדיגן מיט דאָס ערגסטע, אַ געשווילעכטס אין מח און נאָך גאָר ערנסטע קאָמּפליקאַציעס. מעג אַ איד נעמען די ריזיקע ווייל ס'איז געלונגען?! אָבער פיל מער פון דעם איז דאָס וואָס עס איז קלאָר אַז פאַר ּפאַציענטן וועלכע ליידן אויף יענע מחלה און דאַרפן גיין אויף טריעטמענטס, אָדער אַנדערע מענטשן וואָס מוטשען זיך מיט געזונטהייט אישוס, איז דאָס ממש אַ סכנה. מיר האָבן געהערט אַ טענה פון די גרוּפע אַז די וואָס זענען אין סכנה זאָלן זיי זיך היטן. זאָלן די אומגעזונטע קינדער נישט קומען אין חדר. איז מעגליך אַז מ'הערט אַזאַ טענה פון אידן?! דאָס איז אכזריות, האַרצלאָז!
זיי האַלטן אַז קינדער וואָס דאַרפן גיין אויף טריעטמענטס ח"ו, אָדער דרייען זיך אין שּפיטעלער צוליב אַנדערע געזונטהייט באַהאַנדלונגען, און זיי לעכצן שוין צו טרעפן זייערע חברים/חבר'טעס, און אויך צו זיין אין חדר, זאָלן זיי דאַרפן בלייבן אינדערהיים ווייל אַנדערע האָבן עּפעס אַ ּפוסטע איינרעדעניש קעגן וואַקסינירן. וואו איז דאָס האַרץ זיך צו איזדיעקעווען אויף חולי ישראל? וויאַזוי קען מען שטעלן אַנדערע אין סכנה צוליב פאַנטאַזיעס? אַז איר זענט פאַרגלויבט אין איינרעדענישן, אַז איר ווילט צוריקגיין צו הונדערט יאָר צוריק ווען מ'האָט נישט גענומען קיין וואַקסינען, האַלט אויך אייערע קינדער אינדערהיים ווי הונדערט יאָר צוריק, אָבער שטעלט נישט קיין אַנדערע אין קיין סכנה, און פאַרשווערט נישט דאָס לעבן פאַר די וואָס מוטשען זיך שוין גענוג.
צום לעצט, אויב איינער האָט נאָך אַ צווייפל צי די אַנטי-וואַקסין באַוועגונג האָט עּפעס מיט אידישקייט אָדער נאָרמאַלקייט, דאַרף מען בלויז באַטראַכטן וויאַזוי די גרוּפע קעמפט פאַר זייער צוועק. ווען דער דעּפאַרטמענט אָוו העלט האָט באַפוילן מ'זאָל נישט שיקן אומוואַקסינירטע קינדער אין די מוסדות, האָבן זיי געקעמפט דערקעגן מיט ציין-און- נעגל, ווי גלייך האַלטן אַ געזונט קינד אינדערהיים ביז דער אונטערגאַנג ענדיגט זיך איז עק-וועלט. זייער פאַרביסענער קאַמף, האָט געפירט אַז די אינפעקציע זאָל זיך נאָכמער פאַרשּפרייטן, און די סיטי זאָל אַראָּפקומען גאָר שטרענג, און איצט מוטשען זיי זיך שוין מיט די אויסשליסונג פאַר חדשים, אַנשטאַט וואָכן. אין אַנדערע געגנטן, איז דער אונטערגאַנג שוין פאַריבער, אָבער נאָר צוליב זייער פאַרביסנקייט ליידן זיי. צוליב זייער עקשנות'דיגן קאַמף, האָט איצט די סיטי אַרויסגעגעבן די פאַראָרדענונג אַז יעדער איינער אין וויליאַמסבורג זאָל זיך וואַקסינירן. צוליב דעם קאַמף, איז איצט דאָ אַ געזעץ- פאָרשלאַג אין אָלבאַני גענצליך צו פאַרבאָטן דאָס קענען נוצן רעליגיעזע סיבות אַלס אויסרייד זיך נישט צו וואַקסינירן. אויב דאָס גייט דורך, וועלן די עלטערן מער נישט האָבן קיין ברירה נאָר וועלן מוזן געבן אַלע וואַקסינען — נישט נאָר איצט, נאָר אייביג פון היינט-און-ווייטער. צוליב דעם קאַמף, מוזן אפילו די וואָס האָבן לעגיטימע געזונטהייט עקזעמּפשאָנס אויך האַלטן די קינדער אינדערהיים. די קליינע גרוּפע אַנטי-וועקסערס האָבן זיך אויפגעשטעלט רעדן אין די ּפרעסע און פאַרשוואַרצט דאָס פנים פון ערליכע אידן, ווי גלייך מיר קענען נישט אָנפאַרטרויעט ווערן מיט מאַכן די ריכטיגע באַשליסן פאַר אונזערע קינדער, און ווי גלייך מיר פאַרשּפרייטן די אינפעקציע. מ'האָט שוין געהערט פון פעלער אין געוויסע ערטער וואָס מענטשן זאָגן אַז מ'זאָל זיך דערווייטערן פון אידן, כדי נישט איבערצוכאַּפן אינפעקציעס. דאָס דערמאַנט אין די מיטל-אַלטער בלבולים אַז אידן זענען געווען שולדיג אין מגפות וואָס האָט געפירט צו שרעקליכע אַנטיסעמיטיזם. דאָס קען חלילה אָנצינדן אַ פייער פון שנאת ישראל. זייער גאַנצער קאַמף איז געפירט געוואָרן אויף אַן אומאויסגערעכנטן און נישט-אידישן וועג, וואָס האָט בלויז געשעדיגט זייערע אינטערעסן און געברענגט אַ שרעקליכן חילול השם, און שּפילט אַריין אין די הענט פון די וואָס ווילן אונטערברענגען די זעלבסט-שטענדיגקייט פון אונזערע ישיבות. וואָס נאָך דאַרף ּפאַסירן חלילה אַז מ'זאָל איינזען אַז לא זו הדרך?
* * *
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:איך געב וואקסינען אזוי ווי רוב מנין ובנין פון אמעריקע
איך האב מיר לעצטנס אריינגעלייגט אביסל אין די נושא [מער פאר נייגעריגקייט ווי אויף למעשה]
די אנטי צד האט זיך שיין צוגעשטעלט מיט מיר מסביר זיין זייער צד [לאו דוקא מיט ראיות מוכרחות]
זוך איך יעצט איינער פון די פרא צד זאל מיר פארענטפערן די אומקלארקייטן
אבער ביטע,
- נאר אין אישי. [די הנהלה וועט לכאורה נישט זיין צופרידן פון אלע שפראך וואס קען שטערן צום פלוס פונעם שמועס
- נאר ווער ס'ווייסט באמת די פאקטן
- נאר ווער ס'קען ענטפערן מיינע שאלות אן צולייגן קיין געפילן
- נאר ווער ס'האט נישט מורא צו זאגן 'איך ווייס נישט'
קום אין אישי
משה11 האט געשריבן:יאססי געשטעטנער אויף PIX 11
משה11 האט געשריבן:יאססי געשטעטנער אויף PIX 11
שמו האט געשריבן:וואס זאל איך טון, מ'שרייבט דא מעשיות פון הצלה מעמבער'ס דערציילן וכו', איך האב אויך חברים אין הצלה, און זיי ווייסן מיר נישט צו זאגן פון אזעלכע מעשיות, געמאכט אפשר איינ'ס, אבער נישט אויף דעם פארנעם וואס מ'פרובירט דא אפמאלן...
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:איך געב וואקסינען אזוי ווי רוב מנין ובנין פון אמעריקע
איך האב מיר לעצטנס אריינגעלייגט אביסל אין די נושא [מער פאר נייגעריגקייט ווי אויף למעשה]
די אנטי צד האט זיך שיין צוגעשטעלט מיט מיר מסביר זיין זייער צד [לאו דוקא מיט ראיות מוכרחות]
זוך איך יעצט איינער פון די פרא צד זאל מיר פארענטפערן די אומקלארקייטן
אבער ביטע,
- נאר אין אישי. [די הנהלה וועט לכאורה נישט זיין צופרידן פון אלע שפראך וואס קען שטערן צום פלוס פונעם שמועס
- נאר ווער ס'ווייסט באמת די פאקטן
- נאר ווער ס'קען ענטפערן מיינע שאלות אן צולייגן קיין געפילן
- נאר ווער ס'האט נישט מורא צו זאגן 'איך ווייס נישט'
קום אין אישי
שמו האט געשריבן:יעדער חכם טראגט דעם מייק פון כלל ישראל.
אבער די וואס זענען ליידער אפגעבריהעט געווארן, אדער די וואס האבן מיטגעהאלטן ווי א צווייטער ווערט אפגעבריהט, און זענען נישט מסכים צו מקריב זיין זייערע קינדער, על מזבח הוואקסינ'ס, זיי זענען אלע נאר אפאר פאריקטע משוגעים.
שמו האט געשריבן:יעדער חכם טראגט דעם מייק פון כלל ישראל.
א קבוצה פון אפאר טויזנט נפשות!!!!, איז נאר אפאר געציילטע פרויען, און דערנאך, דארף מען זיך בכלל נישט וויסנדיג מאכן פון זיי, נישט נאר נישט ענטפערן, נאר מ'דארף זיך בכלל נישט וויסנדיג מאכן פון זיי.
שמו האט געשריבן:וואס זאל איך טון, מ'שרייבט דא מעשיות פון הצלה מעמבער'ס דערציילן וכו', איך האב אויך חברים אין הצלה, און זיי ווייסן מיר נישט צו זאגן פון אזעלכע מעשיות, געמאכט אפשר איינ'ס, אבער נישט אויף דעם פארנעם וואס מ'פרובירט דא אפמאלן
מ'האט פרובירט אנדרייען א מעשה אויף א אשה אין די הויכע זמנים, אבער ס'איז נישט געלונגען, האט מען דאס משתיק געווען, יא מ'פרובירט מיט אלע כוחות, צו פארווישן די מוחות, אז אויב חלילה, איינער וואס געבט יא וואקסינ'ס, הייבט אן חושש זיין, אז אולי למחיש מיהו בעי, זאל ער גלייך געברעינוואש"ט ווערן, כדי נישט צו ווערן חלילה פארכאפט מיטן אמת.
איך גיי נישט דא איבערשרייבן אלע גערעדעכטצער, דאס קען טרעפן דער וואס וויל
אין דעם אנדערן אלעס איבער וואקסינען אשכול
זעהער האט געשריבן:פאר די אלע וואס שטעקן אן להדיה זייערע משפחות מיט די מיזעלס' פארשטיי איך נישט' א וואקסין איז בסך הכל א אפגעשוואfטע סארט מיזעלס אויב אזוי אז דו האסט מורה פון די וואקסין וויאזוי האסטו נישט מורה פון די מיזעלס אליין