שושלת בית מעליץ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 12:17 am

ישלהוסיף האט געשריבן:וועלעכע מעליצ'ער רבי האט געוואוינט אין בארא פארק אין די אנהייב/מיטל פערציגער יארן? איז דאס רבי יצחק, האט ער געוואוינט אין ב"פ איידער ער האט זיך אריבערגעצויגן צו דער איסט-סייד אדער א צווייטע?

רבי איציקל מעליצער האט געוואוינט אין ב"פ סוף ימיו, ער איז אוועק תשל"ח, (כ'האב נישט געהערט ער זאל האבן געוואוינט אין די איסט סייד).

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 12:30 am

יציב פתגם האט געשריבן:הנצחה בביהמ"ד באראוו במאנסי

20180611_135820.jpg

זייער אינטערסאנט, ש'כח
ווער איז דער רב הביהמ"ד?

---

אגב, האחים הגה"צ שליט"א בני רבי יחיאל מיכל מאסקאוויטש זצ"ל זענען מעליצער אייניקלעך דורך ר' אלעזר מבאראווא, ווי שוין געברענגט אין די פריערדיגע בלעטער:

שאץ מאץ האט געשריבן:עס זענען דא נאך מעליצער אייניקלעך,
דאס זענען די שאצע ברודער'ס ר' יצחק אלעזר, ר' יוסף חיים, ר' יעקב ועוד,
ווייל זייער מאמע איז געוועהן א טאכטער פון ר' אלעזר ב"ר נפתלי,
.
יאסל האט געשריבן:זאגסטי אז ר' יחיאל מיכל בן ר' שלום איז אן איידעם אין מעליץ?
ביקסאד האט געשריבן:ביי ר' אלעזר מ'באראווא. (בן הרה"ק רבי נפתלי מעליצער זי"ע)

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3683
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 6:31 am

ידיעות שונות האט געשריבן:זייער אינטערסאנט, ש'כח
ווער איז דער רב הביהמ"ד?

ר' יעקב יוסף מאסקאוויטש. א צדיק פון א איד
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 10:47 am

ידיעות שונות האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:וועלעכע מעליצ'ער רבי האט געוואוינט אין בארא פארק אין די אנהייב/מיטל פערציגער יארן? איז דאס רבי יצחק, האט ער געוואוינט אין ב"פ איידער ער האט זיך אריבערגעצויגן צו דער איסט-סייד אדער א צווייטע?

רבי איציקל מעליצער האט געוואוינט אין ב"פ סוף ימיו, ער איז אוועק תשל"ח, (כ'האב נישט געהערט ער זאל האבן געוואוינט אין די איסט סייד).

וועלעכע רבי מעליצ'ער רבי האט געוואוינט אין בארא פארק אין די תש"-ז יארן לערך, איז עס נישט געווען רבי איציקל, מיר דאכט זיך אז יא, תש"ז האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין קרוינהייטס. יתכן שפעטער סוף איז ער צוריקגעקומען קיין בארא פארק, אבער דאס איז מיר קלאר אז ער האט שוין געהאט געוואוינט דארט יארן פריער.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4920
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג אפריל 14, 2019 2:53 pm

אינעם גיגאנטישער בית עולם 'בית דוד' וואס געפונט זיך אין די עלמאנט געגענט אין קווינס, געפונט זיך די חלקה פונעם בארימטן 99'ער קלויז פון גאליציאנער חסידים.

אינערהאלב די חלקה ליגט א באשיידענעם מציבה מיט די פאלגענדער אויפשריפט:

פ"נ הרב המופלג בתורה בחסידות ובמעלות טובות
ירא ד'
רדף צדקה וחסד כל ימי חייו
בנש"ק מו"ה יהודה מאיר הורוויץ בן מוה' יעקב ע"ה
נכד להצ'ה'ק' מראפשיץ וממעליץ זי"ע
נפ' כ"ז אייר ה'תש"ג - תנצב"ה

מיר האבן זיך געמאטערט צו דערגיין וואס זיין יחוס למעלה בקודש איז געווען, אבער דערווייל ערפאלגלאז. דעריבער וועלן מיר צונעמען די פרטים וואס מיר האבן ארויסגענומען פון פארשידענע דאקומענטן און פון אנדערע מקורות, ואולי וועט עמיצער קענען לייזען די מיסטעריע:

רבי יהודה מאיר איז געבוירן געווארן אום תרל"ט צו זיינע עלטערן ר' יעקב און פיגא אין לימינוב, פוילן.

ווי עס זעהט אויס איז זיין אריגינעלער משפחה נאמען געווען "אפפעל" און די נאמען "הורוויץ" איז געווען א מוטערליכער ירושה.

אום אלול תר"ס האט ער געהייראט זיין פרוי מירא (מרים-מירל?) ב"ר יעקב פריינד (א קרעטשמער) אין יאסלא.

אום תרס"ה איז ביי איהם געבוירן געווארן א טאכטער וועמען מען האט א נאמען געגעבן פריידא (זי האט שפעטער געוואוינט אין ארה"ק - פרטים אומבאקאנט).

פון יאסלא איז ער געגאנגען אויף ווינא ווי ער האט זיך צייטווייליג באזעצט. דאן אום תרפ"ז איז ער געפארן אויף אטאווא קאנאדע און פון דארט אויף אמעריקא צום ערשטן מאל. אום תרפ"ט איז ער געקומען אהער צום צווייטן מאל און זיך דאהי באזעצט. אויף זיין שיפס רעקארד איז אנגעגעבן אז אדמו"ר רבי איציקל רובין - יאברובער איז זיין נאנטסטער קרוב דאהי אין אמעריקא.

זיין פרוי איז איהם נאכגעקומען אום תרצ"ג. זיי האבן געוואוינט אויף קאנאאן סטריט און שפעטער אויף לואיס סטריט.

אן אינטערעסאנטער נקודה איז אז אדמו"ר רבי נפתלי טייטעלבוים מבריגל גיבט איהם אן אויף איינע פון די דאקומענטן אלס א נאנטער באקאנטער, מעגליך טאקע צוליב קרבות משפחה מבית בריגל-שענדישוב.

ער איז עמטליך אנגעגעבן אויף אלע דאקומענטן אלס אן אמטירנדער רב/רבי.

ער איז נפטר געווארן אום כ"ז אייר תש"ג און געברענגט געווארן למנוחת עולמים אינעם חלקת אנשי גאליציע די קהילת 99'ער, צופיסנס פונעם אלעסקער רבי זצ"ל.

זיין פרוי איז נפטר געווארן עטליכע חדשים דערויף אום כ"ג טבת תש"ד.

יהא זכרם ברוך, ויבואו הידענים און דערגיין די פונקטליכע פרטים.
צוגעלייגטע
j m horowitz.JPG
j m horowitz.JPG (44.49 KiB) געזעהן 2681 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

משה חובב
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2013 6:13 am

תגובהדורך משה חובב » מאנטאג אפריל 15, 2019 8:44 pm

איינער האט אמאל גיהערט איבער די נאטען?

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג אפריל 15, 2019 9:41 pm

בן בוזי האט געשריבן:רבי יהודה מאיר איז געבוירן געווארן אום תרל"ט צו זיינע עלטערן ר' יעקב און פיגא אין לימינוב, פוילן.

ר' יהודה ממעליץ איז נפטר געווארן שנת תרל"ט, איז ער געבוירן נאך ר' יהודה איז נפטר געווארן אדער פריער?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אפריל 15, 2019 11:30 pm

דממה דקה האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:רבי יהודה מאיר איז געבוירן געווארן אום תרל"ט צו זיינע עלטערן ר' יעקב און פיגא אין לימינוב, פוילן.

ר' יהודה ממעליץ איז נפטר געווארן שנת תרל"ט, איז ער געבוירן נאך ר' יהודה איז נפטר געווארן אדער פריער?

ער איז געבוירן זומער תרל"ט, לאחר פטירת רבי יהודה ממעליץ זצ"ל

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » מאנטאג אפריל 29, 2019 8:01 pm

אין די פסח ע"ט ביילאגע פון "די וואך" פון די אלטע "אידישע בילדער" צייטונג איז געברענגט א בילד פון הרה"צ רבי אלימלך ב"ר נפתלי הי"ד מעליצער. כ'גלייב נישט ס'איז מפורסם.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23687
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 10:56 am

מיללער האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:פונעם קדושת נפתלי האט נאך א זוהן איבערגעלעבט די קריג געהייסן האט ער ר' דוד, ער איז נפטר געווארן כמדומה בשנת תשט"ו, עס איז דא פון אים אייניקלעך אין ארץ ישראל.

פאר נאך אינפארמאציע קאנט איר נאך קוקן אין ספר בית היי"ן - תולדות מעליץ

כ'האב פונקט נעכטן באמערקט אינעם בית היי"ן דעם זוהן ר' דוד ממעליץ ב"ר נפתלי, ער איז געווען אן איידעם ביי ר' צבי יוסף רובין מיאסלא, ער איז נפטר געווארן דאהי אין ארה"ב י"א סיון תשי"ז.

ווער ווייסט מער פרטים איבער אים?

מציבת ר' דוד הנ"ל נפ' [בלאס אנדזשעלעס] י"א סיון תשט"ז ואשתו נפ' [בתל אביב] ט"ז שבט תשכ"ו
אין "הר המנוחות"

קרעדיט: ידידנו היקרים חברי "מורשת חכמי אמעריקא"
15826993.jpg
15826993.jpg (369.61 KiB) געזעהן 1844 מאל

15826992.jpg
15826992.jpg (381.71 KiB) געזעהן 1844 מאל
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:51 pm

יישר כחך הרב מ'פארשלאפן

דאכציך אז דאס איז א חידוש וואס בית מעליץ האט נישט געוואוסט (עכ"פ בספר בית היין לא ידעו מזה)

דער ר' דוד האט פריער געוואונט אין בארא פארק, און שפעטער אין לאס אנזשעלעס וואו א טאכטער האט געוואונט ושם נפטר כנ"ל.

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 869
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 12:15 am

חתימה פון הרה"ק רבי נפתלי ממעליץ זי"ע בלשון העמים
צוגעלייגטע
unnamed.png
unnamed.png (486.74 KiB) געזעהן 1483 מאל
זה הקטן גדול יהי'

ליפשיטץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am

תגובהדורך ליפשיטץ » מיטוואך ינואר 29, 2020 11:31 am

שאץ מאץ האט געשריבן:ר' ברוך (ממעליץ ליזענסק ב"ר נפתלי) האט נאך קינדער דאהי, ר' אביש'ל אדמו"ר ממעליץ האט א ברודער ר' יעקב,
עס זענען דא נאך מעליצער אייניקלעך,
דאס זענען די שאצע ברודער'ס ר' יצחק אלעזר, ר' יוסף חיים, ר' יעקב ועוד,
ווייל זייער מאמע איז געוועהן א טאכטער פון ר' אלעזר ב"ר נפתלי,

אדמו"רים שחיים איתנו כהיום אשר בשם אדמו"ר ממעליץ נקראו:

רבי אברהם אביש הורוויץ שליט"א אדמו"ר ממעליץ השוהה בעיר וויליאמסבורג בארצות הברית, בן רבי ברוך ממעליץ ליזענסק זצ"ל.

רבי יעקב הורוויץ שליט"א, אדמו"ר ממעליץ השוהה ב...? שבארצות הברית בן רבי ברוך ממעליץ ליזענסק זצ"ל.

רבי נפתלי אשר ישעי' מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר ממעליץ השוהה בעיר: אשדוד בארץ הקודש, בן רבי יחיאל מיכל זצ"ל חתן רבי אליעזר מבארווא, בן רבי נפתלי ממעליץ זצ"ל.

אשמח אם מישהו יוסיף/יתקן/יביא אם החסרתי מישהו/משהו.

בשבילי נברא
שר האלפיים
תגובות: 2133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך ינואר 29, 2020 12:20 pm

ליפשיטץ האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:ר' ברוך (ממעליץ ליזענסק ב"ר נפתלי) האט נאך קינדער דאהי, ר' אביש'ל אדמו"ר ממעליץ האט א ברודער ר' יעקב,
עס זענען דא נאך מעליצער אייניקלעך,
דאס זענען די שאצע ברודער'ס ר' יצחק אלעזר, ר' יוסף חיים, ר' יעקב ועוד,
ווייל זייער מאמע איז געוועהן א טאכטער פון ר' אלעזר ב"ר נפתלי,

אדמו"רים שחיים איתנו כהיום אשר בשם אדמו"ר ממעליץ נקראו:

רבי אברהם אביש הורוויץ שליט"א אדמו"ר ממעליץ השוהה בעיר וויליאמסבורג בארצות הברית, בן רבי ברוך ממעליץ ליזענסק זצ"ל.

רבי יעקב הורוויץ שליט"א, אדמו"ר ממעליץ השוהה ב...? שבארצות הברית בן רבי ברוך ממעליץ ליזענסק זצ"ל.

רבי נפתלי אשר ישעי' מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר ממעליץ השוהה בעיר: אשדוד בארץ הקודש, בן רבי יחיאל מיכל זצ"ל חתן רבי אליעזר מבארווא, בן רבי נפתלי ממעליץ זצ"ל.

אשמח אם מישהו יוסיף/יתקן/יביא אם החסרתי מישהו/משהו.

אין פלעטבוש איז אויך דא א הורוויץ אדמו"ר מ'מעליץ. (דענק איך נישט פונקטליך זיין נאמען און סדר היחוס)

א חסיד
שר האלפיים
תגובות: 2183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » מיטוואך ינואר 29, 2020 1:29 pm

אין בארא פארק איז דא רבי יהושע הורוביץ שליט"א וואט רופט זיך מעליצער רבי (א זון פום רבי אליעזר הורוביץ ז"ל פון ב"ב)

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7629
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך ינואר 29, 2020 3:18 pm

ליפשיטץ האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:ר' ברוך (ממעליץ ליזענסק ב"ר נפתלי) האט נאך קינדער דאהי, ר' אביש'ל אדמו"ר ממעליץ האט א ברודער ר' יעקב,
עס זענען דא נאך מעליצער אייניקלעך,
דאס זענען די שאצע ברודער'ס ר' יצחק אלעזר, ר' יוסף חיים, ר' יעקב ועוד,
ווייל זייער מאמע איז געוועהן א טאכטער פון ר' אלעזר ב"ר נפתלי,

אדמו"רים שחיים איתנו כהיום אשר בשם אדמו"ר ממעליץ נקראו:
רבי יעקב הורוויץ שליט"א, אדמו"ר ממעליץ השוהה ב...?כמדומה בלטישת יהלומים שבארצות הברית בן רבי ברוך ממעליץ ליזענסק זצ"ל.

ערענסט גערעדט פשוט חוזק געמאכט פון א איד א בנש"ק א וואולע בעה"ב
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7629
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך ינואר 29, 2020 3:19 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
ליפשיטץ האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:ר' ברוך (ממעליץ ליזענסק ב"ר נפתלי) האט נאך קינדער דאהי, ר' אביש'ל אדמו"ר ממעליץ האט א ברודער ר' יעקב,
עס זענען דא נאך מעליצער אייניקלעך,
דאס זענען די שאצע ברודער'ס ר' יצחק אלעזר, ר' יוסף חיים, ר' יעקב ועוד,
ווייל זייער מאמע איז געוועהן א טאכטער פון ר' אלעזר ב"ר נפתלי,

אדמו"רים שחיים איתנו כהיום אשר בשם אדמו"ר ממעליץ נקראו:

רבי אברהם אביש הורוויץ שליט"א אדמו"ר ממעליץ השוהה בעיר וויליאמסבורג בארצות הברית, בן רבי ברוך ממעליץ ליזענסק זצ"ל.

רבי יעקב הורוויץ שליט"א, אדמו"ר ממעליץ השוהה ב...? שבארצות הברית בן רבי ברוך ממעליץ ליזענסק זצ"ל.

רבי נפתלי אשר ישעי' מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר ממעליץ השוהה בעיר: אשדוד בארץ הקודש, בן רבי יחיאל מיכל זצ"ל חתן רבי אליעזר מבארווא, בן רבי נפתלי ממעליץ זצ"ל.

אשמח אם מישהו יוסיף/יתקן/יביא אם החסרתי מישהו/משהו.

אין פלעטבוש איז אויך דא א הורוויץ אדמו"ר מ'מעליץ. (דענק איך נישט פונקטליך זיין נאמען און סדר היחוס)

נישט טארנא?
דביה תחדי נפשא

זעירא
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 3:01 pm

תגובהדורך זעירא » מיטוואך ינואר 29, 2020 3:45 pm

חמרא טבא האט געשריבן:

מעליץ-טארנא, הייסט ער ר' יידל הורוביץ.
ער איז א ברודער פון ר' יהושע הורוביץ הנ"ל אדמו"ר ממעליץ (וואס האט א בימ"ד אין ב"פ, דאכצעך ביי 11/51).
זיי זענען זוהן פון הרה"צ ר' אליעזר הורוביץ זצ"ל, אדמו"ר ממעליץ (בני ברק - בארא פארק) בן הרה"צ רבי יהושע זצ"ל הי"ד אדמו"ר ממעליץ בטארנא.
האבן זיי נאך ברודער:
ר' אברהם יעקב אדמו"ר ממעליץ אין מאנסי.
ר' יצחק דוד אבד"ק ראצפערט ס. פאולו בראזיל.
ר' חיים מאיר, איידעם פון אדמו"ר מויזשניץ וומסב"ג.

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7629
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך ינואר 29, 2020 3:49 pm

ביי וועם איז ער אניידעם?
דביה תחדי נפשא

זעירא
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 3:01 pm

תגובהדורך זעירא » מיטוואך ינואר 29, 2020 4:08 pm

חמרא טבא האט געשריבן:ביי וועם איז ער אניידעם?

ווער?

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7629
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך ינואר 29, 2020 4:10 pm

דער רבי יודל
דביה תחדי נפשא

זעירא
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 3:01 pm

תגובהדורך זעירא » מיטוואך ינואר 29, 2020 4:13 pm

דער ר' יידל ביי קאליש'ער רבי (ר' יוסף רוזנבוים -פלעטבוש).
ר' יהושע ביי שאץ'ער רבי (ר' משה מאיר).
ר' יצחק דוד ביי ראצפערט'ער רבי (ר' יואל בעער).
ר' אברהם יעקב ביי שינאווא רבי (רא"מ וואגשאהל)
ר' ח"מ כנ"ל.

ליפשיטץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am

תגובהדורך ליפשיטץ » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 5:08 am

חמרא טבא האט געשריבן:
ליפשיטץ האט געשריבן:כמדומה בלטישת יהלומים

ערענסט גערעדט פשוט חוזק געמאכט פון א איד א בנש"ק א וואולע בעה"ב

כבוד הרב "חמרא טבא"
איך בעט איבער, איך בין א בן ארץ ישראל און איך ווייס נישט פונקטליך וואס טוטציך אין וויליאמסבורג

אוועטאר
yoy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 8:46 am

חמרא טבא האט געשריבן:
ליפשיטץ האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
ליפשיטץ האט געשריבן:עס איז זייער שיין, קלאר און פיין באשריבן "שושלת בית מעליץ" עד לימינו אנו..

איך וואלט געוואלט בעטן במחילת כבודם פון די שרייבער'ס דא, אויב קען מען אביסל שרייבן וועגן כ"ק האדמו"רים ממעליץ שליט"א, וואס לעבן מיט אונז היינט לאיוש"ט, צו ויסן אביסל וועגן זיי.

איך וועל זייער דאנקען...

פארהאן א תקנה נישט צו שרייבן איבער רבנים/אדמורי"ם החיים אתנו לאויט"א

איך מיין אז צו שרייבן טריקן 'ווער' זיי זענען, וואו/וואס/ווען וכדו', איז נישט נכלל אינעם תקנה, וכן עמא דבר ביי אלע שושלת'ן וואס ווערן דא באשריבן.
פארשטייט זיך, דאס איז אויב ליפשיץ מיינט טאקע 'נאר' דאס, אויב ער רעדט פון עפעס אנדערש איז עס טאקע פארבאטן עפ"י תקנת המקום.

יא! האסט גוט צו געטראפן, נאר ויסן ווער זיי זענען.
אסאך מאל הער איך וועגן א מעליצער רבי, איך בין נייגעריק צו ויסן וועגן וועמען עס רעדטצעך. ..

ס׳דא א פשוטע עצה מ׳קען שרייבן וועגן מעליץ אין היכל הנגינה...

סע טאקע דא אן אשכול "מעליץ און נגינה" viewtopic.php?t=28718#p1142635

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מחצה''ק און 4 געסט