"אונטערן" שטוהל חוה"מ פסח תשע"ט

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

גרינע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » פרייטאג אפריל 12, 2019 7:51 am

photo_2019-04-12_12-47-19.jpg
photo_2019-04-12_12-47-19.jpg (114.03 KiB) געזעהן 2372 מאל
photo_2019-04-12_12-47-13.jpg
photo_2019-04-12_12-47-13.jpg (139.92 KiB) געזעהן 2372 מאל
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

גרינע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » פרייטאג אפריל 12, 2019 7:53 am

photo_2019-04-12_12-52-30.jpg
photo_2019-04-12_12-52-30.jpg (104.87 KiB) געזעהן 2368 מאל
photo_2019-04-12_12-52-23.jpg
photo_2019-04-12_12-52-23.jpg (131.07 KiB) געזעהן 2368 מאל
photo_2019-04-12_12-52-17.jpg
photo_2019-04-12_12-52-17.jpg (140.28 KiB) געזעהן 2368 מאל
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

גרינע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » פרייטאג אפריל 12, 2019 7:54 am

photo_2019-04-12_12-52-53.jpg
photo_2019-04-12_12-52-53.jpg (114.89 KiB) געזעהן 2366 מאל
photo_2019-04-12_12-52-44.jpg
photo_2019-04-12_12-52-44.jpg (133.68 KiB) געזעהן 2366 מאל
photo_2019-04-12_12-52-39.jpg
photo_2019-04-12_12-52-39.jpg (115.01 KiB) געזעהן 2366 מאל
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » פרייטאג אפריל 12, 2019 7:59 am

פעלדמאן און לאנגזאם זענען די איינציגסטע וואס גייען אנגעטון מיטן גאנצן חסידישן לבוש מיטן צוגעמאכטן וועסטל. אשריכם.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

גרינע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » פרייטאג אפריל 12, 2019 8:02 am

nmi האט געשריבן:פעלדמאן און לאנגזאם זענען די איינציגסטע וואס גייען אנגעטון מיטן גאנצן חסידישן לבוש מיטן צוגעמאכטן וועסטל. אשריכם.

גראדע זעה איך נישט ווי ס'איז צוגעמאכט, און גראדע איז דא נאך אפאר אבער ס'איז במילא נישט משנה...
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » פרייטאג אפריל 12, 2019 9:10 am

nmi האט געשריבן:פעלדמאן און לאנגזאם זענען די איינציגסטע וואס גייען אנגעטון מיטן גאנצן חסידישן לבוש מיטן צוגעמאכטן וועסטל. אשריכם.


פעלדמאן האנט נישט קיין וואלענע טלית קטן אינדערויסן.

יואלי ברוין, זלמן לייב אייזנבערגער, אליעזר הערש ראזענפעלד און אליעזר נייהויז, מאטי אילאוויטש, שלומי שטיינמעץ גייען אויך מיט א טלית קטן און וועסטל.
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » פרייטאג אפריל 12, 2019 9:13 am

איז דאס אפשר װעלווי שמעלצער?
צוגעלייגטע
vs.jpg
vs.jpg (139.92 KiB) געזעהן 2268 מאל

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » פרייטאג אפריל 12, 2019 9:22 am

ניין.
אליעזר הערש ראזענפעלד.
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

תגובהדורך בריוועלע » פרייטאג אפריל 12, 2019 10:24 am

גרינע האט געשריבן:
photo_2019-04-12_12-52-53.jpg
photo_2019-04-12_12-52-44.jpg
photo_2019-04-12_12-52-39.jpg

ווער זענען די ילדי הפלא וועלעכע ווערן געזעהן אויף די בילדער?
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)

אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

תגובהדורך בריוועלע » פרייטאג אפריל 12, 2019 10:24 am

בריוועלע האט געשריבן:
גרינע האט געשריבן:
photo_2019-04-12_12-52-53.jpg
photo_2019-04-12_12-52-44.jpg
photo_2019-04-12_12-52-39.jpg

ווער זענען די ילדי הפלא וואס ווערן געזעהן אויף די בילדער?
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)

אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

תגובהדורך בריוועלע » פרייטאג אפריל 12, 2019 10:25 am

בריוועלע האט געשריבן:
גרינע האט געשריבן:
photo_2019-04-12_12-52-53.jpg
photo_2019-04-12_12-52-44.jpg
photo_2019-04-12_12-52-39.jpg

.
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)

ריש לקיש
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 15, 2019 11:35 am
לאקאציע: וואסא חילוק ?

תגובהדורך ריש לקיש » פרייטאג אפריל 12, 2019 10:31 am

איך הייב אן ווערן עקסייטעד... !

אוועטאר
יוחנן בוקסבוים
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 28, 2018 3:26 pm

תגובהדורך יוחנן בוקסבוים » פרייטאג אפריל 12, 2019 10:35 am

בריוועלע האט געשריבן:
גרינע האט געשריבן:
photo_2019-04-12_12-52-53.jpg
photo_2019-04-12_12-52-44.jpg
photo_2019-04-12_12-52-39.jpg

ווער זענען די ילדי הפלא וועלעכע ווערן געזעהן אויף די בילדער?

איינער איז גאלדבערעג און דער צווייטער אוז יוסי לאקס פון אידיש נחת

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » פרייטאג אפריל 12, 2019 10:38 am

ממה נפשך האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת טהרה, ב' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן





לכבוד ... נרו יאיר.


דיין זון, הבחור ... נרו יאיר האט מיר געפרעגט צי ער מעג גיין חול המועד צו די פלעי, האט איך אים געזאגט אז עס איז בעסער פאר אים ער זאל נישט גיין. ער וועט גארנישט באקומען דארט; די יונגעלייט און בחורים וואס שפילן דעם שפיל פארקויפן נישט קיין יראת שמים וכו', עס איז זיכער בעסער דו זאלסט אים האלטן מיט דיר חול המועד.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סו): "מִי שֶׁהוּא מַקְטִין אֶת עַצְמוֹ בִּפְנֵי רַבּוֹ וְשׁוֹאֵל מִמֶּנּוּ כָּל הַסְּפֵקוֹת", ווער עס האלט זיך קלענער פון זיין רבי, ער פרעגט זיין רבי אלע זיינע ספיקות, "אַף עַל פִּי שֶׁרַבּוֹ מְבַיֵּשׁ אוֹתוֹ", אפילו זיין רבי פארשעמט אים, דאך פרעגט ער אים נאך אלץ זיינע שאלות און זיינע ספיקות, "עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה שֶׁיּוֹצֵא מִמֶּנּוּ בֵּן שֶׁהוּא גָּדוֹל בַּתּוֹרָה יוֹתֵר מֵרַבּוֹ", דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן זיין גרעסער פון זיין רבי; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ד.) אז דוד המלך פלעגט פרעגן זיין רבי 'מפיבושת' אלע זיינע שאלות, האט ער זוכה געווען צו א קינד וואס איז געווען גרעסער פון זיין רבי מפיבושת. דעם זון האט מען גערופן 'כלאב' וואס איז א לשון פון פארשעמען; ער איז געווען אזוי גרויס אז דוד המלך'ס רבי מפיבושת איז פארשעמט געווארן פון זיין גרויסקייט.


וואס האט דאס פרעגן א רבי און זיך נישט באליידיגן צו גוטע קינדער? ווייל ווען א מענטש טרעפט א רבי וואס לערנט מיט אים עצות ווי צו האבן א זיס לעבן, עצות ווי אזוי זיך צו דערהאלטן און דער רבי ברענגט אים נאנט צום אייבערשטן, אויב דער מענטש פרעגט יעדע זאך און ער באליידיגט זיך נישט ווען דער רבי זאגט אים ווי אזוי זיך צו פירן, וועט סיי ער זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד, און אויך וועט ער האבן קינדער צדיקים. ווייל די קינדער וועלן אויך טון אזוי ווי דער טאטע, זיי וועלן אויך פרעגן יעדע זאך און פאלגן; אבער אז דער מענטש גייט אליינס מיט זיין אייגענעם קאפ, אדער ער באליידיגט זיך ווען דער רבי זאגט אים וואס צו טון, וועלן זיינע קינדער אויך גיין מיט זייער אייגענע שכל און גארנישט האבן.


איך האף אז דו פארשטייסט וואס איך שרייב דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.



https://breslevcenter.com/letters/%D7%9 ... 7%A2%D7%A8


שטארק!

זעלטן היינט א בריוו מיט אזא גאנג


וואס האלט דער ראש ישיבה איבער באזוכן א טיער גארטן אין חוה"מ, איז דארט מער יראת שמים?

קיינער גייט נישט צו קיין פלעי צו שעפן יראת שמים, מ'גייט בלויז פאר אונטערהאלטונג

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג אפריל 12, 2019 10:55 am

איך רעד פון די גאנג פון די בריוו, די תוכן לאז איך פאר אנדערע.

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג אפריל 12, 2019 2:03 pm

פליז, איין זאך איך האב פיינט געהאט ביי סאבאטאזש, איז אז די קינדער זענען געווען ...., אויסגעקוקט ווי מ'האט זיי געטראפן אויפן גאס און אריין, כ'האף דא גייט זיין אנדערש.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » פרייטאג אפריל 12, 2019 3:18 pm

.
לעצט פאראכטן דורך shalsheles אום פרייטאג אפריל 12, 2019 3:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » פרייטאג אפריל 12, 2019 3:32 pm

Mosdos Sanz Klausenburg of Monsey
P.O.B. 242 • Tallman N.Y. 10982 Tel. 845.578.9807 • Fax 845.578.1506
תלמוד תורה ובית חינוך לבנות צאנז קלויזענבורג
מאנסי ניו יארק בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
בס"ד
וואס ליגט אונטערן שפיל?
איז וואס איז טאקע דער פראבלעם? פארוואס זעה איך אז אלע מנהלים ווילן נישט אז די קינדער זאלן גיין צום פלעי? און אויב עס איז טאקע אסור פארוואס האט א געוויסע מוסד דאס יא גענומען אונטער זייער אחריות? ווי אויך אז ר' לייביש ליש שרייבט אין א בריוו אז עס איז "ממש כשר על טהרת הקודש" איז דאס טאקע אזוי כשר?
כדי דיר צו ענטפערן די שאלות וויל איך דיר מקדים זיין א הקדמה: וויסן זאלסטו אז דער בורא כל עולמים האט אונז די אידישע פאלק אויסגעוועלט אלס דעם "עם הנבחר אן אויסדערוועלטע פאלק" וואס די תורה הק' איז אונזער
קולטור איז אונזער לעבן און שטרעבן. מיר לערנען די הייליגע תורה, מיר דאווענען און בעטן יעדן טאג ביי שמונה עשרה השיבנו אבינו לתורתך, רבונו של עולם דערנענטער אונז צו דיין הייליגע תורה, חז''ל האבן טאקע פארפאסט א עקסטערע תפלה איידער מיר זאגן קריאת שמע, ווי מיר בעהטן מיט גרויס כוונה די תפלה פון אהבה רבה, ווי מיר שרייען אויס מיט א בקשה, אבינו אב הרחמן המרחם רחם עלינו דערבארימדיגע טאטע האב אויף אונז רחמנות. יונגעלע טראכט איין מינוט, וואס שרייסטו דא? וואס איז דא אזוי שרעקליך, דו שרייסט רחמנות! ווער שלאגט דיר? וואס איז געשען? וואס בעטסטו אזוי רחמנות? נאר קוק וואס שטייט ווייטער אין סידור, ותן בלבנו בינה להבין להשכיל לשמוע ללמוד וללמד לשמור ולעשות. והאר עינינו בתורתך.. למען לא נבוש ולא נכלם לעולם ועד .. מיר בעטן דעם בורא זאל אונז געבן שכל און מח צו פארשטיין צו קענען און צו וועלן לערנען די הייליגע תורה הק', ווייל אן די הייליגע תורה זענען מיר פרשעמט און חוזק אויף אייביג!! און טאקע דערפאר שרייען מיר און בעטן מיט אזויפיל רחמנות, טאטע האב רחמנות, העלף אונז דערגרייכן דיין הייליגע תורה.
די הייליגע תורה "אונזער קולטור". יא, די תורה איז אונזער איינציגע קולטור דארט שטעקט אונזער "הצלחה און אונזער טאלאנט" פארדעם זענען אונז באשאפן געווארן און נאר דאס איז אונזער ציל אין לעבן, כי הם חיינו ואורך ימינו.
קולטור
יעדע פאלק האט זייער קולטור. ד.מ. זייער וועג און עיקר ציל און לעבן.

און דערפאר קוקען מיר אזוי ארויף אויף תלמידי חכמים, יודן וואס האבן אוועק געגעבן אלע נארישקייטן פון די וועלט און זיך אויסגעקליבן צו לערנען די הייליגע תורה! מקיים צו זיין די הייליגע ווערטער כי הם חיינו ואורך ימינו ובהם נהגה יומם ולילה. ווייל די תורה איז אונזער באליבטע זאך, ווען צוויי יודן טרעפן זיך וועלן זיי רעדן א דבר תורה, א חסידיש ווארט א סיפור פון א צדיק א מוסר השכל, אלעס וואס ברענגט נענטער צו די הייליגע תורה. תרבות יון – ספארט/טיאטער "זייער קולטור" יונגעלע אפשר ווייסטו וואס איז די קולטור פון דעם גוי? וואס איז זיין ציל אין לעבן? אויף וועמען קוקט ער ארויף? ספארט! דאס איז דער זאך וואס אין דעם ליגן זיי יומם ולילה, אלע זייערע כוחות און זייער אסאך געלט ווערט אריינגעלייגט צו דערגרייכן דעם נארישן ספארט, עקסטערע גיגאנטישע סטעדיומס ווערן געבויט עס זאל קענען ארייננעמן די פילע טויזענטער גוים צו וואטשען די געים. און ווען די באל האט דערגרייכט דעם גאל וועלן אלע גויים גרויסע און קליינע שאלן און יובלען עס איז ממש א שמחה, א קלייניגקייט?! זייער טיעם געווינט, זייער געלונגענע ספארטלער האט מער מאל אריין געשטויסן די באל חז"ל רופן דאס תרבות יון, דאס איז די קולטור פון דעם גוי!. יא קינדער! מיר שפילן טאקע אויך באל, אבער מיר האבן נישט געמאכט דערפון קיין קולטור, עס איז א געים ווי אלע געימס, עס איז נישט אונזער לעבן. די צווייטע ספארט ביי די גויים איז טיאטער, ווי עס קומען זיך צוזאם פולע גוים צו קוקען פלעיס, דער גוי קען דאס נישט פארפאסן, א נייע פלעי דאס איז זיין לעבן, און דערפאר האבן זיי גרויסע טיאטערס, עקטיארס/שפילערס וועמען זיי שעצן און אויף וועמען זיי קוקן ארויף דער עקטאר איז די שפיץ געלונגענע באשעפעניש פון דער בריאה, ווי יעדער גוי צילט צו דערגרייכן, ווען צוויי גויים וועלן זיך טרעפן וועלן זיי שמועסן וועגן ספארט און פלעיס, נאר וואס דען?! אנו רצים והם רצים, דאס איז זייער לעבן, אז א גוי באגעגענט זיך מיט א עקטיאר וועט ער איהם בעטן זיין חתימה, דאס איז ווי ווייט זיי פארגעטערן די עקטיארס. און יעצט מיין קינד וועל איך דיר ענטפערן אויף דיינע שאלות בעזהשי"ת: דער פראבלעם פון די אונטערן פלעי איז צום אלעם ערשטענס, דער אריין ברענגן צו אונז ערליכע יודן, די גוישע קולטור. אונז ערליכע יודן וועלכע האבן אלעמאל געהאט איין קולטור וואס הייסט תורה הקדושה, האבן מיט אמאל באקומען נאך א נייע גויש'ע קולטור וואס הייסט טיאטער, מיר האבן היימישע טיאטער, מיר פארמאגן שוין היימישע עקטיארס, מיר האבן נאך פרישע פערזענליכקייטן "אויף וועמען מיר קוקן ארויף און שעצן" די ווארט שעצן איז צו ארעם ארויס צו ברענגן דעם עבודה זרה, די עקטיערס ווערן ממש פארגעטערט ביי ערליכע ריינע טייערע יודישע קינדער יעדער אקטיאר איז א גאנצע חידוש, מען רעדט פון איהם און פון זיין פרעזענליכע לעבן און פיל ערגער ווי דעם וד"ל. יעדער ווייסט אז"כשזה קם זה נופל" עס איז נישט פארהאן קיין צוויי הויפטן,אדער איז דער תלמיד חכם דער ארויפגעקוקטע, אדער ח"ו דער אקטיאר.

יעצט ווען די זעסט די הערליכע פלעי מיט אזוי פיל דראמא נעמט דאס דיר אינגאנצן איבער, דיין נשמה, דיינע געפילן, אויף א גאר שטארקע פארנעם! אזוי אז דיין עיקר קולטור ווערט טיאטער ר"ל און דער עקטיאר ווערט ליידער דיין הויכגעשעצטע מענטש אויף וועם די קוקסט ארויף און ווי וועם דו ווילסט אויסוואקסן. זאג דו מיר נאך דעם וואס די גייסט צום פלעי, בלייבסט נאך אזוי תמימותדיג און ריין שעצנדיג די הייליגע תורה מיט אירע לערנערס? איז נאך אלס דער תורה דיין עיקר קולטור? יעצט פרעג איך דיר, איז גוישע קולטור מיט שעצונג צו אקטירארס אנשטאט אויף לומדי תורה א פראבלעם אדער נישט?
יא! דאס איז זייער א גרויסע פראבלעם, נישט קיין חילוק וועלכע סקריפט זיי שפילן!!
איי עס איז נאך געווען פלעיס אין דער אלטער היים פורים ביים טיש? קופת חתנים דבאבוב פלעגט מאכן א פלעי, און נייטרא ישיבה פלעגט אויך מאכן א פלעי. פארוואס דעמאלס האט מען יא געמעגט?
די תירוץ איז ווי די אליין זאגסט, די אמאליגע פלעיס זענען געמאכט געווארן דורך א קהלה אדער א ארגעניזאציע, פורים צו אונטער האלטן דעם עולם, אדער אריין צו ברענגען א הכנסה פאר א ישיבה אדער קופת חתנים. דער פרייז פאר א טיקעט איז געווען ווייניג, און זיי האבן נישט אריין געלייגט אזוי פיל כוחות, עס איז געווען אזוי פשוט ווי א געלונגענער קעמפ פלעי, פרעג דיר נאך ביי די וואס זענען דארט געווען וועסטו הערן, די פלעיס זענען געווען
מער ווייניגער ווי די פלעיס אין קעמפ. משא"כ ביי "די אונטערן פלעי" מיינט מען ביזנעס, און ביי ביזנעס טוט מען זאכן פראפעשנאל, לויט די סטאנדארטן פון די מארקעט, און לויט די סטאנדארטן פון די קאמפעטישן, וואס אין דעם פאל זענען זיי דער גוייש'ע טיאטערס. די אמאליגע פלעיס האבן נישט אריין געלייגט הונדערטער טויזענטער דאללארן אין פראפס! ווייסטו פארוואס זיי ספענדן יא אזוי פיל? ווייל אזוי טוען די גויש'ע טיאטערס, און ביי ביזנעס דארף מען אינוועסטירן לויטן קאמפעטישן. די אמאליגע פלעי'ס האט נישט צורודערט אונזערע קינדערס מוחות פאר עטליכע חדשים לפני'ה און עטליכע חדשים לאחרי'ה, צומארגנס פון די אמאליגע פלעיס איז מען אין ישיבה געזעצן און געלערנט, עס האט נישט איבער גענומען דעם קאפ און די געפילן פון דאס יוגענט. די אמאליגע פלעי איז נישט איינגעפאלן צו מאכן א פארמעסט דורך אריינשלעפן אונזערע קינדער אז טייערע ריינע יודישע קינדער זאלן אויסוועלן ווער פון די עקטיארס געווינט דעם טשעמפיאן. און נאך מער שעצן און פארגעטערן די אקטיארס. ב"ה אז עס איז געלונגען דאס אפצושטעלן די לעצטע מינוט. מיין טייער קינד אפילו די וואס געבן א הכשר אויפן סקריפט זענען מודה אז די סקריפט פון די פאריגע פלעיס זענען געווען פארגיפטעט מיט שלעכטע מעסעדזשעס מיט א ווילדע שפראך! אויב די אקטיערס האבן זיך ערקלערט בעלי תשובה און פארשטייען אז וואס זיי האבן געטון ביז יעצט איז נישט
אויסגעהאלטן, וואלטן זיי דאך געדארפט דארפן אפשטעלן דאס פארקויפן די DVD וואס פארסם'ן נאך ווייטער די מוחות פון אונזערע קינדער??!!

אויב זענען די אקטיארס בעלי תשובה, דארפן זיי זיך זעצן מיטן תהלים און תשובה טון, און נישט זיך שטעלן שפילן און משפיע זיין פון זייערע... פאר אונזערע טייערע קינדער צאן קדשים תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא?! אם הרב דומה למלאך ה' צבאות יבקשו תורה מפיהו, שטימט דער מאמר חז"ל מיט די אזוי גערופענע בעלי תשובה?! איי ער זאגט דאך אז רבנים האבן געשטיצט די פלעי?? דער ענטפער איז אז יעדע איינציגע רב אדער מחנך וואס האט זיך אריינגעלייגט מברר זיין ביי מחנכים וואס לעבן מיט טעגליך די נאך ווייען און מכשולות וואס קומען ארויס דערפון, וועט נישט לאזן אזא מכשול צו קענען ווייטער אנגיין. איז וועלכע פלעי מעג מען יא גיין? אויב די פלעי ווערט געמאכט אויפן פשוט'ן אופן דורך אנשים יראי שמים מיט אן אחריות פון מנהלים ומחנכים בשדה החינוך )נישט סטארי טעלערס און העד קאונסלערס( וואס פארזיכערן אז די פלעי זאל נישט רעפזינטירן א קולטור שטייגער, דעמאלס איז דאס מותר, ווייל אזא פלעי וועט נישט אוועק נעמען די שעצונג פון תורה צו א שעצונג פון עקטיארס און אלע זייערע נאך ווייען. הרבה חברים רעים עושים טראכט: ווען דו גייסט זיצן צוזאמען מיט יונגעלעך ביים פלעי ווער זענען זיי?? די השפעה פון זיצן צוזאמען אונטערן איינפלוס פון דראמא און רגש מאכט דיר נאנט מיט וועמען?
צום שלוס וויל איך דיר פרעגן מיין שאלה, ביטע ענטפער מיר נישט קיין תשובה, נאר טראכט אליין.
אזוי ווי עס איז ארויס געברענגט געווארן דער פראבלעם פון גיין צו בראנקס זו וועלכע איז פיל מיט פריצות ר"ל, שלאגן מיר פאר א פלאן: מיר זאלן אפדינגען די גרויסע באקאנטע "באלדער סטעדיום" וואס שטייט אומגענוצט רוב צייט פון יאהר, און שפילען א בעיס באל פארמעסט צווישן
"צוויי היימישע טיעמס "יוונים טיעם אנקעגן מכבים טיעם,"
עס וועט שפילן אויפן בעקראונד "היימישע ניגונים" אפשר אפילו ספירה טעיפס פאר די מחמירים! אזוי וועט מען ראטעווען כלל ישראל פון גיין צו בראנקס זו!! פאר א נויט קענען מיר דינגען א בעל מחנך, און זיך לאזן קאסטן רבבות דאלארן ער זאל זיין דארט פרעזענליך, און כשר'ן די היימישע ספארט פלעי!!
וואס זאגט איר צו אזא פלאן???
לעצט פאראכטן דורך shalsheles אום מוצ"ש אפריל 13, 2019 10:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

גיט
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » פרייטאג אפריל 12, 2019 5:29 pm

;l;p- ;l;p-
דברים של טעם

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג אפריל 12, 2019 5:40 pm

איינער אפשר צאמנעמען אין קורצע פוינטס וואס ס'שטייט אין די בריוו הנ''ל, איך האב נישט קיין געדולט צו אזא אריכות.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » פרייטאג אפריל 12, 2019 6:09 pm

דברים של טעם

ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

אוועטאר
מים שלנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » פרייטאג אפריל 12, 2019 6:18 pm

הערליכע בריוו! מ'ברויך זיך אפלערנען פון דעים ווי אזוי צו פארלאנגן עפעס ווי נארמאלע מענטשן אן קיין תקנות....
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג אפריל 14, 2019 12:04 am

אינטרעסאנט ווי אסאך מוסדות האבן אהיימגעשיקט בריוון מיט הסברה און השקפה אפילו נאכן אראפנעמען די איסור.

איז עס געווען אפגעשמועסט?
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » זונטאג אפריל 14, 2019 12:13 am

מים שלנו האט געשריבן:הערליכע בריוו! מ'ברויך זיך אפלערנען פון דעים ווי אזוי צו פארלאנגן עפעס ווי נארמאלע מענטשן אן קיין תקנות....

אמת ויציב!
די שאלה אז נאר פארוואס עס האט גענומען אזויפיל יאר פאר די מוסדות צו כאפן דעם פראבלעם.

אוועטאר
יש בו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » זונטאג אפריל 14, 2019 12:37 am

מים שלנו האט געשריבן:מ'ברויך זיך אפלערנען פון דעים ווי אזוי צו פארלאנגן עפעס ווי נארמאלע מענטשן אן קיין תקנות....

;l;p-
תש19: איזהו מכובד הכובש את הבריות
קרעדיט: מעלות


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וויל וועלן און 10 געסט