השמים שמים לה' והארץ נתן לבני אדם (תהלים קט"ו, ט"ז)
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
השמים שמים לה' והארץ נתן לבני אדם (תהלים קט"ו, ט"ז)
צוליב די נייעס עפען איך דער אשכול, וואס וועט האפענטליך זיין אינטרעסאנט אויס צו שמועסען.
עס איז שוין דער "דריטע מאל" און דריי מאל איז א חזקה, זאגט עס אז עס איז נישט סתם א מאורע, נאר מען דארף אריין קלערען. צו לאזען עס גיין און זיך נישט וויסענדיג מאכען וואלט נישט געווען ריכטיג. אלזא וועלען מיר ברענגען די ראשי פרקים, און דער עולם וועט אוודאי צו לייגען נאך.
דריי מאל ווען אידען האבען אנטייל גענומען און ספעיס (רוימען) עקספלארעשען, האט די זאך געפלאצט, געקראכט, און נישט געגרייכט איר מטרה, והלא דבר הוא!
נאכען צווייטען קראך האט מיין פרוי מיר אויף מערקזאם געמאכט אז עס איז שוין דער צווייטע מאל אז ווען א איד נעמט טייל אין דעם, קראכט עס והלא דבר הוא. געהערט שפעטער אז אנדערע האבען אויך דאס אינאכט גענומען. אבער אז עס געשעהט שוין א דריטע מאל לייגט מען זיך נישט צוריק שלאפען (ויחלום שלישית) נאר מען ברענגט עס צו דער עטענשען פונעם עולם, פונעם עם חכם ונבון.
מאורע א'
אין א דינסטיג (יום שנכפל בו כי טוב), ח"י שבט תשמ"ו (ולמספרם January 28, 1986) איז א אידישע פרוי Judith Resnik געווארען דער ערשטע אידישע אסטראנאט צו פליען מיט א ספעיס שאטעל. זי איז געווען דער צווייטער אמעריקאנער פרוי (דער ערשטע איז געווען א גויטע), און דער פערדע פרוי אויף דער וועלט, אבער דער ערשטע איד צו פליען אין ספעיס.
זי איז געבוירען געווארען אין א רעליגיעזע פרומע היים צון אירע עלטערען Marvin and Sarah Resnik, ביידע געבוירען געווארען אין אוקריינע. זי איז געווען איינע פון זיבען אסטראנאטען אויפען "טשאלענדזער" ספעיס שאטעל און עס האט געקראכט 73 סעקונדעס נאכען זיך אויף הייבען.
https://en.wikipedia.org/wiki/Space_Shu ... r_disaster
מאורע ב'
אין א דאנערשטיג י"ג שבט תשס"ג איז איזרעלי אסטראנאט Ilan Ramon געווארען דער צווייטער איד צו פליען אין ספעיס. נאך 15 טעג זיין אין ספעיס איז אויפען וועג צוריק קומענדיג האט עס עקספלאדירט, דאס איז געשעהן שב"ק כ"ט שבט תשס"ג (ולמספרם February 1, 2003).
https://en.wikipedia.org/wiki/Ilan_Ramon
https://en.wikipedia.org/wiki/Space_Shu ... a_disaster
https://en.wikipedia.org/wiki/STS-107
https://en.wikipedia.org/wiki/Space_Shuttle_Columbia
און יעצט דער דריטע מאורע!

לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג אפריל 12, 2019 3:51 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
עס איז באוויסט דער מעשה אז בעפאר דער אפאלא לענדינג אויף דער לבנה אין תשכ"ט האט דער סאטמארער רב זי"ע געזאגט אז זיי וועלען נישט לאנדען; האט רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל אים געזאגט: זאגט נישט אזוי סאטמארער רב, און אים געברענגט א ראי' פון תנ"ך, דער פסוק אין עובדי' (א' ד', הפטרת וישלח) אִם תַּגְבִּיהַּ כַּנֶּשֶׁר וְאִם בֵּין כּוֹכָבִים שִׂים קִנֶּךָ מִשָּׁם אוֹרִידְךָ נְאֻם ה', אז עס איז א דא אזא זאך.
https://en.wikipedia.org/wiki/Apollo_11
https://en.wikipedia.org/wiki/Apollo_11
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג אפריל 12, 2019 3:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
אינטרעסאנט אז דארט שטייט "משם אורידך".
אויך איז דא א אנדערע פסוק, אין חבקוק (ב' ט') הוֹי בֹּצֵעַ בֶּצַע רָע לְבֵיתוֹ לָשׂוּם בַּמָּרוֹם קִנּוֹ לְהִנָּצֵל מִכַּף רָע.
מיר זענען צו קליין אריין צו לערענען פשט, אבער אויפמערזאם מעג מען מאכען.

לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג אפריל 12, 2019 3:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9090
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
איך זאג טאקע דערפאר גארנישט, אבער זיך נישט וויסענדיג צו מאכען גייט אויך נישט.
וואס די זאגסט איז ריכטיג, קוק, דער סאטמארער רב האט געשפירט אז עס וועט נישט געשעהן און רבי מיכאל בער אז יא. עס איז נישט געווען סתם א שמועס נאר ביידע זענען געווען גערעכט, און דאס פראבירען מיר יעצט צו פארשטיין.

לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג אפריל 12, 2019 3:47 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7266
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
SPUSMN האט געשריבן:אינטרעסאנט אז דארט שטייט "משם אורידך".
אויך איז דא א אנדערע פסוק, אין חבקוק (ב' ט') הוֹי בֹּצֵעַ בֶּצַע רָע לְבֵיתוֹ לָשׂוּם בַּמָּרוֹם קִנּוֹ לְהִנָּצֵל מִכַּף רָע.
מיר זענען צו קליין אריין צו לערענען פשט, אבער אויפמערזאם מעג מען מאכען.
זעה די מפרשים אין חבקוק אויף דער פסוק.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
א ליסטע פון 11 אידישע אסטראנאטן. בלויז צוויי פון זיי זענען געשטארבן אין ספעיס.
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
אויב עס קען העלפען, דא איז א שטיקעל רבי אביגדור מיללער
viewtopic.php?f=3&t=33751&p=1562355&hilit=moon#p1562355
viewtopic.php?f=3&t=33751&p=1562355&hilit=moon#p1562355
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
מיכל הירש האט געשריבן:א ליסטע פון 11 אידישע אסטראנאטן. בלויז צוויי פון זיי זענען געשטארבן אין ספעיס.
איז לאמער גראבען א ביסעל טיפער, ווי ווייט זענען די 11 אן געקומען. די איזרעליס האבען דאך אויך סוקסעספול סאטליטען אין ארביט.
עפעס זאגט עס און עס איז כדאי אריין צו טראכטען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
יעצט געקלערט, פארוואס האט דער באשעפער געבאדערט דער טורעם דער מגדל וואס דער דור הפלגה האט געבויעט? זאלען זיי בויען ביזען לבנה, פארוואס זאל עס דער באשעפער אן גיין?
אלא מאי עס איז נישט דער טורעם וואס מיט א בלאז איז עס אויס, נאר וואס ליגט אין די מחשבה פון די וואס האבען עס געבויעט.
אלא מאי עס איז נישט דער טורעם וואס מיט א בלאז איז עס אויס, נאר וואס ליגט אין די מחשבה פון די וואס האבען עס געבויעט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN האט געשריבן:מיכל הירש האט געשריבן:א ליסטע פון 11 אידישע אסטראנאטן. בלויז צוויי פון זיי זענען געשטארבן אין ספעיס.
איז לאמער גראבען א ביסעל טיפער, ווי ווייט זענען די 11 אן געקומען. די איזרעליס האבען דאך אויך סוקסעספול סאטליטען אין ארביט.
עפעס זאגט עס און עס איז כדאי אריין צו טראכטען.
זיי מסביר.
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
מסביר זיין ווארט איך אויף אנדערע, איך האב שוין גענוג (אפשר צופיל) גערעדט.
ס'וואלט מיר געווען אינטרעסאנט אויב איינער קען עס פרעגען פונעם שר התורה הגאון רבי חיים קנייבסקי שליט"א וואס ער זאגט. וואס איך וועל זאגען איז שטותים.

לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג אפריל 12, 2019 4:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN האט געשריבן:קען זיין יא קען זיין נישט; יאך בין צו קליין צו קומען צו אזא מסקנה.
מייו דזאב איז צו אויפמערקזאם מאכען (ברענגען אינפארמאציע), נישט דרשנן.
במחילת כבודכם איז אייער אינפארמאציע פארפירעריש (מסתמא בשוגג) איר לייגט אראפ כאילו אלץ ווען אידן זענען ארויף אין ספעיס, בגוף און בממון, האט זיך עס נישט אויסגעארבעט. און די מציאות איז נישט אזוי. אידישע אסטראנאטן זענען געפארן אויף פילע מיסיעס, רוסישע און אמעריקאנע, מיט פולקאמע הצלחה.
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7266
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
מיכל הירש האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:קען זיין יא קען זיין נישט; יאך בין צו קליין צו קומען צו אזא מסקנה.

אנטשולדיגט איר ווייסט אפשר וויפיל ספעיס מיסיעס עס זענען געווען, פארוואס האט מען געמאכט אזא טראסק ביי די טשלענזשער וכו'? נאר וועגן עס איז געמאכט זיך אויס צו ארבעטן, די חידוש איז נישט וויפיל עס ארבעטן זיך יא אויס, עס איז וויפיל עס ארבעט זיך נישט אויס
די כל יכול האט געמאכט די נס פון יציאת מצרים איין מאל, שיקן איין סימן איז גענוג
די שאלה איז נאר צו ס'מיינט טאקע עפעס?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9090
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
אלטס א סאטמאר׳ער לערן איך אפ דעם דורכפאל אזוי.
קודם דאס עצם נאמען פון די מיסיע ״בראשית״ שטינקט פון כפירה ומינות. און די פראפאגאנדע אויפשריפטן דערויף ״עם ישראל חי׳ לעולם ועד״, מיטן ציונית׳טישער פענדל דערנעבן וואלט נאר גורם מער שנאת ישראל. דער גרויסער באשעפער האט דאס אין דעם פאל נישט צוגעלאזט.

רשעות קאלטע סעלצער
מיכל הירש האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:קען זיין יא קען זיין נישט; יאך בין צו קליין צו קומען צו אזא מסקנה.
מייו דזאב איז צו אויפמערקזאם מאכען (ברענגען אינפארמאציע), נישט דרשנן.
במחילת כבודכם איז אייער אינפארמאציע פארפירעריש (מסתמא בשוגג) איר לייגט אראפ כאילו אלץ ווען אידן זענען ארויף אין ספעיס, בגוף און בממון, האט זיך עס נישט אויסגעארבעט. און די מציאות איז נישט אזוי. אידישע אסטראנאטן זענען געפארן אויף פילע מיסיעס, רוסישע און אמעריקאנע, מיט פולקאמע הצלחה.
גענאגלט!
וואס טוט זיך האט געשריבן:מיכל הירש האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:קען זיין יא קען זיין נישט; יאך בין צו קליין צו קומען צו אזא מסקנה.
מייו דזאב איז צו אויפמערקזאם מאכען (ברענגען אינפארמאציע), נישט דרשנן.
במחילת כבודכם איז אייער אינפארמאציע פארפירעריש (מסתמא בשוגג) איר לייגט אראפ כאילו אלץ ווען אידן זענען ארויף אין ספעיס, בגוף און בממון, האט זיך עס נישט אויסגעארבעט. און די מציאות איז נישט אזוי. אידישע אסטראנאטן זענען געפארן אויף פילע מיסיעס, רוסישע און אמעריקאנע, מיט פולקאמע הצלחה.
אנטשולדיגט איר ווייסט אפשר וויפיל ספעיס מיסיעס עס זענען געווען, פארוואס האט מען געמאכט אזא טראסק ביי די טשלענזשער וכו'? נאר וועגן עס איז געמאכט זיך אויס צו ארבעטן, די חידוש איז נישט וויפיל עס ארבעטן זיך יא אויס, עס איז וויפיל עס ארבעט זיך נישט אויס
די כל יכול האט געמאכט די נס פון יציאת מצרים איין מאל, שיקן איין סימן איז גענוג
די שאלה איז נאר צו ס'מיינט טאקע עפעס?
נאכאמאל. איך האב מעיר געווען אויף דאס וואס דער פותל האשכול האט דערציילט אז ווען אידן זענען ארויף אין ספעיס האט זיך עס נישט אויסגעארבעט. און פון די הנחה האט ער געבויעט מסקנות. דאס איז נישט ריכטיג. פינטל.
עקסידענטן פאסירן ביי ספעיס שאטעלס. און נישט אייביג ווייסן מיר פארוואס דער באשעפער טוט דאס. (יתכן ווי ר' אביגדור מילער פלעגט זאגן ווען איינער האט אים געפרעגט "פארוואס האט פאסירט די קאר עקסידענט?" האט ר' אביגדור געענטפערט "צו ווייזן דו זאלסט דיר מער היטן") ווי דו אליינס זאגסט
די שאלה איז נאר צו ס'מיינט טאקע עפעס?
עס איז אבער נישט ריכטיג צו ציען מסקנות פון האלבע פאקטן.
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7266
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
מיכל הירש האט געשריבן:וואס טוט זיך האט געשריבן:מיכל הירש האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:קען זיין יא קען זיין נישט; יאך בין צו קליין צו קומען צו אזא מסקנה.
מייו דזאב איז צו אויפמערקזאם מאכען (ברענגען אינפארמאציע), נישט דרשנן.
במחילת כבודכם איז אייער אינפארמאציע פארפירעריש (מסתמא בשוגג) איר לייגט אראפ כאילו אלץ ווען אידן זענען ארויף אין ספעיס, בגוף און בממון, האט זיך עס נישט אויסגעארבעט. און די מציאות איז נישט אזוי. אידישע אסטראנאטן זענען געפארן אויף פילע מיסיעס, רוסישע און אמעריקאנע, מיט פולקאמע הצלחה.
אנטשולדיגט איר ווייסט אפשר וויפיל ספעיס מיסיעס עס זענען געווען, פארוואס האט מען געמאכט אזא טראסק ביי די טשלענזשער וכו'? נאר וועגן עס איז געמאכט זיך אויס צו ארבעטן, די חידוש איז נישט וויפיל עס ארבעטן זיך יא אויס, עס איז וויפיל עס ארבעט זיך נישט אויס
די כל יכול האט געמאכט די נס פון יציאת מצרים איין מאל, שיקן איין סימן איז גענוג
די שאלה איז נאר צו ס'מיינט טאקע עפעס?
נאכאמאל. איך האב מעיר געווען אויף דאס וואס דער פותל האשכול האט דערציילט אז ווען אידן זענען ארויף אין ספעיס האט זיך עס נישט אויסגעארבעט. און פון די הנחה האט ער געבויעט מסקנות. דאס איז נישט ריכטיג. פינטל.
עקסידענטן פאסירן ביי ספעיס שאטעלס. און נישט אייביג ווייסן מיר פארוואס דער באשעפער טוט דאס. (יתכן ווי ר' אביגדור מילער פלעגט זאגן ווען איינער האט אים געפרעגט "פארוואס האט פאסירט די קאר עקסידענט?" האט ר' אביגדור געענטפערט "צו ווייזן דו זאלסט דיר מער היטן") ווי דו אליינס זאגסטדי שאלה איז נאר צו ס'מיינט טאקע עפעס?
עס איז אבער נישט ריכטיג צו ציען מסקנות פון האלבע פאקטן.
אבער ווען מ'טרעפט א ענליכע זאך ביי אפאר קראכן דארף מען טראכטן וואס די באשעפער וויל אונז ווייזן, און זאגן אז מען קען גארנישט ארויסלערנען וועגן עס איז נישט געשען ביי אלע, אדער אפילו האלב איז נישט א גערעכטע טענה
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
- טעאריע וואס לעבט
- שר האלף
- תגובות: 1175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm
איך פארשטיי נישט דעם קעפל. איז דען אינדרויסן פון די אטמאספער אין כלל פון "הימל" אז מ'ברענגט דערויף דעם פסוק השמים שמים לה'? די גמרא אין סוכה (ה.) לערנט טאקע ארויס פון דעם פסוק אז לעולם לא ירדה שכינה למטה מעשרה טפחים, אבער לויט דעם איז וואוינען אויף א צווייטע שטאק אינעם זעלבן שיף ווי גיין אויף די לבנה, און למעשה זעט מען אין חגיגה (י"ג.) און אין פסחים (צ"ד:) און אין נאך אסאך אנדערע מדרשים אז "מן הארץ עד לרקיע מהלך חמש מאות שנה".
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.
די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

SPUSMN האט געשריבן:עס איז באוויסט דער מעשה אז בעפאר דער אפאלא לענדינג אויף דער לבנה אין תשכ"ט האט דער סאטמארער רב זי"ע געזאגט אז זיי וועלען נישט לאנדען; האט רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל אים געזאגט: זאגט נישט אזוי סאטמארער רב, און אים געברענגט א ראי' פון תנ"ך, דער פסוק אין עובדי' (א' ד', הפטרת וישלח) אִם תַּגְבִּיהַּ כַּנֶּשֶׁר וְאִם בֵּין כּוֹכָבִים שִׂים קִנֶּךָ מִשָּׁם אוֹרִידְךָ נְאֻם ה', אז עס איז א דא אזא זאך.
https://en.wikipedia.org/wiki/Apollo_11
סתם א הערה, ר' מיכאל בער איז שוין נפטר געווארן תשט"ז אדער י"ז
איך מיין די וויכוח מיטן סאטמערן רבין איז געווען מיטן שאצער רבין פון לאנדאן כך שמעתי
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9234
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
מי יודע האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:עס איז באוויסט דער מעשה אז בעפאר דער אפאלא לענדינג אויף דער לבנה אין תשכ"ט האט דער סאטמארער רב זי"ע געזאגט אז זיי וועלען נישט לאנדען; האט רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל אים געזאגט: זאגט נישט אזוי סאטמארער רב, און אים געברענגט א ראי' פון תנ"ך, דער פסוק אין עובדי' (א' ד', הפטרת וישלח) אִם תַּגְבִּיהַּ כַּנֶּשֶׁר וְאִם בֵּין כּוֹכָבִים שִׂים קִנֶּךָ מִשָּׁם אוֹרִידְךָ נְאֻם ה', אז עס איז א דא אזא זאך.
https://en.wikipedia.org/wiki/Apollo_11
סתם א הערה, ר' מיכאל בער איז שוין נפטר געווארן תשט"ז אדער י"ז
איך מיין די וויכוח מיטן סאטמערן רבין איז געווען מיטן שאצער רבין פון לאנדאן כך שמעתי
נישט מסתבר אז ס'איז געווען מיט ר' שלום שאצער זצ"ל , ווייל ער איז דאכט זיך אויך נפטר געווארן ערגעץ אין יענע יארן, (אויב געדענק איך גוט איז ער אוועק תשי"ח).
און ער איז לכאורה נישט געווען אין אמעריקע אין זיינע לעצטע פאר יאר.
---
מיכל הירש האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:קען זיין יא קען זיין נישט; יאך בין צו קליין צו קומען צו אזא מסקנה.
מייו דזאב איז צו אויפמערקזאם מאכען (ברענגען אינפארמאציע), נישט דרשנן.
במחילת כבודכם איז אייער אינפארמאציע פארפירעריש (מסתמא בשוגג) איר לייגט אראפ כאילו אלץ ווען אידן זענען ארויף אין ספעיס, בגוף און בממון, האט זיך עס נישט אויסגעארבעט. און די מציאות איז נישט אזוי. אידישע אסטראנאטן זענען געפארן אויף פילע מיסיעס, רוסישע און אמעריקאנע, מיט פולקאמע הצלחה.
בכלל נישט פארפירעריש. די ערשטע קראך געדענק איך נישט. אבער סיי דאס איצטיגע מאל און סיי מיט אילן רמון -- דער איינציגסטער ישראל'ישע אסטראנאט -- ביי די קאלאמביע מיסיע, האבן די איזראעליס געפייערט מיטן גאנצן קנאק, און די כחי ועוצם ידי איז געווען אויף פול דיספלעי. האט מען פון הימל געגעבן א פיינע שנעלקע -- שרוליק, האַלט דיך אין די ראַמען!