-
ציטיר
-
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך shalsheles »
Mosdos Sanz Klausenburg of Monsey
P.O.B. 242 • Tallman N.Y. 10982 Tel. 845.578.9807 • Fax 845.578.1506
תלמוד תורה ובית חינוך לבנות צאנז קלויזענבורג
מאנסי ניו יארק בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
בס"ד
וואס ליגט אונטערן שפיל?
איז וואס איז טאקע דער פראבלעם? פארוואס זעה איך אז אלע מנהלים ווילן נישט אז די קינדער זאלן גיין צום פלעי? און אויב עס איז טאקע אסור פארוואס האט א געוויסע מוסד דאס יא גענומען אונטער זייער אחריות? ווי אויך אז ר' לייביש ליש שרייבט אין א בריוו אז עס איז "ממש כשר על טהרת הקודש" איז דאס טאקע אזוי כשר?
כדי דיר צו ענטפערן די שאלות וויל איך דיר מקדים זיין א הקדמה: וויסן זאלסטו אז דער בורא כל עולמים האט אונז די אידישע פאלק אויסגעוועלט אלס דעם "עם הנבחר אן אויסדערוועלטע פאלק" וואס די תורה הק' איז אונזער
קולטור איז אונזער לעבן און שטרעבן. מיר לערנען די הייליגע תורה, מיר דאווענען און בעטן יעדן טאג ביי שמונה עשרה השיבנו אבינו לתורתך, רבונו של עולם דערנענטער אונז צו דיין הייליגע תורה, חז''ל האבן טאקע פארפאסט א עקסטערע תפלה איידער מיר זאגן קריאת שמע, ווי מיר בעהטן מיט גרויס כוונה די תפלה פון אהבה רבה, ווי מיר שרייען אויס מיט א בקשה, אבינו אב הרחמן המרחם רחם עלינו דערבארימדיגע טאטע האב אויף אונז רחמנות. יונגעלע טראכט איין מינוט, וואס שרייסטו דא? וואס איז דא אזוי שרעקליך, דו שרייסט רחמנות! ווער שלאגט דיר? וואס איז געשען? וואס בעטסטו אזוי רחמנות? נאר קוק וואס שטייט ווייטער אין סידור, ותן בלבנו בינה להבין להשכיל לשמוע ללמוד וללמד לשמור ולעשות. והאר עינינו בתורתך.. למען לא נבוש ולא נכלם לעולם ועד .. מיר בעטן דעם בורא זאל אונז געבן שכל און מח צו פארשטיין צו קענען און צו וועלן לערנען די הייליגע תורה הק', ווייל אן די הייליגע תורה זענען מיר פרשעמט און חוזק אויף אייביג!! און טאקע דערפאר שרייען מיר און בעטן מיט אזויפיל רחמנות, טאטע האב רחמנות, העלף אונז דערגרייכן דיין הייליגע תורה.
די הייליגע תורה "אונזער קולטור". יא, די תורה איז אונזער איינציגע קולטור דארט שטעקט אונזער "הצלחה און אונזער טאלאנט" פארדעם זענען אונז באשאפן געווארן און נאר דאס איז אונזער ציל אין לעבן, כי הם חיינו ואורך ימינו.
קולטור
יעדע פאלק האט זייער קולטור. ד.מ. זייער וועג און עיקר ציל און לעבן.

און דערפאר קוקען מיר אזוי ארויף אויף תלמידי חכמים, יודן וואס האבן אוועק געגעבן אלע נארישקייטן פון די וועלט און זיך אויסגעקליבן צו לערנען די הייליגע תורה! מקיים צו זיין די הייליגע ווערטער כי הם חיינו ואורך ימינו ובהם נהגה יומם ולילה. ווייל די תורה איז אונזער באליבטע זאך, ווען צוויי יודן טרעפן זיך וועלן זיי רעדן א דבר תורה, א חסידיש ווארט א סיפור פון א צדיק א מוסר השכל, אלעס וואס ברענגט נענטער צו די הייליגע תורה. תרבות יון – ספארט/טיאטער "זייער קולטור" יונגעלע אפשר ווייסטו וואס איז די קולטור פון דעם גוי? וואס איז זיין ציל אין לעבן? אויף וועמען קוקט ער ארויף? ספארט! דאס איז דער זאך וואס אין דעם ליגן זיי יומם ולילה, אלע זייערע כוחות און זייער אסאך געלט ווערט אריינגעלייגט צו דערגרייכן דעם נארישן ספארט, עקסטערע גיגאנטישע סטעדיומס ווערן געבויט עס זאל קענען ארייננעמן די פילע טויזענטער גוים צו וואטשען די געים. און ווען די באל האט דערגרייכט דעם גאל וועלן אלע גויים גרויסע און קליינע שאלן און יובלען עס איז ממש א שמחה, א קלייניגקייט?! זייער טיעם געווינט, זייער געלונגענע ספארטלער האט מער מאל אריין געשטויסן די באל חז"ל רופן דאס תרבות יון, דאס איז די קולטור פון דעם גוי!. יא קינדער! מיר שפילן טאקע אויך באל, אבער מיר האבן נישט געמאכט דערפון קיין קולטור, עס איז א געים ווי אלע געימס, עס איז נישט אונזער לעבן. די צווייטע ספארט ביי די גויים איז טיאטער, ווי עס קומען זיך צוזאם פולע גוים צו קוקען פלעיס, דער גוי קען דאס נישט פארפאסן, א נייע פלעי דאס איז זיין לעבן, און דערפאר האבן זיי גרויסע טיאטערס, עקטיארס/שפילערס וועמען זיי שעצן און אויף וועמען זיי קוקן ארויף דער עקטאר איז די שפיץ געלונגענע באשעפעניש פון דער בריאה, ווי יעדער גוי צילט צו דערגרייכן, ווען צוויי גויים וועלן זיך טרעפן וועלן זיי שמועסן וועגן ספארט און פלעיס, נאר וואס דען?! אנו רצים והם רצים, דאס איז זייער לעבן, אז א גוי באגעגענט זיך מיט א עקטיאר וועט ער איהם בעטן זיין חתימה, דאס איז ווי ווייט זיי פארגעטערן די עקטיארס. און יעצט מיין קינד וועל איך דיר ענטפערן אויף דיינע שאלות בעזהשי"ת: דער פראבלעם פון די אונטערן פלעי איז צום אלעם ערשטענס, דער אריין ברענגן צו אונז ערליכע יודן, די גוישע קולטור. אונז ערליכע יודן וועלכע האבן אלעמאל געהאט איין קולטור וואס הייסט תורה הקדושה, האבן מיט אמאל באקומען נאך א נייע גויש'ע קולטור וואס הייסט טיאטער, מיר האבן היימישע טיאטער, מיר פארמאגן שוין היימישע עקטיארס, מיר האבן נאך פרישע פערזענליכקייטן "אויף וועמען מיר קוקן ארויף און שעצן" די ווארט שעצן איז צו ארעם ארויס צו ברענגן דעם עבודה זרה, די עקטיערס ווערן ממש פארגעטערט ביי ערליכע ריינע טייערע יודישע קינדער יעדער אקטיאר איז א גאנצע חידוש, מען רעדט פון איהם און פון זיין פרעזענליכע לעבן און פיל ערגער ווי דעם ודי. יעדער ווייסט אז"כשזה קם זה נופל" עס איז נישט פארהאן קיין צוויי הויפטן,אדער איז דער תלמיד חכם דער ארויפגעקוקטע, אדער ח"ו דער אקטיאר.

יעצט ווען די זעסט די הערליכע פלעי מיט אזוי פיל דראמא נעמט דאס דיר אינגאנצן איבער, דיין נשמה, דיינע געפילן, אויף א גאר שטארקע פארנעם! אזוי אז דיין עיקר קולטור ווערט טיאטער ר"ל און דער עקטיאר ווערט ליידער דיין הויכגעשעצטע מענטש אויף וועם די קוקסט ארויף און ווי וועם דו ווילסט אויסוואקסן. זאג דו מיר נאך דעם וואס די גייסט צום פלעי, בלייבסט נאך אזוי תמימותדיג און ריין שעצנדיג די הייליגע תורה מיט אירע לערנערס? איז נאך אלס דער תורה דיין עיקר קולטור? יעצט פרעג איך דיר, איז גוישע קולטור מיט שעצונג צו אקטירארס אנשטאט אויף לומדי תורה א פראבלעם אדער נישט?
יא! דאס איז זייער א גרויסע פראבלעם, נישט קיין חילוק וועלכע סקריפט זיי שפילן!!
איי עס איז נאך געווען פלעיס אין דער אלטער היים פורים ביים טיש? קופת חתנים דבאבוב פלעגט מאכן א פלעי, און נייטרא ישיבה פלעגט אויך מאכן א פלעי. פארוואס דעמאלס האט מען יא געמעגט?
די תירוץ איז ווי די אליין זאגסט, די אמאליגע פלעיס זענען געמאכט געווארן דורך א קהלה אדער א ארגעניזאציע, פורים צו אונטער האלטן דעם עולם, אדער אריין צו ברענגען א הכנסה פאר א ישיבה אדער קופת חתנים. דער פרייז פאר א טיקעט איז געווען ווייניג, און זיי האבן נישט אריין געלייגט אזוי פיל כוחות, עס איז געווען אזוי פשוט ווי א געלונגענער קעמפ פלעי, פרעג דיר נאך ביי די וואס זענען דארט געווען וועסטו הערן, די פלעיס זענען געווען
מער ווייניגער ווי די פלעיס אין קעמפ. משא"כ ביי "די אונטערן פלעי" מיינט מען ביזנעס, און ביי ביזנעס טוט מען זאכן פראפעשנאל, לויט די סטאנדארטן פון די מארקעט, און לויט די סטאנדארטן פון די קאמפעטישן, וואס אין דעם פאל זענען זיי דער גוייש'ע טיאטערס. די אמאליגע פלעיס האבן נישט אריין געלייגט הונדערטער טויזענטער דאללארן אין פראפס! ווייסטו פארוואס זיי ספענדן יא אזוי פיל? ווייל אזוי טוען די גויש'ע טיאטערס, און ביי ביזנעס דארף מען אינוועסטירן לויטן קאמפעטישן. די אמאליגע פלעי'ס האט נישט צורודערט אונזערע קינדערס מוחות פאר עטליכע חדשים לפני'ה און עטליכע חדשים לאחרי'ה, צומארגנס פון די אמאליגע פלעיס איז מען אין ישיבה געזעצן און געלערנט, עס האט נישט איבער גענומען דעם קאפ און די געפילן פון דאס יוגענט. די אמאליגע פלעי איז נישט איינגעפאלן צו מאכן א פארמעסט דורך אריינשלעפן אונזערע קינדער אז טייערע ריינע יודישע קינדער זאלן אויסוועלן ווער פון די עקטיארס געווינט דעם טשעמפיאן. און נאך מער שעצן און פארגעטערן די אקטיארס. ב"ה אז עס איז געלונגען דאס אפצושטעלן די לעצטע מינוט. מיין טייער קינד אפילו די וואס געבן א הכשר אויפן סקריפט זענען מודה אז די סקריפט פון די פאריגע פלעיס זענען געווען פארגיפטעט מיט שלעכטע מעסעדזשעס מיט א ווילדע שפראך! אויב די אקטיערס האבן זיך ערקלערט בעלי תשובה און פארשטייען אז וואס זיי האבן געטון ביז יעצט איז נישט
אויסגעהאלטן, וואלטן זיי דאך געדארפט דארפן אפשטעלן דאס פארקויפן די DVD וואס פארסם'ן נאך ווייטער די מוחות פון אונזערע קינדער??!!

אויב זענען די אקטיארס בעלי תשובה, דארפן זיי זיך זעצן מיטן תהלים און תשובה טון, און נישט זיך שטעלן שפילן און משפיע זיין פון זייערע... פאר אונזערע טייערע קינדער צאן קדשים תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא?! אם הרב דומה למלאך ה' צבאות יבקשו תורה מפיהו, שטימט דער מאמר חז"ל מיט די אזוי גערופענע בעלי תשובה?! איי ער זאגט דאך אז רבנים האבן געשטיצט די פלעי?? דער ענטפער איז אז יעדע איינציגע רב אדער מחנך וואס האט זיך אריינגעלייגט מברר זיין ביי מחנכים וואס לעבן מיט טעגליך די נאך ווייען און מכשולות וואס קומען ארויס דערפון, וועט נישט לאזן אזא מכשול צו קענען ווייטער אנגיין. איז וועלכע פלעי מעג מען יא גיין? אויב די פלעי ווערט געמאכט אויפן פשוט'ן אופן דורך אנשים יראי שמים מיט אן אחריות פון מנהלים ומחנכים בשדה החינוך )נישט סטארי טעלערס און העד קאונסלערס( וואס פארזיכערן אז די פלעי זאל נישט רעפזינטירן א קולטור שטייגער, דעמאלס איז דאס מותר, ווייל אזא פלעי וועט נישט אוועק נעמען די שעצונג פון תורה צו א שעצונג פון עקטיארס און אלע זייערע נאך ווייען. הרבה חברים רעים עושים טראכט: ווען דו גייסט זיצן צוזאמען מיט יונגעלעך ביים פלעי ווער זענען זיי?? די השפעה פון זיצן צוזאמען אונטערן איינפלוס פון דראמא און רגש מאכט דיר נאנט מיט וועמען?
צום שלוס וויל איך דיר פרעגן מיין שאלה, ביטע ענטפער מיר נישט קיין תשובה, נאר טראכט אליין.
אזוי ווי עס איז ארויס געברענגט געווארן דער פראבלעם פון גיין צו בראנקס זו וועלכע איז פיל מיט פריצות ר"ל, שלאגן מיר פאר א פלאן: מיר זאלן אפדינגען די גרויסע באקאנטע "באלדער סטעדיום" וואס שטייט אומגענוצט רוב צייט פון יאהר, און שפילען א בעיס באל פארמעסט צווישן
"צוויי היימישע טיעמס "יוונים טיעם אנקעגן מכבים טיעם,"
עס וועט שפילן אויפן בעקראונד "היימישע ניגונים" אפשר אפילו ספירה טעיפס פאר די מחמירים! אזוי וועט מען ראטעווען כלל ישראל פון גיין צו בראנקס זו!! פאר א נויט קענען מיר דינגען א בעל מחנך, און זיך לאזן קאסטן רבבות דאלארן ער זאל זיין דארט פרעזענליך, און כשר'ן די היימישע ספארט פלעי!!
וואס זאגט איר צו אזא פלאן???
לעצט פארראכטן דורך
shalsheles אום מוצ"ש אפריל 13, 2019 10:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.