למעלה משבעים האט געשריבן:ראפאט קראמפלי האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:ראפאט קראמפלי האט געשריבן:גאלדענע פעדער האט געשריבן:אסאך רייכע אינפערמאציע דא. אויך די חלק הלכה, און אויך די קלארקייט אין די חלק המנהג. ליינט און האט הנאה
זייט ווען איז עס געווען א "מנהג" נישט צו עסן קיין פיש וואס איז נקי מכל חששות בלי שום פוקפק כלל?
אוודאי האט מען נישט געגעסן אינדערהיים, ווייל מ'האט פשוט נישט געהאט, נישט מטעם "מנהג",
כ'האב נישט איבערגעליינט די אשכול יעצט, און כ'בין זיכער מען האט שוין געברענגט אויבן, אבער ס'איז קלאר נישט ווי איר זאגט, די 'מנהג' איז געווארן צוליב חששות. כמה וכמה מנהגים זענען געווארן צוליב חששות און ס'איז געבליבן אפי' די חשש איז נישטא מער.
איך האב גראדע יא דורכגעבליקט די אשכול און איך האב נישט געזען איינער זאל ברענגען א מקור, קען זיין איך האב עס פארפאסט,
ס'איז טאקע פארהאן געוויסע חומרות וואס מ'האט מתקן געווען צוליב חששות (למשל בראקן), ס'הייסט די זאך בעצם איז מותר אבער מ'האט געמאכט א תקנה/מנהג צוליב א חשש, טייל מאל אפילו גאר א ווייטע חשש, און דאס זענען זאכן וואס מ'דארף ווייטער אנהאלטן,
משא"כ פיש ווי ווייט איך ווייס איז קיינמאל געווען דערביי א תקנה/מנהג נישט צו עסן, ס'איז פשוט נישט געווען, ממילא היינט וואס איז יא פארהאן קען מען לכאורה יא עסן,
ביטע מסביר זיין אויב איך בין זיך טועה.
האסט געזען די עטעטשמענט https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p1217524 ?
יא,
ער זאגט נישט אז ס'איז געווען א קפידה נישט צו עסן, סך הכל האבן זיי נישט מקפיד געווען צו עסן,
און די מציאות איז מן הסתם געווען אז בדרך כלל האט דער עולם נישט געהאט קיין פיש אלץ חשש חמץ, האט דער אהבת ישראל געזאגט א געדאנק פארוואס די רבי'ס האבן זיך נישט פארלייגט צו שאפן כשר פיש,
אבער מן יימר ווען די מציאות וואלט ווען געווען אז די עולם וואלט יא געהאט צי די האנט לעבעדיגע פיש אז זיי וואלטן נישט געגעסן?
אזוי פארשטיי איך עס.