פארברענג דורך אברהם מרדכי שווארץ און שירה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובה דורך וואס עפעס? »

שבת פארטי האט געשריבן:ר' אברהם מרדכי איז א חשוב'ער יונגערמאן מלא תוכן, א ברלסבער משפיע וועלכער זאגט כסדר שיעורים אין חסידות און די גאנצע האקעריי דא איז שטארק איבערגעטריבן.

די גמרא זאגט דערויף א מען זאל נישט זאגן שבחים וואס קען ברענגען לגנאי

איך מאך אין נישט אוועק , אבער פון דא ביזן טיטעל הרב ר׳ און ״ער״ איז דער מענטש וואס גייט צוגרייטען אינגע בחורים און אינגעלייט צו א דערהויבענע ליל הסדר ( לשון הפוסטער)
זיישע מוחל אבער כלל ישראל איז נאכנישט אינגאנצען משוגה

און אויב זעהסטו נישט די פראבלעם פון נעמען א זינגער און אים אדווערטייזן אלס א הרב אום אים ברענדען אלס א role model פארן עולם אז ער איז דער משפיע, דאן אפשר שיקסטו דיינע בחורים לערנען ביי אים ?!

———

און אז די פארשטייסט טאקע נישט , קום כהעל דיך שיין מסביר זיין
צום ליל הסדר גרייט מען זיך דורך לערנען ערבי פסחים, הלכות מיט אפאר חסידישע ספרים איבער די פנימיות פונעם יו״ט

אדווערטייזן אז מען גייט זיך גרייטן צום הייליגען נאכט דורך ברענגען אפאר ———- זינגערס מיט א בענד
הייסט ליצנות געמאכט פון די ליל הסדר
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובה דורך תענית חלום »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
שבת פארטי האט געשריבן:ר' אברהם מרדכי איז א חשוב'ער יונגערמאן מלא תוכן, א ברלסבער משפיע וועלכער זאגט כסדר שיעורים אין חסידות און די גאנצע האקעריי דא איז שטארק איבערגעטריבן.

קען זיין ביסט גערעכט, אבער אויב אזוי איז ער אויך א ל"ו צדיק.

איך פארשטיי עכט נישט פארוואס מען פארפירט נישט וועלטן דאס אפצושטעלן. דאס איז א מין פראסטקייט עד אין לשער! זיך ארויסצושטעלן כאילו דאס איז די ״חסידישע״ ״ווארימע״ וועג ווי אזוי זיך צוצוגרייטן צום סדר, איז א געפערליכע עקל.

אוודאי קומט מען פאר ענטפערן אז ס׳איז צדקה. האק נישט קיין טשייניק. יעדער האלט מיט ווי אזוי אלע גרויסע ארגעניזעישןס מאכן א צדקה אקציע. מען ווארעמט מען אן דעם עולם פארן ״צוועק״, און ״ביי די וועי״ געבט מען עפעס פארן גוף אויך. אבער עס לויפט אלעמאל אויפן מהלך אז די צוועק איז דער עיקר. דא אבער, עדווערטייזט מען אז עס גייט זיין א ״פארברענג״ ״חסידיש״ ״ווארעם״ היימיש״ ״גוי׳ש״ ״ריפארמיש״ ״הכנה לליל הסדר״..... איי מין, קאם אן! ווער מיינסטו גייט זיצן דארט? די אלע ריפארמע-חסידישע אידן וואס מאכן א ״פרי(יע) מנין פרייטאג מיט גיטארס״.... האלוי, וואטס ראנג? די שפילער האט נאכניש מקבל שבת געווען… ועוד ועוד..... קיינער זאל מיך נישט קומען איינרעדן אז מען מיינט ״לשם שמים״ ווען יא, גייט ער אין ביהמ״ד, אין שטיבל, און מען מאכט א פארברענג ווי א איד וואלט געמאכט. מען ברענט אראפ אפאר גוטע בעלי דרשנים וואס וועלן באמת אויפפלאקערן דאס הארץ לקראת דעם הייליגסטן נאכט אין יאר. א נאכט וואס קודשא בריך הוא מיט די פמליא של מעלה קומען אראפ צו מיר אהיים קוקן ווי ״משתעין בני וחדאין בפרקני״ בורא כל עולמים, וואו האלט מען דא!!!

און פאר די וואס זאגן אז מען דארף עס מאכן פאר די אנדערע, זיי זאלן באקומען א טעם אין אידישקייט. איז אזוי: קודם, אויב איז דאס אידישקיייט, שטייען מיר זייער ביטער. און וואס פאר א טעם האט עס שוין, מען גייט זיצן אנע היט און רעקל = הכנה צום סדר. מען גייט פרעסן כלחוך השור = הכנה צום סדר. מען גייט זיצן און זינגען ניגונים וואס האבן נישט קיין שמץ ערנסטקייט = הכנה צום סדר.

און אויב מאכט ער עס טאקע. ער פאר די וואס זענען מרוחק משלחן אב, ברענג פאר זיי איינער וואס קוקט אויס ווי זיי. אבער עט-ליעסט לייג עס נישט ארויס פאר די היימישע ציבור. נישט איך און נישט מיין קינד דארף מיטהאלטן ווי אזוי די גרייסט זיך צום סדר. איך בין נישט נייגעריג צו די ביסט ברסלב, סאטמאר, פאפא, אדער באבוב, גיי צו זיי און רעדט צו זיי. שטיל דיך נישט אהער אלץ חסידישע.......

און פאר די וואס עס באדערט זיי אז מען רעדט דא צו ״נעגעטיוו״ וויל איך זאגן אזוי: אויב ביסטו פון די מענטשן וואס גייען קויפן א טיקעט, און די ווילסט נישט פילן ״גילטי״ ממילא בעטסטו דעם עולם צו רעדן ״נייס״. איז אזוי, קודם וויל איך אז זאלסט יא פילן גילטי פאר גיין צו אזא פלאץ. און צוויי, עס איז א שאד די געלט, גייסט דאך ממילא זיצן רוב צייט אויף ״וואטסעפפ״… סוי וואטס די פוינט…

און אויב ביסטו פון די וואס האלטן אויך אז עס איז ראנג נאר מען דארף רעדן מער איידל, לאמיר דיר זאגן. די איינציגסטע וועג ווי אזוי ארויס-צו-רייסן די זאכן איז נאר דורך מאכן ליצנותא דעבודה זרה. נאר אזוי וועסטו זיך קענען האלטן, און האפענטליך וועט עס זיך אריבערגיסן צו דיינע קינדער מבזה צו זיין אין די היינטיגע ריפארמער וואס זיכן מיטצושלעפן יעדעם און אלעס, און אולי אולי וועט עס האבן א שטיקל השפעה אויפן די היימישע גאס צו שטיין ווייט דערפון - ווייל ווי יענער האט געשריבן - נעקסט איז יום הקדוש…
לעצט פארראכטן דורך תענית חלום אום מיטוואך אפריל 10, 2019 9:32 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובה דורך יש בו »

מיין ערשטן בליק אויף דעם האט מיר דערמאנט אז ווען הרב שלמה טוסיק (אזוי מיין איך) האט ארויס געגעבן זיין שבת קאלעקשן האט מען דאמאלטס געשמועסט אז ער געמאכט א שבת'דיגע סעודה אונעם סטודיאו און איז געקומען אנגעטון בבגדי שבת, אין אזוי אפגעזינגען די ניגונים, ווייל אזוי איז די בעסטע וועג זיך אריינצוברענגען די הרגשים אינגאנצן,
איבערהויפט אז ביי פסח איז דא דירעקטע ענדליכע מנהג פון זאגן שבת הגדול די הגדה, און אזוי אויך זענען דא מנהגים אין חודש אדר פאר פורים צו זאגן די מגלה, אלעס אריינצוברענגען די הרגשים ווי מער, אזוי אז ווען ס'קומט דער סדר אליינס פארט מען ארויף עד כלות הנפש, די געדאנק פאר זיך איז נישט קיין שלעכטע, אבער אויב מאכט מען דאס פראסט, איז דאס א פראבלעם פונקט ווי יעדע זאך אויב מ'מאכט דאס פראסט, נישט ערגער פון א חתונה אבער סיי וואס,
די געדאנק איז נישט שלעכט,
די פראבלעם ביי סליחות איז אז דאס קומט פאר בשעת'ן עצם זאגן סליחות,
משא"כ דא איז דאס אין א פשוטע זינטאג
The Divided States Of America
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובה דורך תענית חלום »

יש בו האט געשריבן:מיין ערשטן בליק אויף דעם האט מיר דערמאנט אז ווען הרב שלמה טוסיק (אזוי מיין איך) האט ארויס געגעבן זיין שבת קאלעקשן האט מען דאמאלטס געשמועסט אז ער געמאכט א שבת'דיגע סעודה אונעם סטודיאו און איז געקומען אנגעטון בבגדי שבת, אין אזוי אפגעזינגען די ניגונים, ווייל אזוי איז די בעסטע וועג זיך אריינצוברענגען די הרגשים אינגאנצן,

צוויי זאכן:

איינס: די סדר נאכט איז נישט געשטעלט אויף זינגען נאר אויף ״סיפור״ יציאת מצרים, ממילא וואס גייט מען דא פרעקטיסן…

צוויי: אויב איז עס אזוי ווי די זאגסט, פארוואס גייט מען אין פארק? גיי אין ביהמ״ד. נישטא פלאץ? גיי אין א זאל אין שטאט. די גאנצע אויסשטעל ווייזט וואס דאס איז. און ווי איך האב געשריבן פריער, ווי אזוי מיינסטו מען גייט זיצן דארט? מיטן היט און גארטל?
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובה דורך מחשב »

@תענית חלום, זייער זייער קלארע דיבורים! ווי א אויטענטישע איד שרייבט און פילט! כה לחי!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כ׳קען ממש נישט גלייבן אז כ׳לעב שוין 30 יאר אין א טעות אז די שאינו יודע לשאול פון די ארבעה בנים זענען קינדער אינטער 12 חדשים. דא גייען זיך צאמקומען א קבוצה פון עטליכע צענדליגער גרויסע שאינו יודע לשאול׳ס.

ווי קומסטע אן צו חסידישע ספרים?.. זיי ווייסן נעבעך נישט די עברי טייטש פונעם שטיקל זוהר הק׳ וואס מ׳זאגט ביפאר מקיים זיין סיפור יציאת מצרים, אדער אפילו די פשוטע לשה״ק פונעם ברכה אשר גאלנו וואס מ׳זאגט דערנאך.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

תגובה דורך מונאוויטש »

מחשב האט געשריבן:@תענית חלום, זייער זייער קלארע דיבורים! ווי א אויטענטישע איד שרייבט און פילט! כה לחי!
אוועטאר
די דיזיינער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 10:36 pm
לאקאציע: Boro Park

תגובה דורך די דיזיינער »

הערט מער פון הרב ר׳ אברהם מרדכי
https://www.dropbox.com/s/5c7n0yg077lyg ... 1.mp4?dl=0
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובה דורך יש בו »

תענית חלום האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:מיין ערשטן בליק אויף דעם האט מיר דערמאנט אז ווען הרב שלמה טוסיק (אזוי מיין איך) האט ארויס געגעבן זיין שבת קאלעקשן האט מען דאמאלטס געשמועסט אז ער געמאכט א שבת'דיגע סעודה אונעם סטודיאו און איז געקומען אנגעטון בבגדי שבת, אין אזוי אפגעזינגען די ניגונים, ווייל אזוי איז די בעסטע וועג זיך אריינצוברענגען די הרגשים אינגאנצן,
איבערהויפט אז ביי פסח איז דא דירעקטע ענדליכע מנהג פון זאגן שבת הגדול די הגדה, און אזוי אויך זענען דא מנהגים אין חודש אדר פאר פורים צו זאגן די מגלה, אלעס אריינצוברענגען די הרגשים ווי מער, אזוי אז ווען ס'קומט דער סדר אליינס פארט מען ארויף עד כלות הנפש, די געדאנק פאר זיך איז נישט קיין שלעכטע, אבער אויב מאכט מען דאס פראסט, איז דאס א פראבלעם פונקט ווי יעדע זאך אויב מ'מאכט דאס פראסט, נישט ערגער פון א חתונה אבער סיי וואס,
די געדאנק איז נישט שלעכט,
די פראבלעם ביי סליחות איז אז דאס קומט פאר בשעת'ן עצם זאגן סליחות,
משא"כ דא איז דאס אין א פשוטע זינטאג

צוויי זאכן:

איינס: די סדר נאכט איז נישט געשטעלט אויף זינגען נאר אויף ״סיפור״ יציאת מצרים, ממילא וואס גייט מען דא פרעקטיסן…

צוויי: אויב איז עס אזוי ווי די זאגסט, פארוואס גייט מען אין פארק? גיי אין ביהמ״ד. נישטא פלאץ? גיי אין א זאל אין שטאט. די גאנצע אויסשטעל ווייזט וואס דאס איז. און ווי איך האב געשריבן פריער, ווי אזוי מיינסטו מען גייט זיצן דארט? מיטן היט און גארטל?

איינס: זיך אריינצוברענגען די הרגשים גייט דורך נגינה,
צוויי: דאס איז וואס איך האב געשריבן, אז אויב מאכט מען דאס אויף א פראסטע וועג איז דאס א פראבלעם,
ס׳נעמט נישט אוועק אז די געדאנק איז פארט א גוטע,
נישט ווי געוויסע וואס קוקן אן די עצם רעיון ווי א הירוס, אין מגשם זיין די סדר נאכט,
The Divided States Of America
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובה דורך קרייסלער »

דער עצם עווענט איז נישט אזוי געפערליך ווי דער מארקעטער וואס האט געוואלט ווייזן ווי טאלאנטפול ער איז און מאכן קיוט זשוקס פון די סדר נאכט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
גיט
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובה דורך גיט »

די אייבערשטער זאל אפהיטן ווי מען האלט היינט.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

די דיזיינער האט געשריבן:הערט מער פון הרב ר׳ אברהם מרדכי
https://www.dropbox.com/s/5c7n0yg077lyg ... 1.mp4?dl=0

יא יא, מ'האב מיר געהערט מער, ס'וועט זיין וויין מיט ד' כוסות, אנדערש קען מען נישט מאכן קיין הכנה צום הייליגן סדר נאכט מיט די מלאכים פון וועם ער רעדט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

תגובה דורך קאנסילמאן »

איך זע די נאכט אלץ א פיינע אינטערהאלטונג, און איך כאפ נישט פון מענטשן נעמען די רעכט עס צו קריטעקירען.

עס איז א גרויסע וועלט און יעדער שאפט זיינע הנאות דיפרענדלי, איינער דורוך האקען בשר, א צווייטער דורוך פארען צו רבי שמעון בן יוחאי מיט ר מייליך בידערמאן דורוך האטעל כנען, א דריטער מיט אברהם מרדכי שווארטץ און שירה, א פערטער מיט א נסיעה לימינוב רב שליט"א, א פיפטער מיט......, הצד השווה שבהן אז עס איז 2019, און מענטשן ווילן לעבן א הנאה'דיג לעבן, און געבן אויס געלט פאר די זאכען.

אידן און אידשקייט איז גרויס, יעדער האט זיך זיינע עצבים און מהלכים, לאזט אייך אפ פון מחנך זיין אנדערע און קלאגען אויפן דור.

די איווענט פאסט אפשר נישט פאר סענדז סטרירט, אבער פאר די מענטשן וואס גייען איז עס גוט.
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

תגובה דורך כא כא כא »

קאנסילמאן האט געשריבן:איך זע די נאכט אלץ א פיינע אינטערהאלטונג, און איך כאפ נישט פון מענטשן נעמען די רעכט עס צו קריטעקירען.

עס איז א גרויסע וועלט און יעדער שאפט זיינע הנאות דיפרענדלי, איינער דורוך האקען בשר, א צווייטער דורוך פארען צו רבי שמעון בן יוחאי מיט ר מייליך בידערמאן דורוך האטעל כנען, א דריטער מיט אברהם מרדכי שווארטץ און שירה, א פערטער מיט א נסיעה לימינוב רב שליט"א, א פיפטער מיט......, הצד השווה שבהן אז עס איז 2019, און מענטשן ווילן לעבן א הנאה'דיג לעבן, און געבן אויס געלט פאר די זאכען.

אידן און אידשקייט איז גרויס, יעדער האט זיך זיינע עצבים און מהלכים, לאזט אייך אפ פון מחנך זיין אנדערע און קלאגען אויפן דור.

די איווענט פאסט אפשר נישט פאר סענדז סטרירט, אבער פאר די מענטשן וואס גייען איז עס גוט.

ענדליך... ענדליך....

איך שטיי און איך ווארט ווען גייט שוין איינער קומען און זאגן פארקערט פון 'יעדעם איינעם'
פיינעלי קען עס שוין ווערן א נארמאלע אשכול ווי מ'קען זיך ארום טענה'ען. נישט אז יעדער האלט די זעלבע...

טענק יא..
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובה דורך פרידן »

כא כא כא האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:איך זע די נאכט אלץ א פיינע אינטערהאלטונג, און איך כאפ נישט פון מענטשן נעמען די רעכט עס צו קריטעקירען.

עס איז א גרויסע וועלט און יעדער שאפט זיינע הנאות דיפרענדלי, איינער דורוך האקען בשר, א צווייטער דורוך פארען צו רבי שמעון בן יוחאי מיט ר מייליך בידערמאן דורוך האטעל כנען, א דריטער מיט אברהם מרדכי שווארטץ און שירה, א פערטער מיט א נסיעה לימינוב רב שליט"א, א פיפטער מיט......, הצד השווה שבהן אז עס איז 2019, און מענטשן ווילן לעבן א הנאה'דיג לעבן, און געבן אויס געלט פאר די זאכען.

אידן און אידשקייט איז גרויס, יעדער האט זיך זיינע עצבים און מהלכים, לאזט אייך אפ פון מחנך זיין אנדערע און קלאגען אויפן דור.

די איווענט פאסט אפשר נישט פאר סענדז סטרירט, אבער פאר די מענטשן וואס גייען איז עס גוט.

ענדליך... ענדליך....

איך שטיי און איך ווארט ווען גייט שוין איינער קומען און זאגן פארקערט פון 'יעדעם איינעם'
פיינעלי קען עס שוין ווערן א נארמאלע אשכול ווי מ'קען זיך ארום טענה'ען. נישט אז יעדער האלט די זעלבע...

טענק יא..

בכלל נישט געזאגט פארקערט מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי קיינער האט נישט דן געווען צו מען מעג זינגען עס איז נישט די דריי וואכן יעצט
אין קאנסילמאן איז מודה אז מען וועט מאכו א איווענט צו האקן בשר ערב פסח זיך צו גרייטן צום ליל הסדר מיט א הותרוממות איז עס פראסט אין פאריקט
קיינער איז נישט דא אריין אין די ענין מותרות אין צו מען מעג הנאה האבן פין עולם הזה
נאר ווען די נעמסט עולם הזה במדה גדושה זיי מיר נישט מסביר אז דאס איז אידישקייט ווייל עס איז נישט
די אנדער צוויי משלים שוין לאמיר רעדן פין שמחת דארט האט זיך די פראבלעם אנגעהויבן דאס זענען געווען די שדכנים צווישן עולם הזה אין עולם הבא זאלן זיין תרי רעין דלא מתפרשין מזל טוב מזל טוב
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובה דורך א נייער »

פרידן האט געשריבן:[qote="כא כא כא"]
בכלל נישט געזאגט פארקערט מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי קיינער האט נישט דן געווען צו מען מעג זינגען עס איז נישט די דריי וואכן יעצט
אין קאנסילמאן איז מודה אז מען וועט מאכו א איווענט צו האקן בשר ערב פסח זיך צו גרייטן צום ליל הסדר מיט א הותרוממות איז עס פראסט אין פאריקט
קיינער איז נישט דא אריין אין די ענין מותרות אין צו מען מעג הנאה האבן פין עולם הזה
נאר ווען די נעמסט עולם הזה במדה גדושה זיי מיר נישט מסביר אז דאס איז אידישקייט ווייל עס איז נישט
די אנדער צוויי משלים שוין לאמיר רעדן פין שמחת דארט האט זיך די פראבלעם אנגעהויבן דאס זענען געווען די שדכנים צווישן עולם הזה אין עולם הבא זאלן זיין תרי רעין דלא מתפרשין מזל טוב מזל טוב
[/quote]
עס איז אלס געווען א פרוזדור פאר עולם הבא, די שידוך איז געווען, אז מען לייגט זיך אריין אין עולם הזה און ווערט פון זיך אליין די עולם הבא,
!!פארוואס? ווייל אזוי וויל מיין גוף.
ביי די שידוך מעשה איז ווי מען נוצט עס שטארק.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

כאניש קיין געדולד צו ליינען דאס גאנצע אשכול

איז דאס א וויץ? אדער טאקע אמת?
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קאנסילמאן האט געשריבן:איך זע די נאכט אלץ א פיינע אינטערהאלטונג, און איך כאפ נישט פון מענטשן נעמען די רעכט עס צו קריטעקירען.

עס איז א גרויסע וועלט און יעדער שאפט זיינע הנאות דיפרענדלי, איינער דורוך האקען בשר, א צווייטער דורוך פארען צו רבי שמעון בן יוחאי מיט ר מייליך בידערמאן דורוך האטעל כנען, א דריטער מיט אברהם מרדכי שווארטץ און שירה, א פערטער מיט א נסיעה לימינוב רב שליט"א, א פיפטער מיט......, הצד השווה שבהן אז עס איז 2019, און מענטשן ווילן לעבן א הנאה'דיג לעבן, און געבן אויס געלט פאר די זאכען.

אידן און אידשקייט איז גרויס, יעדער האט זיך זיינע עצבים און מהלכים, לאזט אייך אפ פון מחנך זיין אנדערע און קלאגען אויפן דור.

די איווענט פאסט אפשר נישט פאר סענדז סטרירט, אבער פאר די מענטשן וואס גייען איז עס גוט.

אלעס פיין און וואויל, גארנישט ראונג פון דעם מעמד. אבער ווי איינער האט שוין ערווענט האט דער דעזיינער געטון אן עולה מיטן מאכן ליצי ליצנות פון די סדר נאכט.

ער וואלט געמעגט שרייבן אז וויבאלד אין שטוב איז נישטא קיין עסן שטעלן מיר צו... אבער מאכן ד' כוסות, שולחן עורך, וכו', א חסידישע פארברענג און הכנה צום ליל התקדש החג מיט בדחנים און כוסות, איז נישט אידישליך.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובה דורך nmi »

כא כא כא האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:איך זע די נאכט אלץ א פיינע אינטערהאלטונג, און איך כאפ נישט פון מענטשן נעמען די רעכט עס צו קריטעקירען.

עס איז א גרויסע וועלט און יעדער שאפט זיינע הנאות דיפרענדלי, איינער דורוך האקען בשר, א צווייטער דורוך פארען צו רבי שמעון בן יוחאי מיט ר מייליך בידערמאן דורוך האטעל כנען, א דריטער מיט אברהם מרדכי שווארטץ און שירה, א פערטער מיט א נסיעה לימינוב רב שליט"א, א פיפטער מיט......, הצד השווה שבהן אז עס איז 2019, און מענטשן ווילן לעבן א הנאה'דיג לעבן, און געבן אויס געלט פאר די זאכען.

אידן און אידשקייט איז גרויס, יעדער האט זיך זיינע עצבים און מהלכים, לאזט אייך אפ פון מחנך זיין אנדערע און קלאגען אויפן דור.

די איווענט פאסט אפשר נישט פאר סענדז סטרירט, אבער פאר די מענטשן וואס גייען איז עס גוט.

ענדליך... ענדליך....

איך שטיי און איך ווארט ווען גייט שוין איינער קומען און זאגן פארקערט פון 'יעדעם איינעם'
פיינעלי קען עס שוין ווערן א נארמאלע אשכול ווי מ'קען זיך ארום טענה'ען. נישט אז יעדער האלט די זעלבע...

טענק יא..

האסטו אפשר אריין געקלערט וואס ס'איז טאקע פשט אז "יעדער" האלט אז ס'איז משיגע און ממש א מיעוט האלטן אז ס'איז יא נארמאל למחצה ולשליש ולרביע?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובה דורך תענית חלום »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:איך זע די נאכט אלץ א פיינע אינטערהאלטונג, און איך כאפ נישט פון מענטשן נעמען די רעכט עס צו קריטעקירען.

עס איז א גרויסע וועלט און יעדער שאפט זיינע הנאות דיפרענדלי, איינער דורוך האקען בשר, א צווייטער דורוך פארען צו רבי שמעון בן יוחאי מיט ר מייליך בידערמאן דורוך האטעל כנען, א דריטער מיט אברהם מרדכי שווארטץ און שירה, א פערטער מיט א נסיעה לימינוב רב שליט"א, א פיפטער מיט......, הצד השווה שבהן אז עס איז 2019, און מענטשן ווילן לעבן א הנאה'דיג לעבן, און געבן אויס געלט פאר די זאכען.

אידן און אידשקייט איז גרויס, יעדער האט זיך זיינע עצבים און מהלכים, לאזט אייך אפ פון מחנך זיין אנדערע און קלאגען אויפן דור.

די איווענט פאסט אפשר נישט פאר סענדז סטרירט, אבער פאר די מענטשן וואס גייען איז עס גוט.

אלעס פיין און וואויל, גארנישט ראונג פון דעם מעמד. אבער ווי איינער האט שוין ערווענט האט דער דעזיינער געטון אן עולה מיטן מאכן ליצי ליצנות פון די סדר נאכט.

ער וואלט געמעגט שרייבן אז וויבאלד אין שטוב איז נישטא קיין עסן שטעלן מיר צו... אבער מאכן ד' כוסות, שולחן עורך, וכו', א חסידישע פארברענג און הכנה צום ליל התקדש החג מיט בדחנים און כוסות, איז נישט אידישליך.

איך האב אויך נישט געוואלט ארויף ברענגען די אלע משלים וואס דו האסט געשריבן. אבער דער אמת איז אז די אלע משלים וואס די שרייבסט זענען "איין שטיק גשמי!" פון אנהויב ביזן סוף. עס האט נישט קיין שום אפעקט אויף די אלע משתתפים, עס טוישט נישט גארנישט אין זייער מהלך החיים און עס איז זיי נישט מחייב צו טוהן עפעס מיט די אלע מאמרים און שיינע ווערטער וואס מען הערט זיך אן.

איך קום נישט דא קרעטיקירן ח"ו די אלע חשובע מגידים. איך קען אויך אידן וואס האבן געטוישט זייער לעבן דורך די שיעורים פון רבי אלימלך בידערמאן ועוד. אבער די אידן זענען נישט געפארן קיין כנען און שטייען נישט און זינגען ביי ציונים הק' ניגונים וואס א היינטיגע "2019" מוח האט אויפגערטאכט נאכן זיך אנהערן מיט ווער ווייסט וואס. די אידן וואס האבן אנגעהויבן לעבן מער מיט אמונה און בטחון א דאנק ר' מיילעך זענען די וואס גרייטן זיך צום יום טוב מיט א חסידיש ספר, מיטן לערנען הלכות החג, פארשטיין די טייטש פון "פקודא בתר דא" ועוד.

קאנסילמאן האט געשריבן:...און איך כאפ נישט פון מענטשן נעמען די רעכט עס צו קריטעקירען....

איך כאפ יא. איך מוז נישט מסכים זיין צו יעדע נייע משוגעת וואס עס פאלט איין א זינגער - וואס עס דאכט זיך אים אז ער גייט באקומען נאך אפאר פענס... - אז דאס איז חסידיש און אידיש. איך האב רעכט זיך צו זארגן אויף די עתיד פון מיינע קינדער ווען דאס "ווערט נארמאל"

קאנסילמאן האט געשריבן:...הצד השווה שבהן אז עס איז 2019, און מענטשן ווילן לעבן א הנאה'דיג לעבן, און געבן אויס געלט פאר די זאכען....

אמת. אבער מאך עס נישט פאר די "חסידישע ווארימע פארברענג"!!! און די פאקט אז מענטשן טוהן עס, מאכט עס נאכנישט ריכטיג!!!

קאנסילמאן האט געשריבן:....אידן און אידשקייט איז גרויס, יעדער האט זיך זיינע עצבים און מהלכים....

אפשר זאגסטו מיר וועלכע "מהלך" דאס איז? א סעמפל פון די פריערדיגע גדולים וואס האבן זיך געגרייט צום סדר מיטן פרעסן פלייש און זויפן וויין...... איך האב נישט געהערט פון אזא גדול פון די פריערדיגע דור...

קאנסילמאן האט געשריבן:...די איווענט פאסט אפשר נישט פאר סענדז סטרירט, אבער פאר די מענטשן וואס גייען איז עס גוט.

איך בין נישט פון סענדז סטריט און רוב מענטשן וואס גייען גיין האלטן נישט דארט. וואס איך מיין צו זאגן איז אזוי: איך קען א בחור'ל, 16.5 יאר אלט, שוואך אין לערנען, בין הזמנים העלפט ער זיין טאטע ביי די ארבעט. בעצם איז די שטוב א פיינע ווארימע חסידישע שטוב, מען פארברענגט שיין סעודות שבת, דער טאטע פראבירט וויפיל ער קען אריינצולייגן א חיות אין זיינע קינדער. למעשה, היינט אין די "סענסא קליפ" דעי ענד עידזש איז אים זייער שווער אוועקצורייסן זיין בחור פו יעדע נייע סידי וואס קומט ארויס, וויפיל ער פראבירט אוועק-צו-ריקן זיין בחור'ס אינטערעסן, אלץ פאלט ער צוריק צו מוזיק.

יעצט די בחור, ווען ער זעהט די "עד" אז מען גייט מאכן א "הכנה צום ליל הסדר" קומט ער צו לויפן, טאטי, קוק. איך מוז גיין! די טאטע פון זיין זייט כאפט נישט פונקליך וואס גייט זיין דארט, און טראכט זאך איך יא לאזן אדער נישט. פון איין זייט, ס'איז פאר פסח, מען דארף העלפן אין שטוב, מען דארף לערנען מיט די קינדער, מען דארף מאכן א הכנה כדבעי'. אבער פון די צווייטע זייט, מיין זוהן איז נישט מצליח אין ישיבה, ער קען ניצן די "אויטינג" מען דארף זיך דאך אמאל אויס'דזשוכען, אפשר וועט עס אים אביסל מחזק זיין.

יעצט, ווען די וועסט באמת פרעגן ביידע פון זיי וועסטו זעהן אז נישט די בחור און נישט די טאטע האלטן ביי די דרגה אז עס "פעלט אויס". ביידע זענען איינשטימיג אז "עס איז נישט אין פלאץ און נישט אין צייט". נאר וואס דען, אז מען מאכט שוין, עס קומט ממילא פאר, איז פארוואס זאל מען נישט גיין. מען דארף דאך געבן פארן בחור אביסל "2019 פאזיטיוו", וואס קען דען שאדן. און מיין נישט אז עס וועט זיין גענוג, איך בין זיכער אז דער "16.5 יעריגע - כיתה ה' אינגל" האט שוין זיין טיקעט צום "א-ו-נ-ט-ע-ן פ-ל-ע-י ......... און רעד דיך אפי' נישט איין אז עס גייט אים מאכן אויפשטיין אין צייט צו זמן קרי"ש און עס גייט אים נישט העלפן מאכן א סיום ערב פסח, ווי אויך נישט העלפן מיטזאגן די הגדה בעסער. אפשר וועט ער זינגען די הגדה..... די מעמד אדיר ומרומם פונעם הכנה גייט נישט אריינברענגען ערענסטקייט אין דעם בחור - כ'האב נישט קיין שום ספק און דעם. אפשר וועט ער העלפן פאר נאך צוויי שעה מאכן פסח'דיג די ספרים, אבער די "לאנג טערם אפפעקט" וועט עס ברענגען מער שאדן ווי ריווח.

און האק נישט אוין קאפ אז די "עולה איז נאר די דעזיינער" - קוק אויף די קליפ וואס איז פריער געברענגט געווארן, הערסטו די זעלבע "טאלקינג פוינטס"..........

און פון די אלע "שנאת חינם" "אהבת ישראל" אידן וויל איך פרעגן, פארוואס קענסטו אלעמאל טרעפן א תירוץ אויף די לינקע און קיינמאל אויף די רעכטע? פארוואס מוז איז ליב האבן דעם פראסטן איד און זיך צו שטעלן צו אים, און ער קען עס קיינמאל נישט טוהן פאר מיר??? פאר וואס מוז איך אלעמאל פארשטיין די שוואכע איד? פארוואס קען ער נישט אמאל מיך פארשטיין?
לעצט פארראכטן דורך תענית חלום אום דאנערשטאג אפריל 11, 2019 12:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובה דורך תענית חלום »

יש בו האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:מיין ערשטן בליק אויף דעם האט מיר דערמאנט אז ווען הרב שלמה טוסיק (אזוי מיין איך) האט ארויס געגעבן זיין שבת קאלעקשן האט מען דאמאלטס געשמועסט אז ער געמאכט א שבת'דיגע סעודה אונעם סטודיאו און איז געקומען אנגעטון בבגדי שבת, אין אזוי אפגעזינגען די ניגונים, ווייל אזוי איז די בעסטע וועג זיך אריינצוברענגען די הרגשים אינגאנצן,
איבערהויפט אז ביי פסח איז דא דירעקטע ענדליכע מנהג פון זאגן שבת הגדול די הגדה, און אזוי אויך זענען דא מנהגים אין חודש אדר פאר פורים צו זאגן די מגלה, אלעס אריינצוברענגען די הרגשים ווי מער, אזוי אז ווען ס'קומט דער סדר אליינס פארט מען ארויף עד כלות הנפש, די געדאנק פאר זיך איז נישט קיין שלעכטע, אבער אויב מאכט מען דאס פראסט, איז דאס א פראבלעם פונקט ווי יעדע זאך אויב מ'מאכט דאס פראסט, נישט ערגער פון א חתונה אבער סיי וואס,
די געדאנק איז נישט שלעכט,
די פראבלעם ביי סליחות איז אז דאס קומט פאר בשעת'ן עצם זאגן סליחות,
משא"כ דא איז דאס אין א פשוטע זינטאג

צוויי זאכן:

איינס: די סדר נאכט איז נישט געשטעלט אויף זינגען נאר אויף ״סיפור״ יציאת מצרים, ממילא וואס גייט מען דא פרעקטיסן…

צוויי: אויב איז עס אזוי ווי די זאגסט, פארוואס גייט מען אין פארק? גיי אין ביהמ״ד. נישטא פלאץ? גיי אין א זאל אין שטאט. די גאנצע אויסשטעל ווייזט וואס דאס איז. און ווי איך האב געשריבן פריער, ווי אזוי מיינסטו מען גייט זיצן דארט? מיטן היט און גארטל?

איינס: זיך אריינצוברענגען די הרגשים גייט דורך נגינה,
צוויי: דאס איז וואס איך האב געשריבן, אז אויב מאכט מען דאס אויף א פראסטע וועג איז דאס א פראבלעם,
ס׳נעמט נישט אוועק אז די געדאנק איז פארט א גוטע,
נישט ווי געוויסע וואס קוקן אן די עצם רעיון ווי א הירוס, אין מגשם זיין די סדר נאכט,

עס איז דא נאך וועגן ווי אזוי ארייינצוברענגען הרגשים - פאר רוב נארמאלע חסידישע אידן וועט א גוט שטיקל מאור ושמש אדער תפארת שלמה מאכן די טריק נאך אסאך בעסער!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובה דורך טעם וריח »

אפשר קומט עס נישט דא אריין אין דעי אשכול אבער ליידער די גאנצע מארקעטינג היינט איז וועי-אוף...

נעכטן הער איך אויף 'קול מבשר' א עד פון 'גפן' ממש א איד איז געפערליך אויפגערעגט אזאש ער בייזערט זיך אז זיין הויז איז ליידיג פסח!!! קומט א צווייטער און 'בארויגט' איהם 'פארוואס ביזטו אזוי אנגעצויגן?? אמער 'גפן' שטעלט צו אלעס פאר דיין קאך... און ער רעכנט אויס אלע מיני פסח פראדאקטן ...

רבונו של עולם!! די אלע זאכן זענען בדוחק 'אפשר' פאר קינדער.. אונז האט מען מחנך געווען אז 'טאטעס' עסן נישט פסח אלעס !! אין שטוב מישט מען זיך נישט!! און ניין מען הונגערט נישט!! קענסט עסן פאטעיטאס אייער פלייש און זיין זאט!!

און אונזערע קינדער הערן דאס און דאס גייט אריין אין קאפ!! סא וואס פארלאנגסטו פון זיי? פארוואס זאל זיין 'הכנה' צום סדר נישט זיין קומזיץ און בשר?? ודי בזה.
על "טעם וריח" אין להתווכח
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

תגובה דורך בלעכענער פנים »

פונקט ווי די פארשטייסט אז ווען א מארישקע באזיגט א לעמפערט איז עס זייער זייער פאני די זעלבע איז ווען מ'מאכט א הכנה צום ליל שמורים מיט זינגערס איז לית מאן דפליג אז ס'איז טויט פאריקט...אין פארדעם דינגט זיך קיינער נישט (כמעט)
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובה דורך nmi »

תענית חלום האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:איך זע די נאכט אלץ א פיינע אינטערהאלטונג, און איך כאפ נישט פון מענטשן נעמען די רעכט עס צו קריטעקירען.

עס איז א גרויסע וועלט און יעדער שאפט זיינע הנאות דיפרענדלי, איינער דורוך האקען בשר, א צווייטער דורוך פארען צו רבי שמעון בן יוחאי מיט ר מייליך בידערמאן דורוך האטעל כנען, א דריטער מיט אברהם מרדכי שווארטץ און שירה, א פערטער מיט א נסיעה לימינוב רב שליט"א, א פיפטער מיט......, הצד השווה שבהן אז עס איז 2019, און מענטשן ווילן לעבן א הנאה'דיג לעבן, און געבן אויס געלט פאר די זאכען.

אידן און אידשקייט איז גרויס, יעדער האט זיך זיינע עצבים און מהלכים, לאזט אייך אפ פון מחנך זיין אנדערע און קלאגען אויפן דור.

די איווענט פאסט אפשר נישט פאר סענדז סטרירט, אבער פאר די מענטשן וואס גייען איז עס גוט.

אלעס פיין און וואויל, גארנישט ראונג פון דעם מעמד. אבער ווי איינער האט שוין ערווענט האט דער דעזיינער געטון אן עולה מיטן מאכן ליצי ליצנות פון די סדר נאכט.

ער וואלט געמעגט שרייבן אז וויבאלד אין שטוב איז נישטא קיין עסן שטעלן מיר צו... אבער מאכן ד' כוסות, שולחן עורך, וכו', א חסידישע פארברענג און הכנה צום ליל התקדש החג מיט בדחנים און כוסות, איז נישט אידישליך.

איך האב אויך נישט געוואלט ארויף ברענגען די אלע משלים וואס דו האסט געשריבן. אבער דער אמת איז אז די אלע משלים וואס די שרייבסט זענען "איין שטיק גשמי!" פון אנהויב ביזן סוף. עס האט נישט קיין שום אפעקט אויף די אלע משתתפים, עס טוישט נישט גארנישט אין זייער מהלך החיים און עס איז זיי נישט מחייב צו טוהן עפעס מיט די אלע מאמרים און שיינע ווערטער וואס מען הערט זיך אן.

איך קום נישט דא קרעטיקירן ח"ו די אלע חשובע מגידים. איך קען אויך אידן וואס האבן געטוישט זייער לעבן דורך די שיעורים פון רבי אלימלך בידערמאן ועוד. אבער די אידן זענען נישט געפארן קיין כנען און שטייען נישט און זינגען ביי ציונים הק' ניגונים וואס א היינטיגע "2019" מוח האט אויפגערטאכט נאכן זיך אנהערן מיט ווער ווייסט וואס. די אידן וואס האבן אנגעהויבן לעבן מער מיט אמונה און בטחון א דאנק ר' מיילעך זענען די וואס גרייטן זיך צום יום טוב מיט א חסידיש ספר, מיטן לערנען הלכות החג, פארשטיין די טייטש פון "פקודא בתר דא" ועוד.

קאנסילמאן האט געשריבן:...און איך כאפ נישט פון מענטשן נעמען די רעכט עס צו קריטעקירען....

איך כאפ יא. איך מוז נישט מסכים זיין צו יעדע נייע משוגעת וואס עס פאלט איין א זינגער - וואס עס דאכט זיך אים אז ער גייט באקומען נאך אפאר פענס... - אז דאס איז חסידיש און אידיש. איך האב רעכט זיך צו זארגן אויף די עתיד פון מיינע קינדער ווען דאס "ווערט נארמאל"

קאנסילמאן האט געשריבן:...הצד השווה שבהן אז עס איז 2019, און מענטשן ווילן לעבן א הנאה'דיג לעבן, און געבן אויס געלט פאר די זאכען....

אמת. אבער מאך עס נישט פאר די "חסידישע ווארימע פארברענג"!!! און די פאקט אז מענטשן טוהן עס, מאכט עס נאכנישט ריכטיג!!!

קאנסילמאן האט געשריבן:....אידן און אידשקייט איז גרויס, יעדער האט זיך זיינע עצבים און מהלכים....

אפשר זאגסטו מיר וועלכע "מהלך" דאס איז? א סעמפל פון די פריערדיגע גדולים וואס האבן זיך געגרייט צום סדר מיטן פרעסן פלייש און זויפן וויין...... איך האב נישט געהערט פון אזא גדול פון די פריערדיגע דור...

קאנסילמאן האט געשריבן:...די איווענט פאסט אפשר נישט פאר סענדז סטרירט, אבער פאר די מענטשן וואס גייען איז עס גוט.

איך בין נישט פון סענדז סטריט און רוב מענטשן וואס גייען גיין האלטן נישט דארט. וואס איך מיין צו זאגן איז אזוי: איך קען א בחור'ל, 16.5 יאר אלט, שוואך אין לערנען, בין הזמנים העלפט ער זיין טאטע ביי די ארבעט. בעצם איז די שטוב א פיינע ווארימע חסידישע שטוב, מען פארברענגט שיין סעודות שבת, דער טאטע פראבירט וויפיל ער קען אריינצולייגן א חיות אין זיינע קינדער. למעשה, היינט אין די "סענסא קליפ" דעי ענד עידזש איז אים זייער שווער אוועקצורייסן זיין בחור פו יעדע נייע סידי וואס קומט ארויס, וויפיל ער פראבירט אוועק-צו-ריקן זיין בחור'ס אינטערעסן, אלץ פאלט ער צוריק צו מוזיק.

יעצט די בחור, ווען ער זעהט די "עד" אז מען גייט מאכן א "הכנה צום ליל הסדר" קומט ער צו לויפן, טאטי, קוק. איך מוז גיין! די טאטע פון זיין זייט כאפט נישט פונקליך וואס גייט זיין דארט, און טראכט זאך איך יא לאזן אדער נישט. פון איין זייט, ס'איז פאר פסח, מען דארף העלפן אין שטוב, מען דארף לערנען מיט די קינדער, מען דארף מאכן א הכנה כדבעי'. אבער פון די צווייטע זייט, מיין זוהן איז נישט מצליח אין ישיבה, ער קען ניצן די "אויטינג" מען דארף זיך דאך אמאל אויס'דזשוכען, אפשר וועט עס אים אביסל מחזק זיין.

יעצט, ווען די וועסט באמת פרעגן ביידע פון זיי וועסטו זעהן אז נישט די בחור און נישט די טאטע האלטן ביי די דרגה אז עס "פעלט אויס". ביידע זענען איינשטימיג אז "עס איז נישט אין פלאץ און נישט אין צייט". נאר וואס דען, אז מען מאכט שוין, עס קומט ממילא פאר, איז פארוואס זאל מען נישט גיין. מען דארף דאך געבן פארן בחור אביסל "2019 פאזיטיוו", וואס קען דען שאדן. און מיין נישט אז עס וועט זיין גענוג, איך בין זיכער אז דער "16.5 יעריגע - כיתה ה' אינגל" האט שוין זיין טיקעט צום "א-ו-נ-ט-ע-ן פ-ל-ע-י ......... און רעד דיך אפי' נישט איין אז עס גייט אים מאכן אויפשטיין אין צייט צו זמן קרי"ש און עס גייט אים נישט העלפן מאכן א סיום ערב פסח, ווי אויך נישט העלפן מיטזאגן די הגדה בעסער. אפשר וועט ער זינגען די הגדה..... די מעמד אדיר ומרומם פונעם הכנה גייט נישט אריינברענגען ערענסטקייט אין דעם בחור - כ'האב נישט קיין שום ספק און דעם. אפשר וועט ער העלפן פאר נאך צוויי שעה מאכן פסח'דיג די ספרים, אבער די "לאנג טערם אפפעקט" וועט עס ברענגען מער שאדן ווי ריווח.

און האק נישט אוין קאפ אז די "עולה איז נאר די דעזיינער" - קוק אויף די קליפ וואס איז פריער געברענגט געווארן, הערסטו די זעלבע "טאלקינג פוינטס"..........

און פון די אלע "שנאת חינם" "אהבת ישראל" אידן וויל איך פרעגן, פארוואס קענסטו אלעמאל טרעפן א תירוץ אויף די לינקע און קיינמאל אויף די רעכטע? פארוואס מוז איז ליב האבן דעם פראסטן איד און זיך צו שטעלן צו אים, און ער קען עס קיינמאל נישט טוהן פאר מיר??? פאר וואס מוז איך אלעמאל פארשטיין די שוואכע איד? פארוואס קען ער נישט אמאל מיך פארשטיין?

נו שוין. האבעך געמיינט אז ס'וועט נעמען עטליעסט 20 יאר צו זעהן אזא תגיבה אבער ליידער...

ר"ל
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובה דורך תענית חלום »

טעם וריח האט געשריבן:אפשר קומט עס נישט דא אריין אין דעי אשכול אבער ליידער די גאנצע מארקעטינג היינט איז וועי-אוף...

נעכטן הער איך אויף 'קול מבשר' א עד פון 'גפן' ממש א איד איז געפערליך אויפגערעגט אזאש ער בייזערט זיך אז זיין הויז איז ליידיג פסח!!! קומט א צווייטער און 'בארויגט' איהם 'פארוואס ביזטו אזוי אנגעצויגן?? אמער 'גפן' שטעלט צו אלעס פאר דיין קאך... און ער רעכנט אויס אלע מיני פסח פראדאקטן ...

רבונו של עולם!! די אלע זאכן זענען בדוחק 'אפשר' פאר קינדער.. אונז האט מען מחנך געווען אז 'טאטעס' עסן נישט פסח אלעס !! אין שטוב מישט מען זיך נישט!! און ניין מען הונגערט נישט!! קענסט עסן פאטעיטאס אייער פלייש און זיין זאט!!

און אונזערע קינדער הערן דאס און דאס גייט אריין אין קאפ!! סא וואס פארלאנגסטו פון זיי? פארוואס זאל זיין 'הכנה' צום סדר נישט זיין קומזיץ און בשר?? ודי בזה.

איך האב אמאל געהערט א גוט ווארט פון איינעם:
"איינער וואס דארף יעדע פינף מינוט אן אינדזשעקשן - באלאנגט אין שפיטאל"

און די זעלבע איז מיטן נפש אויך...
פארשפארט

צוריק צו “היכל הנגינה”