אומאפיציעל האט געשריבן:קענדי, דו ביזט זייער גוט, און דיין אישי בריוו איז נאך בעסער, איך לאז מיינע קינדער טיילן קארטלעך פאר טאטעס כאטשיג איך שטופ זיי נישט דערצו, און ב"ה אז מיינע קינדער זענען נישט קיין מחוצפים.
איינער וואס האט נישט קיין פראבלעם אז מיין קינד זאל זעהן אז ער האט א גרויסע שיינע גלאנציגע אינטערעסאנטע ציהענדע סמארטפאון, קומט זיך אים אפאר בהמה קארטלעך, איך האב נישט די קוראזש עס אים צו זאגן אין פנים אריין, זאל ער באקומען די מעסעדזש דורך אפאר שומרים קארטלעך, זייער פיין, קומענדיגע מאל זאל ער האלטן די סמארטפאון אין טאש אדער עס נוצן אין ביהכ"ס אזוי ווי קענדי האט אזוי שיין ציטירט פון מר. אישי.
און ניין! די שומרים קארטלעך זענען נישט געמאכט צו מחנך זיין טאטעס! אבסעלוט נישט! עס איז געמאכט צו אריינפרעגלען אין קינדער א גרינגשעצונג און א עקל פון די טמא'נע סטרא אחרא טעלעפאנען!! און ב"ה אז עס ארבעט! דאס וואס טייל קינדער נוצן דאס צו געבן פאר טאטעס מיט סמארטפאונס איז א אייגענע אינציאטיוו וואס קינדער מיט גאטס נעמען אונטער.
פיין סאמערייזד!