ב״פ-וויליאמסבורג סאבוועי

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זכריהו
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 12:47 pm

ב״פ-וויליאמסבורג סאבוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריהו »

נעכטן ביים לויה פונעם סקולענער רבי זצ״ל, ווען מען האט רעקאמענדירט נישט צו קומען מיט קארן צוליב די פארשלאסענע גאסן, איז קיינעם נישט בייגעפאלן אין ווילדסטן מחשבה: די ב״פ וויליאמסבורג באס קאמפאני... און איך וועל נישט אריינגיין פארוואס, ווייל נישט דאס איז מיין ציל.

טויזענטער אידן זענען אבער געוואר געווארן צום ערשטן מאל, אז די טרעין פון וומסב״ג צו ב״פ איז בכלל נישט אזוי קאמפליצירט, און קען אפילו דויערן שנעלער ווי די באס.

פרויען האבן א שטיקל פראבלעם פון גיין מיט די טרעין און ארויפגיין אזויפיל שטיגן מיט זייערע קערידזשעס, אבער סתם אזוי, ווען מען גייט אן א קערידזש, איז עס די בעסטע זאך! מען קען זיך אויסרעכענען ווען מען גייט אנקומען, עס איז נישט דא קיין טרעפיק, נישט קיין אנגעשטאפטע טרעינס, מען דארף נישט ״ארויפלויפן״ כאפן א פלאץ.... וד״ל. דאס איז זיכער אז די סאבוועי האט צובאקומען אסאך נייע קאסטומערס נעכטן.

וועלכע טרעינס צו נעמען בין איך נאכנישט אזוי זיכער, מען קען אנקומען ביי 18 עוו, אדער ביי ניו יוטריק. איך עפן דעם אשכול פאר די אידן וואס קענען זיך גוט אויס, דאס אויסצוקלארן איינמאל פאר אלעמאל, אויב שייך מיט מאפעס.
אוועטאר
שמשון הגיבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמשון הגיבור »

נישט נאר איז עס שנעל, ס׳איז נאך אומזינסט אויך...

viewtopic.php?p=1899300#p1899300
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

עס איז נישט קיין שנעלע וועג. אבער די געגנט פון 18 און מקדאנעלד איז די שנעלסטע.
מנעמט אדער די JMZ ביי בראדוועי, טויש צו די F ביי די ערשטע סטאפ און ויסעו.
אדער קענסטו נעמען פון ניי וויליאמסבורג די G. סגייט ביז Church and McDonald.
קענסט דארט ארפאגיין אדער טוישן צו די F.
אנצוקומען צו די ניו יוטרעקט געגנט מיט די D טרעין איז לענגער. רעכן פון בראדוועי א גוטע ,50 מינוט לכל הפחות.
מנעמט די M train. טויש צו די D train by Broadway and Lafayette.
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

AC70FC24-B74C-453F-8940-0D9532EE557E.jpeg
AC70FC24-B74C-453F-8940-0D9532EE557E.jpeg (180.5 KiB) געזען 2109 מאל
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

שמשון הגיבור האט געשריבן:נישט נאר איז עס שנעל, ס׳איז נאך אומזינסט אויך...

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 0#p1899300

אומזינסט? דאס איז דאך די וועג ארויס נישט די וועג אריין.
.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

פון ניי וויליאמסבורג קיין בארא פארק איז זייער גרינג און שנעל מיט די טרעין

(עס לוינט זיך צו טוישן צום עפ טרעין ביי 7 עוועניא, ווייל אויב עס געלונגט אן עקספרעס טרעין שפארט עס אפאר מיניט.
אטעטשמענטס
bp wili.PNG
bp wili.PNG (547.47 KiB) געזען 2048 מאל
.
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

יא, איך ניץ עס אסאך מאל, עכ"פ ווינטער ווען די פריצות איז נאכנישט גרויס, מען קומט אן מיט א גראדן קאפ, נישט צאמגעבראכן און אויפגעשאקלט ווי א לולב
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

פארט קיין ב"פ מיט די סיטי באס
viewtopic.php?t=6844
.
זכריהו
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 12:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריהו »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:פון ניי וויליאמסבורג קיין בארא פארק איז זייער גרינג און שנעל מיט די טרעין

(עס לוינט זיך צו טוישן צום עפ טרעין ביי 7 עוועניא, ווייל אויב עס געלונגט אן עקספרעס טרעין שפארט עס אפאר מיניט.


יא דאס האב איך נעכטן גענומען! איך בין געזיצן א האלבע שעה אויפ׳ן טרעין, די טרענספער אינמיטן איז ממש גארנישט, מען בלייבט שטיין אויפ׳ן זעלבן פלאץ און א אנדערע טרעין קומט גלייך אן.

מען קומט אן אינמיטן די היימישע בארא פארק, ביי 18 און 45. אויב וויל מען אנקומען אין יענע געגנט איז עס די בעסטע זאך.

די שאלה איז נאר אויב עס קען דויערן אזוי שנעל אויך ווען מען וויל אנקומען אויף 13 ביי ניו יוטריקט. ווייל נעכטן האב איך געוואקט א היפשע מהלך (עס איז נישט שלעכט פאר די געזונט).
אוועטאר
טשולענט בונדלעך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשולענט בונדלעך »

יא שוין א סאך מאל דאס גענומען ווי איידער נעמען די באס
אויב וואוינט מען אין בארא פארק נאנט צו ניו יוטריקט און מ'גייט קיין וויליאמסבורג נאנט צו בראדוועי, נעמט עס שנעלער ווי די באס און אסאך באקוועמער.
משפארט זיך איין, דאס וואקן צו 49, און אין וומסבג צו וואקן פון בעדפארד.
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

א פיינע מענטש האט געשריבן:יא, איך ניץ עס אסאך מאל, עכ"פ ווינטער ווען די פריצות איז נאכנישט גרויס, מען קומט אן מיט א גראדן קאפ, נישט צאמגעבראכן און אויפגעשאקלט ווי א לולב

איך בין נישט קיין פוסק אבער פאר א בחור איז עס זיכער נישט קיין גלייכע אפציע צו פארן מיט די טרעין.
און אפי' פאר א יונגערמאן איז עס אויך מלא נסיונות נישט נאר זומער נאר אויך ווינטער.
אויכעט דארף מען פארשטיין אז ס'איז א גרויסע חילוק ווען מ'פארט הונדרעטער אידעלעך אויפאמאל, ווי ווען מ'פארט איינער אליינס.
דאס אלעס איז ברחניות.

בגשמיות איז אויך נישט אזוי גלאנציג ווי ס'קוקט אויס.
כ'רעד נישט יעצט פון קיין גניבות וכדומה, נאר פון גענוג מעשיות וואס מ'האט שוין געהערט אינעם עבר - ובפרט מיט נשים וואס זענען געפארן אליינס ודי.
איך אליינס האב אמאל געהאט ווען איך בין געווען 3 שטאק אינטערערדיש אין די סאבוועי טיף אינמיטן מאנהעטן, ווען א שחור איז צוגעקומען צו מיר און אנגעהויבן צאמצושעלטן די אידן ווען ס'האט געשפריצט רציחה פון זיינע אויגן, און ער איז געקומען נענטער און נעטער צו מיר, ווען בחסדי ה' איז דער באן פונקט אנגעקומען און איך האב מיר שנעל געגעבן א מיש אויס מיטן עולם גולם...
ווער ס'וויל מחולק זיין מיט מיר קען געזונטערהייט - איך האב נאר געשריבן מיין בליק אויף די נושא.
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

א גרויסן ישר כח פאר'ן פותח האשכול, איך גלייב דאס גייט מיר אסאך צוניץ קומען, פשוט קיינמאל געטראכט פון דעם עצה.

די בעסטע וועג צו פארן פון ניו יוטריקט (א בלאק אוועק פון שומר שבת) צו פלאשינג אין יוניען, ממש ביי די היימישע געגנט.
Bp to willi.JPG
Bp to willi.JPG (57.98 KiB) געזען 1788 מאל
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

איך האב שוין לאנג געוואלט פארשלאגן פאר די MTA זיי זאלן קאננעקטן די ACG מיט די אטלענטיק בארקלעיס סטעשאן

איינע מיט קאננעקשאנס?
אטעטשמענטס
7fc77dd1-ba40-4c96-a006-ba38bf0cb517.jpg
7fc77dd1-ba40-4c96-a006-ba38bf0cb517.jpg (226.26 KiB) געזען 1741 מאל
.
אוועטאר
טשולענט בונדלעך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשולענט בונדלעך »

פריילעך אידל האט געשריבן:א גרויסן ישר כח פאר'ן פותח האשכול, איך גלייב דאס גייט מיר אסאך צוניץ קומען, פשוט קיינמאל געטראכט פון דעם עצה.

די בעסטע וועג צו פארן פון ניו יוטריקט (א בלאק אוועק פון שומר שבת) צו פלאשינג אין יוניען, ממש ביי די היימישע געגנט.
Bp to willi.JPG


עס איז פשוטער צו נעמען די D ביז בראדוועי לאפאיעט און דארט נעמען די M ביז Hews ביי בראדוועי, אזוי דארף מען נאר טוישן איינמאל די טרעין.
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

גערעכט, אויך נישט שלעכט. אבער קודם כל נאך א סטאפ איז גארנישט, געווענליך דארף מען נישט ווערטן מער ווי 2-3 מינוט, ווי אויך פארט דער טרעין אריין קיין מאנהעטאן און דארט נעמט מען דעם טרענספער, איך ווייס נישט ווי געוואנטשען דאס איז.
Bp to willi option 2.JPG
Bp to willi option 2.JPG (50.65 KiB) געזען 1684 מאל
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

די f איז זייער א פאפולאלער ליין און עס פארט זייער אפט.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:איך האב שוין לאנג געוואלט פארשלאגן פאר די MTA זיי זאלן קאננעקטן די ACG מיט די אטלענטיק בארקלעיס סטעשאן

איינע מיט קאננעקשאנס?


כהעל איבער געבן :smile:
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

בעריש'ל האט געשריבן:די f איז זייער א פאפולאלער ליין און עס פארט זייער אפט.


יא יא, דאס איז גוט פאר מעקדאנעלד/ 18 עוועניו געגנט, די F פארט דאך נישט אויף ניו יוטריקט.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

געפארן נעכטן ביידע וועגן מיט'ן טרעין

בגשמיות - געווען היבש פראקטיש. בפרט לויט די נעכטיגע אומשטענדן.

ברוחניות - זייער ווייט פון גוט!
(נעכטן איז נישט געווען קיין זומער טאג, אבער מיט דעם אלעם. ווער רעדט נאך ווען ס'וואלט אויסגעקומען אין די ראש-אוער שעה'ן)

סוף פסוק: א איד צו זיין איז טייער, אבער א איד צו זיין איז גוט!!!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
elter-zeide
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 4:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elter-zeide »

בגשמיות איז דע טרען נישט ארגער אווי וווינען אין וולמסברג איך פאר מיט דע טרען כמעט איבעראל, פון וולימסבורג צי באראפארק, אויך צי מאנהעטען אפילו ביז דע בראנקס, ווען עס איז נישט ראש אהערס איז עס זייער באקוועם, איך האב שוין מסיים געווען א מסכת ווען כאב געמיסט פארען טעגליך פאר 3 חדשים באזיכען מיין מאמע ע"ה אין ענ וויי יו שפיטאל, נישט דא וואס מורא צי האבען, י
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

פאר א בחור נישט. עס איז דא א געוויסע געמיינע עד וואס לויפט שוין יארן, נאכדעם איז דא אנדערע געמיינע דא דארטן.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

אז מען רעדט שוין פון סאבוועי
די MTA גייט ארויף מיט די פרייזן פאר די וועכענטליכע מעטרא קארט פון $32 צו $33 דאלער.
און 30 טאגיקע מעטרא-קארד גייט ארויף פון $121 צו $127 דאלער.
ווי אויך גייען זיי מער נישט געבן די 5% באנוס פאר די רעגולער מעטרא-קארד.

אויב ניצט איר די טרעין נאר צו גיין צו די ארבעט 5 טעג א וואך קומט אויס אז די געהעריגע קארטל קאסט $121.00 פער חודש (22 ביזנעס טעג), און די 30 טאגיקער קארטל איז $6 טייערער, און לוינט זיך מער נישט.
אויב איר מאכט מער ווי איין טרענספער פער טריפ לוינט זיך יא די חודשליכע קארט.

אויך איז גיט צו נעמען אין באטראכט אז ווען מען קויפט די 30 טאג קארטל אין א פרייטאג האט מען נאר 21 ביזנעס טעג עס צו נוצן, אבער ווען מען קויפט עס פון מאנטאג ביז דאנערשטאג האט מען 22 ביזנעס טעג עס צו נוצן.
.
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

הלשון האט געשריבן:געפארן נעכטן ביידע וועגן מיט'ן טרעין

בגשמיות - געווען היבש פראקטיש. בפרט לויט די נעכטיגע אומשטענדן.

ברוחניות - זייער ווייט פון גוט!
(נעכטן איז נישט געווען קיין זומער טאג, אבער מיט דעם אלעם. ווער רעדט נאך ווען ס'וואלט אויסגעקומען אין די ראש-אוער שעה'ן)

סוף פסוק: א איד צו זיין איז טייער, אבער א איד צו זיין איז גוט!!!

;l;p- מ'זאגט נאך פון איינס פון די צדיקים אז א איד צו זיין איז שווער, אבער א איד צו זיין איז גוט, און אז ס'איז גוט איז עס שוין נישט שווער.
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

משהלע האט געשריבן:פאר א בחור נישט. עס איז דא א געוויסע געמיינע עד וואס לויפט שוין יארן, נאכדעם איז דא אנדערע געמיינע דא דארטן.

משה'לע טייערע כ'האב פאר דיר נייעס אז די געמיינע עד'ס שאדט פאר א אינגערמאן אויך, און אפשר אויך פאר אן עלטערע איד... (דאס דארפסטו זיי פרעגן).
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

elter-zeide האט געשריבן:בגשמיות איז דע טרען נישט ארגער אווי וווינען אין וולמסברג איך פאר מיט דע טרען כמעט איבעראל, פון וולימסבורג צי באראפארק, אויך צי מאנהעטען אפילו ביז דע בראנקס, ווען עס איז נישט ראש אהערס איז עס זייער באקוועם, איך האב שוין מסיים געווען א מסכת ווען כאב געמיסט פארען טעגליך פאר 3 חדשים באזיכען מיין מאמע ע"ה אין ענ וויי יו שפיטאל, נישט דא וואס מורא צי האבען, י

ווען מ'האט נישט קיין ברירה איז איין זאך, אבער עס צו קובע זיין פאר א לכתחילה דארף מען וויסן צו ס'גייט נישט אריין אין גדר פון אי איכא דרכא אחרינא נקרא....
כ'ווייס נישט פון וועלעכע צייטן דו רעדט'ס אבער היינט קען מען עפענען א חסד אקאונט צו פארן און קומען צו א חולה אין שפיטאל, איך זאג נישט אז מ'מעג זיי סתם אזוי אויסנוצן ווען מ'קען זיך אן עצה געבן אן דעם, אבער דאס איז די שאלה צו דעיס הייסט זיך אן עצה געגעבן.
נאכדעם וויל איך נישט זאלסט זיין ברוגז אבער דו ביסט הונדרעט פראצענט נישט גערעכט מיט וואס דו שרייבסט אז פארן מיט די טרעין איז נישט ערגער ווי וואוינען אין וויליאמסבורג, איך וואוין אין וומס"ב אין א דירעקטע שלעכטע און גוי'אישע געגענט, און ס'איז אינו דומה מיט וואס מ'זעט זיך צוזאם אויף די באנען, ומה גם ווען מ'געפינט זיך אין איין קליינע צימער אינאיינעם פאר די צייט וואס מ'פארט... ודי.
כ'גלייב נישט אז דו האסט דעיס געמיינט צו זאגן. פינטל.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”