בד"ה גאב"ד ב"ב הגרמי"ל לנדא זצוק"ל

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

די צוויי נייע רבני בני ברק
אטעטשמענטס
IMG_20190331_075617.jpg
IMG_20190331_075617.jpg (67.61 KiB) געזען 2956 מאל
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19932
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

יציב פתגם האט געשריבן:
פעלעד האט געשריבן:מיט ישועות משה


דאס איז הגאון רבי חיים קרייזווירטה זצ"ל אב"ד אנטווערפען

קען זיין.
אבער עטליכע האבן געשריבן אז ס'איז הרב לנדא.

yeshias mosh.JPG
yeshias mosh.JPG (143.79 KiB) געזען 2918 מאל
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

א וודאי ס'איז רב לנדא
אץ קוצץ
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אץ קוצץ »

zugurnish האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:ביי הפרשת תרומות ומעשרות אין די אר"י דיגע ווייץ, פאר גענוי 8 חדשים צוריק כ"ה מנ"א תשע"ח
ווערט געזעהן אונטער דעם רב שליט"א, בנו ממשיך דרכו הרה"ג ר' יצחק שליט"א, נעבן איהם הרב מרדכי קרליץ זוהן פון הגר"נ קרליץ שליט"א. אויך ווערט געזעהן אין צווייטן זייט, הגרח"י כהן שליט"א פון וועד הכשרות פון העה"ח

איך ווייס נישט וועמען דו רופסט די רב שחיט"א אבער לויט שמועות פון אונטערן טיש בלייבט דער זון בלויז מיטן טוטל ראש מערכת הכשרות און עס ווערן אויפגענומען צוויי רבני העיר, דער רב החסידים איז הג"ר משה שאול קליין, און דער רב הליטאים הייסט יעצט רבי יהודה ארי' דינער. ביידע זענען פראמינענטע פוסקים און באקאנטע גאונים אין בני ברק.

מען האט מכריז געווען אז מען נעמט אויף צוויי רבנים זיין זון ר' אייזיק און הרב שבח רוזנבלט מטעם הליטאים און זיין ןועלן ארבעטן צוזאמן


למען הדיוק:
מען האט אויסגעריפען אז: כל עניני הכשרות והדת בעיר וועט געפירט ווערען דורך בנו ממלא מקומו הרב חיים יצחק אייזיק לנדא אין הרב שבח רוזנבלאט, בשיתוף פעולה מלא.
לעצט פארראכטן דורך אץ קוצץ אום זונטאג מארטש 31, 2019 8:34 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אץ קוצץ
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אץ קוצץ »

IMG-20190331-WA0091.jpg
IMG-20190331-WA0091.jpg (101.63 KiB) געזען 2895 מאל
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מען ברויך פערשטיין דעם צווישנשייד וואס דא גייט פאר ווען מען זאגט אז דער ווערט שטאט'ס רב און דער נעמט איבער די מערכת הכשרות. הרב לאנדא איז געווען דער שטאט רב, אומאויפגענומען... א שטייגער וואס מען רופט ביינונז ירושלימ'ער רב, וואס ער איז אין דער ווארהייט דער אב"ד פון א פראקציע וואס רופט זיך העדה החרדית. הרב לאנדא אין בני ברק איז געווען דער רב פאר די חסידישע געמיינדע. די ליטווישע האבען זיך גאר שטארק געגענגעשטעלט, - טראץ זיין זיין א תלמיד פון ישיבת פאניוועז - צוליב אים זיין פון חב"ד, וואס עס האט נישט אזוי שורר געווען צו א גרויסע אהבה צווישן זיי. די ליטווישע שחיטה פון שארית ישראל איז געווען א אפענטפער אויף די הכשר פון הרב לנדא. ווי אויך האט דאן די הכשר פון מחזיקי הדת זיך געוואלט אריינברעכן אין בני ברק דורך געבן השרים אויף געשעפטן פון וואס הרב לנדא האט אראפגענומען די השגחה. אבער טראץ אלעם איז ער געבליבן מיט דעם נאמען רב ואב"ד בני ברק.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

אץ קוצץ האט געשריבן:
IMG-20190331-WA0091.jpg

ר-ל
אדמו"ר מזוטשקא, אדמו"ר מגארליץ, הרב טוביאס, הרב שמואל אליעזר שטרן, הרב לאו, אדמו"ר מויז'ניץ, אדמו"ר ממאכנובקא בעלזא
אץ קוצץ
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אץ קוצץ »

IMG-20190331-WA0088.jpg
IMG-20190331-WA0088.jpg (295.8 KiB) געזען 2867 מאל
לעצט פארראכטן דורך אץ קוצץ אום זונטאג מארטש 31, 2019 8:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

zugurnish האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:ביי הפרשת תרומות ומעשרות אין די אר"י דיגע ווייץ, פאר גענוי 8 חדשים צוריק כ"ה מנ"א תשע"ח
ווערט געזעהן אונטער דעם רב שליט"א, בנו ממשיך דרכו הרה"ג ר' יצחק שליט"א, נעבן איהם הרב מרדכי קרליץ זוהן פון הגר"נ קרליץ שליט"א. אויך ווערט געזעהן אין צווייטן זייט, הגרח"י כהן שליט"א פון וועד הכשרות פון העה"ח

איך ווייס נישט וועמען דו רופסט די רב שחיט"א אבער לויט שמועות פון אונטערן טיש בלייבט דער זון בלויז מיטן טוטל ראש מערכת הכשרות און עס ווערן אויפגענומען צוויי רבני העיר, דער רב החסידים איז הג"ר משה שאול קליין, און דער רב הליטאים הייסט יעצט רבי יהודה ארי' דינער. ביידע זענען פראמינענטע פוסקים און באקאנטע גאונים אין בני ברק.

מען האט מכריז געווען אז מען נעמט אויף צוויי רבנים זיין זון ר' אייזיק און הרב שבח רוזנבלט מטעם הליטאים און זיין ןועלן ארבעטן צוזאמן

פארוואס מאכט מען נישט קיין וואלן?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

אץ קוצץ האט געשריבן:
IMG-20190331-WA0075.jpg


IMG-20190331-WA0088.jpg

די ערשטע בילד איז נישט פון היינטיגע לוי' [די לוי' איז נישט דורכגעגאנגען דארט בכלל] ודי
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

די לוי' קומט אהן יעצט צו ישיבת חב"ד אין ירושלים

מ'ען עס לייוו מיטהאלטן דא:
http://www.col.org.il/show_news.rtx?fro ... tID=117335
אץ קוצץ
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אץ קוצץ »

אבן יקרה האט געשריבן:
אץ קוצץ האט געשריבן:
IMG-20190331-WA0075.jpg


IMG-20190331-WA0088.jpg

די ערשטע בילד איז נישט פון היינטיגע לוי' [די לוי' איז נישט דורכגעגאנגען דארט בכלל] ודי

צודק, מחקתי.
אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהלום »

zugurnish האט געשריבן:
נתן בן ופסי האט געשריבן:ער וויל נישט אז זיינע קינדער זאלן איבער נעמען די הכשר? איינער ווייסט עפעס מער פון דעם?

זיין זון ר' אייזיק האט שוין אנגעהייבן בחייו זיין אחראי אויף די כשרות

היינט און המבשר
אטעטשמענטס
Annotation 2019-03-31 154638.png
Annotation 2019-03-31 154638.png (106.13 KiB) געזען 2811 מאל
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלמוני »

הרב רוזנבלט איז א איידעם ביי הגאון רבי ניסים קרליץ?
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

אלמוני האט געשריבן:הרב רוזנבלט איז א איידעם ביי הגאון רבי ניסים קרליץ?


אשתו, מאשה רחל, בתו של הרב יצחק שינלזון שהיה ממנהלי כולל חזון איש
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

צו געזונט האט געשריבן:מען ברויך פערשטיין דעם צווישנשייד וואס דא גייט פאר ווען מען זאגט אז דער ווערט שטאט'ס רב און דער נעמט איבער די מערכת הכשרות. הרב לאנדא איז געווען דער שטאט רב, אומאויפגענומען... א שטייגער וואס מען רופט ביינונז ירושלימ'ער רב, וואס ער איז אין דער ווארהייט דער אב"ד פון א פראקציע וואס רופט זיך העדה החרדית. הרב לאנדא אין בני ברק איז געווען דער רב פאר די חסידישע געמיינדע. די ליטווישע האבען זיך גאר שטארק געגענגעשטעלט, - טראץ זיין זיין א תלמיד פון ישיבת פאניוועז - צוליב אים זיין פון חב"ד, וואס עס האט נישט אזוי שורר געווען צו א גרויסע אהבה צווישן זיי. די ליטווישע שחיטה פון שארית ישראל איז געווען א אפענטפער אויף די הכשר פון הרב לנדא. ווי אויך האט דאן די הכשר פון מחזיקי הדת זיך געוואלט אריינברעכן אין בני ברק דורך געבן השרים אויף געשעפטן פון וואס הרב לנדא האט אראפגענומען די השגחה. אבער טראץ אלעם איז ער געבליבן מיט דעם נאמען רב ואב"ד בני ברק.

מען ברויך פארשטיין אז ער איז געווען אב"ד בני ברק אין יעדן אינזיכט, אנדערש ווי דאס וואס מיר רופן אן ירושלימ'ער רב און דאס באדייט נאר די עדה החרדית, ווייל די אנדערע קהלות זענען בכלל נישט סרים למשמעתם פון די רבני עדה החרדית אין קיין שום הינזיכט, איז אבער דער רב זצ"ל יא געווען רב בני ברק , און יעדער, יעדער, איז געווען סרים למשמעתו אין יעדן ענין.

אפילו די ליטוויקעס האבן אים געוואלט אונטער האקן די פוס כסדר צוליב זייער אומפארשטענדליכע שנאה צו ליובאוויטש, האט אבער דער רב זצ"ל ריינעם אית און אומבויגזאמקייט מצליח געווען צו פירן די שטאט ביד רמה, די שארית ישראל שחיטה איז ווייט נישט מצליח און אנערקענט ווי הרב לאנדא'ס, בכלל נישט פאסיג בכלל צו ווערן אנגערופן אן אפענטפער.

סיי אין מערכת הכשרות, וואס האט נישט בלויז באדייטעד אז ער געבט א השגחה אויף פירמעס, וואס אויך אין דעם קען מען זאגן אז ער איז ממש געווען א יחיד בדורו, נאר אלס רב האט ער פאקטיש געפירט די כשרות פון די שטאט מיט א געוואלדיגע תקיפות, ווער ס'האט נאר געוואלט עפענען א געשעפט, א ליטוואק צי חסיד צוגלייך, האט געוואוסט אז ס'קען נאר האבן איין השגחה: הרב לאנדא, אויב וועט דאס האבן שארית ישראל וועט זיך דאס צומאכן אין די זעלבע וואך.

ווער געדענקט דען נישט די פייערדיגע דרשה וואס ער האט געהאלטן עטליכע יאר צוריק ווען ער האט אראפ גענומען זיין השגחה פון שטראוס, דאס האט געדויערט דריי שטונדן! דארט האט ער אראפ געלייגט בפרטי פרטיות די גאנצע מצב הכשרות בכלליות, און עקסטער ביי די פלייש מארקעט, למעשה האט ער צום סוף צוריק געלייגט זיין השגחה נאר אויף זייער אייז קריעם.

צי איז דאס געווען ביי די עוף הבראקל, וואס ער האט ממש אראפ געשטעלט דעם חותם דערויף, נאך אים האט זיך שוין קיינער נישט געוואגט ארויס צו קומען זאגן אנדערש, און מיט וואספארא תקיפות יענער בריוו איז געשריבן געווארן, אומצוויידייטיג! אומבויגזאם, אפילו אידן האבן שאדן געהאט מיליאנען, וואס דאס האט ער אויך אדרעסירט אין זיין מכתב!

אזוי אויך אין אלע אנדערע ענייני העיר איז ער פערזענליך געשטאנען בראש אין יעדן ענין וואס מ'האט נאר געוואלט אדורך פירן, קעגן סיי וועלכע פירצה, און סיי וועלכע תיקון ס'האט נאר אויסגעפעלט צו מאכן, לא נשא פני איש, און מיט זיין גראדקייט און ערליכקייט האט ער מצליח געווען צו אייננעמען די שטאט, טראץ וואס אנדערע האבן אים שטארק געוואלט אונטער ברעכן, יא, אלע קרייזן אן אויסנאם זענען געווען סרים למשמעתו, ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן!! און נישט ווי @צו געזונט וויל אים אוועק שטעלן אלס רב פון געוויסע קרייזן.

אויסער דעם איז דער רב זצ"ל געווען א געוואלדיגער גאון בתורה, וואס דער חלק איז ווייניגער ארויס געקומען אין דער עפנטליכקייט, צוליב זיינע אנדערע טעטיגקייטן אין הנהגת העיר, אבער ער איז געווען א גאון הגאונים, ממש כל רז לא אניס לי'.

אין מיט דעם וואס מ'נעמט יעצט אויף צוויי רבנים זעט מען באשיינפערליך דעם געוואלדיגן חלל, ממש לא הניח דוגמתו וואס זאל קענען זיין רב אויף אלע קרייזן אויפאמאל, מ'מוז שוין מאכן עטליכע, אין ענגליש זאגט מען אז אזא רב איז א discontinued item, א דמות פון א פארצייטישער רב בישראל, א גבר בגברין, וחבל על דאבדין ודלא משתכחין.

תורה תורה חגרי שק והתפלשי באפרים, אבל יחיד עשי לך מספד תמרורים, מי ילחום מלחמתך וישוב לשערים, כלי מלחמה אבדו ונפלו גיבורים, אשריהם משכילים כרקיע זוהרים, במנוחות שלום נחו ישרים!
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

היטשינער האט געשריבן:יעצט אין ב"ב איז מספיד הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א

די לויה וועט היינט נאכמיטאג ארויסגיין אין ירושלים פון ישיבת תורת אמת ליובאוויטש אויף רח' ירמיהו אויפן וועג צו הר הזיתים.

די פייערדיגע דברי התעוררות פון ר' אלימלך בידערמאן שליט"א לפני מיטתו של רבה של בני ברק.
די דרשה איז אין לשוה"ק.
https://www.dropbox.com/s/4001pwc8xwjy8 ... a.mp4?dl=0

קרעדיט: א מינוט מיט ר' מיילעך.
845-293-2166. וואטסעפפ.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחאה »

זע איך דא אז איך האב פארפאסט צו קענען אדער אטשיג זען א גדול בישראל, יהא זכרו ברוך.
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

עם אדמו"ר מליבאוויטש זצ"ל
אטעטשמענטס
הרב לנדא עם אדמור מליבאוויטש.jpg
הרב לנדא עם אדמור מליבאוויטש.jpg (49.28 KiB) געזען 2174 מאל
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רחש לבי »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
היטשינער האט געשריבן:יעצט אין ב"ב איז מספיד הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א

די לויה וועט היינט נאכמיטאג ארויסגיין אין ירושלים פון ישיבת תורת אמת ליובאוויטש אויף רח' ירמיהו אויפן וועג צו הר הזיתים.

די פייערדיגע דברי התעוררות פון ר' אלימלך בידערמאן שליט"א לפני מיטתו של רבה של בני ברק.
די דרשה איז אין איווריט.
https://www.dropbox.com/s/4001pwc8xwjy8 ... a.mp4?dl=0

קרעדיט: א מינוט מיט ר' מיילעך.
845-293-2166. וואטסעפפ.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

וועט זיין אינטרעסאנט צו זעהן צו דער נייע רב וועט טוישן זיין הוט...
דביה תחדי נפשא
שוויצער
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2010 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויצער »

PHOTO-2019-03-30-21-48-14.jpg
PHOTO-2019-03-30-21-48-14.jpg (82.95 KiB) געזען 1700 מאל
PHOTO-2019-03-30-21-04-27.jpg
PHOTO-2019-03-30-21-04-27.jpg (75.66 KiB) געזען 1700 מאל
PHOTO-2019-03-30-21-04-26.jpg
PHOTO-2019-03-30-21-04-26.jpg (100.18 KiB) געזען 1700 מאל
שוויצער
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2010 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויצער »

PHOTO-2019-03-30-21-48-15.jpg
PHOTO-2019-03-30-21-48-15.jpg (50.21 KiB) געזען 1696 מאל
אוועטאר
האאאטשו
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 1:17 pm
לאקאציע: וואו נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האאאטשו »

אלמוני האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין קאפ אז ער האט געהאט א חסידישע איידעם מיט א שטריימל.

ער האט געהאט צוויי איידעמער, (און האט נאכאלץ) מיט שטריימעלעך.
ווער עס ווייסט זאגט נישט, און ווער עס זאגט ווייסט נישט
אוועטאר
האאאטשו
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 1:17 pm
לאקאציע: וואו נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האאאטשו »

אבן יקרה האט געשריבן:
אץ קוצץ האט געשריבן:
אלמוני האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין קאפ אז ער האט געהאט א חסידישע איידעם מיט א שטריימל.

זענען אלע חסידישע יודען, מן הסתם הרב וינקלר גייט א שטריימל.


———
———————

עדכוני חב״ד;

אחיו: הרב אברהם חיים אליהו לנדא - מראשי ישיבת תומכי תמימים המרכזית כפר חב"ד.
בניו
בנו בכורו: הרה"ח שלמה זלמן לנדא - ראש ישיבת חב"ד-ליובאוויטש ברעננה ומשפיע בקהילות חב"ד רעננה ובני ברק.
הרב חיים יצחק אייזיק לנדא - מראשי ישיבת חסידי חב"ד ליובאוויטש צפת ואחראי של מערכת הכשרות 'הרב לנדא' מטעם אביו.
הרב ישראל לנדא - משלוחי הרבי בטורונטו.
הרב יוסף לנדא - לונדון.
הרב מנחם לנדא - שליח הרבי בסאן פראנסיסקו, קליפורניה.
הרב שניאור שמחה לנדא - שליח הרבי בנתניה מטעם חב"ד בקמפוס.
חתנו: הרב יוסף יצחק בלינוב - רב מרכז העיר בני ברק.
חתנו: הרב נתן וינקלר.
חתנו: הרב אליהו וינברג.
—//—————-

אלע זענען ליובאוויטש, אבער אלע טאקע פרומע חסידיש

דאכט זיך הרב וינקלר גייט נישט מיט שטריימל

איך קען אים גאר גוט, און ער גייט יא מיט א שטריימל.
ווער עס ווייסט זאגט נישט, און ווער עס זאגט ווייסט נישט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”