טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
קוועלער פון ביידע זייטן באשטעטיגן אז צוויי וואכן פון פארהאנדלונגען צווישן אמעריקאנער און טאליבאנער פארשטייער אין קאטאר האבן געברענגט צו א פארשטענדעניש אויף וויכטיגע גרונד פרינציפן און מען האלט נאנט צו אן אפמאך צווישן די צוויי זייטן וועלכע וועט פירן צו א ריקצוג פון אמעריקאנער קרעפטן פון אפגאניסטאן און אן ענדע צום זיבעצן יעריגן קריג.
די טאליבאנער זענען איינגעגאנגען צו אפהאקן אירע באציאונגען מיט על-קאידע און אלע טעראר גרופעס אין אויסטויש פאר אן אמעריקאנער ריקצוג, און די געשפרעכן זענען יעצט קאנצעטרירט אויף צו אוועקשטעלן א דיאלאג צווישן די טאליבאנער און אנדערע גרופעס אין אפגאניסטאן צו טרעפן א פאליטישע לעזונג איבער קאנטראל פונעם לאנד.

עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט, אז בראזיל קען מעגליך ווערן א מיטגליד אין דעם מיליטערישן נאטא אליאנץ.
טראמפ האט דאס געזאגט ביי א ספעציעלער אויפנאמע וואס ער האט צוגעשטעלט פאר'ן נייעם בראזיל פרעזידענט זשאאיר באלסאנערא, וועלכער ווערט באצייכנט אלס "בראזיל'ס טראמפ".
דאס לעצטע לאנד זיך אנצושליסן אין נאטא איז געווען מאנטאנעגרא, וועלכע האט באקומען מיטגלידערשאפט אין יאר 17', און טראמפ זאגט אז ער וועט קאמפיינען אז בראזיל זאל אויך אריינגענומען ווערן.

לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום זונטאג מארטש 24, 2019 1:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5682
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
נאטא איז נישט קיין גלאבאלע אליאנץ, עס איז די 'נארט אטלאנטיק' אליאנץ.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
פרעזידענט טראמפ האט זיך היינט געטראפן מיט דעם מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו אין ווייסן הויז, וואו ער האט אונטערגעשריבן א היסטארישע דעקלעראציע אין וועלכע אמעריקע אנערקעט די אנעקסירונג פון די גולן טעריטאריע אלס טייל פון מדינת ישראל.
אמעריקע איז מיט דעם די ערשטע לאנד צו אנערקענען די הערשאפט פון מדינת ישראל אויף דעם טעריטאריע וואס זיי האבן איינגענומען פון סיריע אין לויף פון דעם זעקס-טאגיגן קריג אין 1967. די דעקלעראציע אנערקענט אז די הויכע גולן בערג זענען סטראטעגיש קריטיש וויכטיג פאר די זיכערהייט פון מדינת ישראל.
נתניהו האט אויסגעלויבט דעם פרעזידענט און ארויסגעהויבן די סטראטעגישע וויכטיגקייט פון הערשן אויף די בערג, ספעציעל אין ליכט פון די כאאס וואס הערשט אין סיריע וואו עס יאווען זיך טעראר מיליציעס און איראנער קרעפטן וואס באדראען מדינת ישראל.
דער סירישער אויסערן מינסטעריום האט ארויסגעלייגט א שארפע סטעיטמענט זאגנדיג אז סיריע וועט נישט שווייגן איבער דעם פארלעצונג פון אירע רעכטן, זאגנדיג אז די גולן בערג געהערן צום ״אראבישן פאלק״ און פארשפראכן צו ״נעמען אלע מיטלן אין די וועלט״ צו באפרייען דעם גולן פון מדינת ישראל און עס אומקערן צו סיריער הערשאפט.
אמעריקע איז מיט דעם די ערשטע לאנד צו אנערקענען די הערשאפט פון מדינת ישראל אויף דעם טעריטאריע וואס זיי האבן איינגענומען פון סיריע אין לויף פון דעם זעקס-טאגיגן קריג אין 1967. די דעקלעראציע אנערקענט אז די הויכע גולן בערג זענען סטראטעגיש קריטיש וויכטיג פאר די זיכערהייט פון מדינת ישראל.
נתניהו האט אויסגעלויבט דעם פרעזידענט און ארויסגעהויבן די סטראטעגישע וויכטיגקייט פון הערשן אויף די בערג, ספעציעל אין ליכט פון די כאאס וואס הערשט אין סיריע וואו עס יאווען זיך טעראר מיליציעס און איראנער קרעפטן וואס באדראען מדינת ישראל.
דער סירישער אויסערן מינסטעריום האט ארויסגעלייגט א שארפע סטעיטמענט זאגנדיג אז סיריע וועט נישט שווייגן איבער דעם פארלעצונג פון אירע רעכטן, זאגנדיג אז די גולן בערג געהערן צום ״אראבישן פאלק״ און פארשפראכן צו ״נעמען אלע מיטלן אין די וועלט״ צו באפרייען דעם גולן פון מדינת ישראל און עס אומקערן צו סיריער הערשאפט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
אין רעאקציע צו די דעקלעראציע פון פרעזידענט טראמפ אז אמעריקע אנערקענט אז מדינת ישראל איז דער אייגענטומער פון די גולן בערג וואס זי האט איינגענומען פון סיריע האט דער אייראפעאישער פאראיין ארויסגעגעבן א סטעיטמענט פון אלע 28 לענדער אינעם פאראיין אין וועלכע זיי ווארפן אפ די שטעלונג פון אמעריקע איבער דעם גולן.
אינעם סטעיטמענט טוען זיי ווידערהאלטן זייער פאליסי אז די גולן בערג זענען אקופירטע טעראטאריע וועלכע ווערן געהאלטן אין קעגנזאץ צום אינטערנאציאנאלן געזעץ.
דער סטעיטמענט איז א דיפלאמאטישע נידערלאגע פאר מדינת ישראל, ספעציעל וויבאלד עס איז אונטערגעשריבן אויך דורך לענדער וועלכע זענען נאנט אליאירט מיט די מדינת ישראל רעגירונג ווי ראמעניע, פוילן און טשעכאסלוואקיע.
אויסער דעם איז דער זיכערהייט קאנסיל פונעם יו.ען. ערווארטעט היינט צו אפהאלטן א ספעציעלן זיצונג צו דיסקוטירן דעם אמעריקאנער דעקלעראציע, און זיי זענען ערווארטעט דאס צו אפווארפן. דער זיצונג איז פאררופן געווארן דורך פראנקרייך אויף די פארלאנג פון סיריע.
אינעם סטעיטמענט טוען זיי ווידערהאלטן זייער פאליסי אז די גולן בערג זענען אקופירטע טעראטאריע וועלכע ווערן געהאלטן אין קעגנזאץ צום אינטערנאציאנאלן געזעץ.
דער סטעיטמענט איז א דיפלאמאטישע נידערלאגע פאר מדינת ישראל, ספעציעל וויבאלד עס איז אונטערגעשריבן אויך דורך לענדער וועלכע זענען נאנט אליאירט מיט די מדינת ישראל רעגירונג ווי ראמעניע, פוילן און טשעכאסלוואקיע.
אויסער דעם איז דער זיכערהייט קאנסיל פונעם יו.ען. ערווארטעט היינט צו אפהאלטן א ספעציעלן זיצונג צו דיסקוטירן דעם אמעריקאנער דעקלעראציע, און זיי זענען ערווארטעט דאס צו אפווארפן. דער זיצונג איז פאררופן געווארן דורך פראנקרייך אויף די פארלאנג פון סיריע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5682
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
אין די זיכערהייט קאונסיל האט אמעריקע א וועטא מאכט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
אין אן איבעראשנדער סטעיטמענט האט דער אויסערן מיניסטער פון די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן דערקלערט אז עס איז געקומען די צייט אז אראבישע לענדער זאלן אנקניפן גוטע באציאונגען מיט מדינת ישראל, זאגנדיג אז דאס וועט העלפן ברענגען א לעזונג צום קאנפליקט צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער.
דער אויסערן מיניסטער אנוואר גארגעש זאגט אז די פאקט אז אראבישע לענדער האלטן נישט אפ קיין געשפרעכן מיט מדינת ישראל איז קאנטער-פראדוקטיוו און בעסערע און אפענע באציאונגען קענען ברענגען א פאזיטיווע דיאלאג און אן ענדע צום פארצויגענעם קאנפליקט.
דער סטעיטמענט איז א שטארקע טויש אין דעם פופציג יעריגן באיאקאט פון די גאלף לענדער קעגן מדינת ישראל, און קומט נאכדעם וואס אין די לעצטע פאר יאר זענען די באציאונגען געווארן עטוואס אנגעווארימט א דאנק די געמיינזאמע קעגנערשאפט צו איראן.
דער אויסערן מיניסטער אנוואר גארגעש זאגט אז די פאקט אז אראבישע לענדער האלטן נישט אפ קיין געשפרעכן מיט מדינת ישראל איז קאנטער-פראדוקטיוו און בעסערע און אפענע באציאונגען קענען ברענגען א פאזיטיווע דיאלאג און אן ענדע צום פארצויגענעם קאנפליקט.
דער סטעיטמענט איז א שטארקע טויש אין דעם פופציג יעריגן באיאקאט פון די גאלף לענדער קעגן מדינת ישראל, און קומט נאכדעם וואס אין די לעצטע פאר יאר זענען די באציאונגען געווארן עטוואס אנגעווארימט א דאנק די געמיינזאמע קעגנערשאפט צו איראן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
דער אמעריקאנער פארטיידיגונגס מיניסטעריום האט געמאלדן אז זי האט אנולירט א מולטי-ביליאן דאלערדיגע אפמאך מיט טערקיי אונטער וועלכע זי האט געזאלט קריגן ארום 100 פארגעשריטענע עף-35 פליגערס, צוליב דעם וואס טערקיי האט געשלאסן א וואפן איינקויף אפמאך מיט רוסלאנד טראץ קעגנערשאפט פון וואשינגטאן און נאט״א.
טערקיי - וועלכע איז א מיטגליד אין נאטא - האט איינגעקויפט פון רוסלאנד איר פארגעשריטענע עס-400 מיסיל פארטיידיגונגס סיסטעם, א זאך וואס פארלעצט די סטאנדארטן פון נאט״א, ספעציעל וויבאלד רוסלאנד איז פארריכנט אלס פיינטליכע מאכט, און אזוי אויך איז אמעריקע באזארגט אז דאס וועט ערלויבן רוסלאנד צו אויספרובירן איר סיסטעם קעגן דעם אמעריקאנער עף-35 פליגערס.
וויצע פרעזידענט פענס האט געווארנט אז עס קען ווערן נאכגעפאלגט מיט ווייטערדיגע שריט ״מיר וועלן נישט שטיין גלייכגילטיג ווען א נאטא מיטגליד שליסט וואפן אפמאכן מיט א פיינטליכע מאכט״ און עס קען מעגליך נאכגעפאלגט ווערן מיט סאנקציעס קעגן טערקיי, און א גענצליכע אפשטעל פון סיי וועלכע וואפן פארקויפן פאר טערקיי.
טערקיי - וועלכע איז א מיטגליד אין נאטא - האט איינגעקויפט פון רוסלאנד איר פארגעשריטענע עס-400 מיסיל פארטיידיגונגס סיסטעם, א זאך וואס פארלעצט די סטאנדארטן פון נאט״א, ספעציעל וויבאלד רוסלאנד איז פארריכנט אלס פיינטליכע מאכט, און אזוי אויך איז אמעריקע באזארגט אז דאס וועט ערלויבן רוסלאנד צו אויספרובירן איר סיסטעם קעגן דעם אמעריקאנער עף-35 פליגערס.
וויצע פרעזידענט פענס האט געווארנט אז עס קען ווערן נאכגעפאלגט מיט ווייטערדיגע שריט ״מיר וועלן נישט שטיין גלייכגילטיג ווען א נאטא מיטגליד שליסט וואפן אפמאכן מיט א פיינטליכע מאכט״ און עס קען מעגליך נאכגעפאלגט ווערן מיט סאנקציעס קעגן טערקיי, און א גענצליכע אפשטעל פון סיי וועלכע וואפן פארקויפן פאר טערקיי.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
די דוישטע קאנצלערין מערקעל האט געזאגט אז דייטשלאנד איז ביי די מיינונג אז אמעריקע איז גערעכט אינעם געפעכט מיט רוסלאנד איבער וועלכע זייט האט געבראכן דעם נוקלעארן אפמאך פון 1987, און זאגט אז רוסלאנד האט געבראכן דעם אפמאך מיט׳ן אנטוויקלן קורץ-שטרעקיגע נוקלעארע מיסילס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
די סאודי אראביע רעגירונג האט געווארנט, אז זי וועט אויפהערן האנדלען און פארקויפן איר אויל אויף דער אמעריקאנער וואלוטע, נאר וועט אנהייבן נוצן אנדערע וואלוטעס, אויב קאנגרעס גייט טאקע פאראויס מיט א ביל אפצושוואכן אפעק.
די אפעק ארגאניזאציע באשטייט פון עטליכע אויל-פראדוצירנדע לענדער, וועלכע האבן דעם פולקאמען מאכט אויף פראדוקציע און פרייזן פונעם אויל מארקעט, און דעריבער וויל קאנגרעס באשטעטיגן א ביל ביים נאמען "נאפעק", וואס וועט געבן אויטאריטעט צו קלאגן אפעק לענדער אין אמעריקאנער געריכטן – און וועט גאר שטארק אפשוואכן אפעק'ס מאכט.
די אפעק ארגאניזאציע באשטייט פון עטליכע אויל-פראדוצירנדע לענדער, וועלכע האבן דעם פולקאמען מאכט אויף פראדוקציע און פרייזן פונעם אויל מארקעט, און דעריבער וויל קאנגרעס באשטעטיגן א ביל ביים נאמען "נאפעק", וואס וועט געבן אויטאריטעט צו קלאגן אפעק לענדער אין אמעריקאנער געריכטן – און וועט גאר שטארק אפשוואכן אפעק'ס מאכט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7278
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
פעיק נוז האט געשריבן:די סאודי אראביע רעגירונג האט געווארנט, אז זי וועט אויפהערן האנדלען און פארקויפן איר אויל אויף דער אמעריקאנער וואלוטע, נאר וועט אנהייבן נוצן אנדערע וואלוטעס, אויב קאנגרעס גייט טאקע פאראויס מיט א ביל אפצושוואכן אפעק.
די אפעק ארגאניזאציע באשטייט פון עטליכע אויל-פראדוצירנדע לענדער, וועלכע האבן דעם פולקאמען מאכט אויף פראדוקציע און פרייזן פונעם אויל מארקעט, און דעריבער וויל קאנגרעס באשטעטיגן א ביל ביים נאמען "נאפעק", וואס וועט געבן אויטאריטעט צו קלאגן אפעק לענדער אין אמעריקאנער געריכטן – און וועט גאר שטארק אפשוואכן אפעק'ס מאכט.
וועלן זיי דאס טוען אפילו מען שטימט דורך דאס, אבער מען פעסט די "ארויס פון תימן געזעץ (וואס לדעתי דארף מען דאס טוען)
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7278
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
פעיק נוז האט געשריבן:ארויס פון תימן אבער נישט ארויס פון סיריע.
#היפאקראטיע
זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן אבער ניין איך בין נישט א בלינדע אנטי טראמפ און האסט מיר קיינמאָל נישט געזען שרייבן דעס. אזוי ווי איך בין דעמאלטס נאכנישט געווען דא העל איך יעצט שרייבן
קאנגראולאציעס טראמפ פארן ארויסגיין פון סיריע!
(איך בין זייער מיט ראנד פאול אין די נושא)
ביטע נעקסטע מאל מאך זיכער פאר דו שרייבסט
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7278
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
פעיק נוז האט געשריבן:אנטשולדיגט, זיי מיר מוחל, איך האב מיך נישט דוקא באצויגן צו דיר, איך רעד פון אין אלגעמיין פון די דעמאקראטן און רעפובליקאנער היפאקריטן.
גערן, און ביסט זייער גערעכט איי פארוואס גיי איך מסתם שטימען נעקסט עלעקשאן פאר איינער וואס איז ווייניגער אידעלאגיש געשטימט ווי די אנדערע? ווייל ביי מיר איז morol values מער וויכטיגער ווי פאליסיס (עפ"ר)
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5682
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
הער מיך אויס @צל, איינער וואס האט א פראבלעם ווען מען גייט ארויס פון סיריע ווייל אייסיס גייט זיך צעפירן די הענט איראן גייט זיך צעפירן די הענט, דארף האב א פראבלעם ווען אמעריקע גייט ארויס פון תימן אז איראן גייט זיך צעפירן די הענט על-קאידא און די האוטי'ס גייען זיך צעפירן די הענט.
און יא, אין יעדע מלחמה פאלן ציווילע, און סאודי אראביע איז נישט דא צו הארגענע ציווילע.
און יא, אין יעדע מלחמה פאלן ציווילע, און סאודי אראביע איז נישט דא צו הארגענע ציווילע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7278
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
צל עובר האט געשריבן:לאמיר דיר מסביר זיין, סאודי אראביע האבעך פיינט, די קורדן האבעך ליב.
און איך בין נישט אינטרעסירט זיך אנצונעמען פאר די סאודיס קעגן איראן אויך נישט. וואס דאס איז סך הכל די תימן'ע מלחמה.
גרויסע מיסטעיק איך בין זייער שטארק ארויס צו גיין פון ביידע מלחמות, אבער דעס איז זיכער די סאודיס זענען טאקע נישט די בעסט אבער סאך בעסער ווי איראן
מען דארף אבער נאכאלץ ארויסגיין אונז האבן נישט וואס צו זוכען דארט
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5682
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
צל עובר האט געשריבן:לאמיר דיר מסביר זיין, סאודי אראביע האבעך פיינט, די קורדן האבעך ליב.
און איך בין נישט אינטרעסירט זיך אנצונעמען פאר די סאודיס קעגן איראן אויך נישט. וואס דאס איז סך הכל די תימן'ע מלחמה.
משא"כ סיריע?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9090
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
צל עובר האט געשריבן:לאמיר דיר מסביר זיין, סאודי אראביע האבעך פיינט, די קורדן האבעך ליב.
ברעיקינג; דזשאהן מ׳קען האט פון גן עדן געהעקט צל עובר׳ס ניק.
אריין אונעם מה נשמע אשכול..
——
גראדע קענסטו אנצייגן היפיקראטיע אויף צוריק; פון סיריע יא און פון תימן נישט?
די תירוץ איז אבער פשוט, סיריע איז אנדער קאנטראל, פולי. תימן איז א דיזעסטער!
רשעות קאלטע סעלצער
איך צייג נישט אן היפאקריטיע אויף צוריק, ווייל מען קען כלל נישט פארגלייכן א פלאץ ווי אמעריקע האט בערך צוויי טויזענט טרופן, צו תימן וואס אמעריקע העלפט סך הכל די סאודיס מיט לאגיסטיקס און סערוויס.
איך מיין אז מקעין האט געשטיצט די מערכה אין תימן, ווי אויך האט ער אויך דאכציך געליטן אויף איראן דירעינדזשמענט סינדראם, און אויך געמיינט אז די סאודיס זענען אסאך בעסער ווי איראן.