א דוגמא פאר אלע געגנטער, יא סאיז במציאות אז מזאל קענען לעבן בשלום מיט די באאמטע טראץ מקומט אריין אין זייער טערעטארי, און די פשוטע ריעזען איז וויבאלד סאיז נישט קיין יד דעוועלאפערס באמצע, פשוט אידן איינציגווייז קופן און מופן.
די אלע תגובות וואס קומען אריין אין די ראנג אשכולות נערווירן מיך. אויב וויל מען א געגנט זאל וואקסן אזוי ווי ד.ס. וואקסט לעת עתה איז גרינג צו זיין אין גוטע טערמינען מיט כאטש טייל פון פאליטישענס (אין ד.ס. איז אויך דא אומצופרידענע צרות מאכערס דו"ק ותשכח) למעשה זוכט כלל ישראל פלעצער ווי מ'קען האבן טויזענטער און צענדליגע טויזענטער דירות. פאקט איז אז "אלע" סוקסעספולע ישובים האבן במשך הזמן געהאט צרות מיט די שכנים באהערדע וכו', אינקלודינג, מאנסי, סקוירא וכו' וכו' לעיקוואוד בין איך נישט באקאנט בנושא זה, אבער כ'מיין אז סאיז צוגעגאנגען מורא'דיג שטייט ביז אידן האבן זיך דערזען אלץ רוב פון די טאונשיפ, לעיקוואד איז אויך כלל נישט נתייסד געווארן אלץ אערנסטע מקום ישוב פארן ברייטן ציבור נאר פאר א ישיבה און אירע תלמידים זאלן וואוינען דוקא מחוץ לעיר.

די פאקטן זענען מער ווייניגער אין די לעצטערע יארן ווען זאכן זענען ארויס פון די הענט אין געוויסע געגנטער, און פארשטייט זיך סהאט געהאט א אפעקט אויף אלע אנדערע געגענטער, ואכהמ"ל.
כ'האב מיך באצויגן צום חלק פון ראנג אשכול. און פאר דעם האב איך נישט קיין נערווען דיר צו ענטפערן דא אין דעם אשכול ווען מ'איז דן דינער הראשונה ג' פקודי ווייל כ'וויל נישט דא ציען דעם נושא ווייטער.
[align=center]אַלע טיטשערס פון ״מוסדות התורה והחינוך״ אין זשערסי סיטי ״גענצליך אויסגעצאָלט״, אַדאַנק אויסטערלישע דינער-הצלחה
גאָר פריידיגע נייעס בלאָזט אַריין גייסט פון חיזוק ביי די עלטערן, איינוואוינער און צוקונפטיגע איינוואוינער, זעענדיג ווי די מוסדות אין שטאָט שטייען ב״ה אויף פעסטע יסודות
גרינוויל, זשערסי סיטי. — אַריינטרעטנדיג אין פרייליכן יום טוב פּורים, האָט אַ פרייליכע בשורה אָפּגעהילעכט צווישן די איינוואוינער און עלטערן פון זשערסי סיטי, אַז ״אלע טיטשערס״ פונעם בית חינוך זענען ב״ה אויסגעצאָלט געווארן אלעס וואס מ׳קומט זיך, זייער גאַנצע געהאַלט, אריינבלאזנדיג אזא שמחה און פרייד אין זייערע שטיבער, וואס לאָזט זיך נישט גענוג באשרייבן.
ווי די חברי הנהלת המוסדות געבן איבער פאר ״דער איד״, איז די פריידיגע אנטוויקלונג אַ דירעקטע רעזולטאט און פּועל יוצא פון די אויסטערלישע הצלחה וואס מ׳האט ב״ה בייגעוואוינט ביי דעם סוקסעספולן ״זשערסי סיטי דינער״ מיט צוויי וואָכן צוריק, דינסטאג פּקודי אין וויליאמסבורג, וואס איז אפּגעצייכענט געוואָרן מיט א זעלטענע באטייליגונג, וואס האט איבערראַשט די גאַנצע שטאָט.
צומאָל איז פארהאן א מעמד, וואָס ציעט מאַסן בלויז צוליב דעם אינטרעסאַנטן פּראגראם, אָבער ווען ס׳קומט צו ״תכלית״, צו די ״געלט״ וואס דארף אריינקומען בנדבות הציבור, דאַן הינקעט עס אונטער… דאָ אָבער, ביים ״זשערסי סיטי״ דינער, איז אָבער דאס נישט געווען די קעיס! מ׳האט מצליח געווען, אויסערגעווענליך, סיי מיט ״מענטשן״ און סיי מיט ״געלט״, אויף א גאר הערליכן פאַרנעם!
מ׳האט געזען קלאָר און באשיינפּערליך, אז דער ציבור איז נישט געקומען בלויז צו ״יוצא זיין״, נאָר מיט אן אמת׳דיג הארץ, מיט א געטריי געפיל, צו העלפן די מוסדות וואקסן און מצליח זיין! יעדער האט א ווארעמקייט פאר דער שטאט, מ׳שפּירט ווי דארט איז דער עתיד, מ׳איז מחשיב די ״נחשונים״, מ׳שפּירט זיך אחריות פאר די משפּחות, אן ערבות פאר די מוסדות, און מ׳איז גרייט צו העלפן מיט אלעם מעגליך!
האָבן ווירקליך די נדבות בלילה ההיא געשטראמט אויף א וואונדערבארן פארנעם, ואת הכסף הביאו, בעת יעדער דאָלער ווערט אויפ׳ן פּלאץ געמעטשט צו דאפּעלט דורך נדיבים בעם, די חברי הנהלה החשובים, וואס געבן אוועק כל כוחם ואונם פאר אט די הייליגע מוסדות, כדי צו בויען אַן עתיד פאר כלל ישראל.
אַצינד, מיט צוויי וואכן נאכ׳ן דינער, קומט ב״ה די גוטע נייעס, אז מ׳האט זיך געקענט צוזאמקלויבן און ״אויסצאלן די לערערינס״ אלעס וואס מ׳איז זיי שולדיג ביז היינט, פאַר זייער געטרייע אַרבעט, זיך אוועקגעבנדיג מיט׳ן גאנצן הארץ פאר די תלמידות, און אהערשטעלנדיג א מייסטערהאפטיגן ״חינוך ניווא״ וואס ווערט באוואונדערט אומעטום.
זעלבסט-פארשטענדליך, אז אזא בשורה, האט אין זיך אַ פיל-טיפערן מעסעדזש, ווי בלויז דאָס אַז ״מ׳האָט אויסגעצאָלט״, וואס איז אליין פאר זיך א פריידיגע נייעס. — עס טוט דערצו זאָגן און דערציילן, אויף די שטאַרקייט און סטאַבילקייט פונעם מוסד! עס זאָגט קלאָר און דייטליך, אז די מוסדות זענען חיים וקיימים, מיט אַ פעסטע הנהלה, עס פונקציאנירט קראַנט, און וועט בעז״ה פאָרזעצן ווייטער צו וואקסן און בליען אויפצוציען טויזנטער קינדער בעז״ה.
די תושבי העיר, די געטרייע איינגעשטעלטע האָבן נישט גענוג ווערטער זיך צו באדאנקען פאר תושבי וויליאמסבורג וועלכע זענען זיי געקומען צו הילף מיט אזא ברען, מיט אזא געטריישאפט, וואס האט געשאנקען אזא אומגעהויערן חיזוק, ווי מ׳איבערצייגט זיך אליין, געבנדיג דעם ״שטופּ״ צו קענען זיך סטאַביליזירן, און פאָרזעצן ווייטער מיט דער הייליגער חינוך-אימפּעריע, וואס איז דער קרוין און שטאָלץ פון דער אויפבליענדער ״עיר על תלה״: גרינוויל, זשערסי סיטי!