אידן זיינען נע ונד - העלפט זיי - נישט קיין געלט קאמפיין!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » זונטאג מארטש 10, 2019 11:34 am

שאינו יודע האט געשריבן:געפעלט מיר

ביי אונז אין בית מדרש איז דא א חשבון פון 20 - געלט גייערס פער טאג. חוץ די וואס קומען ביי די טיר און ביי מנחה מעריב.

סאו דער עולם איז ברוגז הלמאי מען געט נישט א צוואנציגער פאר יעדעם. חוץ די מוסדות עטה״ק און פאר די היזיגע קהילות און מוסדות

יו מיס די פוינט

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3154
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג מארטש 10, 2019 12:47 pm

טאקע א גרויסע פראבלעם און א ווייטאג צו הערן אזעלכע שרעקליכע תוצאות.
וואס טיען די אר"י'דיגע עסקנים איבער די פראבלעם?

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3154
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג מארטש 10, 2019 12:58 pm

איך פראביר צו גיבן פאר יעדער וואס גייט נאך געלט אבער ס'געקומען צו א מצב אז ס'פארגייט מיר די אפעטיט. קודם ביים דאווענען ווי געוויסע האלטן גאנצעטע דרשות אדער פרעגן "איך קען אפשר רעדן א האלבע מינוט" און נאכדעם ווערן זיי אינגאנצן באליידיגט אז איך גיב "בלויז" א פינעווער. לעצטע וואך איז איינער געגאנגן נאך געלט פאר זיין טאטע וואס איז נישט געזינט און איך האב געגעבן מיין קארטל צו טשארזשן 20 דאללער. יענער האט אבער זיך גענומען מיטשענען כ'זאל גיבן כאטשיג 36, פארוואס נישט. א צווייטער איז געקומען צו מיר אינדערהיים אין געקלינגן די בעל. כ'האב ארויסגעשיקט א צענער מיט מיין יונגל אבער מיין יונגל קומט צוריק אז יענער "וויל זייער וויכטיג רעדן מיט דיין טאטע". איך האב געהאלטן אינמיטן לייגן שלאפן די קליינע קינדער און דריי אנדערע זאכן, אלעס איבערגעלאזט און געגאנגן הערן וואס יענער האט צו זאגן איבער זיין צוועק. בעסיקלי האט ער פארלאנגט איך זאל גיבן מער ווייל אזוי וויל ער. כ'האב אים געזאגט מיט א שמייכל הצלחה רבה און געשיקט ווייטער.

איך קען מענטשן וואס עפענען נישט קיין טיר אינדערהיים און נעמען נישט קיין געלט אין שול. מ'לייגט די צדקה אין רמבעה"נ פישקע און זיי טיילן עס שוין אויס. שילדיג זענען די אוממענטשן וואס מאכן עס אומבאטעמט צו גיבן צדקה

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג מארטש 10, 2019 1:10 pm

איין זאך דארף מען האלטן פאר די אויגן. חוץ די חלק הלכה. ס'קען זיין דו שפילסט דיך ארום מיט א איד'ס לעבן!! און שוין. יעצט טוה ווי דו פארשטייסט.
הוי מחשב...

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » זונטאג מארטש 10, 2019 1:34 pm

לענ"ד דעי סא-קאלד ארגענעזאציעס מינים ממינים שונים, וואס לאו מאן דהו חתים עליהו זיי עביוזן די סיסטעם און עס גייט אויפן חשבון פון א צעבראכענע איד א משולח וואס קלעטערט נעבעך ארום בית לבית פאר דאלער נאך דאלער...

כ'האב אליינס מיטגעהאלטן א איד וואס האט מיטגעמאכט א שווערע פעקל, עטליכע "עסקנים" פון ארץ ישראל זענען ארויסגעקומען נאך געלט דאהי, זיי האבן איבערגעדרייעט די שטאט, כלל ישראל נתבעים ונותנים, יעדער איז געווען ווארעם, זיי האב געשארט שווערע געלטער, צום סוף ווען די חברה'לייט זענען אהיימגעקומען, האבן זיין געגעבן דעם איד א נישטיגן סכום מיט'ן אויסרייד אז זיי האבן נישט געמאכט, מוזט פארשטיין דעיס קאסט און יענץ קאסט, בקיצור פארשטינקענע פיש געגעסן און דער איז איז געבליבן מיט זיין פעקל צרות און ער קען שוין נישט אליינס קומען וואס דער עולם האט זיך יעצט משתתף געווען...

א חשובע דיין שליט"א האט מיר אמאל געזאגט, פאר יעדע ארץ ישראל איד וואס שלעפט זיך ארום נאך געלט געב איהם א נדבה מיט דיין גאנצן הארץ, ס'איז נישט משיג צו זיין די בזיונות און די שפלות וואס דעי אידן גייען אדורך, זיי האבן איבערגעלאזט א שטוב מיט קינדער און קלעטערן ארום אין די פרעמד, וויפיל זיי זאלן נאר נישט מאכן איז קיינמאל גענוג צו פארגלעטן די צער און יסורים, און צו קיין גרויסן עושר קען מען נישט ווערן דערפון. לאפוקי גרופעס און ארגענעזציעס וואס קומען און די מאסן דרייען אן גאנצעטע קאמפיינס און וויינען אז זיי טיילן ברויט פאר הונדערטע הינגעריגע קינדער און ווער ווייסעך וואו נישט, דארט איז קיין מצוה ארויסצוגיין פון וועג צו געבן ווייל רוב מאל קומט עס נישט אן... דיין קוויטל וואס גייט מכלומר'שט ווערן געליינט ביי רבי שמעון קומט אוודאי נישט אן.. דאס ווערט נאך אוועקגעשליידערט אינם האדסאן אויפן וועג צום עירפארט...

נאך א נקודה, פאר א אינדאווידשאלע משולח געב אפילו ער איז א חברה'מאן... לעצטענס זאגט מיר א חתן פון ארץ ישראל, ער וואלגערט זיך שוין ארום צוויי חדשים, מענטשן זאגן איהם "אה דו מאכסט דאך זיכער אסאך געלט, דו ביסטאך א חברה'מאן".. אוודאי יעדער וויל מער געבן פאר א לעבעדיגע משולח ווי פאר א אנגעזעצטער, אבער אפשר זאלסטו טאקע זיין דער וואס ברענגט ארויף א שמייכל אויף זיין פנים ער זאל לכבוד דיר טאקע מאכן מער געלט....

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » זונטאג מארטש 10, 2019 3:26 pm

דריידל האט געשריבן:איך פראביר צו גיבן פאר יעדער וואס גייט נאך געלט אבער ס'געקומען צו א מצב אז ס'פארגייט מיר די אפעטיט. קודם ביים דאווענען ווי געוויסע האלטן גאנצעטע דרשות אדער פרעגן "איך קען אפשר רעדן א האלבע מינוט" און נאכדעם ווערן זיי אינגאנצן באליידיגט אז איך גיב "בלויז" א פינעווער. לעצטע וואך איז איינער געגאנגן נאך געלט פאר זיין טאטע וואס איז נישט געזינט און איך האב געגעבן מיין קארטל צו טשארזשן 20 דאללער. יענער האט אבער זיך גענומען מיטשענען כ'זאל גיבן כאטשיג 36, פארוואס נישט. א צווייטער איז געקומען צו מיר אינדערהיים אין געקלינגן די בעל. כ'האב ארויסגעשיקט א צענער מיט מיין יונגל אבער מיין יונגל קומט צוריק אז יענער "וויל זייער וויכטיג רעדן מיט דיין טאטע". איך האב געהאלטן אינמיטן לייגן שלאפן די קליינע קינדער און דריי אנדערע זאכן, אלעס איבערגעלאזט און געגאנגן הערן וואס יענער האט צו זאגן איבער זיין צוועק. בעסיקלי האט ער פארלאנגט איך זאל גיבן מער ווייל אזוי וויל ער. כ'האב אים געזאגט מיט א שמייכל הצלחה רבה און געשיקט ווייטער.

איך הער דיין פוינט און עס איז אן עוולה, מען טאר נישט מוטשען צופיל, אבער דאס איז דעם נותןס ניסיון, מען ברויך זיך אויסלערנען צו זאגען ר' איד איך וויל האבען א חלק אין די מצוה און דאס קען (אדער וויל איך) געבען, מען זאגט עס איבער 2 מאל אדער 3 מאל און גענדיגט, רובא דרובא אר"י צובראכענע אידען מוטשען נישט, אדרבה זיי פרייען זיך צו יעדע נתינה,

איך קען מענטשן וואס עפענען נישט קיין טיר אינדערהיים און נעמען נישט קיין געלט אין שול. מ'לייגט די צדקה אין רמבעה"נ פישקע און זיי טיילן עס שוין אויס. שילדיג זענען די אוממענטשן וואס מאכן עס אומבאטעמט צו גיבן צדקה

דאס איז נישט אויסגעהאלטען על פי הלכה,
הגה: וְאָסוּר לְהַחֲזִיר הֶעָנִי הַשּׁוֹאֵל רֵיקָם, אֲפִלּוּ אֵין נוֹתֵן לוֹ רַק גְּרֹגֶרֶת אַחַת, שֶׁנֶּאֱמַר אַל יָשֹׁב דַּךְ נִכְלָם (תְּהִלִּים עד, כא) . (לְשׁוֹן הַטּוּר לְקַמָּן סי' ר''ן בְּשֵׁם הָרַמְבַּ''ם) .
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » זונטאג מארטש 10, 2019 3:28 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » זונטאג מארטש 10, 2019 3:35 pm

[quote="טעם וריח"]לענ"ד דעי סא-קאלד ארגענעזאציעס מינים ממינים שונים, וואס לאו מאן דהו חתים עליהו זיי עביוזן די סיסטעם און עס גייט אויפן חשבון פון א צעבראכענע איד א משולח וואס קלעטערט נעבעך ארום בית לבית פאר דאלער נאך דאלער...

כ'האב אליינס מיטגעהאלטן א איד וואס האט מיטגעמאכט א שווערע פעקל, עטליכע "עסקנים" פון ארץ ישראל זענען ארויסגעקומען נאך געלט דאהי, זיי האבן איבערגעדרייעט די שטאט, כלל ישראל נתבעים ונותנים, יעדער איז געווען ווארעם, זיי האב געשארט שווערע געלטער, צום סוף ווען די חברה'לייט זענען אהיימגעקומען, האבן זיין געגעבן דעם איד א נישטיגן סכום מיט'ן אויסרייד אז זיי האבן נישט געמאכט, מוזט פארשטיין דעיס קאסט און יענץ קאסט, בקיצור פארשטינקענע פיש געגעסן און דער איז איז געבליבן מיט זיין פעקל צרות און ער קען שוין נישט אליינס קומען וואס דער עולם האט זיך יעצט משתתף געווען...

דו נעמסט א רוח שאינה מצוי' און בויסט א טורעם אויף דעם, אפשר קוקסטו אויף די אנדערע זייט, וויפיל מיליונען ווערט יא איבערגעגעבען, וויפיל משפחות מען ארטעוועט אפ,
ב ד וו די ארגענעזאציעס וואס טוען ווייניג די מאכען גאר אסאך געלט, סאך מער וויא די ערליכע, נאר איך טאר נישט רעדען,
קוק נאך אין היכל הברכה די מעשה מיטן הייליגען רבי ר זושע זצ"ל,
פרשת ואתחנן פסוק היטיבו אשר דברו
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3154
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג מארטש 10, 2019 3:42 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך פראביר צו גיבן פאר יעדער וואס גייט נאך געלט אבער ס'געקומען צו א מצב אז ס'פארגייט מיר די אפעטיט. קודם ביים דאווענען ווי געוויסע האלטן גאנצעטע דרשות אדער פרעגן "איך קען אפשר רעדן א האלבע מינוט" און נאכדעם ווערן זיי אינגאנצן באליידיגט אז איך גיב "בלויז" א פינעווער. לעצטע וואך איז איינער געגאנגן נאך געלט פאר זיין טאטע וואס איז נישט געזינט און איך האב געגעבן מיין קארטל צו טשארזשן 20 דאללער. יענער האט אבער זיך גענומען מיטשענען כ'זאל גיבן כאטשיג 36, פארוואס נישט. א צווייטער איז געקומען צו מיר אינדערהיים אין געקלינגן די בעל. כ'האב ארויסגעשיקט א צענער מיט מיין יונגל אבער מיין יונגל קומט צוריק אז יענער "וויל זייער וויכטיג רעדן מיט דיין טאטע". איך האב געהאלטן אינמיטן לייגן שלאפן די קליינע קינדער און דריי אנדערע זאכן, אלעס איבערגעלאזט און געגאנגן הערן וואס יענער האט צו זאגן איבער זיין צוועק. בעסיקלי האט ער פארלאנגט איך זאל גיבן מער ווייל אזוי וויל ער. כ'האב אים געזאגט מיט א שמייכל הצלחה רבה און געשיקט ווייטער.

איך הער דיין פוינט און עס איז אן עוולה, מען טאר נישט מוטשען צופיל, אבער דאס איז דעם נותןס ניסיון, מען ברויך זיך אויסלערנען צו זאגען ר' איד איך וויל האבען א חלק אין די מצוה און דאס קען (אדער וויל איך) געבען, מען זאגט עס איבער 2 מאל אדער 3 מאל און גענדיגט, רובא דרובא אר"י צובראכענע אידען מוטשען נישט, אדרבה זיי פרייען זיך צו יעדע נתינה,

איך קען מענטשן וואס עפענען נישט קיין טיר אינדערהיים און נעמען נישט קיין געלט אין שול. מ'לייגט די צדקה אין רמבעה"נ פישקע און זיי טיילן עס שוין אויס. שילדיג זענען די אוממענטשן וואס מאכן עס אומבאטעמט צו גיבן צדקה

דאס איז נישט אויסגעהאלטען על פי הלכה,
הגה: וְאָסוּר לְהַחֲזִיר הֶעָנִי הַשּׁוֹאֵל רֵיקָם, אֲפִלּוּ אֵין נוֹתֵן לוֹ רַק גְּרֹגֶרֶת אַחַת, שֶׁנֶּאֱמַר אַל יָשֹׁב דַּךְ נִכְלָם (תְּהִלִּים עד, כא) . (לְשׁוֹן הַטּוּר לְקַמָּן סי' ר''ן בְּשֵׁם הָרַמְבַּ''ם) .

אינדערהיים שטיפט מען א דאללער אינטערן טיר און אין שול טאמער ברענגט מען נישט האט מען דאך טאקע נישט.
וואס איז נישט אויסגעהאלטן עפ"י הלכה?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20853
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מארטש 10, 2019 6:46 pm

ממש גארנישט געבן, שטימט נישט ע"פ הלכה.

א שמייכל האסטו אויך נישט איבריג פאר א איד?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

מעשה שהי'

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » מאנטאג מארטש 11, 2019 7:37 am

בס"ד
נעכטען צופרי (אייגענטליך מיטאג אבער שא) קום איך אין שוהל און כרגיל איז דא א טישל, מען בעט געלט, איך גיי צו איך קוק וואס וואו ווען און איך געב אן אמעריקאנער 20'גער, עס איז געוועהן קופת חתנים פון מאנטריאל - 3 בחורים, איך זעץ מיך אראפ לעבען זיי און זיי פרעגען מיך פארשידענע קשיות, צווישען די קשיות פרעגען זיי מיך "וויאזוי מאכט מען געלט" זאג איך לפענ"ד "מיט התמדה קומט מען אן" אויך פרעגען זיי מיך "וויפיל הייסט שיין געמאכט" זאג איך אז צווישען 600 און 800 $ איז שיין, למעשה האבען זיי געמאכט אן ערך פון 1000.00$ און מער, און איך הער וויא איינער זאגט פאר'ן צווייטער אז די רעסיפי פון מאכען געלט איז התמדה,
וואס וויל איך ארויסברענגען, אז מיט גוטע ווערטער קומט מען אן אזוי ווייט לא יאומן כי יסופר,
גלייך צייטיג דערציילען זיי מיר אז די חתנים וועלכע באקומען פון די קאסע זענען אזוינע וואס נעמען זיך אונטער חתונה צו מאכען בצמצום, קומט אויס אז נישט נאר מען העלפט חתונה צו מאכען נאר מען איז גורם אז די בחורים אליינס זאלען צווישען זיך מסכים זיין מצמצם צו זיין, עס איז דאך נורא נוראות,
הכלל מיר ברויכען מער מחזק זיין די געלט גייערס און די ערליכע עסקניםובפרט די קאסעס וועלעכע ווערען געפירט דארך ראשי ישיבות און ערליכע אידען,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מארטש 11, 2019 9:32 am

שאינו יודע האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:@שאינו יודע מ'רעדט סך הכל ווי אזוי, נישט דוקא וויפיל, און גיט זייזשע מוחל א ליין איבער דעם אויבנגעברענגטן לינק, צו פארשטיין בעסער....

קוק די תגובות. אינעם ערשטען תגובה. מען רעדט פון מאכן ווייניג געלט וכו׳

יעך בין נישט געווען אין אפיס זינט דאנערשטיג, אבער כ'מיין דו מיינסט מיין תגובה, קוק פארזיכטיג, איך שרייב אז אויב מאכט מען נאך געלט גייט עס נאך מיט, אבער דער עיקר תגובה דא איז נישט איבער געלט. פארשטייט זיך אז געבן געלט האט נישט קיין שיעור (ווען מע'ן קען פארשטייט זיך) ווייל זוי שטייט אין מיין סידור ביי וגמילות חסדים עפעס דענק איך ווען כ'האב געלערנט אין חדר נתן תתן אפילו מאה פעמים. און נאך זעלכע מאמרי חז"ל אטו כי רוכלי נילך...
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מארטש 11, 2019 9:35 am

משבצת האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:אויב איינער קען ברענגען פאזיטיווע משלים, בעסער אן נעמען, וויאזוי מען איז מחי' זעלכע אידן יבא על שכרו

ר' בערל.
איך גיי דיר פארציילן א געשיכטע וואס א אינגערמאן האט געטוהן דעם פרייטאג, זייענדיג אונטערן רושם פון דיין מאמר איבער די אידן וואס זענען נע ונד.
זאלסט וויסן אז דו האסט א חלק דערין.
דער אינגערמאן האט געדאווענט אין שוהל פרייטאג, אין זיינע אויגן זענען געפאלן אויף אן ארץ ישראל איד וואס איז געגאנגען נאך געלט. ער האט אים געגעבן א דאללער. אבער אים אביסל באטראכט האט ער באמערקט אז דער אידס שיך איז אין א שרעקליכע מצב. נאכן דאווענען איז ער צו געגאנגען צום איד און געפרעגט צו ער וויל קומען קויפן נייע שיך. תיכף ומיד האט ער גענומען דעם איד אין שוך געשעפט אין געקויפט נייע שיך פאר אים און באצאלט.
אלעס צוליב דיין מאמר.
שכרך הרבה מאוד

שכח, האסט מיך מחי' געווען,
דער איד (און די אנדערע וואס זעען דאס דארפן וויסן) עס איז סאך מער ווי שיך, ווי די הונדערט צו הונדערט פופציג דאללער. ס'איז די שימת לב, דעם געפיל פון זיך אריין לייגן אין יענעמ'ס שיך אז יענער איז א מענטש! יענער איז א מאן און א טאטע פאר קינדער וואס ווארטן אויף אים!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5239
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג מארטש 11, 2019 7:14 pm

קאזאבלאנקא האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:געפעלט מיר

ביי אונז אין בית מדרש איז דא א חשבון פון 20 - געלט גייערס פער טאג. חוץ די וואס קומען ביי די טיר און ביי מנחה מעריב.

סאו דער עולם איז ברוגז הלמאי מען געט נישט א צוואנציגער פאר יעדעם. חוץ די מוסדות עטה״ק און פאר די היזיגע קהילות און מוסדות

יו מיס די פוינט

נאו איי דאונט מיס. די פוינט איז צו מאכן א שטורעמישע דראמאטישע מאמענטישע ארטיקל
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:15 pm

שאינו יודע האט געשריבן:
קאזאבלאנקא האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:געפעלט מיר

ביי אונז אין בית מדרש איז דא א חשבון פון 20 - געלט גייערס פער טאג. חוץ די וואס קומען ביי די טיר און ביי מנחה מעריב.

סאו דער עולם איז ברוגז הלמאי מען געט נישט א צוואנציגער פאר יעדעם. חוץ די מוסדות עטה״ק און פאר די היזיגע קהילות און מוסדות

יו מיס די פוינט

נאו איי דאונט מיס. די פוינט איז צו מאכן א שטורעמישע דראמאטישע מאמענטישע ארטיקל

נאופס שאינו יודע טייערער איך קען נישט דעם מאמענט נאך קיינמאל נישט געקויפט, אפשר געליינט דא דערוועגן.
איך שרייב שוין ארטיקלען אין אייוועלט סאך פאר דער מאמענט איז ארויס געקומען לאור עולם.
איך וויל מאכן א שטורמישע דראמאטישע ארטיקל פאר כלל ישראל הו-עווער וואנט טו ליסטען טו מי
"קוקט מיט א גוט אויג אויף די וואלגערדיגע צובראכענע נפשות, זיי זענען טאטעס און מאמעס פון קינדער, ברידער און קינדער פון עלטערן, מענער פון צובראכענע ווייבער, וואס קוקן ארויס זיי זאלן אהיים קומען מיט געלט און שלם בנפשם ובכבודם"
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:23 pm

ובסך הכל רעדט מען פון די פלעינע מצוה סא סימפל ענד איזי אינסטראקשענס
"ואהבת לרעך כמוך" און דער פסוק לאזט אויס אויב כ'געדענק גוט "אני ד'"
באקום איך א אישי פון א ידיד נאמן וואס דערציילט מיר א מעשה שהי עמו
ער לערנט בחבורתא אין ווילי אין א שול וואו ס'קומען אריין אסאך צובראכענע אידן, געווענליך זוכן זיי עפעס א נגיד וואס דרייט זיך דארט ויקרא שמו בישראל פאר דעם שמועס "מאשקאוויטש"
און ער זיצט אזוי און לערנט מיט זיין חברותא און נאכאמאל און נאכאמאל קומען אריין די אנגעווייטיגטע אידן מאשקאווישט שוין דא געווען ? ווער איז מאשקאוויטש וכו' וכו'
דער שרייבער פון דעם בריוו צו מיר זאגט מיר ער זעט דעם צער אויף זייער פנים די ווייטאג אויף זייערע קנייטשן און ער פרובירט זיי אלץ צו זאגן א גוט ווארט, זייט מצליח, מאשקאוויטש קומט באלד, היינט איז ער שוין געווען מארגן וועט ער דאזיין בערך די צייט, כ'האף אז איר וועט אים טרעפן, זייט מצליח, אינצווישן א קאווע? שוין איבערגעביסן היינט? וכו'
דער חברותא איז אבער מער א היינטיגער און פארפירט ביטול תורה וכו' וכו' וואס געסטו זיך אפ מיט די שנארערס.
ויהי היום און הגאון ר' יושע כהן מארץ הקודש איז געקומען דאווענען צוגאסט פונקט אין דעם בית מדרש,
נא אלץ לא פסק פומיה מגירסא האט מען באשלאסן זיך צו ווענדן צו ר' יושע
און מיין ידיד זאגט פאר ר' יושע'ן אז לדעתו מ'זעט א צוקלאפטן איד געפאלן ביי זיך איז עס פונקט ווי א ספר תורה אויף דער ערד, נאוואדע דארף מען עס אויפהייבן.
דער גאון ר' יושע איז אויפגעשפרינגען און געזאגט: דאס איז תורת אמת, הלכה למעשה, פונקט ווי מ'דארף זיכער מפסיק זיין און אויפהייבן א ספר פון דער ערד על אחת כמה וכמה ווען מ'זעט א איד צובראכן - האסט זוכה געווען מכוון צו זיין לאמיתה של תורה.
עד כאן המעשה מאישי שלי
טובי' מאיר האסט רשות צו ניצן די מעשה
אז מ'לעבט דערלעבט מען

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3154
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג מארטש 18, 2019 4:13 pm

ס'זענען דא ארץ ישראל'דיגע אידן וואס קומען דא נאך געלט פאר חתונה מאכן א קינד אדער צרכי רפואה וכדומה. אסאך פון זיי וואינען אין אויסגעצאלטע דירות, וואס איז א יקר המציאות דא אין אמעריקא ווי פילע יונגעלייט ווינטשן זיך הלוואי זאל איך האבן א מארגעזש צו צאלן אנשטאט רענט.

ס'מיר געפאלן, אפאר וואכן צוריק האט איינער געמאכט אן אפיל אין שול אז ער האט א נישט געזינט קינד און די רפואות קאסט אים אסאך געלט. אויף די טישן זענען געווען פארשפרייט שיינע קאלירטע בראשורן וועלכע צעלייגן די מצב. שרייבט ער דארט אז ער איז אריינגעפאלן אין חובות און ס'איז געקומען צו אזא שרעקליכע מצב אז (לאכטס נישט) ער האט געדארפט פאר'משכונ'ן זיין דירה און נעמען א משכנתא (מארגעזש בלע"ז). שומו שמים, שרעקליך וואס דא טיט זיך. הישמע כזאת, א מארגעזש?!
איך ווייס נישט וואס יענעמס מצב איז, קען זיין אז ער איז פארזינקן אין חובות אפילו מיט'ן מארגעזש און קען נישט ארבעטן ווייל ער איז פארנימען מיט זיין קראנקע קינד. די פאינט איז אבער אז מ'קען דאס ארויסשרייבן מיינט עס אז זיי האלטן אז ס'איז גארנישט ראונג דערמיט. ס'איז א נארמאלע זאך אז איינער מיט אן אויסגעצאלטע דירה, וואס איז רייכער ווי אן עווריזש יונגערמאן אין אמעריקא, זאל זיך אהערשטעלן אלץ וועלטס רחמנות.

ס'איז העכסט צייט אז אלע געלט גייער זאלן האבן אן המלצה פון אנערקענטע בעלי בתים וואס באשטעטיגן אז דער איז טאקע א נצרך.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20853
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 18, 2019 4:36 pm

רב דריידל, זאלט איר קיינמאל פארשטיין וואס א איד קען אלץ אריבערגיין זיך פלאגענדיג מיט א קינד.

יאך, ווען איך הער אזא איינעם רעדן פיל איך מיט אים מיטלייד, קאן איך ווען וואלט איך אים באווארפן מיט געלט, כ'פרוביר כאטש א שמייכל אדער א ברכה א פלעינע גוט מארגן, איך ווייס אז דער איד דארף עס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מארטש 18, 2019 6:39 pm

דריידל האט געשריבן:ס'זענען דא ארץ ישראל'דיגע אידן וואס קומען דא נאך געלט פאר חתונה מאכן א קינד אדער צרכי רפואה וכדומה. אסאך פון זיי וואינען אין אויסגעצאלטע דירות, וואס איז א יקר המציאות דא אין אמעריקא ווי פילע יונגעלייט ווינטשן זיך הלוואי זאל איך האבן א מארגעזש צו צאלן אנשטאט רענט.

ס'מיר געפאלן, אפאר וואכן צוריק האט איינער געמאכט אן אפיל אין שול אז ער האט א נישט געזינט קינד און די רפואות קאסט אים אסאך געלט. אויף די טישן זענען געווען פארשפרייט שיינע קאלירטע בראשורן וועלכע צעלייגן די מצב. שרייבט ער דארט אז ער איז אריינגעפאלן אין חובות און ס'איז געקומען צו אזא שרעקליכע מצב אז (לאכטס נישט) ער האט געדארפט פאר'משכונ'ן זיין דירה און נעמען א משכנתא (מארגעזש בלע"ז). שומו שמים, שרעקליך וואס דא טיט זיך. הישמע כזאת, א מארגעזש?!
איך ווייס נישט וואס יענעמס מצב איז, קען זיין אז ער איז פארזינקן אין חובות אפילו מיט'ן מארגעזש און קען נישט ארבעטן ווייל ער איז פארנימען מיט זיין קראנקע קינד. די פאינט איז אבער אז מ'קען דאס ארויסשרייבן מיינט עס אז זיי האלטן אז ס'איז גארנישט ראונג דערמיט. ס'איז א נארמאלע זאך אז איינער מיט אן אויסגעצאלטע דירה, וואס איז רייכער ווי אן עווריזש יונגערמאן אין אמעריקא, זאל זיך אהערשטעלן אלץ וועלטס רחמנות.

ס'איז העכסט צייט אז אלע געלט גייער זאלן האבן אן המלצה פון אנערקענטע בעלי בתים וואס באשטעטיגן אז דער איז טאקע א נצרך.

רב דריידל איך ווייס ברוך השם נישט ווער איר זענט, ווען יא וואלט איך אייך אויפגעזוכט און געגעבן צוויי געזונטע פראסקעס
נישט חס ושלום ווייל איר זענט נישט גערעכט - נאר ווייל איר קענט גורם זיין צום ערגסטן וואס שטייט אין די תורה הקדושה
איר ווייסט אז פון אלע זעקס הונדערט דרייצן מצוות ווערן נאר צוויי זאכן אנגערופן "בליעל" איינס עבודה זרה און די צווייטע ורעה עינך באחיך האביון.
צו דארף מען די ארימעלייט שווערער מאכן? נאך ווייטאג אריין לייגן אין זיי? איך וואלט זייער געוואלט וויסן וואס רבותינו הקדושים מייסדי הישוב אחר המלחמה אזוי ווי רבינו הק' מסאטמאר און רבינו הק' מטאהש - מספינקא, וכו' וכו' וואלטן געזאגט אויף אזא געדאנק.
ווילסט נישט געבן דיינע פופציג סענט, שוין זאג איים סארי.
דער נושא פון דארפן פאר'משכנ'ן די דירה איז א נושא בפני עצמו, ס'קומט כלל נישט אהער אין דעם אשכול אז דו ווילסט קען מען עפענען א אשכול איבער מהלך החיים (לעבנסשטייגער און לעבנס הוצאות)
דא איז אן אפיל פון הצלת נפשות ממש, די אידן ווערן צוזעצט פון בזיונות און השפלות
ביודעי ומכירי קאמינא!!
נכתב ונחתם לע"נ רבינו יואל בן חנני' יום טוב, וכל ממשיכי דרכו בצדקה וחסד.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג מארטש 18, 2019 6:53 pm

אויף מכה רעהו בסתר ( בחינת ניק באייועלט ) שטייט אויך הארבע זאכען.

דאס וואס איר און אסאך אנדערע שרייבן זענען אלס נכלל מער ווייניגער און וכל ממשיכי דרכו בצדקה וחסד.

עס איז דא אנדערע קרייזן און דרכים אויך און הלכות צדקה.
דער סערווער איז צו שנעל, ממילא ביטע זיכט נישט איצטע

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מארטש 18, 2019 7:02 pm

shimon7323 האט געשריבן:אויף מכה רעהו בסתר ( בחינת ניק באייועלט ) שטייט אויך הארבע זאכען.
סמיינט נישט דאס - ס'מיינט גילוי, אונזער געשרייבעכץ איז בבחינת טובה תוכחת מגולה מאהבה מסותרת
דאס וואס איר און אסאך אנדערע שרייבן זענען אלס נכלל מער ווייניגער און וכל ממשיכי דרכו בצדקה וחסד.
אקעי מיין נשמה און מיין גוף קענען ניצן אן עלי' (נישט אויף יענער וועלט רעד איך לעסאטע
עס איז דא אנדערע קרייזן און דרכים אויך און הלכות צדקה.

רובא דרובא דרובא פון די ליינער דא זענען תלמידים ותלמידי תלמידים פון רבותינו הקדושים מסאטמאר סיגוט צאנז והבאים אחריהם און דאס דארף מען צו פרעדיגן אלע אנדערע זענען בטל (דא אויף אייוועלט) במיעוטו כדמות ירח
און אוי דארף מען ציטערן פון א קרעכץ פון א ארימאן! ומדה טובה מרובה!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג מארטש 18, 2019 7:05 pm

גערעכט איך האב עס נאר געוואלט אריין לייגן און פערספעקטיוו, אז עס דרייען זיך דא אויך א מיעט אנדערע.

זאל דער באשעפער העלפן אז אינז אלע זאלן האבן צי געבן בשפע רב אן קיין נסיון.

נ. ב. א איד ווערט נישט בטל
דער סערווער איז צו שנעל, ממילא ביטע זיכט נישט איצטע

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20853
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 18, 2019 7:56 pm

צדקה איז עפעס א סאטמארער איינפיר? ס'איז עטליכע סימנים אין שו"ע, אלעס שטייט דארט, ווער, וויפיל, ווער איז פריערט וכו'. פיל ענינים וואס מענטשן קוקן אן אלס מדריגות אין צדקה וכו' זענען פשוט'ע דקדוקי הלכה.

תמהני, ר' איציקל ז"ל האט געלערנט אין סאטמאר? מורינו ורבינו מטאהש ז"ל האט דען געלערנט אין סאטמאר? ר' חיים קרייזווירטה ז"ל אויך אפשר?

"ולעולם אין אדם מעני מן הצדקה".
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3154
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג מארטש 18, 2019 8:49 pm

lebediger berel האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ס'זענען דא ארץ ישראל'דיגע אידן וואס קומען דא נאך געלט פאר חתונה מאכן א קינד אדער צרכי רפואה וכדומה. אסאך פון זיי וואינען אין אויסגעצאלטע דירות, וואס איז א יקר המציאות דא אין אמעריקא ווי פילע יונגעלייט ווינטשן זיך הלוואי זאל איך האבן א מארגעזש צו צאלן אנשטאט רענט.

ס'מיר געפאלן, אפאר וואכן צוריק האט איינער געמאכט אן אפיל אין שול אז ער האט א נישט געזינט קינד און די רפואות קאסט אים אסאך געלט. אויף די טישן זענען געווען פארשפרייט שיינע קאלירטע בראשורן וועלכע צעלייגן די מצב. שרייבט ער דארט אז ער איז אריינגעפאלן אין חובות און ס'איז געקומען צו אזא שרעקליכע מצב אז (לאכטס נישט) ער האט געדארפט פאר'משכונ'ן זיין דירה און נעמען א משכנתא (מארגעזש בלע"ז). שומו שמים, שרעקליך וואס דא טיט זיך. הישמע כזאת, א מארגעזש?!
איך ווייס נישט וואס יענעמס מצב איז, קען זיין אז ער איז פארזינקן אין חובות אפילו מיט'ן מארגעזש און קען נישט ארבעטן ווייל ער איז פארנימען מיט זיין קראנקע קינד. די פאינט איז אבער אז מ'קען דאס ארויסשרייבן מיינט עס אז זיי האלטן אז ס'איז גארנישט ראונג דערמיט. ס'איז א נארמאלע זאך אז איינער מיט אן אויסגעצאלטע דירה, וואס איז רייכער ווי אן עווריזש יונגערמאן אין אמעריקא, זאל זיך אהערשטעלן אלץ וועלטס רחמנות.

ס'איז העכסט צייט אז אלע געלט גייער זאלן האבן אן המלצה פון אנערקענטע בעלי בתים וואס באשטעטיגן אז דער איז טאקע א נצרך.

רב דריידל איך ווייס ברוך השם נישט ווער איר זענט, ווען יא וואלט איך אייך אויפגעזוכט און געגעבן צוויי געזונטע פראסקעס
נישט חס ושלום ווייל איר זענט נישט גערעכט - נאר ווייל איר קענט גורם זיין צום ערגסטן וואס שטייט אין די תורה הקדושה
איר ווייסט אז פון אלע זעקס הונדערט דרייצן מצוות ווערן נאר צוויי זאכן אנגערופן "בליעל" איינס עבודה זרה און די צווייטע ורעה עינך באחיך האביון.
צו דארף מען די ארימעלייט שווערער מאכן? נאך ווייטאג אריין לייגן אין זיי? איך וואלט זייער געוואלט וויסן וואס רבותינו הקדושים מייסדי הישוב אחר המלחמה אזוי ווי רבינו הק' מסאטמאר און רבינו הק' מטאהש - מספינקא, וכו' וכו' וואלטן געזאגט אויף אזא געדאנק.
ווילסט נישט געבן דיינע פופציג סענט, שוין זאג איים סארי.
דער נושא פון דארפן פאר'משכנ'ן די דירה איז א נושא בפני עצמו, ס'קומט כלל נישט אהער אין דעם אשכול אז דו ווילסט קען מען עפענען א אשכול איבער מהלך החיים (לעבנסשטייגער און לעבנס הוצאות)
דא איז אן אפיל פון הצלת נפשות ממש, די אידן ווערן צוזעצט פון בזיונות און השפלות
ביודעי ומכירי קאמינא!!
נכתב ונחתם לע"נ רבינו יואל בן חנני' יום טוב, וכל ממשיכי דרכו בצדקה וחסד.

כ'בין נישט זיכער צו די האסט נישט פארשטאנען וואס איך וויל ארויסברענגן. איך ווייס נישט צו דער ספאציפישער איד איז אן אמת'ע נצרך אדער נישט. די פאינט איז אז אסאך ארץ ישראל'דיגע זענען זיך גרייט מבזה און משפיל צו זיין אפילו ווען די מצב איז נישט אזוי געפערליך, דהיינו מ'האט אן אפציע צו באקומען אן הלוואה און אפצאלן צעביסלעך, אבער מ'וועט ליבערשט נעמען די וואנדער שטעקן און גיין גלות ליידן קיין אמעריקא. קוקט מיר אויס אז נישט פאר יעדען איז עס עפעס אזא אפקומעניש. מיר באדערט פארוואס מאנכע ווערן אזוי איבער גענומען ווען אן ארץ ישראל איד גייט נאך געלד. כבדהו וחשדהו.
אגב וואס וואלטן די "מייסדי הישוב" געזאגט וועגן דיין אראפלאזן צוויי פראסקעס פאר א צווייטן? און איך ווער יעצט געוואר אז די ספינקא און טאהש'ע רבי'ס (כבודם במקומם מונח) זענען געווען פון די מייסדים

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג מארטש 18, 2019 9:43 pm

הרב @דריידל

איך אנטשולדיג זיך פון פאראויס אבער איך גיי דיך פערזענליך אטאקירן

סיי אין דעם אשכול און סיי אין אן אנדערן אשכול ביסטו פארנומען אראפרייסן די געלדגייער

שיינע גוטע תירוצים האסטע טאקע אבער הצד השוה שבהם שדרכם להזיק

דו ווייסט נישט פונקטליך וואס דער איד גייט אדורך. ס'איז דיר געלונגען זיך ארויפצוכאפן אויף א דעטאל וואס דער איד האט געזאגט און מאכסט פון דעם א גאנץ בראטל

האו עבאוט אז דער איד ארבעט און מאכט נאר אויף צו דעקן די טעגליכע הוצאות און קען נישט צאלן דעם משכנתא? ווילסט ער זאל פארלירן זיין דירה און נאכדעם קומען יעדעס יאר פאר די רענט?

און וואס איז אויב דער מצב איז נישט אזוי געפערליך? מעג מען נישט געבן? ער מעג נישט קומען? יעדער א"י'דיגער איד וועט מוזן דורכגיין א שרעקליכע-מצב טעסט?

ווילסט נישט געבן? מאך א שווייג! צו וואס קאלט מאכן אנדערע?

לא יתן ולא יתנו אחרים וגו'
אבות ה' י"ג
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט