דאווענען מעריב ביי זעכציג, וואו איז דער מקור

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » פרייטאג מארטש 15, 2019 1:18 am

מאירים האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:דער רדב"ז, שרייבט נאר אז דער רמב"ם, און אפי' די גאונים פסק'ענן ווי דעם רבינו תם, לגבי דעם אז ס'איז דא א תחילת שקיעה און א סוף שקיעה, דהיינו אז נאך שקיעה באופק איז נאך ודאי יום, ביז ג' רביעי מיל לפני צאת הכוכבים (הנראים).
אבער נישט אויף דעם אז לילה איז אחר ד' מיל פון שקיעה באופק.
לערן פליז די תשובת הרב"ז, אינעווייניג פאר די זאגסט נאך הלכה משמו.


דער רדב"ז פסקנט ווי דער ר"ת, און ער ברענגט דארט נאך פיל פוסקים וואס האלטן ווי ר"ת (ער ברענגט נישט דעם שיטת הגאונים, נאר דעם שיטת היראים, איך ווייס נישט וואס דו שרייבסט אז ער זאל זאגן אז די גאונים האלטן אויך ווי ר"ת). איך קען נישט מעתיק זיין די גאנצע תשובה, אבער א קליין שטיקעלע.
rdvz.GIF


זוך אויף די ווערטער:

אי אפשר לומר כן חדא שהרי פוסקי ההלכות כגון בה"ג או הריא"ף או הרמב"ם או פסקי הרא"ש ז"ל סתם דבריהם הם לכוין הגמרא ומה שפירשו האחרונים בלשון הגמרא צריך אתה לפרש בדבריהם וזה ברור.


אויב דו האסט עס געטראפן, פארוואס ברענגסטו עס נישט אהער?
איך מיין אז דער "אי אפשר לומר כן" גייט ארויף אויף די פירוש מאירים.

היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » פרייטאג מארטש 15, 2019 1:30 am

מאירים האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:דער רדב"ז, שרייבט נאר אז דער רמב"ם, און אפי' די גאונים פסק'ענן ווי דעם רבינו תם, לגבי דעם אז ס'איז דא א תחילת שקיעה און א סוף שקיעה, דהיינו אז נאך שקיעה באופק איז נאך ודאי יום, ביז ג' רביעי מיל לפני צאת הכוכבים (הנראים).
אבער נישט אויף דעם אז לילה איז אחר ד' מיל פון שקיעה באופק.
לערן פליז די תשובת הרב"ז, אינעווייניג פאר די זאגסט נאך הלכה משמו.


דער רדב"ז פסקנט ווי דער ר"ת, און ער ברענגט דארט נאך פיל פוסקים וואס האלטן ווי ר"ת (ער ברענגט נישט דעם שיטת הגאונים, נאר דעם שיטת היראים, איך ווייס נישט וואס דו שרייבסט אז ער זאל זאגן אז די גאונים האלטן אויך ווי ר"ת). איך קען נישט מעתיק זיין די גאנצע תשובה, אבער א קליין שטיקעלע.
rdvz.GIF


בה"ג איז פון די גאונים


אלזא? האסטו א גאון וואס לערנט נישט ווי די שיטת הגאונים וואס ווערט געברענגט אין מהר"ם אלשקר. ער איז נישט דער איינציגסטער פון די תקופות הגאונים וואס לערנען נישט ווי דער שיטה. עס איז דא פיל גאונים וואס האלטן ווי שיטת ר"ת, כאטש עס עס האט דער נאמען "שיטת הגאונים".

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » פרייטאג מארטש 15, 2019 6:16 am

אטו כי רוכלא ניזל?

איך דארף שוין מער נישט ענטפערן, ווער עס האלט מיט דא, וועט אליין זעהן ווי לדעתך:

האט דער הייליגער חתם סופר, נישט געוויסט פון דעם פשוטער מחבר.

האבן די אלע אחרונים וואס ברענגען דעם מנחת כהן, נישט באמערקט די קולא וואס קומט ארויס מדבריו. "קיינער" איז נישט חולק אויף זיין "נייעם חידוש בדברי רבינו תם".

די ביסט חולק אויף אלע אייניקלעך ותלמידים פון הייליגן חתם סופר וואס זענען מעיד אז ער האט נישט געווארט אויף 72, אפי' אויף דאורייתא.

די האסט פאר וואס איך האב דיר געוויזן, קיינמאל נישט געלערנט דעם תשובת הרדב"ז, והפרי חדש בעיון. ומינה, אז די ביסט נאך בכלל רוי בדברי הפוסקים האחרונים, ממילא האסטו אפי' נישט קיין רעכט צו שרייבן ברבים בדברים הללו העומדים ברומו של עולם.

ובכלל אז ס'איז נישט דא קיין מקור בין הפוסקים, אויף מנהג למעשה, צו ווארטן אויף 72 (פון פאר דעם שר שלום).

וכו' וכו'.

ובכלל איז נראים פון דיינע תגובות אז די זוכסט נישט דעם אמת. ווייל מיט אביסל מחשבה, אז "אולי איז מאירים יא גערעכט" וואלסו געזעהן אז איך בין גערעכט, העכסטענס וואלסטו געבעטן א מקור, אדער געפרעגט א קשיא לענין. אבער דיינע דעות קודמות און דיין גאווה לאזן דיך נישט אפילו טראכטן אנדערש.

נו, אז די ווילסט נישט וויסן דעם אמת, ווי אזוי וועסטו וויסן דעם אמת?

היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » פרייטאג מארטש 15, 2019 9:40 am

למען האמת, איך וויל דיר נישט וויי טון, אבער כדי איינער וואס בליקט נאר דא אריין זאל נישט מיינען אז "מסתמא זאגט עפעס מאירים, ווייל ער שרייעט דאך אזוי הויך", ממילא וועל איך עס יא שרייבן:

נישט נאר איך זע אז דו שרייבסט שטותים והבלים און ווייט פון גערעכט, נאר איך בין ערנסט מסופק צו דו אליינס ווייסט יא וואס דו רעדסט!
דיין לעצטע תגובה איז אן עדות דערויף.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3008
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג מארטש 15, 2019 2:23 pm

דער רדב"ז אין יענע גאנצע תשובה איז פארנומען צו מ'האט גזען שוין ג' כוכבים, צו מ'קען שוין זען ג' כוכבים, "לויטן ר"ת פארשטייט מען יא ווייל דאן קען מען שוין זען 2 כוכבים" וכו' וכו' עיי"ש.
וואלט ער גערעדט פון 72 אדער אפילו פון 50 וואלט ער גערעדט פון הונדערטע כוכבים.
לייען איבער וועסטו פארשטיין וואס איך זאג.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » פרייטאג מארטש 15, 2019 4:22 pm

יהי לו אשר לו, סייווי וועלן זיי נישט מודה זיין. אדער, וועלן זיי ארויסרייסן א שטיקל חתם סופר, אדער וועלן זיי אריינלערנען פאלש פשט בדבריו, ווען עס געפעלט זיי נישט וואס ער זאגט.

דער רדב"ז איז נישט אנדערש לכאורה.
לעצט פאראכטן דורך מאירים אום זונטאג מארטש 17, 2019 1:02 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » פרייטאג מארטש 15, 2019 6:06 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:דער רדב"ז אין יענע גאנצע תשובה איז פארנומען צו מ'האט גזען שוין ג' כוכבים, צו מ'קען שוין זען ג' כוכבים, "לויטן ר"ת פארשטייט מען יא ווייל דאן קען מען שוין זען 2 כוכבים" וכו' וכו' עיי"ש.
וואלט ער גערעדט פון 72 אדער אפילו פון 50 וואלט ער גערעדט פון הונדערטע כוכבים.
לייען איבער וועסטו פארשטיין וואס איך זאג.


לויט'ן ר"ת אליינס קען מען זען ג' כוכבים ביי 72. איי דו זעסט פריער? ביסט נישט דער ערשטער וואס פרעגט דאס. און עס איז דא תירוצים דערויף (איך האב עס שוין געשריבן אין איינע פון די אשכולים פון בין השמשות), אבער סוכ"ס איז דא צוויי שיטות אין די גאונים און ראשונים. שיטת הגאונים ושיטת הר"ת, און דער רדב"ז שרייבט א לאנגע תשובה ווי שיטת ר"ת (וואק אביסל ארויס פון דעם לאך פון די נומבערס (40, 50, 60, 72), ניץ די גבולים וואס די גאונים און די ראשונים אינקולדעט דער ר"ת ניצן. נאכדעם קענסטו עס אנהייבן צו שטעלן צום היינטיגן זייגער. [איך האב אפשר נישט גענוג קלאר מסביר געווען, און נאר איינער וואס האט עס שוין געלערנט די סוגיא, וועט פארשטיין, ועוד חזון למועד עס איבערצושרייבן קלארער].
דיסקלעמער: איך שרייב עס כאטש איך ווייס אז ניק פלוני גייט זיך אנאכפן און עפעס א ווארט. אבער לויט ווי עס זעט מיר אויס זענט איר יא אינטרעסירט צו הערן אביסל אלע שיטות בנוגע דעם ענין.

היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » פרייטאג מארטש 15, 2019 6:07 pm

[quote="מאירים"]יהי לו אשר לו, סייווי וועלן זיי נישט מודה זיין. די גרעסערע פון זיי, וועלן ארויסרייסן א שטיקל חתם סופר, (זמני היום והלילה של רבי נתן אדלער). און די קלענערע וועלן אריינלערנען פאלש פשט בדבריו, ווען עס געפעלט זיי נישט וואס ער זאגט./quote]

דאס קעצל הייבט אן ארויסצושפרינגן פון זאק...
מיר ווייסן פונקטליך קעגן וועמען דו צילסט! הזהרו בגחלתן!

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מוצ"ש מארטש 16, 2019 8:08 pm

איך ציל ח"ו נישט קעגן קיינעם.

איך ציהל קעגן די וואס ווילן אריינלערנען פאלש פשט און דברי החתם סופר כדי עס זאל שטימען מיט זייער אגענדע.

די פאלשע פשט'ליך אין מחבר, לא שערים אבותינו...

פאלש פשט אין רדב"ז, אהן אפילו לערנען די תשבה בעיון.

די פאלשע פשטים אין אין אנו בקיאים. און עס נוצן להקל.

די גרינגשעצונג אויף'ן מנחת כהן, וואס יעדער האט אנגענומען זיין שיטה, ואין אף אחד מהפוסקים שחולק על עיקר שיטתו, אף להקל..

די שקרים בשם פוסקי דורנו. רבי יעקב יצחק ניימאן, ורבי משה ניישלאס זצ"ל.


יעצט פיל אהן נאך גאנצע בלעטער, לטשטש את הקהל, אנשטאט פרעגן לענין. און אזוי ארום וועט מען נישט וויסן אז אלע פוסקים, רדב"ז, מג"א, אלי' רבה, והחתם סופר, און יא, רבי משה ניישלאס האבן נישט געוויסט פון די שיטה חדשה פון 72 אפילו אויב מען זעהט שוין פריער, כוכבים בשמים בהירים. און אז זיי האבן נישט געהאט א ספעציעלע קבלה "וועלכע שטערן מען דארף זעהן" (אונטערעסאנט אז נישט דער מנחת כהן, און אלע פוסקים נאך עם, און אפילו הרב יי"נ, האבן נישט געשריבן אז זיי האבן א קבלה פון אינדערהיים וועלכע שטערן'ס מען דארף זעהן.

און אויך רבי מיכאל בער ווייסמאנדל, וואס איז געווען א בקי בכוכבים, שרייבט דאס נישט.
און די וואס געדענקען רבי משה ניישלאס זאגן אויך אז ער האט סתם געקוקט שטערנ'ס, קיינמאל נישט געזאגט אז ער זוכט ספעציעלע כוכבים, וואס ער האט געקוקט מיט זיין רבי'ן אינדערהיים. (כאטש זיי האבן געפסק'נט כר"ת).

דאס איז א חידוש פון א ניק דא. אויך איינע פון זיינע פאלשע פשט'ליך בדברי הפוסקים, צו בלייבן גערעכט).



יא, הוי זהיר בגחלתן...

יונגרייז
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 23, 2019 12:31 pm

תגובהדורך יונגרייז » זונטאג מארטש 17, 2019 11:18 am

ווען די משנה זאגט מאימתי קורין את שמע משעה שהכהנים נכנסים לאכול תרומתם [משעת יציאת הכוכבים גמ'] וואלט די משנה געדארפט זאגן פשוט משבעים ושנים, נישט אזוי?
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן טשערנאבלער)

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » זונטאג מארטש 17, 2019 11:22 am

אוואדע!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20850
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מארטש 17, 2019 12:00 pm

רב מאירים, אנשולדיגט, הרב למעלה האט שוין איבערגעוויזן כמה וכמה פעמים ווער ס'לערנט פאלש אין חתם סופר.

ביטע, דאס אראפרייסן דעם צד השני בכל לשונות של גנאי שטעלט אייך נישט אין א גינסטיגע ליכט.

אין עתי ועטי בידי, אבער מיר וועלן בתמימות טאן גענוי ווי אבותינו ורבותינו האבן געטאן און ווי אזוי זיי האבן אונז געלערנט מפי השו"ע והפוסקים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » זונטאג מארטש 17, 2019 12:10 pm

farshlufen האט געשריבן:רב מאירים, אנשולדיגט, הרב למעלה האט שוין איבערגעוויזן כמה וכמה פעמים ווער ס'לערנט פאלש אין חתם סופר.

ביטע, דאס אראפרייסן דעם צד השני בכל לשונות של גנאי שטעלט אייך נישט אין א גינסטיגע ליכט.

אין עתי ועטי בידי, אבער מיר וועלן בתמימות טאן גענוי ווי אבותינו ורבותינו האבן געטאן און ווי אזוי זיי האבן אונז געלערנט מפי השו"ע והפוסקים.


אוואדע!

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3008
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג מארטש 17, 2019 12:44 pm

היסטאריע האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:דער רדב"ז אין יענע גאנצע תשובה איז פארנומען צו מ'האט גזען שוין ג' כוכבים, צו מ'קען שוין זען ג' כוכבים, "לויטן ר"ת פארשטייט מען יא ווייל דאן קען מען שוין זען 2 כוכבים" וכו' וכו' עיי"ש.
וואלט ער גערעדט פון 72 אדער אפילו פון 50 וואלט ער גערעדט פון הונדערטע כוכבים.
לייען איבער וועסטו פארשטיין וואס איך זאג.


לויט'ן ר"ת אליינס קען מען זען ג' כוכבים ביי 72. איי דו זעסט פריער? ביסט נישט דער ערשטער וואס פרעגט דאס. און עס איז דא תירוצים דערויף (איך האב עס שוין געשריבן אין איינע פון די אשכולים פון בין השמשות), אבער סוכ"ס איז דא צוויי שיטות אין די גאונים און ראשונים. שיטת הגאונים ושיטת הר"ת, און דער רדב"ז שרייבט א לאנגע תשובה ווי שיטת ר"ת (וואק אביסל ארויס פון דעם לאך פון די נומבערס (40, 50, 60, 72), ניץ די גבולים וואס די גאונים און די ראשונים אינקולדעט דער ר"ת ניצן. נאכדעם קענסטו עס אנהייבן צו שטעלן צום היינטיגן זייגער. [איך האב אפשר נישט גענוג קלאר מסביר געווען, און נאר איינער וואס האט עס שוין געלערנט די סוגיא, וועט פארשטיין, ועוד חזון למועד עס איבערצושרייבן קלארער].
דיסקלעמער: איך שרייב עס כאטש איך ווייס אז ניק פלוני גייט זיך אנאכפן און עפעס א ווארט. אבער לויט ווי עס זעט מיר אויס זענט איר יא אינטרעסירט צו הערן אביסל אלע שיטות בנוגע דעם ענין.

ערשט בעט איך מאירים זאל נידערן די טענער אז מ'זאל קענען רעדן אין לערנען נארמאל און ווי עס פאסט

איך האב נישט ג'פרעגט די קושיא אז מ'זעהט פריער. דער תירוץ אויף די קושיא איז דאך אז די אלע כוכבים פון פאר 58.5 זענען די כוכבים גדולים הנראים ביום.
איך פרעג נאר אויף דעם רדב"ז. איך זעה אז ער פארשטייט אז ווען מ'זעט שוין ג' כוכבים איז דאס שוין די זמן פון רבינו תם!
דאס שטימט זייער גוט מיט רבינו תם לויטן מנחת כהן-חת"ס, אבער עס שטימט נישט (בפשטות) מיט רבינו תם - 72.
אלזא, צו זאגן אז דער רדב"ז לערנט -בדעת רמב"ם- ווי רבינו תם-72, איז פארדרייט. אריינצוקוועטשן בדעת רמב"ם שיטת ר"ת-מנח"כ, דאס איז שוין אסאך לייכטער, און טייל וועלן זאגן אז עס איז כמעט נישט נוגע לדינא. (אפרש את שיחתי, אסאך זאגן אז אין ארץ ישראל זעהט מען טאקע ג' כוכבים בימי ניסן תשרי בערך 13 מינוט אחר השקיעה, נמצא שלפי זה אין מחלוקת לדינא בין ר"ת-מנ"כ עם הגאונים-רמב"ם.)
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » זונטאג מארטש 17, 2019 6:00 pm

היות מאירים האט זיך אביסל פארלוירן און ארויסגעשריבן קלאר וואס ער ציהלט, וועל איך אביסל מעהר מפרש זיין אז אפילו א תם קאפ זאל פארשטיין און באגרייפן זיינע שאיפות.

ער וויל זאגן אז "ס'איז נישטא קיין שום יסוד בהלכה אז אן ערליכע איד ירא ה' ומדקדק במצוות זאל האלטן צוויי און זיבעציג מוצאי שבת".
ער קען באשטיין אז (מאקסימום) פופציג מינוט נאכן שקיעה מוצש"ק זאלן אלע גאסן אין ב"פ וויליאמסבורג מאנסי וכו' זיין פיהל מיט קארס אלע רעסטוראנטן אפן גרייט צום באנוץ א.א.וו.

אויף זיין פערזענליכע שאיפה וואלטן מיר נאך פארשוויגן... אבער צו שרייבן און זאגן הויך אהן קיין שום בושה אז א הארבע הלכה באיסור כרת וואס איז אנגענומען געווארן להלכה ולמעשה ביי רוב ערליכע אידן אין אמעריקא און ביי טויזנטער גאונים פוסקים רבנים ת"ח אין די לעצטע פינף הונדערט יאהר איז סתם א שטות (עפ"ל) און מצידו זאלן די אלע אידן אוועק ווארפן זייער מסורה וואס איז געבויט אויף פוסטע חסידישע פרומקייטן (רח"ל) וכו' וכו', און אזוי ווייטער אלע זיינע שקרים און הבלים מלאים זלזול וביטול נגד גאוני עולם קדושים וטהורים וואס האבן שוין דא אנגעפילט גאנצע בלעטער, אזא זאך טאר נישט אריבער גיין אהן א מחאה נמרצה קעגן די שרעקליכע זלזול ובזיון כלפי גדולי ישראל ראשונים ואחרונים וגם לרבות גדולי דורות האחרונים וואס הונדערטער פון זיי (רובם) האבן אנגענומען אז די הלכה איז כשיטת הר"ת צוויי און זיבעציג מוצ"ש, און לדעתם דעת תורה הברורה איינער וואס טוהט א מלאכה פארן זמן איז חייב להביא חטאת שמינה אדער אן אשם תלוי, און אפי' די פוסקים וואס האבן נישט אנגענומען אינגאנצן אזוי עכ"ז "כולם" פה אחד נמנו וגמרו אז אז א ירא שמים זאל זאל פאר זיך נוהג זיין כשיטת הר"ת כפשוטו (עכ"פ לעניני דאורייתא) וויבאלד הרבה מאוד מגדולי הפוסקים האלטן אז אזוי איז די עיקר ההלכה.

און די שקר וואס מאירים האלט אין איין זאגן אז די גאנצע צוויי און זיבעציג האט זיך אנגעהויבן ביים בעלזא'ר רב, הרי הוא מכחיש שמש בצהרים.
אט לייג איך ענק פאר צוויי גדולי הפוסקים פון ליטא וואס זענען מסור לשיטת הגר"א און כ'בין מסופק אויב זיי האבן אפילו אמאל געהערט דעם נאמען "בעלזא", און ביידע זאגן מיט א שטארקייט אז מ'האלט צוויי און זיבעציג מינוט מוצש"ק.

הראשון הוא הגאון בעל ערוך השלחן וואס שרייבט בלשונו אז אין ליטא (מקומו של הגר"א) פירט מען זיך צו ווארטן אויף צוויי און זיבעציג, וז"ל(סימן רצ"ג סעי' א):
"ואנו נוהגים להמתין מן שקיעת החמה שעה וי"ב חלקי שעה (שעה מיט צוועלף מינוט) שכל חלק הוא אחד מששים בשעה דבזה יצאנו מכל הספיקות ואז מותר במלאכה"
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=144
ולענין כשהרקיע מלא כוכבים הלא בהכרח אז כבר אחר ע"ב דקות)

דער צווייטער פוסק איז הגאון ר' יוסף אלי' הענקין מגדולי פוסקי ליטא ומהפוסקים הכי גדולים ומפורסמים על אדמת אמעריקא וואס שרייבט אין שו"ת גבורות אלי' סימן ע"ב אז מ'זאל ווארטן אויף צוויי און זיבעציג.
(אינו לפנינו כעת להעתיק לשונו).

דער ערוה"ש און הרב הענקין זענען בעלזער חסידים? הא?... אדער אפשר גאר שינאווע?

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » זונטאג מארטש 17, 2019 6:46 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:דער רדב"ז אין יענע גאנצע תשובה איז פארנומען צו מ'האט גזען שוין ג' כוכבים, צו מ'קען שוין זען ג' כוכבים, "לויטן ר"ת פארשטייט מען יא ווייל דאן קען מען שוין זען 2 כוכבים" וכו' וכו' עיי"ש.
וואלט ער גערעדט פון 72 אדער אפילו פון 50 וואלט ער גערעדט פון הונדערטע כוכבים.
לייען איבער וועסטו פארשטיין וואס איך זאג.


לויט'ן ר"ת אליינס קען מען זען ג' כוכבים ביי 72. איי דו זעסט פריער? ביסט נישט דער ערשטער וואס פרעגט דאס. און עס איז דא תירוצים דערויף (איך האב עס שוין געשריבן אין איינע פון די אשכולים פון בין השמשות), אבער סוכ"ס איז דא צוויי שיטות אין די גאונים און ראשונים. שיטת הגאונים ושיטת הר"ת, און דער רדב"ז שרייבט א לאנגע תשובה ווי שיטת ר"ת (וואק אביסל ארויס פון דעם לאך פון די נומבערס (40, 50, 60, 72), ניץ די גבולים וואס די גאונים און די ראשונים אינקולדעט דער ר"ת ניצן. נאכדעם קענסטו עס אנהייבן צו שטעלן צום היינטיגן זייגער. [איך האב אפשר נישט גענוג קלאר מסביר געווען, און נאר איינער וואס האט עס שוין געלערנט די סוגיא, וועט פארשטיין, ועוד חזון למועד עס איבערצושרייבן קלארער].
דיסקלעמער: איך שרייב עס כאטש איך ווייס אז ניק פלוני גייט זיך אנאכפן און עפעס א ווארט. אבער לויט ווי עס זעט מיר אויס זענט איר יא אינטרעסירט צו הערן אביסל אלע שיטות בנוגע דעם ענין.

ערשט בעט איך מאירים זאל נידערן די טענער אז מ'זאל קענען רעדן אין לערנען נארמאל און ווי עס פאסט

איך האב נישט ג'פרעגט די קושיא אז מ'זעהט פריער. דער תירוץ אויף די קושיא איז דאך אז די אלע כוכבים פון פאר 58.5 זענען די כוכבים גדולים הנראים ביום.
איך פרעג נאר אויף דעם רדב"ז. איך זעה אז ער פארשטייט אז ווען מ'זעט שוין ג' כוכבים איז דאס שוין די זמן פון רבינו תם!
דאס שטימט זייער גוט מיט רבינו תם לויטן מנחת כהן-חת"ס, אבער עס שטימט נישט (בפשטות) מיט רבינו תם - 72.
אלזא, צו זאגן אז דער רדב"ז לערנט -בדעת רמב"ם- ווי רבינו תם-72, איז פארדרייט. אריינצוקוועטשן בדעת רמב"ם שיטת ר"ת-מנח"כ, דאס איז שוין אסאך לייכטער, און טייל וועלן זאגן אז עס איז כמעט נישט נוגע לדינא. (אפרש את שיחתי, אסאך זאגן אז אין ארץ ישראל זעהט מען טאקע ג' כוכבים בימי ניסן תשרי בערך 13 מינוט אחר השקיעה, נמצא שלפי זה אין מחלוקת לדינא בין ר"ת-מנ"כ עם הגאונים-רמב"ם.)


כאב נאך געוואלט צריקימען באריכות אויף אסאך זאכען
אבער האסט אנגעכאפט עפעס וואס איז זייער שווער ווי דער גר״א׳ס מהלך אין זאגסט בפשיטות אסאך זאגען מען זעהט, קיין איינע זעהט נישט !!!!! נאר עס איז אפשר אפשר דא וואס זאגען אז באמת איז דא נאר מען זעהט נישט מיט דער פליישיגע אויגען. בקיצור מען דארף גלייבען מיט כל מיני דוחקים ווי דער גר״א שטימט
וועגען דעם נעמט מען נישט אן דער גר״א כפשוטו נאר מען ווארט בערך 30 מיניט נאכען שקיעה

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג מארטש 17, 2019 7:16 pm

אין ספר הזמנים בהלכה ברענגט ער עדיות פון מענטשן וואס האבן געזען שטערנס בערך דרייצן און א האלב מינוט נאכ'ן שקיעה.

אין ארץ ישראל ווארט מען מוצאי שבת ביז 35 מינוט, תעניתים פאסט מען אויס בערך ביי 20-25 מינוט, לענין מילה איז ארום 18 מינוט. די מניינים מעריב פאנגען זיך אן ביי 15 מינוט, און מוצ"ש ביי 20 מינוט.
לעצט פאראכטן דורך חלב ישראל אום זונטאג מארטש 17, 2019 10:34 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » זונטאג מארטש 17, 2019 9:03 pm

ביסט געווען אין א״י גייסט זיין דארט קוק אליין זאג מער צי די קענסט זעהן. האסט א באקאנטע דארט פרעג עם ער זאל קוקען 13 מעניט נאך דער שקיעה אפילו 16 17 מעניט
וועט ער אויך נישט זעהן אויב ער האט געהאט עדות האט ער געהאט אבער למעשה פרעג איינע צי מען זעהט
פשוט מיט דער אויגען

מעריב קען מען סתם אזוי דאווענען אלץ כמר עביד וכמר עביד אפילו איך נעם אן ר״ת
אין פאסטען שוין מיז זיך מקיל דרבנן

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג מארטש 17, 2019 9:34 pm

אין א מקום יישוב קען מען כמעט גארנישט זען היינט צוטאגס צוליב light pollution, פון די ארום 2,500 שטערנס וואס מ'פלעגט קענען זען מיט'ן פשוט'ן אויג פאר צוויי הונדערט יאר צוריק, קען מען היינט אין ניו יארק סיטי זען ניטאמאל קיין צוואנציג. ס'דא משוגעים לאותו דבר וואס גייען אין פלעצער ווייט אוועק פון סיי וועלכע יישוב וואו ס'איז שטאק טונקל אזויווי ס'געווען פאר צוויי הונדערט יאר צוריק, זיי טענה'ן אז דארט קען מען זען.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מאנטאג מארטש 18, 2019 12:09 am

ידיעות שונות האט געשריבן:היות מאירים האט זיך אביסל פארלוירן און ארויסגעשריבן קלאר וואס ער ציהלט, וועל איך אביסל מעהר מפרש זיין אז אפילו א תם קאפ זאל פארשטיין און באגרייפן זיינע שאיפות.

ער וויל זאגן אז "ס'איז נישטא קיין שום יסוד בהלכה אז אן ערליכע איד ירא ה' ומדקדק במצוות זאל האלטן צוויי און זיבעציג מוצאי שבת".
ער קען באשטיין אז (מאקסימום) פופציג מינוט נאכן שקיעה מוצש"ק זאלן אלע גאסן אין ב"פ וויליאמסבורג מאנסי וכו' זיין פיהל מיט קארס אלע רעסטוראנטן אפן גרייט צום באנוץ א.א.וו.

אויף זיין פערזענליכע שאיפה וואלטן מיר נאך פארשוויגן... אבער צו שרייבן און זאגן הויך אהן קיין שום בושה אז א הארבע הלכה באיסור כרת וואס איז אנגענומען געווארן להלכה ולמעשה ביי רוב ערליכע אידן אין אמעריקא און ביי טויזנטער גאונים פוסקים רבנים ת"ח אין די לעצטע פינף הונדערט יאהר איז סתם א שטות (עפ"ל) און מצידו זאלן די אלע אידן אוועק ווארפן זייער מסורה וואס איז געבויט אויף פוסטע חסידישע פרומקייטן (רח"ל) וכו' וכו', און אזוי ווייטער אלע זיינע שקרים און הבלים מלאים זלזול וביטול נגד גאוני עולם קדושים וטהורים וואס האבן שוין דא אנגעפילט גאנצע בלעטער, אזא זאך טאר נישט אריבער גיין אהן א מחאה נמרצה קעגן די שרעקליכע זלזול ובזיון כלפי גדולי ישראל ראשונים ואחרונים וגם לרבות גדולי דורות האחרונים וואס הונדערטער פון זיי (רובם) האבן אנגענומען אז די הלכה איז כשיטת הר"ת צוויי און זיבעציג מוצ"ש, און לדעתם דעת תורה הברורה איינער וואס טוהט א מלאכה פארן זמן איז חייב להביא חטאת שמינה אדער אן אשם תלוי, און אפי' די פוסקים וואס האבן נישט אנגענומען אינגאנצן אזוי עכ"ז "כולם" פה אחד נמנו וגמרו אז אז א ירא שמים זאל זאל פאר זיך נוהג זיין כשיטת הר"ת כפשוטו (עכ"פ לעניני דאורייתא) וויבאלד הרבה מאוד מגדולי הפוסקים האלטן אז אזוי איז די עיקר ההלכה.

און די שקר וואס מאירים האלט אין איין זאגן אז די גאנצע צוויי און זיבעציג האט זיך אנגעהויבן ביים בעלזא'ר רב, הרי הוא מכחיש שמש בצהרים.
אט לייג איך ענק פאר צוויי גדולי הפוסקים פון ליטא וואס זענען מסור לשיטת הגר"א און כ'בין מסופק אויב זיי האבן אפילו אמאל געהערט דעם נאמען "בעלזא", און ביידע זאגן מיט א שטארקייט אז מ'האלט צוויי און זיבעציג מינוט מוצש"ק.

הראשון הוא הגאון בעל ערוך השלחן וואס שרייבט בלשונו אז אין ליטא (מקומו של הגר"א) פירט מען זיך צו ווארטן אויף צוויי און זיבעציג, וז"ל(סימן רצ"ג סעי' א):
"ואנו נוהגים להמתין מן שקיעת החמה שעה וי"ב חלקי שעה (שעה מיט צוועלף מינוט) שכל חלק הוא אחד מששים בשעה דבזה יצאנו מכל הספיקות ואז מותר במלאכה"
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=144
ולענין כשהרקיע מלא כוכבים הלא בהכרח אז כבר אחר ע"ב דקות)

דער צווייטער פוסק איז הגאון ר' יוסף אלי' הענקין מגדולי פוסקי ליטא ומהפוסקים הכי גדולים ומפורסמים על אדמת אמעריקא וואס שרייבט אין שו"ת גבורות אלי' סימן ע"ב אז מ'זאל ווארטן אויף צוויי און זיבעציג.
(אינו לפנינו כעת להעתיק לשונו).

דער ערוה"ש און הרב הענקין זענען בעלזער חסידים? הא?... אדער אפשר גאר שינאווע?


מילא אז די לערנסט פאלש פשט אין די דברי הפוסקים, דאס מוזטו דאך, ווייל אויב נישט האסטו נישט קיין מקור אויף דיין שיטת 72, דאס פארשטיי איך.

אפילו א שטיקל ערוך השולחן מוזטו פארדרייען? ער שרייבט קלאר דעם סימן הכוכבים, און דערנאך דעם מנהג המקום (דארט איז זייער נאנט דער 72 צו ג' כוכבים בקיץ). צו ווארטן שעה וחומש, "דבזה כבר יצאנו מכל הספיקות" (דאס מיינט אז ס'איז שוין דא כוכבים קטנים ורצופים, (און נישט נאר ג' כוכבים בינונים, אזוי ווי די שיטת ה72 "שלך").

און גלייך נאך דעם שרייבט ער, "אמנם" כשהרקיע מלא כוכבים א"צ סימן אחר. דאס מיינט קלאר אז איך דארף שוין נישט קוקן (להלכה) אויף דעם זייגער.

אבער פארוואס לערענסטו אריין פשט אין "מיינע" ווערטער?? וואס איך האב קיינמאל נישט געקלערט צו זאגן.
. איינער זאל אוועק ווארפן זיין מסורה? נישט דא קיין יסוד צו האלטן 72? ועוד דברי בלע?

בסך הכל זאג איך נאר איין זאך, איבער און איבער.. נאר די נושא ווערט אוועקגעפירט, יעדעס מאל דורך א צווייטען "ת"ח" צום מחבר אין סימן רס"א...

ברור כשמש, אז ס'איז ענדערש צו מאכן מוצאי שבת ביי 60, וואס אויף דעם איז דא הרבה פוסקים וואס שרייבן אז סאיז שוין מוצאי שבת אפי' לר"ת, ווי איידער מתיר זיין מלאכה בערב שבת ווען ס'איז שוין נראים כוכבים בשמים, או אפי' בשיעור בין השמשות לפני זה. וואס אויף דעם איז נישט דא אפילו "איין מתיר"...

יעצט לענין.
דאס אז די חומרת 72 ביי חסידים קומט פון שר שלום, האט מקורות, עיין חידושי הרמ"ל, ספר בין השמשות, לרבי זאב מיארטשוב, ועוד. ס'איז נישט "מיין שקר".

יעצט ווייז מיר איין מקור אז ווער עס האלט ווייניגער פון 72 איז חייב אשם תלוי, אדער חטאת שמינה???

אדער כאטש פופצען נעמען, פון די "טויזנטער גאונים פוסקים רבנים ת"ח אין די לעצטע פינף הונדערט יאהר" להלכה ולמעשה, 72 למוצאי שבת....

די קענסט שוין ווערן א שרייבער אינעם "בלאט" ! די קענסט אזוי פיל לערנען ווי זיי, און אזוי גוט מסלף זיין, ווי זיי.

למען האמת, הרב הענקין ז"ל שרייבט טאקע אז מ'דארף ווארטן 72.

אבער די סיגוט'ער קינדער וואס האבן אנגענומען 72 האבן דאס נישט גענומען פון הרב הענקין, אדער ערוך השולחן. דאס קומט פון שינאווע / בעלז.
לעצט פאראכטן דורך מאירים אום מאנטאג מארטש 18, 2019 10:33 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

התבונני
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » מאנטאג מארטש 18, 2019 12:50 am

מאירים האט געשריבן: סיגוט'ער קינדער

HebrewBooksOrg_20289_page_122.pdf
(57.8 KiB) דאונלאודעד 41 מאל

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מאנטאג מארטש 18, 2019 8:02 am

אויך געווען א סיגוט'ער קינד, ניין?

התבונני
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » מאנטאג מארטש 18, 2019 12:00 pm

מאירים האט געשריבן:אויך געווען א סיגוט'ער קינד, ניין?


וואע ? הער נישט ? שריי העכער

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מאנטאג מארטש 18, 2019 12:07 pm

ניצחתני

התבונני
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » מאנטאג מארטש 18, 2019 12:28 pm

מאירים האט געשריבן: אוואדע!


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט