אדווערטייזמענט: אפיציעלע "קאל פרא" אשכול - וועכנטליכע אפדעיטס

סערוויסעס, געשעפטן און פראדוקטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

CallPro
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

אדווערטייזמענט: אפיציעלע "קאל פרא" אשכול - וועכנטליכע אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CallPro »

"קאל פרא" איז שוין נישט קיין גאסט דא אויף "אייוועלט".

מיר זענען שוין עטליכע מאל געווען דא אדווערטייזד פאר געוויסע פראיעקטן, אבער אצינד עפענען מיר דעם אפיציעלן אשכול, מיט'ן גוטהייסונג פון די חברי ההנהלה, צו דעליווערן די כסדר'דיגע אפדעיטס פאר אונזערע קאסטומערס און נישט קאסטומערס צוגלייך. מיר האבן ב"ה צענדליגער קאסטומערס דא אויף אייוועלט, וואס זענען אנגעקומען צו אונז דורך דעם רייכן סייד, דעריבער איז רעכט אז מיר זאלן אפדעיטן די פארשידענע 'אפדעיטס' וואס איז כסדר דא אין אונזער סיסטעם.

ווי באקאנט טוט "קאל-פרא" כסדר פאראויסלויפן צו אנטוויקלען די בעסטע טעכנאלאגיע און מעגליכקייטן, ארויסצושיקן פובליק-בראודקעסטס און מעסעדזשעס פאר גרופעס, משפחות, א.א.וו. – אין דעם דאזיגן אשכול וועלן מיר בעז"ה וועכנטליך אפדעיטן די ליינער מיט אפדעיטס, איבער די פארשריט און נייע מעגליכקייטן פון "קאל-פרא".

מאכט זיכער צו טשעקן אונזער אשכול איינמאל א וואך. פאר סיי-וועלכע פראגע: אדרבה פרעגט!
CallPro
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

אפדעיט #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CallPro »

אלס ערשטע אפדעיט אויף "אייוועלט" ווילן מיר מיטטיילן מיט אייך, איינס פון די לעצטיגע, רעוואלוציאנערע אפציעס פון "קאל-פרא":

[align=center] Calling Merge[/align]
מיט דעם 'פיטשער' קענט איר ארויפלאודן אן עקסעל-שיט מיט אינפארמאציע אויפ'ן סיסטעם, און דערנאך ארויסשיקן א בראודקעסט, בשעת צו יעדע אינדיווידועלע נומער וועט אנקומען די ספעציפישע אינפארמאציע וואס איר ווילט שיקן צו יענעם.

דאס איז א געוואלדיגע דורכברוך ספעציעל פאר ביזנעסער, וועלכע קענען אצינד ארויסשיקן א בראודקעסט צו קאסטומערס בנוגע "בילינג". מען טוט ארויפלאודן די עקסעל-שיט מיט די סכום פון יעדנ'ס ביל, און די אלגעמיינע רעקארדירונג וועט זאגן "איר האט א באלאנס" - און דא טוט דער סיסטעם אריינלייגן פאר יעדן באזונדער די ציפער וואס מען איז שולדיג.

ווי אויך קען עס גאר שטארק צונוצקומען פאר שמשים, וכד' צו קענען ארויסשיקן קאסטומייזד מעסעדזשעס פאר א גרויסן ציבור מענטשן, פאר פעימענט רימיינדער'ס, א.ד.ג.

די סיסטעם ערמעגליכט אריינצולייגן וויפיל קאלומס איר ווילט נאר אינעם עקסעל-שיט, און ביים ארויסשיקן דעם בראודקעסט קומט אן צו די קאסטומערס\מעמבערס אלע פערזענליכע אינפארמאציע וואס איר ווילט שיקן.

דערביי קומט צו די העכסט-נוצבארע אפציע פון Push to connect – אז דער קאל-ערהאלטער זאל קענען דרוקן א קנעפל צו ווערן קאנעקטעט צו אן אנדערע ליין. ווי למשל, אז ער זאל קענען דרוקן צו באצאלן א ביל.

דאס איז בלויז איינע פון די לעצטיגע אפדעיטס אויף אונזער סיסטעם, וואס שפאנט פאראויס כסדר מיט פרישע פיטשערס און מעגליכקייטן.

פאלגט נאך אונזערע אפדעיטס!
CallPro
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

אפדעיט #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CallPro »

בס"ד ברענגען מיר דעם צווייטן 'קאל-פרא' אפדעיט פאר די אייוועלט ליינער. מיר האבן ב"ה באקומען גוטע פידבעק פון אונזער פריערדיגע אפדעיט, וואס צייגט אן אינטערעסע ביי א גרויסע טייל צו הערן איבער אונזערע כסדר'דיגע פארשריט און אפדעיטס וואס מיר האלטן כסדר אין איין צולייגן צו אונזער סאפיסטיקירטע סיסטעם.

[align=center]אינטערנאציאנאל![/align]

עס איז אפיציעל! "קאל פרא" גייט אינטערנאציאנאל און אונזערע קאסטומערס קענען שוין אצינד אריינלייגן אין זייערע קאנטעקטס אויך די נומערן פון קרובים\גרופע-מיטגלידער פון די UK, און מעלדונגען קענען ווערן דעליווערט איבער'ן ים.

מען קען אריינלייגן דעם 13 דיזשיט נומער סיי אויף די Online Portal און סיי דורכ'ן Phone launch.

(ערקלערונג: יעדע קאסטומער קען מענעדזשן דעם 'קאל-פרא' אקאונט דורך צוויי וועגן, 1) אנליין, 2) דורכ'ן טעלעפאן – וואס איז ספעציעל צוגעשטעלט פאר'ן היימישן ציבור, כדי מען זאל קענען האבן אן אקאונט אפילו מען האט נישט קיין צוטריט צו די אינטערנעט.)

האלט חשבון! ווען איר שיקט ארויס א מעסעדזש וואס וועט אויך אנקומען צו די UK, געדענקט אז די זייגער דארט איז מיט 5 שעה פאראויס, און נעמט אין חשבון ווען עס וועט אנקומען צו זיי.

[align=center]בראודקעסט-רעפארט אויף די "פאון-לאונטש"[/align]

מיר האבן אויך ערמעגליכט צו קענען הערן א "רעפארט" נאכן ארויסשיקן א בראודקעסט אויך דורכ'ן "פאון לאונטש".

אנווייזונגען: ווען איר רופט אריין צו אייער אקאונט, גייט צו "Manage your broadcast" און דרוקט 3# - דארט וועט איר קענען הערן א "לייוו רעפארט" וואו עס האלט אייער בראודקעסט, וויפיל קאלס עס איז שוין דעליווערט געווארן; וויפיל איז געווארן אויפגעהויבן; וויפיל איז יעצט לייוו; און וויפיל עס איז געגאנגען צו די וואויסמעיל.

אזוי אויך וועט בלייבן אין די היסטאריע די סך הכל פון די לעצטע 10 בראודקעסטס.

די 2 אויבנדערמאנטע אפדעיטס זענען עקסקלוסיווע אפציעס פון 'קאל פרא', און קיין שום אנדערע פירמע פארמאגט נישט די אפציע פון US און UK קאלס פון די זעלבע אקאונט, ווי אויך די רעפארטס אויף די "פאון-לאונטש". מיר שפאנען בעז"ה ווייטער נאכאנאנד, צו באארבעטן די קאל-פרא סיסטעם מיט די מערסט-סאפיסטיקירטע מעגליכקייטן, פאר די הנאה פון אונזערע קאסטומערס.

פאלגט נאך אונזערע אפדעיטס!
CallPro
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

אפדעיט #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CallPro »

אין "קאל פרא" איז כסדר דא פרישע אפדעיטס און נייעס, און מיר ארבעטן אן אויפהער צו פארבעסערן און מאכן אונזער סיסטעם נאך מער נוצבאר און צוגענגליך. פאלגענד איז א פרישע אפדעיט!
[align=center]Push to connect[/align]

ווען איר שיקט ארויס א בראודקעסט צו אייער גרופע, קענט איר צולייגן דעם Push-to-connect אפציע, אז דער גרופע-מיטגלידער זאלן קענען דרוקן א קנעפל און דערמיט ווערן פארבינדן צו אן אנדערע ליניע, ווי למשל צו א פריוואטע היים\סעלפאון, וכדומה.

ספעציעל איז עס נוצבאר פאר ביזנעסער וועלכע קענען מאכן אז די קאסטומערס זאלן זיך קענען פארבינדן צום פעימענט סיסטעם, צו באצאלן די באלאנסן.

פאלגט נאך אונזערע אפדעיטס!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

כ'וויל וויסן איין זאך,
איז דא א וועג פון אראפגיין פון די ליסטע פארוואס דארף איך ווערן צודרייט מיט טעלעפאון נומבער'ס וואס אסאך מאל זעהט עס אויס ווי א פשוטע סעל פאון נומבער וואס ווי פארשטענדליך הייבט מען עס אויף אפילו אינמיטן א וויכטיגע קאל ?
כ'פארגין אייך פרנסה ברויח אבער נישט אויף מיינע געהירן ביטע
א דאנק
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
CallPro
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CallPro »

eller האט געשריבן:כ'וויל וויסן איין זאך,
איז דא א וועג פון אראפגיין פון די ליסטע פארוואס דארף איך ווערן צודרייט מיט טעלעפאון נומבער'ס וואס אסאך מאל זעהט עס אויס ווי א פשוטע סעל פאון נומבער וואס ווי פארשטענדליך הייבט מען עס אויף אפילו אינמיטן א וויכטיגע קאל ?
כ'פארגין אייך פרנסה ברויח אבער נישט אויף מיינע געהירן ביטע
א דאנק

אנטשולדיגט פאר'ן נישט אנקומען צו ענטפערן די פראגע ביז יעצט. אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל...

"קאל פרא" איז נישט קיין טעלעפאן-סיסטעם פאר עדווערטייזינג וואס קאלט סתם ארום נומערן אן קיין סיסטעם. קאל פרא איז בכלל נישט דאס, און אייגנטליך איז אונזער סיסטעם דירעקט 'נישט' געמאכט פאר ראבא-קאלס, טעלע-מארקעטינג, וכדומה. אויב באקומט איר אומגעוואונטשענע טעלע-מארקעטינג קאלס, איז עס נישט פון קאל-פרא.

"קאל פרא" איז א סערוויס פאר קאסטומערס, וועלכע זוכן א פלאטפארמע וואס זאל צוזאמהאלטן א גרופע, ווי משפחה-מיטגלידער, קהלה, חבורה, מוסד, וכד'. יעדע גרופע ווערט אנגעפירט און קאארדינירט דורך איינע פון די גרופע\משפחה מיטגלידער, וועלכע קענען אליינס מענעדזשן די גרופע דורך די 'אנליין פארטעל' אדער דורך די 'פאון לאונטש'.

בדרך כלל ווען א משפחה האט א פאון-סיסטעם איז עס פאר די הנאה און צופרידנהייט פון אלע משפחה מיטגלידער אדער גרופ-מעמבערס, און ס'איז שווער צו גלייבן אז עמיצער איז אויף א גרופע וואו ער וויל נישט זיין. טאמער יא, קען מען רעדן צום גרופע אנפירער אראפצונעמען זיין נאמען, אדער קען מען זיך אליינס אראפסיינען.

"קאל פרא" איז דירעקט נישט פארבינדן אין קיין שום טעלע-מארקעטינגס און אדווערטייזינג פאון-קאלס, עס איז א נוצבארע סיסטעם "פאר" די קאסטומערס, צו נוצן לויט זייער געשמאק, צו די צופרידנהייט פון זיי אליינס.

ווי פארשטענדליך קענען מיר נישט "אראפנעמען אייער נאמען פון די ליסטע", ווייל מיר האבן נישט קיין שום ליסטעס...

א יישר כח פאר'ן פרעגן, אזוי האבן מיר די געלעגנהייט ארויסצוברענגען דעם חילוק.
CallPro
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

אפדעיט #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CallPro »

[align=center]"איין מיליאן קאלס" אפצייכענונג![/align]

אומגלויבליך; אבער א פאקט!

אין די לעצטע 18 חדשים, זינט 'קאל-פרא' איז עטאבילירט געווארן, האבן שוין קאל פרא בס"ד דעליווערט די אומגלויבליכע נומער פון איין מיליאן קאלס! וואס איז ארויסגעשיקט געווארן דורך די חשוב'ע קאסטומערס און מעמבערס, מיט'ן ציל צו פארמערן אהבה, ואחוה, שלום וריעות צווישן בני משפחה און חברים.

דער מילשטיין איז אזוי וויכטיג און מערקווירדיג, ווייל מען רעדט נישט פון קיין מאסיווע 'מאסן-קאלס' וואס מען שיקט ארויס פאר טויזנטער מענטשן אויפאמאל, ווייל "קאל פרא" איז ספעציעל געמאכט פאר קלענערע משפחה-גרופעס וכד' וואס יעדע גרופע ציילט זיך אין די צענדליגער אדער הונדערטער נומערן, דעריבער איז דער נומער פון "איין מיליאן" אזא חידוש!

איין מיליאן מאל האט א היימישע טעלעפאן-נומער געקלינגען מיט א היימישן קלאנג, און געברענגט א פרייליכע, היימישע מעסעדזש פון א נאנטן משפחה-מעמבער, חבר, חבר'טע, א.ד.ג. און האט געהאלפן אנווארימען די באציאונגען און נענטער ברענגען אידישע הערצער.

זייט אויך א חלק פון די רעוואלוציע און באוועגונג, וואס פארשפרייט זיך ב"ה מער און מער צווישן כלל ישראל, ברענגענדיג אויסטערלישע בענעפיטן פאר די משפחות\גרופעס?!

לאמיר שטעלן אונזער ציל ווייטער: און גאר בקרוב וועלן מיר אי"ה אנקומען צום "צוויי מיליאן מילשטיין" – און נאך מער פארברייטערן דעם געוואונטשענעם באוועגונג און סערוויס, צו די הנאה און צופרידנהייט פון אלע באנוצער!
CallPro
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

אפדעיט #6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CallPro »

[align=center]נייע אפדעיטס אין די 'קאל-פרא' סיסטעם![/align]

ווי איר האט שוין מסתמא באמערקט איז די קאל-פרא סיסטעם נישט קיין טויטע פראגראם, וואס 'כזה ראה וקדש', נאר מיר האלטן אויף א פולע דעוועלאפמענט טיעם, וועלכע ארבעטן כסדר צו פארבעסערן דעם סיסטעם, און צולייגן נאך פיטשיווקעס, אפדעיטס, טוישונגען, לויט די פארלאנג און געברויך פון די מעמבערס.

מיר האלטן כסדר די אויגן אפן, און מיר זענען אין כסדר'דיגע פארבינדונג מיט די הונדערטער מעמבערס, און סיי-ווען מען הערט א באמערקונג אדער געדאנק איבער עפעס וואס קען פארבעסערן און מאכן דעם סיסטעם מער צוגענגליך צום נוצן, וועלן מיר עס בעז"ה אויספירן.

[align=center]פאלגענד מעלדן מיר צוויי לעצטיגע טוישונגען וואס מיר האבן אריינגעלייגט אינעם פראגראם, אויפ'ן פארלאנג פון די באנוצער:[/align]

1)
ווען א בראודקעסט ווערט ארויסגעשיקט - אפילו א גרויסע בראודקעסט פאר אסאך מענטשן - וועט דער ארויסשיקער באקומען א קאל פונעם סיסטעם, וואס וועט אים מודיע זיין נאכדעם וואס די בראודקסט איז דעליווערט געווארן סוקסעספול.
עס וועט ארבעטן סיי ווען איר נוצט דעם פאון-לאונטש, און סיי ווען איר נוצט די אנליין פארטעל.

2)
אזוי אויך האבן מיר געמאכט אן אפדעיט וואס ערלויבט שוין צו קענען דיליטען דורך די פאון-לאונטש, אפילו א נומבער פון די UK, וואס ביז היינט האט מען עס נאר געקענט דיליטען דורך די אנליין פארטעל.

מיר זעצן פאר צו מאכן פראגרעס און צו פארבעסערן דעם סיסטעם יעדן טאג, פאר די צופרידנהייט פון אונזערע מעמבערס. פאר סיי-וועלכע באמערקונג אדער פראגע, שפירט פריי צו רופן אונזער סופארט טיעם אויף 888-604-2612.
CallPro
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

אפדעיט #7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CallPro »

[align=center]קאל-פרא 'אויספרעג'[/align]

היינטיגע וואך וועט 'קאל-פרא' דורכפירן א סורוועי צווישן אונזערע הונדערטער מעמבערס, וואו עס וועט פארגעשטעלט ווערן די געלעגנהייט אויסצואוועלן אויף וועלכע פיטשערס מיר זאלן ווייטער ארבעטן צו דעוועלאפען.

ווי באקאנט ארבעט אונזער דעוועלאפמענט טיעם כסדר צו פארבעסערן דעם סיסטעם, און איינפירן פארשידענע טוישונגען און אפדעיטס, לויט די פידבעק און פארלאנגען פונעם ציבור, דעריבער ווילן מיר הערן פון אונזערע מעמבערס, וועלכע טוישונגען איז לויט זייער מיינונג די וויכטיגסטע, אז מיר זאלן צום ערשטן ארבעטן דערויף.

די דריי אויסוואלן וואס ליגן יעצט אויפ'ן טיש, זענען ווי פאלגענד:

    1. Auto-Replenishment – דאס וועט מאכן אז ווען מען באשטעלט מינוטן דורך די Pay as you go אפציע - וועט זיך די אקאונט אצינד אויטאמאטיש צוריק אנפילן ווען עס לויפט אויס פון מינוטן.

    2. Yiddish Phone Launch. - דאס מיינט אז מיר זאלן איבערארבעטן דעם גאנצן פאון-לאונטש סיסטעם אז עס זאל רעדן די אידישע שפראך, אנשטאט ענגליש.

    3. Sub-User Just To Send Messages. - אז מען זאל קענען צולייגן א סוב-יוזער, חוץ דעם אקאונט מענעדזשער, אבער דער סוב-יוזער וועט בלויז קענען ארויסשיקן מעסעדזשעס, און נישט האבן קיין קאנטראל אויף די אקאונט, צוצולייגן קאנטאקטס אדער צו קויפן און באצאלן.

מיר האפן צו מעלדן די רעזולטאטן בקרוב!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

א נאנטער מיט אן אקאונט האט מיר געזאגט אז ער האט זיך געמטשעט אז מען קען נישט וויסן ווער/וועלעכע פאון נומער איז שוין אויף א גרופ
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
CallPro
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CallPro »

א דאנק פאר'ן פרעגן...

איך שטעל זיך פאר אז דער נאנטער נוצט אונזער "פאון לאונטש סיסטעם", ווייל אויף די "אנליין פארטעל" איז זייער גרינג צו זעהן צו א נומבער איז שוין אויף א גרופ. אפילו אויב עס זענען דא עטליכע הונדערט נומבערס אין א גרופ, קען מען פשוט פרובירן צוצולייגן דעם נומבער, און אויב איז עס שוין אויפ'ן גרופ, וועט דער סיסטעם זאגן אז דער נומבער עקזיסטירט שוין.

יעצט, פאר די "פאון-לאונטש-סיסטעם" איז דא 3 וועגן וויאזוי איר קענט וויסן צו א נומבער איז שוין אין א גרופ:

1) פרוביר צוצולייגן דעם נומבער, און אויב איז שוין דער נומבער אין די גרופ, וועט דער סיסטעם זאגן אז דער נומבער איז שוין דא. אדער קען מען "רימאווען" דעם נומבער, און אויב איז עס נאכנישט געווען וועט דער סיסטעם זאגן אז די נומבער עקזיסטירט נישט.

2) מען קען בעטן דעם סיסטעם זאל אויסרעכענען אלע נומבערס פון די גרופ, און די מאשין וועט אויסרעכענען נומבער נאך נומבער. פארשטייט זיך אז די אפציע וועט נעמען אביסל צייט.

3) איר קענט אייביג אריינרופן אין אפיס, און אונזער געטרייע קאסטומער-סערוויס שטאב וועט אייך גערן נאכקוקן צו דער נומבער איז שוין אינעם סיסטעם, און קען אייך העלפן אויפסעטן קאנטאקטס, און העלפן מיט סיי-וועלכע פראבלעם. די אפיס נומבער איז 888-604-2612.

נאכאמאל א דאנק פאר'ן פרעגן, און פאר סיי-וועלכע אנדערע פראגע קען מען פרעגן דא אדער אריינרופן אין אפיס.
CallPro
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

אפדעיט #9

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CallPro »

פארשנעלערט דעם "פאון לאונטש סיסטעם"

ווי געמאלדן אינעם פאריגן אפדעיט וועלן מיר ארבעטן אויף די צוויי פארבעסערונגען וואס איז אריינגעקומען די העכסטע ביי אונזער סורוועי. די ארבעט איז שוין אין פולן שוואונג, און האלט אצינד ביים דעוועלאפמענט שטאפל, און מיר האפן אז בקרוב וועט עס קענען גיין צום טעסטינג-שטאפל.

אין די זעלבע צייט וואס מיר ארבעטן אויף יענע אפדעיטס, איז צוגעלייגט געווארן אן אפדעיט וואס איז שוין יעצט אין קראפט, וואס טוט פארשנעלערן דאס זיך באנוצן מיט'ן סיסטעם. דער אפדעיט איז ווי פאלגענד:

ווען מען דרוקט אן אומריכטיגן קנעפל אויפ'ן פאון-לאונטש און דער סיסטעם זאגט אז דער אויסוואל איז א טעות, וועט מען נישט דארפן אויסווארטן די פאר סעקונדעס וואס דער סיסטעם רעדט, נאר מען קען תיכף דרוקן ווייטער די ריכטיגע נומערן וואס מען וויל דרוקן. דאס וועט אי"ה פארשפארן איבריגע צייט און פארגרינגען זיך צו באנוצן מיט די קאל פרא פאון לאונטש סיסטעם.

[align=center]*[/align]

חנוכה-סעזאן; נוצט "קאל פרא" מיט סוקסעס!

אצינד ווען עס קומט די חנוכה-טעג איז די פאסיגע צייט צו נוצן דעם "קאל פרא" סיסטעם צום מאקסימום, צו מעלדן די צייטן פון די חנוכה מסיבות, ארומשיקן וואונטשן פון זיידע\באבע, א.א.וו. – עס קען אויך שטארק צונוצקומען אונזער "סורוועי" אפציע אויב ווילט איר אויספרעגן אלע בני משפחה צו זעהן וועלכע טעג עס זענען די מערסטע פאסיג פאר די חנוכה-מסיבה, און איר וועט אזוי באקומען פונקליכע רעזולטאטן וועלכע טעג עס איז די בעסטע פאר יעדן איינעם.

א פרייליכן חנוכה!
CallPro
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

אפדעיט 10#

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CallPro »

Call In Audio - From the Phone Launch

מיר פרייד מעלדן מיר א נייע קורצע, אבער ווערדפולע אפדעיט אינעם קאל-פרא סיסטעם.

די “Call In Audio” איז שוין עוועילעבל אויך פאר די באנוצער פון די "פאון-לאונטש" סיסטעם!

ביז היינט איז געווען די אפציע בלויז דורך די 'אנליין פארטעל', וואו מען האט געקענט פארלאנגען פונעם סיסטעם א "פין-נומבער", וואס מען האט געקענט איבערגעבן פאר אן אנדערן מענטש, אז ער זאל אריינקאלן א נומבער און רעקארדירן א נייעם אודיאו-מעסעדזש.

אצינד קען מען שוין גיין אויפ'ן פאון-לאונטש צו אוידיאו-לייבערי, און פארלאנגען אזא פין-נומבער. דעם פין-נומבער וועט מען קענען איבערגעבן פאר א צווייטן וואס מען וויל אז יענער זאל אריינזאגן דעם מעסעדזש, צ.ב. א קרוב משפחה, און דער קרוב וועט קענען אריינרופן א ספעציעלן טעלעפאן-נומבער - אריינלייגן דעם פין-נומבער און תיכף רעקארדירן זיין מעסעדזש, וואס וועט געסעיווט ווערן אין "אודיאו לייבערי"! איינמאל עס ליגט אין די לייבערי, וועט מען קענען ארויסשיקן א בראודקעסט מיט דעם ריקארדירטן מעסעדזש.

די “Call In” נומער איז 888-604-2611.

אבער נאך מער פון דעם! מען קען אנשטעלן פון פאראויס, אז ווי נאר די מעסעדזש ווערט אריינגעזאגט דורך יענעם פין-נומבער, זאל דער בראודקעסט תיכף ארויסגעשיקט ווערן צו די פריער-באשטימטע סעטינגס!

די נייע אפדעיט איז פארלאנגט געווארן דורך אונזערע מעמבערס, און בעז"ה האבן מיר עס געקענט צושטעלן און עס וועט זיין א גרויסע הילף פאר אסאך משפחות, בעיקר צו ערמעגליכן אז אנדערע בני משפחה, בעלי שמחה, וכד' זאלן האבן א געלעגנהייט אליינס אריינצוזאגן זייער מעסעדזש אויף א פראקטישן און גרינגן וועג.
CallPro
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

אפדעיט 11#

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CallPro »

[align=center]Introducing: “Quick send” Pro
[/align]
"קוויק סענד" איבערגעארבעט!

שיקט ארויס א בראודקעסט אין בלויז 5 סעקונדעס...!

מיט הנאה און פרייד מעלדן מיר אז מיר האבן גענצליך איבערגעארבעט אונזער Quick Send אפציע, וואס וועט ערמעגליכן ארויסצושיקן א מעסעדזש אין בלויז 5 סעקונדעס...!

ווי אלע 'קאל פרא' מעמבערס האלטן מיט טוען מיר כסדר צולייגן נאך נוצבארע און פראקטישע אפציעס און אפדעיטס, וואס מאכט אונזער סיסטעם מער און מער עפעקטיוו, געשמאק, נוצבאר, און לייכט. אין די זעלבע צייט וואס מיר לייגן צו פארשידענע אפציעס און סערוויסעס, האלטן מיר אויך טייער די צייט פון די באנוצער, אז מען זאל קענען ווי שנעלער אנקומען צו וואס מען וויל און ערלעדיגן די בראודקעטס, שנעל, איינס, צוויי דריי...

ביז היינט, ווען מען האט אריינגערופן דעם הויפט פאון-לאונטש נומבער, האט מען געדארפט דרוקן עטליכע קנעפלעך אנצוקומען צום Quick Send באקסל, און ארויסשיקן א שנעלע מעסעדזש. אבער אצינד וועט מען זיך קענען שפארן נאך 4 שטאפלען!

מיר האבן געעפנט א נייעם נומער, וואס ווען מען רופט דעם נומער, קומט מען גלייך אן צום Quick Send קעסטל! דער נייער נומער איז 888-604-2612.

ווען א מעמבער וויל ארויסשיקן א שנעלן מעסעדזש, דארף ער בלויז אריינרופן דעם נייעם נומער, אריינלייגן די אקאונט אינפארמאציע, און ער קען גלייך רעקארדירן\ארויסשיקן די בראודקעסט.

דער נייער נומער קען אויך גאר גוט צונוץ קומען פאר א סוב-יוזער אפציע, צו קענען ארויסגעבן דעם נומער פאר א קרוב און בני משפחה אז זיי זאלן קענען בלויז ארויסשיקן א מעסעדזש אן צוטריט די גאנצע אקאונט. צו ערמעגליכן פאר פאר א סוב-יוזער צו נוצן דעם נייע Quick Send Option נומבער אן דארפן ארויסגעבן די ארגינעלע אקאונט פין-נומבער, קענט איר אויפסעטן א נייעם ספעציעלן פין-נומבער וואס וועט נאר קענען גענוצט ווערן פאר די Quick Send Option נומבער, כדי דאס צו אויפסעטן גייט צום "אקאונט סעטינגס." אויפן טעלעפאון, נומער 6 פונעם מעין מעניו, און דערנאך דריקט נומבער 6 פאר די .Quick Send Pin

מיר זענען זיכער אז די נייע אפציע וועט שטארק פארגרינגערן און שפארן טייערע צייט, פון אונזערע מעמבערס.

פאר סיי-וועלכע פראגעס און קאמענטארן רופן אין אפיס 845.378.1500 – מיר זענען גרייט אייך געטריי צו סערווירן!
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

CallPro האט געשריבן:
eler האט געשריבן:כ'וויל וויסן איין זאך,
איז דא א וועג פון אראפגיין פון די ליסטע פארוואס דארף איך ווערן צודרייט מיט טעלעפאון נומבער'ס וואס אסאך מאל זעהט עס אויס ווי א פשוטע סעל פאון נומבער וואס ווי פארשטענדליך הייבט מען עס אויף אפילו אינמיטן א וויכטיגע קאל ?
כ'פארגין אייך פרנסה ברויח אבער נישט אויף מיינע געהירן ביטע
א דאנק

אנטשולדיגט פאר'ן נישט אנקומען צו ענטפערן די פראגע ביז יעצט. אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל...

"קאל פרא" איז נישט קיין טעלעפאן-סיסטעם פאר עדווערטייזינג וואס קאלט סתם ארום נומערן אן קיין סיסטעם. קאל פרא איז בכלל נישט דאס, און אייגנטליך איז אונזער סיסטעם דירעקט 'נישט' געמאכט פאר ראבא-קאלס, טעלע-מארקעטינג, וכדומה. אויב באקומט איר אומגעוואונטשענע טעלע-מארקעטינג קאלס, איז עס נישט פון קאל-פרא.

"קאל פרא" איז א סערוויס פאר קאסטומערס, וועלכע זוכן א פלאטפארמע וואס זאל צוזאמהאלטן א גרופע, ווי משפחה-מיטגלידער, קהלה, חבורה, מוסד, וכד'. יעדע גרופע ווערט אנגעפירט און קאארדינירט דורך איינע פון די גרופע\משפחה מיטגלידער, וועלכע קענען אליינס מענעדזשן די גרופע דורך די 'אנליין פארטעל' אדער דורך די 'פאון לאונטש'.

בדרך כלל ווען א משפחה האט א פאון-סיסטעם איז עס פאר די הנאה און צופרידנהייט פון אלע משפחה מיטגלידער אדער גרופ-מעמבערס, און ס'איז שווער צו גלייבן אז עמיצער איז אויף א גרופע וואו ער וויל נישט זיין. טאמער יא, קען מען רעדן צום גרופע אנפירער אראפצונעמען זיין נאמען, אדער קען מען זיך אליינס אראפסיינען.

"קאל פרא" איז דירעקט נישט פארבינדן אין קיין שום טעלע-מארקעטינגס און אדווערטייזינג פאון-קאלס, עס איז א נוצבארע סיסטעם "פאר" די קאסטומערס, צו נוצן לויט זייער געשמאק, צו די צופרידנהייט פון זיי אליינס.

ווי פארשטענדליך קענען מיר נישט "אראפנעמען אייער נאמען פון די ליסטע", ווייל מיר האבן נישט קיין שום ליסטעס...

א יישר כח פאר'ן פרעגן, אזוי האבן מיר די געלעגנהייט ארויסצוברענגען דעם חילוק.

אפשר מאכן ענק טאקע אן אפציע אז מ'זאל זיך קענען אראפסיינען פון א גרופע, זעט אויס אז ס'איז דאך דא געמיינע פארשוינען וואס נוצן דאס אויס פאר זייערע געמיינע מעשים
CallPro
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CallPro »

יוראפ האט געשריבן:

לאמיר אויסשמועסן די נושא פון Do not call – אויף קאל-פרא.

איינס פון די סעטינגס אינעם קאל-פרא סיסטעם, גיבט די געלעגנהייט פאר'ן ארגאניזירער אנצושטעלן אז נאך יעדע בראודקעסט זאל צוגעלייגט ווערן א קורצע מעסעדזש - "אויב ווילט איר זיך אנ-סובסקרייבן פון די גרופע, דרוקט #"

דעריבער אויב איר טרעפט זיך אויף א משפחה\חברים גרופע אין וואס איר זענט נישט אינטערעסירט, קענט איר טון איינס פון צוויי מעגליכקייטן. 1) זיך 'אנ-סובסקרייבן' פון יענע גרופע (אין פאל וואס די סעטינג פון אנ-סובסקרייב איז אויפגעסעט) 2) אדער אנרופן דעם גרופע-ארגאניזירער און אים בעטן אייך אראפצונעמען פון די גרופע.

נאכדעם איז דא נאך אן אפציע וואס הייסט Global Call Pro Do not call list.

אויב גייט איר ארויף אויף די ליסטע, וועט איר נישט קענען באקומען קיין איין קאל וואס גייט דורך קאל-פרא.

פארשטייט זיך אז דער חסרון דערפון איז, אז אפילו עס איז דא א גרופע וואס איר וואלט יא געוואלט זיין א טייל דערפון, וועט איר אויך נישט באקומען די מעסעדזשעס דערפון, דעריבער איז געווענליך מער ראטזאם זיך אראפצוסיינען פון די ספעציפישע גרופע אין וואס איר האט נישט קיין אינטערעסע. ארויפצוגיין אויף די "גלאבעל דו-נאט-קאל-ליסט" פון קאל פרא - רופט אין אפיס.

בדרך כלל האבן אלע משפחה מיטגלידער אדער חברים פון א גרופע הנאה צו זיין א חלק פון זייער גרופע, און פונקט דאס איז די ציל פון קאל-פרא: צוצושטעלן א פראפעסיאנאלע סערוויס פאר משפחות, חברים, גרופעס, וועלכע "ווילן" זיך פאראייניגן אין א גרופע און האבן א פראקטישע מיטל וויאזוי זיך צו צוזאמהאלטן און מיטטיילן אינפארמאציע צווישן זיך.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

מ'העט ווען געברויכט איינשטעלן א סעטינג אז א גרופע וואס באקומט מער ווי א געוויסע צאל "דו נאט קאל"ס זאל די אקאונט אויטאמאטיש פארשלאסן ווערן.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

יא יא מיר האבן שטארק הנאה פון די משפחה קאל פרא, און מיר ווארטן אויף ווי מער שמחות, אבל דא עקא קיינער שטעלט נישט אן די סעטינג פון זיך קענען אראפסיינען [עכ"פ די וואס שיקן די גארבידזש], ווי אויך האב איך געבעטן אפאר מאל אז זיי זאלן ארויפלייגן זייער אייגענע איידי [וואס דאס איז נאך בדרך כלל נישט געבלאקט ביי מיר] טוען זיי דאס אויך נישט... און ווי אויך קען איך נישט אנרופן יענע אנפירער ווייל כ'האב נישט קיין מושג ווער די מצוה איד איז... עכ"פ אזויפיל האט עס אויפגעטון אז כ'בין שוין נישט געווען ביי אפאר שמחות און ווען מ'האט מיר געפרעגט האסט נישט באקומען די קאל פרא? האב איך געענטפערט שטאלצערהייט לא!
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך HelpMe »

CallPro האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:
CallPro האט געשריבן:
eler האט געשריבן:כ'וויל וויסן איין זאך,

נאכדעם איז דא נאך אן אפציע וואס הייסט Global Call Pro Do not call list.

אויב גייט איר ארויף אויף די ליסטע, וועט איר נישט קענען באקומען קיין איין קאל וואס גייט דורך קאל-פרא.
.

ווי אזוי קען איך ארויף גיין אויף דעם ליסטע?
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

כ'בין דאך שוין לאנג אויף די דו נאט קאל רעזשיסטרי וויאזוי האב איך באקומען די אלע קאלס?
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פארוואס קומען אלע (פון פארשידענע אנדערע) משפחה קאלס דורף דעם זעלבן נומער?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
CallPro
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CallPro »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מ'העט ווען געברויכט איינשטעלן א סעטינג אז א גרופע וואס באקומט מער ווי א געוויסע צאל "דו נאט קאל"ס זאל די אקאונט אויטאמאטיש פארשלאסן ווערן.

נישט קיין שלעכטע געדאנק...
CallPro
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CallPro »

יוראפ האט געשריבן:יא יא מיר האבן שטארק הנאה פון די משפחה קאל פרא, און מיר ווארטן אויף ווי מער שמחות, אבל דא עקא קיינער שטעלט נישט אן די סעטינג פון זיך קענען אראפסיינען [עכ"פ די וואס שיקן די גארבידזש], ווי אויך האב איך געבעטן אפאר מאל אז זיי זאלן ארויפלייגן זייער אייגענע איידי [וואס דאס איז נאך בדרך כלל נישט געבלאקט ביי מיר] טוען זיי דאס אויך נישט... און ווי אויך קען איך נישט אנרופן יענע אנפירער ווייל כ'האב נישט קיין מושג ווער די מצוה איד איז... עכ"פ אזויפיל האט עס אויפגעטון אז כ'בין שוין נישט געווען ביי אפאר שמחות און ווען מ'האט מיר געפרעגט האסט נישט באקומען די קאל פרא? האב איך געענטפערט שטאלצערהייט לא!

די פראגע איז בעצם א כלליות'דיגע. וויפיל אחריות האט א קאמפאני אז קאסטומערס זאלן נישט אביוזען זייער פראדוקט\סערוויס אויפ'ן חשבון פון אנדערע מענטשן!? א פראפעסיאנאלע פירמע קען זאגן, איך פארקויף א גוטע פראדוקט\סערוויס וואס אסאך מענטשן זוכן, און דאס שטעל איך צו! אויב איז דא א קרוק אדער אויסנוצער וואס נוצט מיין זאך אומריכטיג, איז עס מיין פראבלעם?!

אויב איינער קויפט א הענגער אויף עמעזאן און שלאגט מענטשן, קענסטו האבן טענות אויף בעזאס?...

קאל פרא שטעלט צו א סאפיסטיקירטן סיסטעם וואס הונדערטער משפחות נוצן מיט גרויס צופרידנהייט און הצלחה. עס איז דא א גרויסע פארלאנג, סיי צווישן משפחות, גרופעס, מוסדות און געשעפטן, און אויב איז אין אייער משפחה דא איינער וואס נוצט די סיסטעם אומריכטיג, רופט אונז אריין מיר וועלן העלפן מיט וואס מיר קענען.
CallPro
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CallPro »

ענדע צדיק! האט געשריבן:פארוואס קומען אלע (פון פארשידענע אנדערע) משפחה קאלס דורף דעם זעלבן נומער?

ווען מען שיקט ארויס א בראודקעסט דורך קאל-פרא איז דא צוויי אפציעס. 1) די איידי זאל צייגן דער נומער פונעם שיקער 2) די איידי זאל צייגן די קאל-פרא נומער.

די מעלה פון נוצן דעם "קאל פרא" נומער איז אז די וועלכע באקומען דעם קאל קענען צוריקרופן דעם נומבער און איבערהערן דעם מעסעדזש און אזוי אויך אלע מעסעדזשעס וואס די באקומער האט אמאל באקומען פון סיי וועלכע קאל-פרא גרופע. דעריבער וועלן אסאך ארגאניזירער אויס נוצן דעם אפציע, כדי מען זאל קענען צוריקקאלן און אויסהערן דעם מעסעדזש.

א דריטע אפציע פון קאל פרא ערמעגליכט אפצוקויפן א ספעציעלע "וועניטי נומער" – א ספעציעל דעזעגנירטע נומער פאר דעם גרופע, וואס די גרופע-מיטגלידער קענען דארט אלץ צוריקרופן דעם נומבער און איבערהערן די מעסעדזשעס, די אפציע האט ביידע מעלות, סיי עס איז א דעזעגנירטע נומער און סיי מען קען אלץ צוריקרופן דעם נומבער און איבערהערן די מעסעדזשעס.

א דאנק פאר'ן געבן די געלעגנהייט אויסצושמועסן.
CallPro
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

מאסיווע פראגרעס אין די פארגאנגענע חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CallPro »

בס"ד

[align=center]מאסיווע פראגרעס אין די פארגאנגענע חדשים[/align]
מיר האבן נישט געאפדעיט דעם קאלום פאר א שטיק צייט, אבער די קאל-פרא סיסטעם האבן מיר שוין איינמאל געאפדעיט! די קאל פרא מעמבערס האבן מיטגעהאלטן די מאסיווע אפדעיטס אין לויף פון די פארלאפענע חדשים דורך אונזער מעלדונגען דורך אימעיל\טעלעפאן. אצינד ברענגען מיר דא א ליסטע פון די פארשריט אין די לעצטערע חדשים.

[align=center]טעקסט מעסעדזשעס[/align]
נאך לאנגע ערווארטונגען און אינטענסיווע ארבעט דורך די 'קאל-פרא' דעוועלאפמענט טיעם, איז ענדגילטיג אריינגעגאנגען אין קראפט די קאל-פרא "טעקסט מעסעדזשינג" מעגליכקייט. יעדער וואס האט א קאל-פרא אקאונט קען נוצן די אפציע אויף ארויסשיקן טעקסט-מעסעדזשעס צו משפחות און גרופעס.

וויאזוי ארויסצושיקן א טעקסט-מעסעדזש:

1) גייט צו די 'אנליין פארטעל'; 2) סעלעקט די אפציע פון טעקסט-מעסעדזש 3) גרייט צו אייער בראודקעסט; 4) און שיקט עס ארויס צו אייער אויסגעקליבענע גרופע!.

אויב האט איר אן Unlimited Account קענט איר ארויסשיקן צו אייער גרופע אנלימיטעט טעקסט-מעסעדזשעס – פונקט ווי איר שיקט יעצט אנלימיטעט קאלס. אויב צאלט איר Pay as you go דאן ווערט גערעכנט פאר יעדע טעקסט איין קרעדיט.

[align=center]פריוואטע נומבער פאר יעדע אקאונט - אומזיסט[/align]
יעדע איינציגע אקאונט האט באקומען די אפציע פון האבן אן אייגענע "קאל-פרא נומער" – וואס קען גענוצט ווערן אלס "קאלער-איידי" און "קאל-בעק" נומער .

ביז היינט האט מען געקענט אויסוועלן צווישן 2 אומזיסטע אפציעס וואס זאל ארויפקומען אויף די קאלער-איידיס ווען מען האט ארויסגעשיקט א בראודקעסט 1) די אייגענע פאון-נומער, 2) די קאל פרא צענטראלע נומער. כדי צו קענען האבן א פערזענליכע "קאל-פרא איידי נומער", האט מען געדארפט צוצאלן א חודש'ליכן סכום.

קאלער-איידי: אצינד קען יעדער קאל-פרא באנוצער געניסן אומזיסט פון א פערזענליכע קאל-פרא איידי נומבער. דער נומער וועט אייביג ארויפקומען אויף די קאלער-איידי ווען מען שיקט ארויס א בראודקעסט. (ווער עס וויל קען אויך ווייטער נוצן די אייגענע היים\סעלפאן נומער)
קאל-בעק נומער: ווען מען וועט אריינקאלן אדער צוריקקאלן אייער פערזענליכע קאל פרא נומער וועט מען קענען הערן אלע פריערדיגע מעסעדזשעס, פון די פארגאנגענע 7 טעג.
טעקסט מעסעדזש: ווען איר שיקט ארויס א טעקסט-מעסעדזש, וועט אייער קאל-פרא נומער ארויפקומען אלס קאלער-איידי.

ווען מען קלויבט אויס א נומער אויף אונזער וועבסייד, גיבט די סיסטעם די אפציע אויסוועלן סיי-וועלכע עריע-קאוד און ערשטע דריי ציפערן, און דערנאך וועט אייך דער סיסטעם געבן עטליכע אפציעס פאר די לעצטע 4 ציפערן.

[align=center]פערזענליכע איידי משפחה נאמען[/align]
נאכדעם וואס מען וועלט אויס א פריוואטע קאל פרא נומער קען מען אויך פראגראמירן אז אויף די קאלער איידי זאל ארויפקומען די משפחה נאמען, ווי למשל Family Weiss, א.ד.ג.
אין די יעצטיגע טעג ווערט געגעבן א פראומאושן צו פראגראמירן אן אייגענע משפחה נאמען פאר אומזיסט! די פראמאושן איז אפן ביז דינסטאג ואתחנן, ולמס' אוגוסט 15.

[align=center]סובסקרייב \ אנ-סוסקרייב סעטינג[/align]

אינאיינעם מיט די נייע סיסטעם פון עקסטערע קאל פרא נומערן פאר יעדע גרופע, איז אצינד ערמעגליכט געווארן צו קענען אקטיוויזירן אויף יעדן אקאונט די Subscribe\Unsubscribe סעטינג, וואס גיבט די מעגליכקייט פאר אלע משפחה מיטגלידער זיך צו קענען אויטאמאטיש "סובסקרייבן" אדער "אנסובסקרייבן" צו א גרופע.

דער סעטינג ערמעגליכט אז אז סיי-ווער עס רופט אריין א 'משפחה נומער' וועט זיך קענען אויטאמאטיש סובסקרייבן צו באקומען די גרופע בראודקעסטס, און אזוי אויך אויב עמיצער וויל זיך אראפסיינען נישט צו באקומען די קאלס, וועט ער עס קענען טון אויטאמאטיש.

קאל פרא רעקאמענדירט פאר אלע משפחה מענעדזשערס צו אקטיוויזירן דעם סעטינג פאר די צופרידנהייט פון אלע גרופע מיטגלידער.

[align=center]קאל פרא אנגעשלאסן אין מלחמה קעגן ראבא קאלס![/align]
וועם גייט עס דען נישט אויף די נערווען?

די טעלעפאונען ווערן פארפלייצט מיט אומצאליגע נערווירנדע און אומגעבעטענע ראבאקאלס פון אלע סארטן, וואס שטערט דאס לעבן, עס מאכט נערוועז און יעדער זוכט פטור צו ווערן דערפון.

אבער די גוטע נייעס איז:

דער טאג ווען מיר גייען אי"ה פטור ווערן פון אלע נערווירנדע ראבאקאלס רוקט זיך נענטער!

די FTC האט אין די לעצטע טעג אונטערגענומען א מאסיווע קרעקדאון קעגן אומלעגאלע ראבאקאלס, און ווי אויך די ניו יארק סטעיט רעגירונג ארבעט אויף פארשידענע פראנטן אפצושטעלן און מאכן אומלעגאל די אלע סארט אומגעבעטענע ראבאקאלס.

אין די זעלבע צייט האט די טעלקאמיוניקאציע ריז AT&T געמאלדן אז זיי גייען אויטאמאטיש בלאקירן אלע ספעם ראבאקאלס. יעצט איז נאר א פראגע פון צייט ביז אלע אנדערע פירמעס ווי ווערייזאן, ספרינט, טי-מאביל, וועלן גיין אין זייערע פוסטריט, און עווענטועל אויך די לענדליין טעלעפאן-קאמפאניס.

אין די קאל-פרא אפיסעס ווערט אויפגענומען די נייעס מיט צופרידנהייט, טאקע דערפאר וואס דאס איז די גרעסטע זארג פון אונזערע קאסטומערס, וועלכע באקלאגן זיך אז וויבאלד מען ווערט פארפלייצט מיט אזויפיל אומגעבעטענע ראבאקלס קען מען נישט ארויסנעמען די פולע בענעפיט פון די קאל-פרא סערוויס, ווייל די געוואונטשענע משפחה-קאלס וואס מענטשן וואלטן יא געוואלט באקומען ווערן פארלוירן צווישן אזויפיל ספעם מעסעדזשעס.

די לעצטערע נייע אפדעיטס פון 'קאל פרא' צו קענען האבן אן אייגענע נומער פאר יעדן אקאונט, און א קאלער איידי, ווי אויך די סובסקרייב\אנסובסקרייב אפציעס זענען דירעקט דעזיינט געווארן צו העלפן פאר מעמבערס און משפחה מיטגלידער אידענטיפיצירן און פונאנדערשיידן צווישן אומגעבעטענע ספעם קאלס און היימישע משפחה קאלס.

קוקט ארויס אויף קומענדיגע אפדעיטס.

פאר סיי-וועלכע פראגע אדער הערה רופט אין אפיס אויף 845-378-1500.
שרייב תגובה

צוריק צו “משא ומתן”