נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פארוואס קלאגט מען נישט קרימינאל?
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

צל עובר האט געשריבן:פארוואס קלאגט מען נישט קרימינאל?

דאכצעך אז נישט יעדע ציווילע מענטש קען אריינגעבן קרימינאל קלאגעס נאר די יוסטיץ דעפארטמענט.

אבער אפשר וואלט מען געדארפט מאכן א RICO קעיס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
קאטשעניו
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 10:55 pm

בריוו פון הרב אליעזר הלברשטאם, רב פון ראדאשיץ, וואס איז געווען אין אלע שולן אין עירמאנט דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשעניו »

טייערע שכנים און גוטע פריינד פון עירמאָנט, יצ"ו,

ס'איז אַלעמען זייער באַקאַנט אַז ווען דער ווילעדזש אָוו עירמאָנט איז געגרינדעט געוואָרן, אין תשנ"א (991)' איז דאָס געווען פאַר איין סיבה, צו אָפּהאַלטן חרדי'שע אידן פון זיך ציען אַהער. די גרינדערס פון דעם ווילעדזש האָבן עס ניטאַמאָל פּרובירט צו באַהאַלטן, און אויסגעטיילט גרויסע צרות פאַר די ערשטע אידן וועלכע האָבן זיך אהערגעצויגן.
דאָס האט געפירט צו מערערע געריכטליכע אָנקלאַגעס, און אפילו די פעדעראַלע רעגירונג האָט זיך אַריינגעמישט. אַטוירני דזשענעראַל וויליאַם באַר יר"ה (וועלכער איז נאָרוואָס ווידעראַמאָל איינגעשוואוירן געוואָרן אַלס אַטוירני דזשענעראַל) האָט גענומען דעם ווילעדזש אין געריכט, צוויי מאָל! אַלע מומחים האָבן געוואָרנט די ווילעדזש פירערס אַז דער פעדעראַלער קעיס איז אַ שטאַרקער, און דער ווילעדזש וועט פאַרלירן, אָבער זיי האָבן זיך גע'עקשנ'ט און דאס רעשט איז היסטאָריע; עירמאָנט פאַרמאָגט איינע פון די טייערסטע ווילעדזש-שטייערן אין ראַקלענד קאַונטי, וואָס איז אין גרויסן טייל צום פאַרדאַנקען פאַר יענע געריכטליכע קאַמפן.
צום מזל האָבן די דעמאָלטיגע ווילעדזש פירערס איינגעזען אַז אַמעריקע איז אַ לאַנד פון געזעצן, וואו די פעדעראַלע רעגירונג טאָלערירט נישט קיין דיסקרימינאַציע און אַנטיסעמיטיזם, און זיי האָבן אָפּגעשטעלט די רדיפות, און אפילו אָנגעפאַנגען צו געבן פּערמיטן פאַר שולן.
דאָס האָט געפערליך אויפגערייצט די טרויעריג-באַרימטע באַנדע פּרעזערוו ראַמאַפּאָ, און פאַר דעם "חטא" האָט די גרופּע אַרויסגעשטעלט קאַנדידאַטן קעגן די "אינקאָמבענטס". תושבי עירמאָנט זענען אַלס הכרת הטוב אַרויסגעקומען אין שטיצע פון די אַמטירנדע ווילעדזש באַאַמטע, אָבער צום באַדויערן האבן די קעגנערס פון אונזער ציבור געוואונען, און צום באַדויערן האָבן די געווינערס אויסגעטייטשט זייער זיג ווי אַ לייסענס צו טאָן וואָס זיי ווילן.

וואָס ווילן מיר? לעבן אין רואיגקייט און מנוחה
דער חרדי'שער ציבור וואָס וואוינט אין עירמאָנט האָט זיך אַהערגעצויגן ווייל מיר ווילן לעבן אין רואיגקייט און מנוחה, אין גרויסע הייזער מיט ביימער און גאָרטנס. אין אַנדערע ווערטער מיר האָבן אויסגעקליבן דעם ווילעדזש פאַר די זעלבע סיבות וואָס די נישט-אידישע איינוואוינערס האָבן אויסגעקליבן עירמאָנט. אדרבא, מיר האָבן אַלע זייער קלאָר געמאַכט מערערע מאָל אַז מיר ווילן נישט די אָנגעשטויסנקייט, די אָווערדעוועלאָפּמענט, און שווערער טראַפיק פון אַנדערע געגנטער.
נאָכמער, דער ציבור וואָס איז אַהערגעקומען איז אַ ספּעציעל איידעלער און וואוילער ציבור, פרידליכע און אַנשטענדיגע בירגער, וועלכע גייען אַרויס פון זייער וועג צו לעבן בשלום מיט די שכנים, ווי ס'איז זייער באַקאַנט. מיר האַלטן שיין אונזערע הייזער און מיר טוען אַלעס נישט צו טוישן דעם "קאָנטרי לייפסטייל" פון די שכנים.
אָבער אני שלום וכי אדבר המה למלחמה. לאָמיר אָנפאַנגען מיט די קלייניגקייטן; די אַלע געזעצן וועלכע זענען צוגעקומען צו די ביכער די לעצטע יאָרן בלויז כדי שווער צו מאַכן פאַר'ן חרדי'שן ציבור – געזעצן וועלכע ווערן בלויז אינפאָרסירט קעגן דעם חרדי'שן ציבור. פאָלגנד זענען עטליכע משלים:
- דער ווילעדזש האָט איינגעשטעלט אַ מאָראַטאָריום קעגן יעדער סאָרט רענאָוואַציע. פאַר צוויי יאָר האָט מען נישט געקענט צובויען צום הויז אפילו נאר אַ פוס. אַ איד וואס האָט חתונה געמאַכט און געוואָלט פאַרגרעסערן זיין הויז צו קענען אַרייננעמען דאָס פּאָרל אויף שבת, אא"וו, האָט געקענט רעדן צום לאָמפּ. (די לעצטע פּאָר חדשים, זיך גרייטנדיג צו די וואַלן, האָבן זיי אָנגעפאַנגען צו געבן פּערמיטן; זייער אַלטער טאַקטיק צו איינשלעפן דעם ציבור פאַר די וואַלן, אָבער יעדער איינער וואָס האָט באַקומען אַ פּערמיט גייט אַריבער שבעה מדורי גיהנום, מיט עגמת נפש און ריזיגע געלט-אויסגאַבן אויף טריט און שריט.)
- דער ווילעדזש האָט באשטעטיגט אַ געזעץ אַז מען טאָר נישט פּאַרקירן אויף דער גאַס נאָך צוויי אַזייגער ביינאַכט, במשך דעם גאַנצן יאָר! אַז אידן זאָלן נישט קענען פאָרן אין שול מיט די קאַרס ערב שבת, און ווי אויך אַז מען טאָר נישט פּאַרקירן אויפ'ן גראָז – וואָס ווערט בלויז אינפאָרסירט ביי די שולן, אָבער נישט ביי גוי'אישע שולעס און געשעפטן, אא"וו.
- אַ טאָג נאָכדעם וואָס אידן האָבן דורכגעפירט אַ הכנסת ספר תורה האָט דער ווילעדזש באַשטעטיגט א "פּאַרעיד לאָו" צו מאַכן כמעט אוממעגליך דורכצופירן אַזעלכע מאורעות אין דער צוקונפט.
- דער ווילעדזש האָט באַשטעטיגט אַ געזעץ אַז מען טאָר נישט אָפּשניידן מער פון דריי ביימער אין איין יאָר, און אויך נאָר נאָכ'ן צאָלן געלט פאַר אַן אַרבאָריסט צו אויפווייזן אַז ס'איז וויכטיג אַראָפּצושניידן די ביימער. אַזוי האָבן זיי איינגעשטעלט געזעץ נאָך געזעץ צו פאַרלאַנגען אַ פּערמיט פאַר יעדער קליינער ריר וואָס עמיצער וויל נאָר מאַכן, כדי זיך צו קענען אַנטזאָגן צו געבן פּערמיטס, און צו קענען געבן ווייאָלעישאָנס.
אָבער מיר וואָלטן אפשר געקענט לעבן מיט דעם, ווען די געזעצן ווערן אייניג אינפאָרסירט פאַר אַלע איינוואוינערס.

סעלעקטיוו ענפאָרסמענט -- געזעץ אינפאָרסירט נאָר קעגן אידן
די לעצטע פּאָר יאָר, אונטער דעם יעצטיגן ווילעדזש, זענען מיר עדות צו אַ דאָפּלטן סטאַנדאַרט, אויפ'ן פרעכסטן פאַרנעם – "סעלעקטיוו ענפאָרסמענט" ווי מען רופט דאָס אין ענגליש – אין וועלכן חרדי'שע אידן ווערן באַשטראָפט און גע'רודפ'ט פאַר קלייניגקייטן, בשעת אַנדערע איינוואוינערס באַקומען אַ "פרייען פּאַס."
דער חידוש איז אַז דער ווילעדזש פּרובירט ניטאַמאָל צו באַהאַלטן איר "בייעס" און בלינדע דיסקרימינאַציע.
הונדערטער נישט-אידן האַלטן קאַרס אויף זייערע גראָז, אָדער קאַרס אָן לייסענס פּלעיטס, און זיי הערן נישט קיין פּיפּס פון קיינעם, בשעת חרדי'שע אידן ווערן באַשטראָפט מיט שווערע קנסות פאַר די זעלבע "פאַרברעכנס."
דאָס זעלבע איז ווען ס'קומט צו מענטשן וואָס שניידן ביימער, מאַכן איבער זייערע דרייוועיס אָדער מאַכן שיין זייער גראָז – יאָ, ס'האַלט ביי אַ מצב אַז מען באַשטראָפט אידישע הויז-אייגנטימערס פאַר'ן וועלן זיין גוטע שכנים און שיין מאַכן די געגנט דורכ'ן איבערמאַכן זייער לענדסקעיפּינג, מכלומר'שט ווייל זיי האָבן נישט אַרויסגענומען קיין פּערמיט.
כמעט יעדער פון אונז איז באַקאַנט מיט כאָטש עטליכע עפּיזאָדן פון מענטשן וועלכע האָבן געליטן פון דער דיסקרימינאַציע פון דעם ווילעדזש.
אָט זענען עטליכע משלים (פאַר די נעמען פון די געליטענע קען מען מיר אָנפרעגן פּערזענליך):
- איין איינוואוינער איז געגאַנגען נעמען אַ פּערמיט צו אָפּשניידן דריי ביימער. ער האָט באַצאָלט געלט פאַר אַ פּראָפעסיאָנעלן "אַרבאָריסט", ווי דאָס געזעץ וואָס מען האָט געמאַכט צוליב אונז זאָגט, אים צו שרייבן אַ באַריכט פאַרוואָס די דריי ביימער מוזן אַראָפּקומען און געגאַנגען אַרויסנעמען אַ פּערמיט. די ווילעדזש קלוירק האָט אים אַטאַקירט און אָנגעשריגן אַז דער דאָקומענט איז אַ פאַלשער, און זיך אַנטזאָגט אים צו געבן אַ פּערמיט. דער שכן פונעם איד, אַ ווילעדזש אָנגעשטעלטער, האָט אין דער זעלבער צייט אַראָפּגעשניטן ניין ביימער, אָן קיין שום פּערמיט, ואין פּוצה פּה.
- עס איז געווען צוועלף אַזייגער ביינאַכט, אינמיטן אַ שלאַקס-רעגן, ווען אַ היימישער איד איז אויפגעוועקט געוואָרן דורך העפטיגע קלאַפּעס אויף זיין טיר. דער ווילעדזש אינספּעקטאָר האָט אים געצווינגען אַרויסצוקומען פון בעט אינמיטן דעם שווערן רעגן, ווייל ער האָט אינסטאָלירט אַ לאָמפּ און זיין שכן האָט זיך באַקלאָגט אַז די ליכטיגקייט צו שטאַרק; ער האָט אים אַרויסגעשלעפּט אין דעם רעגן אויף דער גאַס כדי צו מעסטן די שטאַרקייט פון דעם לעקטער. דער שכן האָט זיך שפּעטער אויפגעטאָן פאַר דעם איד אַז ער האָט גערופן דעם אינספּעקטאָר אָבער יענער האָט נישט געוואָלט קומען נאָך ביזנעס שעות, האָט ער דעריבער אָנגערופן דעם מעיאָר פּערזענליך און אַזוי 'קעיר גענומען' פונעם פּראָבלעם.
- אַ איד איז געגאַנגען אין קאָנטראַקט אויף אַ הויז, אויפ'ן סמך אַז ער קען באַקומען פּערמיטס צו רענאָווירן דאָס הויז, אָבער דער ווילעדזש האָט זיך אַנטזאָגט אים צו געבן די פּערמיטס. דער גוי'אישער אייגנטימער איז דאַן געגאַנגען צום ווילעדזש און אַריינגעגעבן די זעלבע פאַרלאַנגען, און מען האָט אים תיכף פאַרזיכערט אַז ער וועט באַקומען די פּערמיטס.
- וויפיל מאָל האָט זיך געמאַכט אַז אידן האָבן אָפּגעקויפט ביזנעסער אָדער געביידעס, און די זאָונינג געזעצן האָבן זיך 'מיסטעריעזיש' געטוישט איבערנאַכט. איין משל: אַ איד האָט אָפּגעקויפט אַ לאָקאַלן גוי'אישן רעסטאָראַן, Wonder wheel, מיט'ן ציל צו עפענען דאָרט אַ כשר'ן רעסטאָראַן. פאַר לאַנגע יאָרן האָט דער פּלאַץ געהאַט אַ פּערמיט פאַר 85 מענטשן 'קעפּעסיטי', צו זיין אינעם רעסטאָראַן צו יעדער צייט, אָבער ווי נאָר דער איד איז אַריינגעקומען אין בילד, איז פּלוצלינג דער ווילעדזש נאָר גרייט געווען צו געבן א פּערמיט פאר 35 מענטשן און מער נישט. נישט האָבנדיג קיין ברירה האט דער איד געמוזט דורכגיין די זעלבע פּרשה וואָס אַסאַך אידן גייען דורך, ער האָט געמוזט דינגען לויערס בלויז צו רעדן און פּרובירן זיך דורכקומען מיט די ווילעדזש באַאַמטע, און פון דאָרט און ווייטער האָט ער שוין אויסגעגעבן צענדליגער טויזנטער דאָלאַרס אין לעגאַלע קאָסטן, אַלעס נאָר כדי צו קענען באַקומען וואס דער גוי האָט באַקומען אויטאָמאַטיש.
עס זענען פאַראַן צוויי סעטס פון געזעצן אין עירמאָנט; איינס פאַר דעם היימישן ציבור און איינס פאַר דעם רעשט פון די איינוואוינערס.
אויף טריט און שריט נעמט דער ווילעדזש אונטער איינזייטיגע שריט צו דיסקרימינירן קעגן דער חרדי'שע געמיינדע. דאָס טוישן דעם "עירמאָנט דעי" אויף שב"ק אַז אידן זאָלן נישט קענען קומען, איז בלויז אַ קלייניגקייט, און דאָס פאַר זיך אַליין וואָלט נישט געווען געפערליך, ווען נישט ס'איז טייל פון אַ סיסטעמאַטישן קאַמפּיין צו מאַכן די אידן אין דעם ווילעדזש פילן 'נישט וועלקאָם'.

קין און הבל שפּיל
די ווילעדזש באַאַמטע האָבן אַ ספּעציעלע הנאה צו שפּילן מיט די חרדי'שע איינוואוינערס אַ קין און הבל שפּיל -- אַ "קעטש 22" ווי מען רופט עס אין ענגליש. עטליכע דוגמאות:
- דער ווילעדזש אינספּעקטאָר טיילט אויס צרות פאַר שולן וואו די קאַרס פּאַרקירן אויפ'ן גראָז. אָבער ערלויבן נישט פאַר די זעלבע שולן צו בויען פּאַרקינג פּלעצער.
- דער אינספּעקטאָר האָט באַפוילן פאַר איין שול אין אונזער געגנט אָפּצושניידן אַ בוים. ווען די שול האָט אויסגעפירט דעם באַפעל, האָט די קהלה באַקומען אַ ווייאָלעישאָן פאַר'ן אָפּשניידן דעם בוים אָן אַ פּערמיט.
- איין איד וועלכער האָט באַצאָלט שווערע געלטער ביז ס'איז אים ענדליך געלונגען צו באַקומען אַ פּערמיט צו איבערבויען זיין הויז, איז איינגעמאָלדן געוואָרן דורכ'ן ווילעדזש אַז דער פּערמיט איז נאָר צו בויען אַ נייע הויז, אָבער ער האָט נישט קיין דעמאָלישאָן פּערמיט איינצואוואַרפן דאָס אַלטע הויז...
ער האָט זיך געבעטן ביי זיי אַז ער מוז איינוואַרפן דאָס הויז כדי צו קענען בויען דאָס נייע הויז, אָבער זיינע ווערטער זענען געפאַלן אויף טויבע אויערן. צום סוף האָט דער איד געדאַרפט אויסגעבן שווערע געלטער צו בויען דאס הויז שטאַפּלווייז; ער האָט געבויט אַ וואַנט, און דאַן דערזעצט אַן אַלטע וואַנט, און אַזוי ווייטער, שטיקל ביי שטיקל, ביז דאָס הויז איז געווען פאַרטיג.

לייכטזיניג און אומ'אחריות'דיג מיט אונזער געלט
דער ווילעדזש ווערט געפירט דורך אומ'אחריות'דיגע מענטשן, וועלכע רעכענען זיך נישט מיט די ריזיגע שטייערן וועלכע די ווילעדזש אייגנטימער צאָלן. ווי געזאָגט האָט עירמאָנט איינע פון די העכסטע ווילעדזש שטייערן אין ראַקלענד קאַונטי, אָבער דער יעצטיגער ווילעדזש האָט געהעכערט די שטייערן נאָך העכער, און זיי האָבן זיך געגעבן פעטע באָנוסעס.
אָבער פיל ערגער פון דעם איז אַז זיי האָבן זיך נישט געלערנט פון עקספּיריענס; מיט זייערע לייכטזיניגע שריט האָבן זיי געברענגט אויף עירמאָנט פרישע לעגאַלע געפעכטן אין געריכט, און ס'דראָעט אַז דער יוסטיץ דעפּאַרטמענט זאָל אַריינקומען קיין עירמאָנט אַ דריטע מאָל, און אַרויפלייגן פרישע שווערע געלט-שטראָפן. ווי געזאָגט, די פעדעראַלע רעגירונג איז גאָר שטרענג ווען ס'קומט צו אָפענער דיסקרימינאַציע און סעלעקטיוו ענפאָרסמענט. און ווער וועט ליידן דערפון? גאַנץ עירמאָנט. די אידישע און נישט-אידישע איינוואוינערס.
(אגב, ס'איז אַ ביטער געלעכטער ווען מען טראַכט אַריין אַז די זעלבע ווילעדזש באַאַמטע וועלכע שטעלן זיך אַהער אַלס געזעץ-ליבהאָבער וועלכע מיינען פּשוט דאָס געזעץ, האָבן אָפן פאַרלעצט דאָס געזעץ און דורכגעפירט קרימינאַלע "עלעקשאָן פראָוד" ווי זיי האָבן אַליין מודה געווען אין געריכט.)

וואָס ס'קומט פאָר אין עירמאָנט איז נישט "ביזנעס עז יוזשועל"
צומאָל ווען אַ מענטש ווערט אונטערדריקט פאַר אַ לאַנגער צייט, פאַנגט זיך אים אָן צו דאַכטן אַז "ס'קומט אַזוי". אָבער רבותי, וואָס ס'קומט פאָר אין עירמאָנט איז אַבסאָלוט נישט נאָרמאַל.
אדרבא, אידן וועלכע קומען אַהער פון שכנות'דיגע ווילעדזשעס דרוקן זיך אויס מיט שטוינונג ווען זיי קוקן זיך צו וואָס עס גייט פאָר ביי אונז. אַנדערע ווילעדזשעס האָבן נישט קיין ביימער געזעצן אָדער פּעיווינג און לענדסקעיפּינג געזעצן, אא"וו. זיי האָבן נישט קיינע אינספּעקטאָרס וועלכע פאַרלייגן זיך דווקא אויף אידישע הייזער, און ס'איז נישט וויבאַלד די דאָרטיגע אידישע איינוואוינערס ווערן באַהאַנדלט בעסער. ניין און ניין, זיי ווערן פּשוט באַהאַנדלט גלייך ווי אַלעמען.
קוקט למשל אויף די דערנעבנדיגע טשעסטנאָט רידזש, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן שוין אין 986'; די דאָרטיגע אידן האָבן זיך אַהינגעצויגן פאַר די זעלבע סיבות ווי מיר האָבן זיך געצויגן קיין עירמאָנט, אָבער דער ווילעדזש האָט נאָכנישט געהאַט קיינע לעגאַלע געפעכטן מיט די חרדי'שע איינוואוינערס און אוודאי איז די פעדעראַלע רעגירונג נישט אַריינגעקומען אַהין. טשעסטנאָט רידזש פאַרמאָגט טאַקע די ביליגסטע ווילעדזש שטייערן אין ראַקלענד.
דער דאָרטיגער ווילעדזש איז אַרויס פון וועג זיכער צו מאַכן אַז ס'קומט נישט צו קיינע קאָסטבאַרע לעגאַלע געפעכטן. אייגנטליך האָט דער מעיאָר, אַליין אַן אַדוואָקאַט, לעצטנס געטוישט דאָס שול געזעץ צו מאַכן גרינגער צו בויען שולן אינעם ווילעדזש. טשעסטנאָט רידזש האָט נישט איינגעשטעלט קיין מאָראַטאָריום און נישט געמאַכט צרות פאַר מענטשן וועלכע זענען געקומען בעטן אַ פּערמיט.

טוט עס פאַר אייך, פאַר אייער שכן און ידיד
רבותי, דער יעצטיגער ווילעדזש האָט שוין אָפּגעקאָסט מיליאָנען דאָלאַר אין אידיש געלט פאַר עירמאָנט איינוואוינערס, געלט וואָס אידן האָבן אַוועקגעלייגט צו חתונה מאַכן די קינדער און רעטייערן, אָדער געלט וואָס זיי פאַרמאָגן נישט. עלף שולן אין עירמאָנט גייען אַריבער רדיפות און האָבן באַקומען שווערע געלט-שטראָפן. דערצו האָט דער ווילעדזש זיך אַנטזאָגט צו געבן פּערמיטס פאַר עטליכע שולן וועלכע מוזן זיך אויסברייטערן.
מיר דאַרפן געדענקען אַז ע"פּ תורה און ע"פּ ישרות זענען מיר באַרעכטיגט צו פאַרלאַנגען גלייכבאַרעכטיגקייט. מיר בעטן גאָרנישט מער פון דעם; מיר בעטן נישט קיינע אייגענע פאָרשטייערס אינעם ווילעדזש; מיר שטעלן נישט אַרויס קיין אייגענע קאַנדידאַטן, און מיר זוכן בכלל נישט ארויפצוצווינגען אונזער לעבנס-סטיל אויף אַנדערע.
ברוך השם אַז היי-יאָר לויפן דריי קאַנדידאַטן, לאַנגיעריגע עירמאָנט איינוואוינערס, מיט ביזנעס און גאָווערמענט עקספּיריענס, וועלכע פאַרשפּרעכן צו אָפּשטעלן די דיסקרימינאַציע קעגן דעם היימישן ציבור. דער 'פּראָטעקט עירמאָנט' טיקעט פאַרזיכערט צו אָפּשטעלן די אַלע לעגאַלע שטרייטן, וואָס דאָס וועט באַלד שפּאָרן פאַר'ן גאַנצן ווילעדזש, אַלע איינוואוינערס, בלי יוצא מן הכלל, שווערע געלטער. ווי אויך וועלן זיי אָפּשטעלן די סעלעקטיוו ענפאָרסמענט אויף אידישע איינוואוינערס, וועלכע האָט שוין אָפּגעקאָסט אַ הון תועפות פאַר אידן אין עירמאָנט.
און יאָ, אפילו די פון אונז, וועלכע האָבן 'נאָכנישט' געשפּירט דעם ביטערן און זויערן טעם פון באַקומען אַ ווייאָלעישאָן פונעם ווילעדזש פאַר טויזנטער דאָלאַר, אָדער פון אַריבערגיין אַנדערע רדיפות, וועלן אויך אַרויסקומען שטימען, ווייל קיינער איז נישט פאַרזיכערט, און אויך וויבאַלד ווען אידן זענען ח"ו נישט זעלבסטזיכטיג און ווען אַן איד איז אין אַ צרה זענען אַלע דאָ אים צו העלפן.
קאטשעניו
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 10:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשעניו »

די קאנדידאטן וועלכע ווערן געשטיצט דורכ'ן היימישן ציבור האבן געשיקט א בריוו צו גאנץ עירמאנט איבער די שווינדלערייען פון די שונאי ישראל
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

נעכטן געווען זייער אן איפארמעטיווע אינטערוויו אויף 114 פון קולמע וועגן די וואוטס אין עירמאנט און אין טשעסטנאט רידש.
ר' שמעון ראלניצקי האט ארויפגעברענגט דער וועטעראן עסקן ר' אר' לייב'ן זאל אוייסשמועסן וואס מגייט דורך אין עירמאנט, און ר' זושא פעדער מצד טשעסטנאט רידש, אז דארט דארף מען וואוטען פאר די עקזיסטירענע טראסטיס כדי זיי צי ווייזן שטיצע פאר זייער מיט ארבעט מיט אלע איינוואונער ציגלייך, ווי אויך האט מען יעצט געפעסט אז מען זאל קענען בויען שוהלן.

ס'כדי צי הערן, עס איז האר אויפשטעלנד וואס ר' ארי' לייב פארציילט דארט, און איר דארפט פארשטיין אז ער איז נישט היינט געבוירן, ער האט שוין יארן עקספיריענס, במילא קען מען אים גלייבן א יעדעס ווארט.

איין קלייניקייט וויל איך נאר צילייגן, ר' ארי' לייב זאגט אז די גוים ליידן ממש גארנישט, עס איז אבער נישט ממש אינגאנצן אזוי, דעס איז מן הסתם נאר לגבי די רעזידענטס, וואס די אינספעקטער קיקט זיי נישט אזוי נאך, אבער פון די אנדערע זייט, א גוי אן אינוועסטער וואס האט לעצטענס געבויט א קאמערשעל בילדינג אין עירמאנט האט מיר געזאגט אז ער איז דורך שבעה מדורי גיהנם ביים באקימען די פערמיטס, און אזוי אויך בשעתן בויען, קען זיין ווייל ער וואונט נישט אין עירמאנט, אבער דאס איז די מציאות.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

עס איז דא עפעס (נישט גינסטיגע) נייעס בנוגע די יו טי עי עירמאנט קלאגע אין קארט?
קאטשעניו
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 10:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשעניו »

ס'איז געווען נייעס אין סטעיט קאורט, נישט אין פעדעראל.

די דזשאדזש האט גע'פסק'נט אז ס'איז געווען דיסקרימינאציע קעגן יו-טי-עי, וואס איז א שטארקע זאך, וואס מען ווען קענען ניצן שפעטער.

בנוגע די טענות פון יו טי עי האט זי געזאגט אז דאס דארף צוערשט געברענגט ווערן פאר'ן זאונינג באורד אף אפיעלס.

אויך דארף מען געדענקען אז דאס איז נישט די גרויסע פעדעראלע לאוסוט וואס גייט ווייטער.

אויב געווינט מען די וואלן דינסטאג איז דאס אלעס סייווי נישט נוגע.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

געריבענער סוחר האט געשריבן:נעכטן געווען זייער אן איפארמעטיווע אינטערוויו אויף 114 פון קולמע וועגן די וואוטס אין עירמאנט און אין טשעסטנאט רידש.
ר' שמעון ראלניצקי האט ארויפגעברענגט דער וועטעראן עסקן ר' אר' לייב'ן זאל אוייסשמועסן וואס מגייט דורך אין עירמאנט, און ר' זושא פעדער מצד טשעסטנאט רידש, אז דארט דארף מען וואוטען פאר די עקזיסטירענע טראסטיס כדי זיי צי ווייזן שטיצע פאר זייער מיט ארבעט מיט אלע איינוואונער ציגלייך, ווי אויך האט מען יעצט געפעסט אז מען זאל קענען בויען שוהלן.

ס'כדי צי הערן, עס איז האר אויפשטעלנד וואס ר' ארי' לייב פארציילט דארט, און איר דארפט פארשטיין אז ער איז נישט היינט געבוירן, ער האט שוין יארן עקספיריענס, במילא קען מען אים גלייבן א יעדעס ווארט.

איין קלייניקייט וויל איך נאר צילייגן, ר' ארי' לייב זאגט אז די גוים ליידן ממש גארנישט, עס איז אבער נישט ממש אינגאנצן אזוי, דעס איז מן הסתם נאר לגבי די רעזידענטס, וואס די אינספעקטער קיקט זיי נישט אזוי נאך, אבער פון די אנדערע זייט, א גוי אן אינוועסטער וואס האט לעצטענס געבויט א קאמערשעל בילדינג אין עירמאנט האט מיר געזאגט אז ער איז דורך שבעה מדורי גיהנם ביים באקימען די פערמיטס, און אזוי אויך בשעתן בויען, קען זיין ווייל ער וואונט נישט אין עירמאנט, אבער דאס איז די מציאות.

די אויבנדערמאנטע אינטערוויו אויף קול מבשר.
דראפבאקס - אודיאו

דא איז א קליפ וואס איז ארומגעפארן איבעראל איבער די שלעכטיגקייט און רשעות מיט וואס די היימישע אידן אין עירמאנט ליידן זיך צוזאם.
דראפבאקס - ווידיאו

נישט צום גלייבן וואס ס'קומט אלץ פאר אין עירמאנט!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

Avoid Main St. at all costs.
טרעפיק איז שרעקליך.
גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאפל »

משהלע האט געשריבן:Avoid Main St. at all costs.
טרעפיק איז שרעקליך.

אינטערסאנט נאר מעין סט איס אנגעזעצט 59 איז ליידיג
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

Complete total shutdown in and out of Rockland Kosher.
די גאנצע פארקינג לאט, איז טאקע דאס. איין גרויסע פארקינג לאט.
גארנישט ריהט זיך.
ברענגט מיט אויערן שיצערס. ווייל עס פייפט זיך א געפייפעריי וואס מען קען הערן ביז אלע עקען פון עירמאנט, רידשז, וכו'.
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום זונטאג מארטש 17, 2019 5:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

מען וואלט געדארפט אים צווינגען צו מאכען גרעסער די פארקינג לאט.
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

Kosher Travel האט געשריבן:Complete total shutdown in and out of Rockland Kosher.

אוטש!! די גאנצע לעידיס עקזילערי איזדעך דארט יעצט!!
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

משהלע האט געשריבן:מען וואלט געדארפט אים צווינגען צו מאכען גרעסער די פארקינג לאט.

אפשר אויפמאכן די געיט ביי ראבערט פיט???
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

ETA ארויסצופארן איז אראפ פון א שעה, ביז 55 מינוט. די מענער שטייען אין די רייע ארויסצופארן, ווילאנג די בני בית קויפט איין. מען ריפט זיך אויפן סעל ווי אין די ליין די קאר איז. א רחמנות נעבעך היינט אויף די ליטווישע און חסידישע אידענעס וואס דרייווען. וואס געווענדליך איז מען זיי מקנא. אבער היינט!!! 55 מינוט אריינפארן ביז א פארקינג. 10 מינוט ארויסנעמען די פופצן קינדערלעך פון די מיניווענס ווייל דער מאן דער בן תורה לערענט. איין שעה מינימום צו קויפן א פאר טשאקעלעדס. נאך צייט איינצופאקן די קינדערליך צירוק אין מיניווען. נאך 55 מינוט ארויסצופארן. אבער אויב וואלט אייער אינגעמאן געווארט אין קאר, וואלט איהר איהם געטראפן שוין האלב אויפן וועג ארויף.

עס איז דא גענוג צייט פאר איעדן זיך אפצושטעלן און לאדענען די קאר, אינמיטן די רייע. ווייל גארנישט ריהט זיך נישט. עס איז אפילו דא צייט צו שרייבן אויף אייוועלט. אזוי אין מיטן די ליין פון קארס. רבותי, האלט נישט די פיס אויפן ברעיק. א שאד די אלע רויטע ברעיק לייטס. לייגט אריין די קאר אין פארק און פארלעשט די מאטאר. א שאד די גאזאלין.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

די מצב לאזט נאך. אלע אידישע מאמעס לויפן אהיים צו אהנפיטערען די הינגעריגע וואילע קינדערלעך וואס קומען איצטער אהיים פון חדר. ממש צו שטוינען ווי אין פופצן מינוט האט זיך אראפגעלאזט א רואיגקייט. עס פייפט מער נישט, עס רודערט מער נישט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ווייזט אויס אז ס'איז געווען א פראבע אויפציוועקן דעם אידישן דירעקטאר
אבער ווי עס זעט אויס האט זיך עס נישט איינגעגעבן
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:נעכטן געווען זייער אן איפארמעטיווע אינטערוויו אויף 114 פון קולמע וועגן די וואוטס אין עירמאנט און אין טשעסטנאט רידש.
ר' שמעון ראלניצקי האט ארויפגעברענגט דער וועטעראן עסקן ר' אר' לייב'ן זאל אוייסשמועסן וואס מגייט דורך אין עירמאנט, און ר' זושא פעדער מצד טשעסטנאט רידש, אז דארט דארף מען וואוטען פאר די עקזיסטירענע טראסטיס כדי זיי צי ווייזן שטיצע פאר זייער מיט ארבעט מיט אלע איינוואונער ציגלייך, ווי אויך האט מען יעצט געפעסט אז מען זאל קענען בויען שוהלן.

ס'כדי צי הערן, עס איז האר אויפשטעלנד וואס ר' ארי' לייב פארציילט דארט, און איר דארפט פארשטיין אז ער איז נישט היינט געבוירן, ער האט שוין יארן עקספיריענס, במילא קען מען אים גלייבן א יעדעס ווארט.

איין קלייניקייט וויל איך נאר צילייגן, ר' ארי' לייב זאגט אז די גוים ליידן ממש גארנישט, עס איז אבער נישט ממש אינגאנצן אזוי, דעס איז מן הסתם נאר לגבי די רעזידענטס, וואס די אינספעקטער קיקט זיי נישט אזוי נאך, אבער פון די אנדערע זייט, א גוי אן אינוועסטער וואס האט לעצטענס געבויט א קאמערשעל בילדינג אין עירמאנט האט מיר געזאגט אז ער איז דורך שבעה מדורי גיהנם ביים באקימען די פערמיטס, און אזוי אויך בשעתן בויען, קען זיין ווייל ער וואונט נישט אין עירמאנט, אבער דאס איז די מציאות.

די אויבנדערמאנטע אינטערוויו אויף קול מבשר.
דראפבאקס - אודיאו

דא איז א קליפ וואס איז ארומגעפארן איבעראל איבער די שלעכטיגקייט און רשעות מיט וואס די היימישע אידן אין עירמאנט ליידן זיך צוזאם.
דראפבאקס - ווידיאו

נישט צום גלייבן וואס ס'קומט אלץ פאר אין עירמאנט!


מען לייגט עס אראפ אנטיסעמיטיש ווי א שטעטעל אין פוילען בעפאר די צווייטע וועלט מלחמה, מאכט נישט קייון סענס אז עס זאל זיין אזוי שלעכט, כל המוסיף גורע.
yid
שר האלף
תגובות: 1881
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

[/quote]

מען לייגט עס אראפ אנטיסעמיטיש ווי א שטעטעל אין פוילען בעפאר די צווייטע וועלט מלחמה, מאכט נישט קייון סענס אז עס זאל זיין אזוי שלעכט, כל המוסיף גורע.[/quote]


עס איז ליידער אסאך ערגער ווי מען הערט
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

קאנסילמאן האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:נעכטן געווען זייער אן איפארמעטיווע אינטערוויו אויף 114 פון קולמע וועגן די וואוטס אין עירמאנט און אין טשעסטנאט רידש.
ר' שמעון ראלניצקי האט ארויפגעברענגט דער וועטעראן עסקן ר' אר' לייב'ן זאל אוייסשמועסן וואס מגייט דורך אין עירמאנט, און ר' זושא פעדער מצד טשעסטנאט רידש, אז דארט דארף מען וואוטען פאר די עקזיסטירענע טראסטיס כדי זיי צי ווייזן שטיצע פאר זייער מיט ארבעט מיט אלע איינוואונער ציגלייך, ווי אויך האט מען יעצט געפעסט אז מען זאל קענען בויען שוהלן.

ס'כדי צי הערן, עס איז האר אויפשטעלנד וואס ר' ארי' לייב פארציילט דארט, און איר דארפט פארשטיין אז ער איז נישט היינט געבוירן, ער האט שוין יארן עקספיריענס, במילא קען מען אים גלייבן א יעדעס ווארט.

איין קלייניקייט וויל איך נאר צילייגן, ר' ארי' לייב זאגט אז די גוים ליידן ממש גארנישט, עס איז אבער נישט ממש אינגאנצן אזוי, דעס איז מן הסתם נאר לגבי די רעזידענטס, וואס די אינספעקטער קיקט זיי נישט אזוי נאך, אבער פון די אנדערע זייט, א גוי אן אינוועסטער וואס האט לעצטענס געבויט א קאמערשעל בילדינג אין עירמאנט האט מיר געזאגט אז ער איז דורך שבעה מדורי גיהנם ביים באקימען די פערמיטס, און אזוי אויך בשעתן בויען, קען זיין ווייל ער וואונט נישט אין עירמאנט, אבער דאס איז די מציאות.

די אויבנדערמאנטע אינטערוויו אויף קול מבשר.
דראפבאקס - אודיאו

דא איז א קליפ וואס איז ארומגעפארן איבעראל איבער די שלעכטיגקייט און רשעות מיט וואס די היימישע אידן אין עירמאנט ליידן זיך צוזאם.
דראפבאקס - ווידיאו

נישט צום גלייבן וואס ס'קומט אלץ פאר אין עירמאנט!


מען לייגט עס אראפ אנטיסעמיטיש ווי א שטעטעל אין פוילען בעפאר די צווייטע וועלט מלחמה, מאכט נישט קייון סענס אז עס זאל זיין אזוי שלעכט, כל המוסיף גורע.

קאנסילמאן,
דו האסט עפעס אויף וואס אונטערצושטיצן דיינע ווערטער?
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

קאנסילמאן האט געשריבן:מען לייגט עס אראפ אנטיסעמיטיש ווי א שטעטעל אין פוילען בעפאר די צווייטע וועלט מלחמה, מאכט נישט קייון סענס אז עס זאל זיין אזוי שלעכט, כל המוסיף גורע.


דאס איז די מציאות. "אומגלויבליך".
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

Kosher Travel האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:מען וואלט געדארפט אים צווינגען צו מאכען גרעסער די פארקינג לאט.

אפשר אויפמאכן די געיט ביי ראבערט פיט???

געשטאנען דארט היינט 45 מינוט א חוץ פייפען האט מען גארנישט געקענט טון
מיין פייפער איז הייזעריג געווארען
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

נאך א קליפ וואס דרייט זיך ארום פון די באקאנטע מגיד מישרים ר' שמעון סעמפ שליט"א אביסל איבער די פראבלעמען וואס די שטיינווארצל/תהלה לדוד שוהל איז געווען אויסגעשטעלט אונטער די יעצטיגע רעזשים.


וועמענס עירמאנט איז עס?
דראפבאקס- ווידיאו
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

Kosher Travel האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:מען וואלט געדארפט אים צווינגען צו מאכען גרעסער די פארקינג לאט.

אפשר אויפמאכן די געיט ביי ראבערט פיט???


100%.

אין די עכטע וועלט (ריעל ווארלד) וואלט מען געצווינגען צו טון דעיס און אנדערע פארבעסערונגען. אבער אזויווי אין מאנסי איז נישטא ווער ס'טראכט פארן ציבור בלייבט עס ביים פייפן.

(באלאנגט דא)
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

מיט וועלכע רעכט קען מען צווינגען יענעם צו עפענען זיי פראפערטי און האבן ריזיגע שאדן
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”