פון פארצווייפלונג און יאוש - ביז פרישע לעבנס האפענונג.
פון פארלוירענע געוויינען - צו אינספירירנדע סוקסעס געשיכטעס.
פון א באשיידענע איין מאן ארגענעזאציע - צו א פארצווייגטע רפואה אפאראט!
אט דאס איז וואס חיים מעדיקעל ריסארס טוט פארקערפערן אונטער זיך. זינט די געציילטע יאר וואס די ארגענאזאציע שטייט, איז זי אויסגעשטיגן ביזן סאמע העכסטע אדרעס פון רפואה אינעם פון די אידישע וועלט, וועלכע לאזט נישט איבער קיין שטיינדל אומבארירט ווען עס קומט צו ראטעווען חולי ישראל. זי טוט אלעס אין די וועלט מעגליך צו ברענגען די ישועה דורך אירע ווייטגרייכנדע קאנטאקטן, אפילו ווען דער מצב זעהט שוין אויס האפענונגסלאז.
עס איז געווען מיט בערך א יאר צוריק, און מיר האבן געזוכט הילף פאר א מינדערוויכטיגע רפואה אנגעלעגנהייט, און מיר האבן גערופן חיים מעדיקעל ריסארס. און יא. צווישן די שטורמישע קאמף פון קאמפליצירטע פעלער פון יענע מעשה ל"ע און פארנומענע ריסוירטש פאר קריטישע היילונג מיטלען, האט די העלדין פון די אנדערע זייט ליניע באוויזן פאר א וויילע צו בארואיגן די בני בית אז ס'איז גארנישט ערנסט און ס'נישט מער ווי א טעגליכע ערשיינונג.
דאס האט מיר געברענגט צו גיבן א בליק אריין אין די ארגאנעזאציע. די אפערעיטינג מאדעל פון אזויפיל קוואליפיצירטע קאארדינעטאר'ס וועלכע קאנצענטרירן די ארבייט אין יעדע קעיס אויף ריסוירטש, נאכצוגיין די מערסט אפדעיטעד און אקוראטע היילונגען לויט די אומשטענדן איז א חידוש נפלא פאר זיך וואס האט אנגעפילט א געוויסע חלל. ווייל אין אמת'ן איז קיין איין פאל גענצליך נישט פארבינדן צו א געוויסע פארמולא. און ביי יעדן באטרעפנדן באזונדער מוז מען אויפקומען מיט א קאסטום-מעיד הייל-מיטל לויט די באדערפענישן. דאס איז עפעס וואס איז אמערסטנס נוגע ביי פאציענטן וועלכע זענען באטראפן פון מער קאמפליצירטע פעלער פון יענע מחלה ר"ל.
דאס איז חוץ די רוטינע הילף, טאט און ראט, פאר אלע חולי ישראל און זייערע פאמיליע'ס. ממש יעדער געהאלפענער פון צווישן אונזער געמיינדע קען עדות זאגן אז חיים מעדיקעל האט געשפילט די צענטראלע, קריטישע אדער אקטיווע ראלע אין די ענדגילטיגע ישועה בס"ד.
אצינד אינעם היינטיגן טאג איז געקומען די צייט ווען די שווער ארבייט'נדיגע אויסגעמוטשעטע קאארדינעיטער'ס בעטן אונזער הילף. ביטע. לאזט זיי נישט פארביי מיט אויסגעשטרעקטע הענט. איר מוזט נישט געבן קיין סאך. דער עיקר איז ארויסצוברענגען א גרויסע ציפער מתנדבים, זיי צו גיבן חיזוק און מוט אנצוגיין מיט די עבודת הקודש. עס האלט שוין יעצט ביי בערך 2 טויזנט ביישטייערער, און מיר מוזן צילן דאס צו דאפלען בעזר השם!
און א ווארט צו ווער עס האט שוין בייגעוואוינט א קינד אין שפיטאל זיך וואלגערן פאר יסורים. טראכט צוריק פאר איין מינוט אייער געפיל וויאזוי עס האט זיך געשפירט דערביי, און דערנאך גיט אייער נתינה. און ווער עס האט דאס נישט מיטגעלעבט קען מען דאס נישט מיט א מיליאן ווערטער אפמאלן. איך ווייס נישט פארוואס, אבער זינט מיר האבן דאס מיטגעלעבט האבן מיר א ספעציעלע שוואכקייט צו סיי וועלכע רפואה צוועק...
און טראץ וואס מיר האבן לעצטנס געמאכט א גדר נישט צו ביישטייערן פאר אנליין קאמפיינען, האבן מיר דאס אצינד געבראכן...זיך נישט קענענדיג איינהאלטן...
אין דעם זכות זאלט איר קיינמאל נישט וויסן וואס דאס מיינט, און האבן א לעכטיגן פורים פאר אייך און גאנץ כלל ישראל ביז מיר וועלן זוכה זיין צו גיין קעגן גוא"צ בב"א.
צו ביישטייערן אפילו בלויז $6 דרוקט:
https://www.charidy.com/chaimנ.ב. ביטע שיקן ווייטער צו אייערע פריינד. יישר כח.