ידיעות שונות האט געשריבן:היות מאירים האט זיך אביסל פארלוירן און ארויסגעשריבן קלאר וואס ער ציהלט, וועל איך אביסל מעהר מפרש זיין אז אפילו א תם קאפ זאל פארשטיין און באגרייפן זיינע שאיפות.
ער וויל זאגן אז "ס'איז נישטא קיין שום יסוד בהלכה אז אן ערליכע איד ירא ה' ומדקדק במצוות זאל האלטן צוויי און זיבעציג מוצאי שבת".
ער קען באשטיין אז (מאקסימום) פופציג מינוט נאכן שקיעה מוצש"ק זאלן אלע גאסן אין ב"פ וויליאמסבורג מאנסי וכו' זיין פיהל מיט קארס אלע רעסטוראנטן אפן גרייט צום באנוץ א.א.וו.
אויף זיין פערזענליכע שאיפה וואלטן מיר נאך פארשוויגן... אבער צו שרייבן און זאגן הויך אהן קיין שום בושה אז א הארבע הלכה באיסור כרת וואס איז אנגענומען געווארן להלכה ולמעשה ביי רוב ערליכע אידן אין אמעריקא און ביי טויזנטער גאונים פוסקים רבנים ת"ח אין די לעצטע פינף הונדערט יאהר איז סתם א שטות (עפ"ל) און מצידו זאלן די אלע אידן אוועק ווארפן זייער מסורה וואס איז געבויט אויף פוסטע חסידישע פרומקייטן (רח"ל) וכו' וכו', און אזוי ווייטער אלע זיינע שקרים און הבלים מלאים זלזול וביטול נגד גאוני עולם קדושים וטהורים וואס האבן שוין דא אנגעפילט גאנצע בלעטער, אזא זאך טאר נישט אריבער גיין אהן א מחאה נמרצה קעגן די שרעקליכע זלזול ובזיון כלפי גדולי ישראל ראשונים ואחרונים וגם לרבות גדולי דורות האחרונים וואס הונדערטער פון זיי (רובם) האבן אנגענומען אז די הלכה איז כשיטת הר"ת צוויי און זיבעציג מוצ"ש, און לדעתם דעת תורה הברורה איינער וואס טוהט א מלאכה פארן זמן איז חייב להביא חטאת שמינה אדער אן אשם תלוי, און אפי' די פוסקים וואס האבן נישט אנגענומען אינגאנצן אזוי עכ"ז "כולם" פה אחד נמנו וגמרו אז אז א ירא שמים זאל זאל פאר זיך נוהג זיין כשיטת הר"ת כפשוטו (עכ"פ לעניני דאורייתא) וויבאלד הרבה מאוד מגדולי הפוסקים האלטן אז אזוי איז די עיקר ההלכה.
און די שקר וואס מאירים האלט אין איין זאגן אז די גאנצע צוויי און זיבעציג האט זיך אנגעהויבן ביים בעלזא'ר רב, הרי הוא מכחיש שמש בצהרים.
אט לייג איך ענק פאר צוויי גדולי הפוסקים פון ליטא וואס זענען מסור לשיטת הגר"א און כ'בין מסופק אויב זיי האבן אפילו אמאל געהערט דעם נאמען "בעלזא", און ביידע זאגן מיט א שטארקייט אז מ'האלט צוויי און זיבעציג מינוט מוצש"ק.
הראשון הוא הגאון בעל ערוך השלחן וואס שרייבט בלשונו אז אין ליטא (מקומו של הגר"א) פירט מען זיך צו ווארטן אויף צוויי און זיבעציג, וז"ל(סימן רצ"ג סעי' א):
"
ואנו נוהגים להמתין מן שקיעת החמה
שעה וי"ב חלקי שעה (שעה מיט צוועלף מינוט) שכל חלק הוא אחד מששים בשעה דבזה יצאנו מכל הספיקות
ואז מותר במלאכה"
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=144ולענין כשהרקיע מלא כוכבים הלא בהכרח אז כבר אחר ע"ב דקות)
דער צווייטער פוסק איז הגאון ר' יוסף אלי' הענקין מגדולי פוסקי ליטא ומהפוסקים הכי גדולים ומפורסמים על אדמת אמעריקא וואס שרייבט אין שו"ת גבורות אלי' סימן ע"ב אז מ'זאל ווארטן אויף צוויי און זיבעציג.
(אינו לפנינו כעת להעתיק לשונו).
דער ערוה"ש און הרב הענקין זענען בעלזער חסידים? הא?... אדער אפשר גאר שינאווע?
מילא אז די לערנסט פאלש פשט אין די דברי הפוסקים, דאס מוזטו דאך, ווייל אויב נישט האסטו נישט קיין מקור אויף דיין שיטת 72, דאס פארשטיי איך.
אפילו א שטיקל ערוך השולחן מוזטו פארדרייען? ער שרייבט קלאר דעם סימן הכוכבים, און דערנאך דעם מנהג המקום (דארט איז זייער נאנט דער 72 צו ג' כוכבים בקיץ). צו ווארטן שעה וחומש, "דבזה כבר יצאנו מכל הספיקות" (דאס מיינט אז ס'איז שוין דא כוכבים קטנים ורצופים, (און נישט נאר ג' כוכבים בינונים, אזוי ווי די שיטת ה72 "שלך").
און גלייך נאך דעם שרייבט ער, "אמנם" כשהרקיע מלא כוכבים א"צ סימן אחר. דאס מיינט קלאר אז איך דארף שוין נישט קוקן (להלכה) אויף דעם זייגער.
אבער פארוואס לערענסטו אריין פשט אין "מיינע" ווערטער?? וואס איך האב קיינמאל נישט געקלערט צו זאגן.
. איינער זאל אוועק ווארפן זיין מסורה? נישט דא קיין יסוד צו האלטן 72? ועוד דברי בלע?
בסך הכל זאג איך נאר איין זאך, איבער און איבער.. נאר די נושא ווערט אוועקגעפירט, יעדעס מאל דורך א צווייטען "ת"ח" צום מחבר אין סימן רס"א...
ברור כשמש, אז ס'איז ענדערש צו מאכן מוצאי שבת ביי 60, וואס אויף דעם איז דא הרבה פוסקים וואס שרייבן אז סאיז שוין מוצאי שבת אפי' לר"ת, ווי איידער מתיר זיין מלאכה בערב שבת ווען ס'איז שוין נראים כוכבים בשמים, או אפי' בשיעור בין השמשות לפני זה. וואס אויף דעם איז נישט דא אפילו "איין מתיר"...
יעצט לענין.
דאס אז די חומרת 72 ביי חסידים קומט פון שר שלום, האט מקורות, עיין חידושי הרמ"ל, ספר בין השמשות, לרבי זאב מיארטשוב, ועוד. ס'איז נישט "מיין שקר".
יעצט ווייז מיר איין מקור אז ווער עס האלט ווייניגער פון 72 איז חייב אשם תלוי, אדער חטאת שמינה???
אדער כאטש פופצען נעמען, פון די "טויזנטער גאונים פוסקים רבנים ת"ח אין די לעצטע פינף הונדערט יאהר" להלכה ולמעשה, 72 למוצאי שבת....
די קענסט שוין ווערן א שרייבער אינעם "בלאט" ! די קענסט אזוי פיל לערנען ווי זיי, און אזוי גוט מסלף זיין, ווי זיי.
למען האמת, הרב הענקין ז"ל שרייבט טאקע אז מ'דארף ווארטן 72.
אבער די סיגוט'ער קינדער וואס האבן אנגענומען 72 האבן דאס נישט גענומען פון הרב הענקין, אדער ערוך השולחן. דאס קומט פון שינאווע / בעלז.