לא מיניה ולא מקצתיה האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די לימוד זכות איז אדער אויב עס איז דא א לימוד זכות, ער פארציילט נאר די פאקט אז עס איז אים אויסגעקימען אמאהל צי הערען די ניגון וכו'. דעס ווייס איך אויף 100% אז עס איז א ניגון נאר מיט כלי זמר אהן קיין מנגנים אנדערש לגמרי פין וואס "פארשלאפן" שרייבט, וואס דאס איז שוין אלייין א שטיקל לימוד זכות.
יישר כחכם. החייתנו. אזוי ווי די שרייבסט שוין אז עס איז אפשר נישט קיין גאנצע תירוץ, אבער פאר מיר איז עס גענוג צו בארואיגן מיין געוויסן לגבי וויאזוי איך זאל אנקוקן די מהות פון דעם איד.
איך האלט נאך אלץ אז עס איז א שטארקע עוולה פון אים נישט צו שרייבן די פונקטליכע פרטי הדברים. אז ער באשרייבט אזוי שיין באריכות זיינע געפילן אויפן פארטש אין אומאן ראש השנה, און נאך אסאך אומוויכטיגע זאכן בפרטי פרטיות, וואלט ער געמעגט פארגיסן נאך אביסל טינט בעסער צו פארשטיין געבן ווי קומט צו אים אזא ניגון, אדער זיי נישט קיין אויבער-חכם און שרייב בכלל נישט פון ווי דער ניגון קומט, אבער זיין אזוי אפען און אמת'דיג און שרייבן אז עס קומט פון ווייסעכווי, אבער נישט עקספלענען געהעריג מיט דברים של טעם, איז נישט אויסגעהאלטן. און אויב איז טאקע נישטא קיין אויסגעהאלטענע הסבר דאן לייג עס נישט אריין אונעם סידי. לויט ווי איך פארשטיי האט ער דאך נאך אסאך ניגונים, נעם עפעס אנדערש.
#כ'מיזנישטאלעספארשטיין