הילולא דצדיקיא האט געשריבן:א טומל טוט זיך אין הימל, דער יצה"ר קומט מיט א געלויף, וואס וועט דא זיין? ר' אלימלך איז געקומען צו זיין חבר אין חלום, און דער עולם כאפט א התעוררות, דאס איז זייער שעדליך פאר מיר שרייט ער, בפרט יעצט ווען מ'האלט אינמיטן די חודש האדר'ס וואס איז הדר קבלוהו באהבה, און דא האט מען געזעהן אזא התעוררות, נישט מיט קיין קלעפ, נישט מיט קיין מכות, נאר א הערליכע מעשה, א צדקות א התעלות, וואס איז מעורר דאס הארץ לתשובה ולמעשים טובים.
אזוי שטייט דער שטן און פארפירט.
נאכן זיך איינטענהען אזוי לאנג, האט ער ליידער מצליח געווען אביסל, און ס'דא וואס שרייען בשער בת רבים 'איך גלייב נישט די מעשה' און שוין, יעצט איז שוין די מעשה נישט אמת!!!,
יעצט דריי די גראבע פינגער, אויב איז די מעשה נישט אמת, קומט דאך אויס אז מ'דארף מער נישט מורא האבן פון שכר ועונש? אלא מאי.
פירט אליינ'ס אויס.
ווי זאגט נאר 'שואל-כענין'שואלכענין האט געשריבן:אויך דער וואס וויל נישט גלייבן די מעשה, איז פונקט אזוי אייניג מחוייב צו טאן תשובה און מוסיף זיין בתיקון המעשים... מען ווערט נישט פטור צוליב די "נישט גלייבן". העכסנס זאלן זיי זוכן אן אנדערע שוועבעלע זיך אנצוצינדן דאס התעוררות, ואי אתה בן חורין להפטר הימנה.
איר האט א מורדיגע טעות קיינער וויל נישט ארויס ברענגען אז מען דארף נישט תשובה טון מען רעד סך הכול צי מען דארף גלייבן א חלום
וויאזוי פלעגט מען זאגן אלס קינד דער וואס פארציילט א חלום איז א נער אין דער וואס הערט דאס אויס איז א גרעסערע נער