וויאזוי זיך צו באשיצען פון אגרעסיווע פאנדרעיזערס

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

"כמעט" יעדער איד וואס קלינגט די בעל ביי מיר אינדערהיים, באקומט אן איינלאדענונג אריינצוקומען זיך אנווארעמען\אפקילן, כאפן א טרינק, טועם זיין און נוצן דעם ביה'כ (איך שרייב "כמעט" יעדער, ווייל ווען איך שמעק עפעס נישט גלאטיג וועל איך געווענליך בלייבן שטיין ביים טיר)

אפט וועט יענער אנפאנגען רעדן. איך הער אויס, ווייז ארויס מיטגעפיל און אנטשולדיג זיך אז איך וואלט אים באמת געוואלט געבן אסאך מער נאר איך קען פשוט נישט, קרעכץ מיט מיט אים, וואונטש אים נחת, רפואה שלימה אדער וואס איז שייך

אויב פאנגט יענער אן מיט מאניפיולעישן טאקטיקן זאג איך אים נאכאמאל שיינערהייט אז איך קען נישט געבן מער. אויב טענה'ט ער אז איך מאך חוזק מיט אזא קליינע נתינה זאג איך אים אז ער מוז עס נישט נעמען און כ'וועל נישט זיין באליידיגט

אויב די שמועס פארט אויף נארמאלע רעלסן, וועלעך צומאל אביסעלע שמועסן מיט אים אנדערע זאכן. ספעציעל אויב נעמט ער אן מיין איינלאדענונג. און נאכדעם באדאנק איך מיך פארן מזכה זיין מ'געזעגנט מען זיך ווי גוטע פריינט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אורך ימים אשביעהו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 11, 2019 9:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורך ימים אשביעהו »

nmi האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:
עס איז מיין געלט, און איך שטעל אויס די צדקות לויט מיין ווילן, נישט לויט ווער עס האט די טייערסטע באצאלטע פאנדרעיזער און קאמפיינען.

;l;p-
וכן אני נוהג

אמת.

אבער דער אויסדריק עס איז "מיין" געלט, איז נישט ריכטיג, ס'איז יענעמ'ס אויך נישט, אז דער אויבשטער האט עס אריינגעלייגט ביי דיר אין טאש האסטו די רעכט דערויף, אבער דער אויסדריק מיין איז אבסיל קראצעדיג.....

נ.ב. אין שלחן ערוך הלכות צדקה איז דא א סעיף וועגן די וואס צווינגען

ס'איז יא "מיין" געלט און טאמער איינער צווינגט מיר צו גיבן פאר א צוועק ווי איך וויל נישט דורך מאכן אומבאקוועם איז עס קרוב לגזילה כמבואר בפוסקים.
איך פארשטיי אז דיין איידעלע נאטור פארנעמט נישט די ווארט "מיין" אבער אין פאקט איז עס אזוי.

מן הדין איז מען מחיוב צו געבן פאר יעדע ארעמאן וואס קומט. וואס זאל מען אבער טוען אז איך האב נישט קיין קעש אויף מיר און קיין קרעדיט קארד האב איך נישט קיין חשק צו געבן?

ביסטו פטור קרעדיט קארד איז א הלואה אז די האסט נישט געלט און טאש ביסטו פטור וכן אני נוהג געלט וואס איך וויל נישט טיילן טראג איך נישט און טאש ווייל אויב אן עני אדער א הלכהדיגע גבאי צדקה קומט צו דיר און די האסט געלט און טאש ביסטו מחויב על פי הלכה אים צו געבן די הלכה איז נישט אזוי פשוט און ווי פארשטענדיליך כדי חייו וואס ווי וויט איז עס א גרויסע טיפע סוגיא הלכות צדקה א סוגיא ווי אלע הלכות ביי כלל ישראל
אורך ימים אשביעהו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 11, 2019 9:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורך ימים אשביעהו »

אפשר וועלן מיר טאקע דארפן דא אנהייבן געבן א שיעור און הלכות צדקה און עס וועט שאקירן פילע מענטשן
אורך ימים אשביעהו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 11, 2019 9:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורך ימים אשביעהו »

לויט געוויסע פוסקים איז דיין מעשר ניטאמאל דיינס
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

Graphic24 האט געשריבן:האלט אן עקסטער צדקה קאסע (באנק קאנטע, קרעדיט קארט וכו׳) וואס צדקה גיבט מען נאר פון דארט, בפשטות וואלט דאס געווען ווי מ׳לייגט אוועק די מעשר,

טייל פון דארט בהשכל ודעת און וויפיהל ס׳דא איז דא...

מיר האט לעצענטס א איד געזאגט אז ער האט א עקסטערע באנק אקאונט פאר מעשר, תיקף נאך עס קומט אריין געלט שיידט ער אפ מעשר, אין ער האט צוגעלייקט אז זייט דעמאלס איז זיין באנק קיימאל נישט ליידיג ב"ה!
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
אורך ימים אשביעהו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 11, 2019 9:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורך ימים אשביעהו »

שכל'דיג האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:האלט אן עקסטער צדקה קאסע (באנק קאנטע, קרעדיט קארט וכו׳) וואס צדקה גיבט מען נאר פון דארט, בפשטות וואלט דאס געווען ווי מ׳לייגט אוועק די מעשר,

טייל פון דארט בהשכל ודעת און וויפיהל ס׳דא איז דא...

מיר האט לעצענטס א איד געזאגט אז ער האט א עקסטערע באנק אקאונט פאר מעשר, תיקף נאך עס קומט אריין געלט שיידט ער אפ מעשר, אין ער האט צוגעלייקט אז זייט דעמאלס איז זיין באנק קיימאל נישט ליידיג ב"ה!

בפירושע הבטחה פון חז"ל
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

איך האב אמאל געהאט ווען איינער האט מיר מעורר געווען צו אנהייבן געבן מעשר, און ס'האט מיר געכאפט און איך האב מיר אנגעהויבן פארצייכענען אין א קליין ביכעלע אלע מעשר חשבונות (דעי ביכעלע וואס מ'פארקויפט אין די געשעפטן)

א צייט שפעטער אויף א פרייטאג נאכמיטאג בין איך געווען אין גראסערי און איינגעקויפט די לעצטע זאכן פאר שב''ק, אזוי לויפענדיג צווישן די אייעלס שטעלט מיר אפ א חבר וואס מוטשעט זיך אויסטערליש מיט פרנסה, און פרעגט מיר טאמער איך קען איהם ספאנסערן זיין שבת ארדער, נאכן אריינטראכטן א מינוט האב איך איהם געגעבן מיין קארד נומער אז ער קען נעמען דערפון 150 דאללער, ווען בשעת מעשה האב איך געטראכט צו מיר אז ס'וועט שוין גיין אויף די נייע מעשר חשבון, א שעה שפעטער קאלט מיר דער איד אויפן סעלפאון און פארציילט מיר אז זיין ארדער איז למעשה 178 דאללער טאמער ער קען סווייפן די גאנצע סכום, שוין האב איך צו דעם אויך מסכים געווען זאל די מצוה זיין בשלימות.

זונטאג פארמיטאג האב איך מיך אראפגעזעצט צו פארצייכענען די נתינה, און מאכן די חשבונות ווי מיין מעשר אקאונט האלט, און נאכן צאמרעכנען די חשבונות ראיתי דבר פלא אז חושבנא הדין כחושבנא הדין און איך בין שולדיג געווען פונקט די סכום פון 178 דאללער פאר מעשר און מיט די נתינה פאר דעם איד האב איך עס שוין אפגעצאלט.

אגב איך זעה געוואלדיגע אפענע זאכן ווי די השפעות גיסן נאכן געבן מעשר.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

@ר' יום טוב

מיט אלעם בינעך מסכים מיר דיר, חוץ #1 און די ווערטער "עס איז מיין געלט"

וואס עפעס? האט געשריבן:די ארטיקעל קען אויפנעמען זייער נישט גוט און קען אסאך שאדן מאכן

עס איז א קליינע פראצענט פון פאנדרעיזערס וואס עביוזען די סיסטעם און עס איז נישט יושר אז מענטשן זאלן אנקומען שנארערס אדער גבאי צדקה וואו מאנסטערס

אזא אשכול וואלט געדארפט האבן אן הקדמה אז מען באציעט זיך צו א מיעוט שבמיעוט פון געלט גייערס

פאר דעם איז וויכטיג אויסצושמועסן

וואס עפעס? האט געשריבן:איך עפען די טיר כסדר פאר מענטשן און איך פרוביר צו ברענגן א טרינק און זאגן א גוט ווארט
איך האב נאכנישט געהאט א מענטש וואס האט מיך ״באפאלן״ נאכן געבן מיין קליינע נתינות

אינדערהיים געדענק איך נישט אויף די מינוט איינעם ממש אטאקירן אבער אין שוהל מער ווי איינמאל

Yoely האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:די ארטיקעל קען אויפנעמען זייער נישט גוט און קען אסאך שאדן מאכן

עס איז א קליינע פראצענט פון פאנדרעיזערס וואס עביוזען די סיסטעם און עס איז נישט יושר אז מענטשן זאלן אנקומען שנארערס אדער גבאי צדקה וואו מאנסטערס

אזא אשכול וואלט געדארפט האבן אן הקדמה אז מען באציעט זיך צו א מיעוט שבמיעוט פון געלט גייערס

איך עפען די טיר כסדר פאר מענטשן און איך פרוביר צו ברענגן א טרינק און זאגן א גוט ווארט
איך האב נאכנישט געהאט א מענטש וואס האט מיך ״באפאלן״ נאכן געבן מיין קליינע נתינות

right.
עס איז זייער א קליינע פראצענט.

די עיקר געב וויפיל די קענסט, אבער מיט א שמייכל.
נישט ח׳׳ו שרייען אדער באליידיגן סיי וועם.

אז ער לאזט נישט נאך. שמייכל אין זאג אפאר מאל דאס קען איך געבן.

זייער ריכטיג

נו גוט נו שוין האט געשריבן:אמת.

אבער דער אויסדריק עס איז "מיין" געלט, איז נישט ריכטיג, ס'איז יענעמ'ס אויך נישט, אז דער אויבשטער האט עס אריינגעלייגט ביי דיר אין טאש האסטו די רעכט דערויף, אבער דער אויסדריק מיין איז אבסיל קראצעדיג.....

זייער ריכטיג
nmi האט געשריבן:מן הדין איז מען מחיוב צו געבן פאר יעדע ארעמאן וואס קומט. וואס זאל מען אבער טוען אז איך האב נישט קיין קעש אויף מיר און קיין קרעדיט קארד האב איך נישט קיין חשק צו געבן?

איך גלייב נישט אז מ'מעג זיך אפילו פאר'חובות'ן צו געבן פאר א צווייטן. אז מ'האט נישט, געט מען נישט

איינער מיט א מיליאן דאלאר קרעדיט קארד אן א דאלער קעש הייסט נאכאלץ אן עני הגון

מחנך ב2018 האט געשריבן:איך וועל מיטטיילן עטליכע סיטואציעס וואס איך האב מיטגעהאלטן ביי מיינס א קרוב זייענדיג ביי יענעם איידערהיים

עפעס פעלט פון די מעשה. אזוי אויך גלייבעך נישט אז אלע וואס קומען צו דיין קרוב קלאפן, פירן זיך אזוי אויף

אפשר ביסטו געווען מזל'דיג אז ס'איז פונקט געשעהן ווען דו ביסט דארט געווען

אדער טרייבסטו איבער

דערוילעם האקט אינגרויסן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

nmi האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:
עס איז מיין געלט, און איך שטעל אויס די צדקות לויט מיין ווילן, נישט לויט ווער עס האט די טייערסטע באצאלטע פאנדרעיזער און קאמפיינען.

;l;p-
וכן אני נוהג

אמת.

אבער דער אויסדריק עס איז "מיין" געלט, איז נישט ריכטיג, ס'איז יענעמ'ס אויך נישט, אז דער אויבשטער האט עס אריינגעלייגט ביי דיר אין טאש האסטו די רעכט דערויף, אבער דער אויסדריק מיין איז אבסיל קראצעדיג.....

נ.ב. אין שלחן ערוך הלכות צדקה איז דא א סעיף וועגן די וואס צווינגען

ס'איז יא "מיין" געלט און טאמער איינער צווינגט מיר צו גיבן פאר א צוועק ווי איך וויל נישט דורך מאכן אומבאקוועם איז עס קרוב לגזילה כמבואר בפוסקים.
איך פארשטיי אז דיין איידעלע נאטור פארנעמט נישט די ווארט "מיין" אבער אין פאקט איז עס אזוי.

מן הדין איז מען מחיוב צו געבן פאר יעדע ארעמאן וואס קומט. וואס זאל מען אבער טוען אז איך האב נישט קיין קעש אויף מיר און קיין קרעדיט קארד האב איך נישט קיין חשק צו געבן?

טאמער גייסטי מיט "מן הדין" דארף מען קודם דן זיין ווער הייסט אן ארימאן מן הדין. נאכדעם וואס מ'ווייסט שוין אז ער איז אן ארימאן איז מען יוצא די חיוב מיט א שוה פרוטה.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דריידל האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן: ;l;p-

ספיקא דאורייתא
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

רוב פוסקים נעמען אן אז די געלט וואס דו האסט אפגעשיידט פאר מעשר באלאנגט נישט פאר דיר און אויב אן ארעמאן קומט צו דיר מוזטו אים געבן דאס גאנצע.

אין הולכות צדקה אין יו"ד ברענגט די מחבר אראפ פון די גמרא אזוי (כ'געדענק נישט די לשון אויסעווענדיג וועל איך עס זאגן אויף יודיש בערך). ביז וויפול ברויך מען געבן פאר אן ארעמאן אז ס'זאל הייסן צדקה? אויב איז ער געוווינט צו עסן פאר א סעודה א שטיקל ברויט ברויכסטו אים דאס צושטעלן, אויב איז ער געוווינט אז ווען ער גייט אויפן גאס גייען מענטשן פאר אים און מ'שפרייט אים אויס טעפעכער ברויכסטו אים דאס צושטעלן. עד כאן בערך לשון המחבר.

לענינינו כ'מיין אז קיין איין מורה הוראה וועט דיר פסקנען אז מ'איז יוצא מצוות צדקה היינט צוטאגס מיט א פריטה.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

nmi האט געשריבן:לענינינו כ'מיין אז קיין איין מורה הוראה וועט דיר פסקנען אז מ'איז יוצא מצוות צדקה היינט צוטאגס מיט א פריטה.

כ'מיין אז דער דיין וואס גיט ארויס דעם הליכות החיים בלעטל פסק'נט אז מ'איז מחויב צו געבן א פרוטה

קען זיין אז ווען ער האט שוין זיין צורך (ביי א געוועזענער עושר, עבד לרוץ לפניו) דארף מען שוין נישט געבן אבער איך גלייב נישט אז איך בין מחויב צו געבן די גאנצע. אפילו אויב איך האב
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

חושב מחשבות... האט געשריבן:אגב איך זעה געוואלדיגע אפענע זאכן ווי די השפעות גיסן נאכן געבן מעשר.

RT
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4275
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

אויב א משולח קומט צום טיהר, איז א אידישע זאך צו:
- רעדן צו איהם שיין, דברים רכים
- אריינרופן און געבן עפעס א טרינק - איהר ווייסט נישט וויפיהל שעות ער שלעפט זיך שוין ארום
- געבן צדקה "בסבר פנים יפות" לויט וויפיהל השי"ת האט דיהר באשאנקען
- אפערן א ביה"כ, כמעט זיכער ער דארף, אבער ער שעמט זיך

פארשטייט זיך אז כבדיהו וחשדיהו, אבער קודם קומט דעם כבדיהו!
אזא מין געשרייבעכטס "מיין הויז איז פרייוועט און קיינער קומט נישט אריין"????

איך מאך נישט אוועק די פראבלעם פון פיפיגע פאנד רעיזערס. איך בין איינער וואס קוקט עס אהן פון צוויי זייטן. איך האב גערעיזט מער פון פינעף טויזענט דאלאר דא אויף אייוועלט צוויי יאהר צירוק פאר פסח פאר אן ענין פון פיקוח נפש! אסאך פון די פאנדרעיזערס זענען דעספערעדט! אסאך מוסדות האבן נישט קיין ברירה. פון איין זייט זענען רוב עלטערן ארימעלייט און קענען קוים צאלען די ביליגע שכר לימוד, פון די אנדערע זייט פלאגן זיך די מוסדות צו באצאלן מלמדים. יא, עס איז אמת, אז מען רייט אויף פרישע כולל אינגעלייט. אבער מען קען נישט רעדן אויף אלע פאנדרעיזערס. אני לכשעצמי, איך האב מיך אויסגעלערנט צו זאגן, אנטשולדיגט זייער, איצט קען איך נישט געבען מער. אבער ווען איך האב געקענט, האב איך געגעבן.

צדקה איז א אידישע זאך, און א מצווה פון די תורה! טייערע אידן, זייט נישט מזלזל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2679
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

הענדימען האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:לענינינו כ'מיין אז קיין איין מורה הוראה וועט דיר פסקנען אז מ'איז יוצא מצוות צדקה היינט צוטאגס מיט א פריטה.

כ'מיין אז דער דיין וואס גיט ארויס דעם הליכות החיים בלעטל פסק'נט אז מ'איז מחויב צו געבן א פרוטה

קען זיין אז ווען ער האט שוין זיין צורך (ביי א געוועזענער עושר, עבד לרוץ לפניו) דארף מען שוין נישט געבן אבער איך גלייב נישט אז איך בין מחויב צו געבן די גאנצע. אפילו אויב איך האב

גערעכט. ער שרייבט דארט אז אין היינטיגע צייטן איז איז א 'קוואדער' גענוג אויף צו קויפן צוויי רעפטלעך ברויט מיט אן איי, וואס איז גענוג מזון כדי סעודה אחת.

ער שרייבט דארט אויך אז עס איז וויכטיג צו וויסן אז געבן פאר ארימאן איז א מצות עשה, און 'נישט' געבן איז א לאו פון והתעלמת.
משא''כ געבן פאר א קרן הבנין אדער א מוסדות, ארגעניזאציע צו סיי וועלכע צוועק וואס גייט נישט דירעקט פאר ארימעלייט איז נישט נכלל אין די מצוה און מען איז נישט 'מחויב' צו געבן. ע"פ זענען די פראפעשאנעל פעיגערערס גבאי צדקה פון אזעלכע ארגעניזאציעס וואס גייט אריין אין דעם קריטעריע.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
Jobless
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jobless »

געריבענער סוחר האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:אגב איך זעה געוואלדיגע אפענע זאכן ווי די השפעות גיסן נאכן געבן מעשר.

RT

What means RT?
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

Jobless האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:אגב איך זעה געוואלדיגע אפענע זאכן ווי די השפעות גיסן נאכן געבן מעשר.

RT

What means RT?

Its one of the ivelt codes, it means like the same at me
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7078
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ReTweet
איבערגעשריבען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

געריבענער סוחר האט געשריבן:
Jobless האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:אגב איך זעה געוואלדיגע אפענע זאכן ווי די השפעות גיסן נאכן געבן מעשר.

RT

What means RT?

Its one of the ivelt codes, it means like the same at me

RT איז די ראשי תיבות פון Retweet.
וואס דאס מיינט צו זאגן אז איך זאג אויך דאס זעלבע ווי דיר.
אדער ווי מען וואלט געשריבן אין לה"ק "גם אני מצטרף".
---
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

הענדימען האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
אמת.

אבער דער אויסדריק עס איז "מיין" געלט, איז נישט ריכטיג, ס'איז יענעמ'ס אויך נישט, אז דער אויבשטער האט עס אריינגעלייגט ביי דיר אין טאש האסטו די רעכט דערויף, אבער דער אויסדריק מיין איז אבסיל קראצעדיג.....

נ.ב. אין שלחן ערוך הלכות צדקה איז דא א סעיף וועגן די וואס צווינגען

ס'איז יא "מיין" געלט און טאמער איינער צווינגט מיר צו גיבן פאר א צוועק ווי איך וויל נישט דורך מאכן אומבאקוועם איז עס קרוב לגזילה כמבואר בפוסקים.
איך פארשטיי אז דיין איידעלע נאטור פארנעמט נישט די ווארט "מיין" אבער אין פאקט איז עס אזוי.

מן הדין איז מען מחיוב צו געבן פאר יעדע ארעמאן וואס קומט. וואס זאל מען אבער טוען אז איך האב נישט קיין קעש אויף מיר און קיין קרעדיט קארד האב איך נישט קיין חשק צו געבן?

טאמער גייסטי מיט "מן הדין" דארף מען קודם דן זיין ווער הייסט אן ארימאן מן הדין. נאכדעם וואס מ'ווייסט שוין אז ער איז אן ארימאן איז מען יוצא די חיוב מיט א שוה פרוטה.

ספיקא דאורייתא

כתובות סח

בואו ונחזיק טובה לרמאין שאלמלא הן היינו חוטאין בכל יום שנאמר וקרא עליך אל ה' והיה בך חטא
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

גראד נאך מיין חתונה נאך געווען קארגע 20 יאר אלט האט זיך ארויפגעריקט אויף מיר א גבאי צדקה וואס פלעגט מיר קאלן 2 מאל א טאג מינימום כהאב מיך פרובירט אפצושאקלן פון אים נישט אויפהייבן די טעלעפאוין וכו. סהאט נישט געארבעט, ער האט מיר געזאגט ער דארף נישט קיין געלט ער וויל נאר ארויפקומען צו מיר אונדערהיים און רעדן, בלי ברירה האב איך אים געלאדענט צו מיר אונדערהיים אויף די נעקסטע טאג 12 נאכמיטאג און כהאב אים געזאגט קלאר אזויווי מיר האבן זיך אויסגענומען אז איר ווילט נישט קיין געלט פרובירט אפילו נישט צו בעטן אפילו א קוואדער , נעקסטע טאג 11:55 ער קלאפט אויפן טיר איך עפן אויף ער איז דא מיט בעקאפ איך ווייז אים זיך אראפזעצן ביים טיש ווי סאיז געליגען אביסעל מזונות ער שלעפט ארויס פון זעקל א פלעק געפרינטעט מיט מיין נאמען שוין אונטירגעשריבן פון מנהל המוסדות מהאט נאר געדארפט אריינשרייבן די סכום, מיט מתנות, און ער בעט מיר טאקע נישט קיין געלט ער בעט נאר א התחייבות צו געבן יעדע חודש. כהאב אים זייער שיין מסביר געווען אז כהאב יעצט חתונה געהאט און כהאב מיר שוין אונטערגענומען אפאר התחייבותער צו באצלען יעדע חודש און כקען מיך נישט אונטערנעמען נאך, און כהאב אים מסביר געווען אז איך האב זיך אונטערגענומען צו באצאלען כך וכך יעדע חודש רענט כך וכך עלעקטאריק, געז וכו. ער האט פרובירט מיך צו מאכן אינטערשרייבן א סכום יעדע חודש אנגעהויבן א יאר שפעטער זאגענדיג אז דעמאלטס וועל איך שוין ארבעטען און זיין א בעל באטישע יונגערמאן וכו. נאכן זיצען א האלבע שעה ביי מיר אונדערהיים זאגט ער מיר אז ווען איך וועל אי"ה מאכן געלט זאל איך געדענקן אז ער האט די ערשטע געבעטן.

אפאר חדשים שפעטער והנה און נון ער קאלט מיר נאכאמאל צו ער קען נאכאמאל אריבערקומען צו מיר אונדערהיים כהאב אים גענטפערט אוודאי איך האב נאך מזונות איר קענט אריבערקומען אבער קיין התחייבות וועט איר פון מיר נישט זעהן

פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל דער גבאי צדקה איז ספעציעל געשטעלט געווארן אויף די פריש חתונה געהאטע און ער האט א געשליפן צינג און ער לאקערט אויף יונגעלייט וואס זענען קוים חתונה געהאט אפאר וואכן ווייסן נישט וואס געלט מיינט און כאפן נישט אז מיט די 150 דאלער וואס ממאכט און כולל מיט די 450 וואס די אשת חיל מאכט קען מען קוים לעבן און אוודאי נישט זיך אונטערנעמען א חודשליכע אחריות פאר א מולטי מיליון דאללער מוסדות, ב"ה פאר מיין חתונה האט מיר מיין טאטע אנגעזאגט אז ווילאנג איך ארבעט נישט און ברענג אריין גענוג געלט זאל איך מיר נישט אונטערנעמען קיין געלט פאר קיין מוסדות, און נישט נעמען קיין אינשורענס פאליסי.

טייערע יודן מאכט איר חתונה א קינד? זאגט אים אן די 2 זאכן און סוועט אים אסאך עגמת נפש שפארן.

נ.ב. איך מאך ח"ו נישט אוועק יענע הייליגע מוסדות נאר די וועג פון ארויסשלעפן פון נישט וויסענדע כולל יונגעלייט וואס מיינע אז ביז א יאר זענען זיי שוין מיליאנערן והוא רחום יכפר עון
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אזוי ווי מאנכע פון די חשובע בעלעבאטים מדור הקודם האבן נישט ארויסגעהאט מיין 'רשעות' מנהג פון נישט אריינלאזן קיינעם אין מיין הויז, על כן וועל איך דאס איבערזאגן אביסל ברייטער ווי פאלגענד:

ווען א פרעמדער פארשוין וואס איך ווייס נישט ווער דאס איז, קלאפט אין מיין טיר אז ער גייט נאך געלט, און ביים עפענען פארלאנגט ער גלייך אריינצוקומען, נישט ווייל ער וויל א טרונק אדער גיין אין ביה"כ, און אויך נישט ווייל ס'איז קאלט אדער הייס... דאן זאג איך אז מיר קענען רעדן אינדרויסן.

די ווענט פון מיין מוקדש מעט איז אין א געווענליכע מיטוואך א פרייוואטע. עס איז מוקדש פאר מיין בני בית, מיינע פיהר מיידלעך און צוויי אינגלעך. מיר זענען נישט קיין עשירים, און מיר האבן נישט גרייט א באזונדערע אויפנאם צימער.

יעצט, אז איינער וויל בדוקא יא אריינלאזן סיי וועם צו זיך אינדערהיים, כל הכבוד. אבער ביטע פארשטיין אז די סיבה פון נישט אריינלאזן קומט פון שלעכטיקייט. עס איז מצד א געזונטע פאליסי משום מעשה שלא היה. ואידך פרושא זיל גמור.

נ.ב. מיר האבן שוין צוגעגרייט סכומים הגונים גרייט פארפאקט אויף מתנות לאביונים.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

ר' יום טוב האט געשריבן:וען א פרעמדער פארשוין וואס איך ווייס נישט ווער דאס איז, קלאפט אין מיין טיר אז ער גייט נאך געלט, און ביים עפענען פארלאנגט ער גלייך אריינצוקומען, נישט ווייל ער וויל א טרונק אדער גיין אין ביה"כ, און אויך נישט ווייל ס'איז קאלט אדער הייס... דאן זאג איך אז מיר קענען רעדן אינדרויסן.

מיט דעם בינעך מסכים מיר דיר $100 און על זה נאמר
הענדימען האט געשריבן:וען איך שמעק עפעס נישט גלאטיג וועל איך געווענליך בלייבן שטיין ביים טיר
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

הויעך האט געשריבן:ב"ה פאר מיין חתונה האט מיר מיין טאטע אנגעזאגט אז ווילאנג איך ארבעט נישט און ברענג אריין גענוג געלט זאל איך מיר נישט אונטערנעמען קיין געלט פאר קיין מוסדות, און נישט נעמען קיין אינשורענס פאליסי.
קיסריה האט געשריבן:איך האב געראטן מיין זון שתחי׳
אז אזוי לאנג ווי דו ביסט אין כולל, ביזטו פטור פון אלע קהילישע באשטייערינגען, חוץ קמחא דפסחא $18.

אלע וואס בעטן דיין קרעדיט קארטל, זאלסטו ענטפערן מיט א גראבן בלא.

די זעלבע צו אלע אינשורנס אגענטן וועלכע לויפן דיר נאך מיט מורא׳דיגע אפפערס. אויב דיין געלט איז דיר עפעס ווערד, זאג איין ווארט: ניין

טאטע און זון אדער די מנהג איז שוין נתפשט?

ארויסנעמען געלט פון א מענטש איז קיינמאל נישט זייער גרינג אבער ווען מ'כאפט זיך ארויף אויף כולל אינגעלייט און צווינגט פון אים ארויס אפאר דאלער איז א געפערליכע עוולה
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

פאריגע וואך ביי מלוה מלכה שפעט ביינאכט ביי מיר אין שטוב, און דער סעל פון מיין זון קלינגט.

ער קוקט דעם נאמבער און הייבט אויף, האלאו... ער ווערט אביסל רויט - ״איך בין יעצט נישט אוועילעבל״... די טעלעפאן קאל דויערט נישט לאנג און לייגט אראפ.

איך בין בדרך כלל 0 מישעדיג אין זיינע ענינים - נול. דא איז געווען אביסל פאני, שוין. מיין זון נעמט זיך זאגן אז פלוני ופלוני קאלט אים איבער אינשורנס. און וויל מיך טרעפן...

דעמאלט פארוואס הייבסטו אויף - פרעג איך מעשה טאטע!
- ווייל ער קאלט פון אנדערע נאמבערס. - זאגט ער.

מ׳רעדט דא פון א 65 יעריגן אינשורנס אגענט טשעיסט נאך א 20 יעריגן כולל אינגערמאן - מוצאי שבת גאנץ שפעט.

WOW! ממש הייוועי ראבערי!

איך געב אים א שטיקל לעקציע פארנט פון די גאנצע משפחה - זאגנדיג צו מיר אליין: איך וואלט פלעין אראפגעלייגט דעם טעלעפאן און אים געלאזט הערן א דייל-טאון.

איך הייס דיר נישט וואס צו טאן, אבער דו דארפסט נישט אריינפאלן אין זיין טרעפּ. (נעץ)
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”