*אפדעיטעד* $500 באלוינונג פאר ווער עס וועט לייזן דעם דירות קריזיס.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בהמה_דקה
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בהמה_דקה »

סאו ס'איז בעיסיקלי אן אריינלייגן-אין-מצב קריזיס?...

וויצן אין א זייט, דאס ברענגען אווערנעס צו עכטע נומבערס, איז נאר א הילף, און א דאנק פאר אונזער ידיד "כפרה" און דעם חשוב'ן ניק "דממה דקה" פארן דאס ברענגען צום אויבערפלאך. דאס שרייבן דערפון דא נארמאלערהייט און אויסשמועסן אלע צדדים, העלפט נאר די עסקנים וועלכע האבן נאך דעם איינרעדעניש אז דא איז דא א דירות קריזיס צו פראבירן זעהן וואס מען קען טאן דאס צו סאלוון בעז"ה. און דאס מאל מיין איך עס זייער ערנסט. אויב הערט איר אז א סאלושן ווערט גענומען צוצושטעלן עטוואס ביליגערע האוזינג ערגעץ אנדערש, זייט וויסן אז איר האט געהאט א חלק דערין.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

דממה דקה האט געשריבן: זאגט אקעי איך וועל נאר זיכן א 1800 סקווער פיס דירה אין קעסקעיד פאר 625 א סקווער פיס, און קריזיס איז פאריבער

פארדעם האביך אינעם טשארט געלייגט דעם אפשען פון קעסקעיד, אז א וויליער יונגערמאן וואס דו דעסקרייבסט זאל קענען זעהן אלע אפציעס.

און וואס הייסט די קריזיס איז פאראיבער?
סקאטש
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 7:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאטש »

כאפצעם האט געשריבן:ווייל יענץ איז קעסקעיד, וואס איז אינדרויסן פון געגענט און יעדער ווייסט ס'איז די ביליגסטע. דו ווילסט יעצט פלעין לייקענען וואס די פרייזן זענען היינט אין ווילי?

וויפיל צאלט מען ביי די דעוועלאופמענטס אויף בעדפארד-פלאשינג? אויף בעדפארד-פארק?


ביי בעדפארד פארק (קאהן) פארקויפט מען פאר 650 א ס״פ
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

איך קען עטליכע אינגעלייט וואס האבן זיך געוואלט אנחוב'תן אין קויפן אין קעסקעיד , פאר גוטע דיעלס ווייניגער ווי 625 א פיס נאר אויף די הויעכע שטאקן , פשוט זייערע ווייבער זענען געגאנגען זען די געגענט און נישט געוואלט הערן דערפון ניטאמאל פאר רענט גייט עס, עס שטייען ליידיגע אפארטמענטס און די פרייזען פאר רענט זענען אראפ

סא זאג נישט אז עס איז געהעריג וויליאמסבורג
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

און די פארשטייסט אז נאכן ליינען די טשארט גייען די ווייבער גלייך קען דשערזי-סיטי צו די דארטיגע שחורים, רייט?

ניין זיי גייען רענטן פאר פיר טויזנט ביי פלאשינג קארנער מארסי, דו האלטסט אז ער איז משוגע, הלמאי האסט געמאכט א טשארט, און ער קוקט שוין נישט אויף דיין טשארט ווייל ער האט שוין א 5 יאר ליעס געסיינט, קריזיס פאריבער ביי אים, און אין 5 יאר ארום וועט מען ווייטער טאנצן.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

דממה דקה האט געשריבן:און די פארשטייסט אז נאכן ליינען די טשארט גייען די ווייבער גלייך קען דשערזי-סיטי צו די דארטיגע שחורים, רייט?

ניין זיי גייען רענטן פאר פיר טויזנט ביי פלאשינג קארנער מארסי, דו האלטסט אז ער איז משוגע, הלמאי האסט געמאכט א טשארט, און ער קוקט שוין נישט אויף דיין טשארט ווייל ער האט שוין א 5 יאר ליעס געסיינט, קריזיס פאריבער ביי אים, און אין 5 יאר ארום וועט מען ווייטער טאנצן.


מאכן א פאלטשע טשארט וועט זיכער נישט העלפען

מיין שאלה איז דיר וואס גייט דיר העלפן ווען די שרייבסט ליגענט

און קעסקעיד האב איך ווייטער גערעדט פון דעם ווער עס שרייבט אז עס איז יא א חלק אין וויליאמסבורג געהעריג , האב איך פארציילט סתם א מעשה

און יא ווער עס האלט ביים גיין וועט עניוועי גיין און ווער נישט נישט
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

דממה דקה האט געשריבן:און די פארשטייסט אז נאכן ליינען די טשארט גייען די ווייבער גלייך קען דשערזי-סיטי צו די דארטיגע שחורים, רייט?

ניין זיי גייען רענטן פאר פיר טויזנט ביי פלאשינג קארנער מארסי, דו האלטסט אז ער איז משוגע, הלמאי האסט געמאכט א טשארט, און ער קוקט שוין נישט אויף דיין טשארט ווייל ער האט שוין א 5 יאר ליעס געסיינט, קריזיס פאריבער ביי אים, און אין 5 יאר ארום וועט מען ווייטער טאנצן.

כ'פרוביר פארשטיין וואס דו ענטפערסט דא. דו האלטסט אז פרויען ווילן בלייבן אין ווילי ריגארדלעס פון פרייז, איך האלט אויך אזוי, און דאס איז פשוט אז מצדם צאל 10,000 אויך, הו קעירס? און די טשארט (נישט דיינס און נישט מיינס) אדרעסירט נישט דעם פרויען פראבלעם.

די טשארט וואס האסט געברענגט האט געדארפט צו אדרעסירן די לאגישע פינאנציעלע חילוק פון ווילי קעגן דאס ארויסמופן, ריכטיג? און דערפאר האבעך דיר געענטפערט מיטן טשארט אויף דעם זעלבן נושא מער אקוראט.

סאו אונז קומען יעצט צו אז די אלע לאגישע הסבירים איז גארנישט ווערט ווייל די פרויען דאונט קעיר. ריכטיג?

און דו פארשטייסט אז דער יונגערמאן וואס זיכסט יעצט א גרעסערע דירה מיט לעכט אין ווילי איז אין א קריזיס און ווען זיין ווייב איז מסכים צו מופן איז ער אויפגעראכטן. ריכטיג?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

די קריכסט טיפער אין דיין געדאנקען גאנג, טראכט פון א צווייטענס שטאנדפונקט, לאמיר זאגן ער הייסט -'כפרה', ער האט 7-8 קינדער, ער איז א מענעדשער אין בי ענד עיטש, זיין דירה איז קליין געווארן, ער האט יעצט עטליכע אפציעס.

ער קען דינגען א 4 בעדרום פאר 4000
ער קען קויפן אין לעיקוואד, און זיין נעט עקספענסעס וועט זיין 5200 (אויב ער האט נישט קיין טענענט איבער 6000)
ער קען קויפן אין בלומענבערג און זיין עקספענסעס וועט זיין 4300.
אדער דשערזי-סיטי פאר 3288 (וואס איך גלייב גראדע נישט אז מען קען דארט באקומען 1600 רענטל אינקאם באט שוין)

די מעגסט שרייבען טויזנט מאל אז מען קען נישט פארגלייכן קויפן מיט דינגען, און אז אין וויליאמסבורג א 2500 סקווער פיס דירה קאסט צו קויפן 1.7 מיליאן, ער גייט דינגען א דירה פאר פיר טויזנט דאלאר אין וויליאמסבורג.

דו אדרעסירסט נישט די נושא פונעם שטאנדפונקט פונעם וויליאמסבורגער אינגערמאן, די קיקסט אויף די פיקטשער פון דרויסען, טאקע מיט אסאך לאגישע חשבונות, אבער נישט פון דעם בליק פון דעם אינגערמאן וואס איז אין מיטן דעם קריזיס.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

דממה דקה האט געשריבן:די קריכסט טיפער אין דיין געדאנקען גאנג, טראכט פון א צווייטענס שטאנדפונקט, לאמיר זאגן ער הייסט -'כפרה', ער האט 7-8 קינדער, ער איז א מענעדשער אין בי ענד עיטש, זיין דירה איז קליין געווארן, ער האט יעצט עטליכע אפציעס.

ער קען דינגען א 4 בעדרום פאר 4000
ער קען קויפן אין לעיקוואד, און זיין נעט עקספענסעס וועט זיין 5200 (אויב ער האט נישט קיין טענענט איבער 6000)
ער קען קויפן אין בלומענבערג און זיין עקספענסעס וועט זיין 4300.
אדער דשערזי-סיטי פאר 3288 (וואס איך גלייב גראדע נישט אז מען קען דארט באקומען 1600 רענטל אינקאם באט שוין)

די מעגסט שרייבען טויזנט מאל אז מען קען נישט פארגלייכן קויפן מיט דינגען, און אז אין וויליאמסבורג א 2500 סקווער פיס דירה קאסט צו קויפן 1.7 מיליאן, ער גייט דינגען א דירה פאר פיר טויזנט דאלאר אין וויליאמסבורג.

דו אדרעסירסט נישט די נושא פונעם שטאנדפונקט פונעם וויליאמסבורגער אינגערמאן, די קיקסט אויף די פיקטשער פון דרויסען, טאקע מיט אסאך לאגישע חשבונות, אבער נישט פון דעם בליק פון דעם אינגערמאן וואס איז אין מיטן דעם קריזיס.

פארוואס זאל כפרה נישט טראכטן פון דינגען אינדרויסן וו"ס אוועקצאלן זיין גאנצע וועידזש פאר רענט?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

פאר 3 סיבות

ערשטענס, אוועקמופן פון שטאט מיינט א געוואלדיגע טירחא פון טרעוול, און זיין ווייט פון משפחה, און איז סתם אזוי א גרויסע טשעינדש פאר זיך און די ב"ב און נאכמער די קינדער.

צווייטנס אויב מען גייט שוין נעמען די וואנדערשטעקן זאל עס זיין אן אייגענס, אין וויליאמסבורג מאכט ער שלום מיטן מצב אז ער איז א זנב לאריות, זיין א זנב לשועלים וויל ער זיכער נישט.

דריטנס האב מיר שוין דא גערעכנט אז לעיקוואד איז נישט ביליגער ווי וויליאמסבורג אפילו אויף צו דינגען, דשערזי-סיטי איז א גרויסע מסירת נפש.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

בקיצור קום מיר צו אז ס'איז א מאוו דאס מופן, גוט מארגן!

קום מיר אבער נישט מיט קיין טשארטס אז פינאנציאל לאגיש מאכט סענס דאס בלייבן וו"ס מופן.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

דממה דקה האט געשריבן:דריטנס האב מיר שוין דא גערעכנט אז לעיקוואד איז נישט ביליגער ווי וויליאמסבורג אפילו אויף צו דינגען

ווי האסטו שוין 'לאנג' גערעדט דערפון, האסטוך נאר גערעדט פון קויפן דארט, אוואר?

און וואס הייסט ס'נישט ביליגער ($1,850 וו"ס $4000):
אטעטשמענטס
RENT.png
RENT.png (11.81 KiB) געזען 3725 מאל
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

כאפצעם האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:דריטנס האב מיר שוין דא גערעכנט אז לעיקוואד איז נישט ביליגער ווי וויליאמסבורג אפילו אויף צו דינגען

ווי האסטו שוין 'לאנג' גערעדט דערפון, האסטוך נאר גערעדט פון קויפן דארט, אוואר?

און וואס הייסט ס'נישט ביליגער ($1,850 וו"ס $4000):

לויט דיין טשאַרט איז לעיקוואד 3700 קעגן 4000 אין וויליאמסבורג, און דו רופסט דאס ביליגער?

כאפצעם האט געשריבן:בקיצור קום מיר צו אז ס'איז א מאוו דאס מופן, גוט מארגן!

קום מיר אבער נישט מיט קיין טשארטס אז פינאנציאל לאגיש מאכט סענס דאס בלייבן וו"ס מופן.


די טשארטס זענען זייער קלאר, די האלטסט און איין צוריק גיין צו קאמפערן דינגען צו דינגען, און קויפן צו קויפן, און פאר אן אקעדעמיקער אין וואשינגטאן סטעיט יוניווערסיטי וואס שטודירט ארטאדאקסישע אידענטום וואלט אוודאי געשריבן א גאנצע טשעפטער אין זיין בוך ווי אומלאגיש די וויליאמסבורגער סעקט איז, הלמאי עס איז ביליגער ערגעץ אנדערש, באט ווער עס איז פון אינעווייניג פארשטייט אנדערש, פארשטייט אז דינגען אין וויליאמסבורג מיט אלע אירע באקוועמליכקייטן קאמפערט יא צו קויפן ערגעץ אנדערש, און אז קויפן ערגעץ אנדערש איז טייערער פון דינגען אין וויליאמסבורג וועט מען דינגען אין וויליאמסבורג און נישט קויפן ערגעץ אנדערש.

איך מיין איך האב שוין גענוג מסביר געווען, איך גיי דיך לאזן געווינען די דעבאטע.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

דממה דקה האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:דריטנס האב מיר שוין דא גערעכנט אז לעיקוואד איז נישט ביליגער ווי וויליאמסבורג אפילו אויף צו דינגען

ווי האסטו שוין 'לאנג' גערעדט דערפון, האסטוך נאר גערעדט פון קויפן דארט, אוואר?

און וואס הייסט ס'נישט ביליגער ($1,850 וו"ס $4000):

לויט דיין טשאַרט איז לעיקוואד 3700 קעגן 4000 אין וויליאמסבורג, און דו רופסט דאס ביליגער?
[/quote]
ס איז 3,550 קעגן 4120. דאס איז ביליגער אפילו אויפן העכסטן סינעריא ווען ער האט אזויפיל קינדער + פארט אריין ארבייטן.

נעם יעצט א יונגערמאן מיט נאר 3 קינדער און ארבייט דארט (%80 ראקווילער) האלטסטו ביי האלב פרייז. העלאו ביזט דא? האלב פרייז.
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום מוצ"ש מארטש 16, 2019 9:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

כ'כאפ נישט וואס די זאגסט, מען דארף רעדן אויף א שפראך וואס איז אין אנקלאנג מיט די וויליאמסבורגע מענטעלעטי?לדעתי דארף מען יא אויפקלערן דעם ציבור איבער דעם.

אסאך יונגעלייט האבן נישט קיין אנונג וויאזוי מען האנדלט ריכטיג מיט געלט, ווי וויכטיג עס איז צו שפארן פרי ווען מ'איז יונג ווייל שפעטערע יארן איז כמעט נישט מעגליך קיין סאך צו שפארן.

מאנכע קוקן יעצט אויף זייער איינאמע און פארשטייט אז ער קען זיך ערלויבן 4 טויזענט דאלאר א חודש רענט מיט א מיד-ווינטער וועקאציע און אנדערע אויסברענגעריי, אפט איז עס אמת אויך אויף דעמאלטס, וואָס ער פארשטייט נישט גענוג איז אז יעצט קאסטן אים זיינע 4-5 קליינע פארהאלטנמעסיג ווייניג, אין געציילטע יארן גייט ארויפשיסן די קאסטן און ער גייט זיך נישט וויסן ווי אהינציטון.

אויב וואלט אים א קלוגע איד דאן געשטופט צו קויפן אפי' אינדערויסן מיט אלע שוועריקייטן וואלט ער ביי די צייט ער הייבט אן חתונה צו מאכן שוין געהאט עפעס עקוועטי מיט וואס צו גיין צום טיש. חוץ פילע אנדערע בענעפיטן פון א אייגענע דאך איבער'ן קאפ.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

ער דארף עקוויטי, שטופ אים צו אינוועסטירן אין ריעל עסטעיט, אין סטאקס, מיוטשועל פאנדס, פארוואס מוז ער מופען?
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

דממה דקה האט געשריבן:די טשארטס זענען זייער קלאר, די האלטסט און איין צוריק גיין צו קאמפערן דינגען צו דינגען, און קויפן צו קויפן.

ניין איך האב גערעדט פון דינגען וו"ס קויפן אין גרינוויל אויך. ענטפירסטו מיר אז ס'איז א סאו קאולד מסירת נפש.. איז טייטש אז די עצם מאוו איז דיין פראבלעם נישט דיין לאגישע פינאנציעלע חשבון אויף פען און פאפיר.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

כאפצעם האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:די טשארטס זענען זייער קלאר, די האלטסט און איין צוריק גיין צו קאמפערן דינגען צו דינגען, און קויפן צו קויפן.

ניין איך האב גערעדט פון דינגען וו"ס קויפן אין גרינוויל אויך. ענטפירסטו מיר אז ס'איז א סאו קאולד מסירת נפש.. איז טייטש אז די עצם מאוו איז דיין פראבלעם נישט דיין לאגישע פינאנציעלע חשבון אויף פען און פאפיר.


לגבי קויפן אין גרינוויל האסטו אריינגעלייגט 1600 רענטעל אינקאם, איך האב גערופן א ידיד מיינער וואס וואינט דארט, ער האט הויעך געלאכט, פאר די פרייז הויז קענסטו נישט האבן אזא פרייז טענענט, דאס איז אויסער דאס וואס די האסט אפגעמאכט נישט צו רעכענען קאר, איך האב אזוי באטראכט דעם שבת עס וואינען אויף מיין גאס בערך 300 משפחות, אפשר 40 האבן קארס, אין מיין בנין וואינען 13 משפחות, 2 האבן קארס, אבער ווען מען מופט אוועק איז נישטאָ קיין ברירה, סא דאס גייט צו-קאסטן, ווילסט צוגיין מיט א בת היענה טשארט פון אינקאם וואס עקזיסטירט נישט און עקספענסעס וואס ווערן איגנארירט, וועסט זיך פילן בעסער, באט צו די מעינסטרים וויליאמסבורגער אינגערמאן רעדסטו נישט.

(נאר אז דו ווילסט איך זאל דיר עס זאגן נאך מער גראב, איך וואלט נישט געמופט אויף דשערזי סיטי אפילו אויב די געבסט מיר א גאנצער פאלאץ פאר אומזינסט)
yankyperl
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankyperl »

דממה דקה האט געשריבן:
(נאר אז דו ווילסט איך זאל דיר עס זאגן נאך מער גראב, איך וואלט נישט געמופט אויף דשערזי סיטי אפילו אויב די געבסט מיר א גאנצער פאלאץ פאר אומזינסט)


יעצט איז דא 89 משפחות. ווען ס'וועט זיין 2000 אי"ה?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

איך האב נישט געוואלט אריין אין די נושא פון גרינוויל בפני עצמו, די מאמר המוסגר איז געווען מיין טעות, אנדערע אידן האבן נישט מיין בליק לגבי גרינוויל, באט לגבי מופן שעיר איך די זעלבע געדאנקן פון פיל אנדערע, עס איז נישט קיין פינאנציעלער סעיווינג + עס איז א געפערליכע אפמיטשעניש.
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

דממה דקה האט געשריבן:ער דארף עקוויטי, שטופ אים צו אינוועסטירן אין ריעל עסטעיט, אין סטאקס, מיוטשועל פאנדס, פארוואס מוז ער מופען?

פארוואס ער זאל קויפן? ווייל און 20 יאר ארום גייט ער חתונה מאכן א טאכטער, בר מצוה מאכן א זון און מאכן א פדיון הבן פאר א אייניקל, און זיין לענלארד פארוועם ער גייט שוין דעמאלס צאלן 6000 דאלער רענט גייט אים זאגן אז ער מוז שוין ארויס פון זיין דירה. און דעמאלס וועט די געלט וואס ער האט אנגעסעיווט און א מיושועל פאנד נישט זיין גענוג אפילו פאר א דאון פעימענט און זשערסי סיטי.
און אויב איז דא אינגעלייט וואס פארשטייען דאס נישט דארף מען הערשט ראנען א קאמפיין צו מסביר זיין די דברים פשוטים פאר אט די חברה. און אויב דאס ריפסטו אן דאס די ״מענטאליטעט פון די אווערידש וויאמסבורגער אינגערמאן״ דאן קען מען מיט רעכט זאגן #דירות קריזיס בתפארתו.
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

דממה דקה האט געשריבן:לגבי קויפן אין גרינוויל האסטו אריינגעלייגט 1600 רענטעל אינקאם, איך האב גערופן א ידיד מיינער וואס וואינט דארט, ער האט הויעך געלאכט, פאר די פרייז הויז קענסטו נישט האבן אזא פרייז טענענט

מיט דיר זיך טענהן איז איין זאך אבער פון דיין ידיד האביך שוין מורא. גיי ווענד אפ א בפירושע ידיד..

אבער לאמיר פרובירן און לאמיר זעהן צו דו קענסט קאונטערן מיט פאקטן פארקערט.

לאמיר אנהויבן מיט דווייט סטריט, 2 חברה איינער געקויפט פאר 540,000 דער טענענט באצאלט 17 און איינער געקויפט פאר 450,000 און דער טענענט צאלט 1,450.

גיי ווייטער אויף וואדלאון איינער ממש לעצטענס געקויפט פאר 490,00 א טענענט פאר 1,800.

אויף איסטערן פארקוועי איינער געצאלט 450,00 אריינגעלייגט 30, א טענענט צאלט 15.

אויף ראוז עוו. האסטו איינעם געקויפט פאר 430,000 דער טענענט צאלט 1,300.

אויף אמסטראונג האסטו איינער געקויפט פאר 360,000, אריינגעלייגט 150, א טענענט צאלט 18.

אויף בידוועל האסטו 3 אזוינע הייזער, אלע בערך די זעלבע סינעריא געקויפט פאר 350,000, אריינגעלייגט א מאה און די טענענטס צאלן איינער 15, און צוויי 1,250.

כ'קען גיין ווייטער אבער כ'קען באשטיין נעמען א ברעיק ווילאנג דו שמועסט דיר אויס נאכאמאל מיט דיין ידיד. לאז אונז וויסן.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

טויגליכער איד האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:ער דארף עקוויטי, שטופ אים צו אינוועסטירן אין ריעל עסטעיט, אין סטאקס, מיוטשועל פאנדס, פארוואס מוז ער מופען?

פארוואס ער זאל קויפן? ווייל און 20 יאר ארום גייט ער חתונה מאכן א טאכטער, בר מצוה מאכן א זון און מאכן א פדיון הבן פאר א אייניקל, און זיין לענלארד פארוועם ער גייט שוין דעמאלס צאלן 6000 דאלער רענט גייט אים זאגן אז ער מוז שוין ארויס פון זיין דירה. און דעמאלס וועט די געלט וואס ער האט אנגעסעיווט און א מיושועל פאנד נישט זיין גענוג אפילו פאר א דאון פעימענט און זשערסי סיטי.
און אויב איז דא אינגעלייט וואס פארשטייען דאס נישט דארף מען הערשט ראנען א קאמפיין צו מסביר זיין די דברים פשוטים פאר אט די חברה. און אויב דאס ריפסטו אן דאס די ״מענטאליטעט פון די אווערידש וויאמסבורגער אינגערמאן״ דאן קען מען מיט רעכט זאגן #דירות קריזיס בתפארתו.

שפתים ינשק.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

דממה דקה האט געשריבן: לגבי מופן שעיר איך די זעלבע געדאנקן פון פיל אנדערע, עס איז נישט קיין פינאנציעלער סעיווינג.

נאכן ברענגן אויפן פאפיר שווארץ אויף ווייס פארקערט גייסטו עס יעצט איבערזאגן אזוי כאילו לא היה?

ביי די וועי כ'האב שלעכטע נייעס פאר דיר, דאס אז ס'שווער צו מופן שעירסטו מיט אסאך אבער דאס אז ס'איז קיין פינאנציעלע סעיווינגס איז דיין איינזאמע געדאנקענגאנג..
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

טויגליכער איד האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:ער דארף עקוויטי, שטופ אים צו אינוועסטירן אין ריעל עסטעיט, אין סטאקס, מיוטשועל פאנדס, פארוואס מוז ער מופען?

פארוואס ער זאל קויפן? ווייל און 20 יאר ארום גייט ער חתונה מאכן א טאכטער, בר מצוה מאכן א זון און מאכן א פדיון הבן פאר א אייניקל, און זיין לענלארד פארוועם ער גייט שוין דעמאלס צאלן 6000 דאלער רענט גייט אים זאגן אז ער מוז שוין ארויס פון זיין דירה. און דעמאלס וועט די געלט וואס ער האט אנגעסעיווט און א מיושועל פאנד נישט זיין גענוג אפילו פאר א דאון פעימענט און זשערסי סיטי.
און אויב איז דא אינגעלייט וואס פארשטייען דאס נישט דארף מען הערשט ראנען א קאמפיין צו מסביר זיין די דברים פשוטים פאר אט די חברה. און אויב דאס ריפסטו אן דאס די ״מענטאליטעט פון די אווערידש וויאמסבורגער אינגערמאן״ דאן קען מען מיט רעכט זאגן #דירות קריזיס בתפארתו.

סא לאמיר עסטעבלישן סטעפ וואן, די זארגסט זיך נישט וועגן די יעצטיגע דירות קריזיס, נאר פשוט אויף ווען דער אינגערמאן וועט חתונה מאכן, און דו פארשטייסט אז ער גייט נישט האבן קיין אפגעסעיווטע געלט ווייל מענטשן סעיווען נישט קיין געלט, סא פארשטייסטו אויך אז ווען ער איז א טענענט אין לעיקוואד דשערזי-סיטי אדג האט ער נישט פון ווי צו מאכען חתונה, רייט?

סא מופען קיין דשערזי-סיטי לעיקוואד בלומינגבורג איז א חתונה פלאן רייט? און דאס איז נאר פאר ווער עס קויפט, לעיקוואד און בלומינגבורג איז הרב כאפצעם מודה איז פינאנציעל א בראך חודש'ליך, סא אונז בלייב מיר מיט איין אפשען קויפן אין דשערזי-סיטי (לשיטתו אז רענטל אינקאם קען קאווערן די לאך פון די עקספענסעס) ווס. דינגען אין וויליאמסבורג, וואס לשיטתך ברויך מען עס טוהן אלץ חתונה פאליסי.

סא אין צען יאר ארום האט ער 110 טויזנט דאלער אין זיין האום עקוויטי, ער קען ארויס נעמען א האום עקוויטי לאון און זיך אינטערנעמען פרישע פעימענטס עס צו צאלן, ווען ער בארגט פון זיין לייף אינשורענס ברויך ער עס נישט צאלן.

בקיצור, פון דירות קריזיס, מאמעס פארטוך, גרעסער הייזער, האלט מען ביי חתונה פאליסי.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”